TSA Precheck (TSA Pre✓), Global Entry און CLEAR

פליגער רייזעס און לופטפעלדער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

שטומפיג האט געשריבן:נאטיצן:
- גלאובעל ענטרי איז גילטיג נאר פאר דעם מעמבער אליין, מ'קען נישט מיטנעמען קיין ווייב, קינדער, חברים אדער מיטפארערס. יעדער דארף באזונדער אויספילן אן אפליקאציע און דורכגיין די פראסעס עקסטער (פרעג מיך נישט וויאזוי א 1 יעריג קינד האט אן אינטערוויו און וויאזוי מ'מאכט פיגערפרינטס פון א צוויי חדשים'דיגס).
- אין אסאך קאנאדישע עירפארט'ס, ווי אויך די דריי אנדערע אינטערנאציאנאלע עירפארטס (צוויי אין איירלאנד און איינס אין די עמיראטן) וואו מ'גייט דורך די קאסטומס נאך פארן ארויספארן קיין אמעריקא (Preclearance) קען מען אויך נוצן גלאובעל ענטרי, אבער טייל פון די עירפארטס איז עס נישט קיין גרויסע רבותא ווייל זיי האבן די APC קיאסקס לכל הקהל הקודש.
- די CBP וועט על פי רוב נישט לאזן אריינגעבן קיין אפליקאציע אדער ארויסהעלפן מיט אנליין הילף ביי איינע פון די אינטערוויו צענטערן (פון מיין עקספעריענס: ווען איך בין געגאנגען אויף מיין אינטערוויו האב איך מיטגעהאלטן ווי אן אגענט פארשיקט אן עלטערע קאפל וואס איז געקומען בעטן הילף מיטן אויספילן אן אפליקאציע זאגנדיג אז ער קען אלעס טרעפן אין די FAQ אנליין).
- ווען מ'איז שוין קאנדישענעלי אפראווד קען מען אויך האבן אן אינטערוויו דורכן אריינקומען אן קיין אפוינטמענט צו א צענטער וואס איז דא אין יעדע אינטערנאציאנאלע עירפארט ווען מ'קומט אן פון אן International flight, איך ווייס נישט צופיל וועגן דעם, אויב איז עס איינעם נוגע קען מען טרעפן מער אינפא. אנליין.
גלאובעל ענטרי איז אוועילעבל אין אסאך - אבער נישט אלע - עירפארטס, די פונקטליכע ליסטע קען מען אטע דא ליינען.

1 - זיי נעמען נישט קיין פינגערפרינטס פון קיין בעביס. (כ'ווייס נישט פון וועלכע יארגאנג זיי הייבן אן נעמען). ביים אנקומען וועט מען באקומען אן עקס אויפ'ן קינד'ס רעסיט און אן אגענט וועט עס דארפן סטעמפלען. די קינד דארף אבער מיטקומען צום אינטערוויו.
4 - בעיסיקלי ארבעט עס אז אויב האסטו שוין אן אפוינטמענט און ס'איז פונקט ליידיג קענסטו פרובירן דיין מזל אז זיי זאלן דיר אינטערוויוען אויפ'ן פלאץ. דארפסט נישט אנקומען פון קיין פלייט, וואק אריין און זע אויב זיי זענען ליידיג. (חוץ אויב דו ווייסט אז ווען מ'קומט אן פון אויסלאנד איז דא עפעס מער, ווען איך האב עס געמאכט איז דאס געווען וויזוי ס'האט געארבעט.

זייטיגע נאטיץ: פאר סמארטפאון באנוצער, איז די CBP עפפ אסאך מאל שנעלער ווי גלאובעל ענטרי.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חושב מחשבות... »

יישר כח הרב שטומפיג פאר די געשמאקע קלארע שיעור!

איך ווארט אויף די המשך וויאזוי עס צו באקומען פאר ביליגער אדער אומזינס.

יישר כח למפרע
סוף מעשה במחשבה תחילה.
פרנס היום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 458
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 06, 2019 3:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרנס היום »

יאפ הרב ווישוואש געוואלט שרייבן וועגן די עפפ און סאיז אומזיסט טאמער כאב נישט קיין טעות ,און מען דארף נישט אראפגיין נאר סתם דאונלאודען, שוין געווען עטליכע מאל אינדרויסן אינטער 3 מינוט בלי גוזמא
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

חושב מחשבות... האט געשריבן:יישר כח הרב שטומפיג פאר די געשמאקע קלארע שיעור!

