סתם א פוינט וועגן די רייכע מופן נישט איז אז יעדע מענטש אפילו נישט עכט רייך אוינט היינט צוטאגס איינס אדער צוויי וועקעישעאן האומס אין לעיקוואד/מאנסי/קרית יואל און נאך איינס אין די מאונטענס
אין די רייכע פארברענגען אין זייערע צווייטע היימען באלד א האלבע יאר ...ודו"ק,דארף נישט קיין הסבר וואס דאס באדייט
אין אביסעל אריינגיין טיפער איז אזוי די עכטע סעלושען פאר די פראבלעם , איז אז חתן כלות זאלן מופן צו נייע געגענטער און צאלן טאפס 900 דאלאר רענט , דעמאלס וועט זיך דער אינגערמאן ביי די 30 קענען קויפן א אייגענע דירה אי"ה
דער 35 יעריגער אינגערמאן וואס בארגט אדער נעמט געלט בר מצוה צו מאכן קען נישט מופן אפילו נישט קיין זשערסי סיטי ווען ער איז broke מילד גערעדט
און טאקע אזוי ווי די זאגסט די דורעכשניטלעכע אינגערמאן ביי די 25 האט אויך נישט עכט 25 אלפים קעש צו מופן ,אבער גראדע קען ער דאס בארגן פארשטייט זיך טאמער האט ער שוין חובות איז צרות
פאר וואס איך כאפ אן 25 אלפים איז וועגן איך קען עטליכע אינגעלייט(פון שטאט ) וואס האבן געקויפט הייזער אין גלילות קרית יואל פאר 300 טויזענט , און מיט דאון פעימענט, קלאוזען און מופן און קליינע הצטרכות האט זיי עס געקאסט 25 אלפים פון זייער טאש אפשר 30 , (ליין נישט פון זייער טאש נאר געבארגט) גענומען א פירסט טיים האום בייער מארגעזש און זיי האבן ממש נאר געטוישט די קאונטערס פאר ביליג .
איך פארשטיי אז די גייסט זאגן אז נישט יעדער קען גיין קיין גלילות קרית יואל ,איך הער , איך גלייב אין אנדערע גלילות אביסעל ארויפציר קען מען אויך טרעפען אזאנע דיעלס פאר סטארטער האומס,לעבן מאנסי קען מען טרעפן , הילקרעסט האבן אינגעלייט געקויפט פאר גאר ביליג לעבן מאנסי א יאר צוויי צוריק
למעשה נישט לאנג צוריק נאר אפילו היינט על פי רוב, וואינען כמעט 90 פארצענט אינגעלייט ביי די דרייסיג יאר אלט אין קרית יואל אדער אפילו מאנסי אין די אייגענע הויז אן קיין מעשות
אמאל איז עס געווען נאך מער אז ממש יעדער אפילו שוואכע פארדינערס האט געוואינט אין זיין אייגענע ריזיגע דירה
וואס וויל איך צוקומען , אז די פראבלעם איז אז די אינגע שנה ראשונה אינגעלייט דארפן אנהויבן זייער לעבן ביליג צו קענען שפעטער צוקומען צו א דאך איבערן קאפ
סא די סעלושען איז מאמעס פארטוך קריזעס אז די חתן כלות אדער שנה ראשונה אינגעלייט אדער שנה שניה אינגעלייט(אפשר שנה שניה זענען זיי שוין אנגע'חובת"ט אין צו שפעט) זאלן מופן אויף עפפארדעבעל געגענטער , און ענטפער נישט אז סאיז נישדא , אין קרית יואל והגלילות, מאנסי והגלילות,סטעטען איילענד,לעיקוואד והגלילות,בלומינגבורג ,זשערסי סיטי ,מאנטיסעלא , איז דא לרחצה שפאט ביליגע חתן כלה דירות
(באלד שוין דא אין וויליאמסבורג בעיסמענט דירות פאר $1000..
עדווערטייזט יעדן טאג לרחצה ) , ווי פריער מען מופט אפילו פאר רענט קען מען נאכדעם קויפן , איך אליין קען אפאר אינגעלייט בערך 30 יאר אלט וואס האבן געמופט די פארגאנגענע יאר פאר רענט קיין קרית יואל, צו זיי גייען קענען קויפן בקרוב אדער אמאל ? ווייס איך נישט ,אדער מיז נישט זיין אפילו,אבער על כל פנים זיי וואינען ווי א מענטש און קענען קאווערן די רענט עטוואס , זיי זענען נישט דערשטיקט
יא דאס איז פאלג מיך א גאנג אז עס גייט זיין ווי ארץ ישראל אז חתן כלות מופן עמטליך אין פרישע געגענטער , אבער עס גייט געשען עניוועי איין טאג , און מען הערט היינט צוטאגס זייער זייער אפט אינגעלייט ממש שנה ראשונה אדער א יאר דערנאך וואס זיי מופן אוועק פון שטאט, פינעף יאר צוריק האט איינער וואס האט אוועקגעמופט פון שטאט געהייסן צווייטע קלאס .., זאכן טוישן זיך צוביסלעך וועגן פשוט עס מיז געשען
אז זיי הייבן אן זייער לעבן מיט 900 דאלאר רענט אדער אפילו 1100 וועט מעגליך זיין אז יעדער זאל האבן זייער אייגענע דירה מיט רחבות ווי אמאל אין קרית יואל אדער מאנסי
טאמער דאס הייסט נישט פארטוך קריזעס דעמאלס בעק איך אראפ