איך ווארט אויף די המשך וויאזוי עס צו באקומען פאר ביליגער אדער אומזינס.

יישר כח למפרע

The application fee credit for Global Entry or TSA Pre is available to American Express Gold Corporate Card Members, Consumer Platinum Card® Members, Corporate Platinum Card Members, Business Platinum Card Members, Consumer Centurion® Members, Corporate Centurion® Members, Business Centurion® Members and Marriott Bonvoy Brilliant™ American Express® Card Members.

The benefit is also available to Additional Card Members on eligible Consumer and Business Card accounts. This benefit is not available to Additional Card Members on the Marriott Bonvoy Brilliant™ American Express® Card.
programmer
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 07, 2019 11:34 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך programmer »

yid האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:יישר כח הרב שטומפיג פאר די געשמאקע קלארע שיעור!

איך ווארט אויף די המשך וויאזוי עס צו באקומען פאר ביליגער אדער אומזינס.

יישר כח למפרע

The application fee credit for Global Entry or TSA Pre is available to American Express Gold Corporate Card Members, Consumer Platinum Card® Members, Corporate Platinum Card Members, Business Platinum Card Members, Consumer Centurion® Members, Corporate Centurion® Members, Business Centurion® Members and Marriott Bonvoy Brilliant™ American Express® Card Members.

The benefit is also available to Additional Card Members on eligible Consumer and Business Card accounts. This benefit is not available to Additional Card Members on the Marriott Bonvoy Brilliant™ American Express® Card.

american express האט עס אויך לעצטענס צוגעלייגט צו די delta platinum
זוכט איר א לעזונג? דריקט דא
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

פרנס היום האט געשריבן:יאפ הרב ווישוואש געוואלט שרייבן וועגן די עפפ און סאיז אומזיסט טאמער כאב נישט קיין טעות ,און מען דארף נישט אראפגיין נאר סתם דאונלאודען, שוין געווען עטליכע מאל אינדרויסן אינטער 3 מינוט בלי גוזמא

טאקע געוואלט זעהן צו איינער האט שוין געשריבן. איך האב אויך שוין געהאט די זעלבע זאך מיטן עפפ. געווען אינדרויסן נאך פאר ווי וואס ווען.
אויב געדענק איך גוט איז דא א עקסטערע ליין פאר דעם אויך

שכוח שטומפיג פארן אשכול. שוין לאנג געוואלט וויסן די דעטאלן פון די פראגראמען.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שכח פאר אלע דאנקערס, ס'געט חיזוק אויף ווייטער.
אי"ה שפעטער נאכמיטאג וועל איך ארויפלייגן די לעצטע חלק וויאזוי צו האבן די פראגראמען אומזינסט אדער ביליגער.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

פרנס היום האט געשריבן:יאפ הרב ווישוואש געוואלט שרייבן וועגן די עפפ און סאיז אומזיסט טאמער כאב נישט קיין טעות ,און מען דארף נישט אראפגיין נאר סתם דאונלאודען, שוין געווען עטליכע מאל אינדרויסן אינטער 3 מינוט בלי גוזמא

קענסט אפשר אביסל מער מסביר זיין, ווי דארף מען נישט אראפגיין? צו א אינטערוויו?
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.

programmer האט געשריבן:
yid האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:יישר כח הרב שטומפיג פאר די געשמאקע קלארע שיעור!

איך ווארט אויף די המשך וויאזוי עס צו באקומען פאר ביליגער אדער אומזינס.

יישר כח למפרע

The application fee credit for Global Entry or TSA Pre is available to American Express Gold Corporate Card Members, Consumer Platinum Card® Members, Corporate Platinum Card Members, Business Platinum Card Members, Consumer Centurion® Members, Corporate Centurion® Members, Business Centurion® Members and Marriott Bonvoy Brilliant™ American Express® Card Members.

The benefit is also available to Additional Card Members on eligible Consumer and Business Card accounts. This benefit is not available to Additional Card Members on the Marriott Bonvoy Brilliant™ American Express® Card.

american express האט עס אויך לעצטענס צוגעלייגט צו די delta platinum

אנגעהויבן פון January 30 2020
און נישט פאר אדישינעל יוזערס
לעצט פארראכטן דורך שלמה מולכו אום מיטוואך דעצעמבער 04, 2019 12:59 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

ווישוואש האט געשריבן:זייטיגע נאטיץ: פאר סמארטפאון באנוצער, איז די CBP עפפ אסאך מאל שנעלער ווי גלאובעל ענטרי.

גאר וויכטיג אנצומערקן אז מען נישט נוצן ביידע - דהיינו מאביל פאספארט מיט גלאבעל ענטרי - ביינאזאם, צוליב וואס ווי נאר מען דרוקט אראפ דעם קנעפל "Submit" אין די מאביל פאספארט אפליקאציע טוט די CBP דאטאבעיס אנצייגן אז דער באטרעפענדער פערזאן האט נארוואס באטראטן די ערד אין די פאראייניגטע שטאטן און אויב גייט מען נאכער צו די גלאבעל ענטרי קיאסק און מען פרובירט צו סקענען דעם פאספארט קומט ארויף א מעסעדזש עפעס ענליך ווי פאלגענד "your last entrance to the us was too recent" וואס באדייט אז לויט די אינפא וואס די סיסטעם האט געקריגן פונעם מאביל פאספארט עפפ זענט איר אריבער דעם גרעניץ צו די יו. עס. ממש געציילטע מינוטן בעפאר און ס'איז נישט מעגליך אז איר קומט שוין פון א פרישע נסיעה זינט, און דאן מוזט איר זיך בלית ברירה שטעלן אין די מאביל פאספארט ליניע וואס קען זיין פיל לענגער, אלזא באגייט נישט דעם טעות.

עס קען אפשר לוינען צו ווארטן און נישט דרוקן דעם Submit קנעפל נאך אויפן פליגער ווי דער שטייגער ביי אונז אומגעדולדיגע אידעלעך נאר ווארטן ביז מען איז ממש אינעם טערמינאל צו מעסטן וועלכע ליניע איז קורצער אבער בדרך כלל ביי גלאבעל ענטרי ווארט מען כמעט נישט, עס איז ממש גע'טובל'ט און ארויס.

אין א זייטיגן נאטיץ: די אינטערוויו פראצעדור פאר גלאבעל ענטרי גייט זיך טוישן נאך אביסל אז אנשטאט פינגערפרינטס גייט עס ארבעטן מיט פרצוף רעקאגנישאן טעכנאלאגיע.
קאמענטארן זענען איבריג
yid
שר האלף
תגובות: 1876
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 08, 2011 6:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yid »

שלמה מולכו האט געשריבן:
פרנס היום האט געשריבן:יאפ הרב ווישוואש געוואלט שרייבן וועגן די עפפ און סאיז אומזיסט טאמער כאב נישט קיין טעות ,און מען דארף נישט אראפגיין נאר סתם דאונלאודען, שוין געווען עטליכע מאל אינדרויסן אינטער 3 מינוט בלי גוזמא

קענסט אפשר אביסל מער מסביר זיין, ווי דארף מען נישט אראפגיין? צו א אינטערוויו?

thats correct you just need to download the app from the app store
אוועטאר
שלמה מולכו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4179
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 18, 2019 11:18 am
לאקאציע: אין פעלד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלמה מולכו »

חושב מחשבות... האט געשריבן:יישר כח הרב שטומפיג פאר די געשמאקע קלארע שיעור!

איך ווארט אויף די המשך וויאזוי עס צו באקומען פאר ביליגער אדער אומזינס.

יישר כח למפרע
פון רעמסס קיין ניו יארק

פעלדמאן בחורל׳ס טרערעליך - וויינט מיט מיר.

מיין וואקאציע - קאליפארניע

ווער עס האט אויגין לאז זעהן און ווער עס האט א הארץ לאז פארשטיין, וואס אויף דער וועלט טוט זיך.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

שלמה מולכו האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:יישר כח הרב שטומפיג פאר די געשמאקע קלארע שיעור!

איך ווארט אויף די המשך וויאזוי עס צו באקומען פאר ביליגער אדער אומזינס.

יישר כח למפרע

אויוויי! העיקר שכחתי.
אי"ה נאך היינט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

ווארט איך אויך מיט שפאנונג צו הערן וויאזוי ס'איז שייך עס צו קריגן גענצליך בחינם.

אין דעם פאלגענדן לינק זענען אויסגערעכנט עטליכע קארטלעך וועלכע רעכענען אריין די אפליקאציע אפצאלן פאר TSA Pre אדער Global Entry אין די Annual Fee, בדיעבד קען מען דאס אויך אנרופן "אומזיסט" א בחינה ווי קויף א פרישטאג פאר צעהן טאלער און קריגט א קאווע גענצליך אומזיסט.

https://thepointsguy.com/guide/top-card ... -precheck/
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

באקומען די פראגראמען ביליג\אומזינסט

Global Entry און TSA Precheck:
פארהאן א טוץ מיט קרעדיט קארטלעך וואס פארגיטיגן מיט א סטעיטמענט קרעדיט ווען מ'סיינט אויף פאר די צוויי פראגראמען. די ליסטע טוישט זיך כסדר (נישט ממש כסדר אבער ס'טוישט זיך) איך וועל דא ברענגען עטליכע, אבער ס'איז כדי אז ווער ס'האט א קרעדיט קארד וואס שטעלט צו טרעוול בענעפיטן זאל נאכקוקן אויב ער קען געניסן פון דעם.
די וועג וויאזוי ס'ארבעט איז פשוט, מ'דארף פשוט נוצן די קרעדיט קארד צו באצאלן די אפליקאציע fee און די קרעדיט קארד קאמפאני וועט שוין אידענטיפיצירן דעם טשארדזש און צוריקגעבן די $85\$100 אלס א סטעיטמענט קרעדיט. מ'קען האבן אזא קרעדיט יעדע 4 ביז 5 - געוואנדן אין די קרעדיט קארטל - כדי צו קענען נוצן די קרעדיט פאר renewal.

אט איז א ליסטע מיט קארטלעך וועלכע געבן די קרעדיט:
American Express Platinum מיט א $550 Annual fee
Chase Sapphire reserve מיט א $450 Annual fee
Citi AAdvantage Executive מיט א $450 Annual fee
Capital one Venture מיט א $95 Annual fee (נישט אויפטוישן מיט די אומזיסטע Venture one קארטל)
United Explorer - Chase מיט א $95 Annual fee

ווי געשריבן זענען די קארטלעך בלויז עטליכע פון אסאך קארטלעך וואס אפפערן די קרעדיט.

יעצט, צוויי נקודות פאר ווער עס האט נישט קיינע פון די קארטלעך. 1) היות די בענעפיט ווערט געגעבן אין פארעם פון א סטעיטמענט קרעדיט אויף די טשארדזש זעהט נישט די קאמפאני וועמענס אפליקאציע מ'האט מיט דעם באצאלט, אויב בארגסטו די קארטל פון א חבר וואס האט יא איינע פון די אויבערדערמאנטע וועט ער פונקט אזוי באקומען די קרעדיט. זה נהנה וזה לא חסר! (וכן נהגתי). 2) די Capital one venture קארטל און די United Explorer קארטל האבן א Free Annual Fee פאר די ערשטע יאר, מ'קען עפענען די קארטל און עס פארמאכן תוך שנתה. (אויב פלאנסטו טאקע צו אפלייען פאר איינע פון די קארטלעך, לאז מיך וויסן פארדעם, איך האב צוויי וויכטיגע הוראות פאר דיר).

CLEAR:
דא זענען די אפציעס אביסל איינגעצויגענער. אבער אנגעשלאסענע אין די Delta SkyMiles פראגראם אדער די United MilagePlus פראגראם, געניסן פון א שטיקל הנחה אויף די מעמבערשיפ. די פונקטליכע סומע ווענדט זיך לויט די סטאטוס אין די פראגראם אבער סיי ווער - אפילו מיט בעיסיק מעמבערשיפ (וואס איז אומזינסט) - האט א שטיקל הנחה. און ביי ביידע פראגראמען אויב האט מען די העכסטע סטאטוס איז עס אומזינסט.
פאר מער אינפא: Delta אדער United
מעמבערס אין די Hertz Gold Plus פראגראם קענען האבן פון 1 ביז 6 חדשים אומזינסט ביי CLEAR דוגמת א טרייעל. פאר מער: Hertz

איך האף אז איינער האט הנאה געהאט פון די סעריע און אז מער ווי איינער וועלן פאקטיש בענעפיטירן פון די אינפא.
א גרינגע רייזע! העמיר זיך טרעפן ביי די גלאובעל ענטרי קיאסק ביי אונזער נעקסטע טריפ!!!

נ.ב. די לינקס וואס איך האב געלייגט צו די קרעדיט קארטלעך קומען פון א בלויזע גוגל סוירטש, אויב האט איר איינע פון די קארטלעך קענט איר מיר שיקן א לינק און איך וועל עס לייגן אנשטאט. (נעמט אין אכט: טייל ריפערל לינקס וועלן ווייזן אייער נאמען ביים קליקן דערויף, וו.צ.ב. עס קען ארויפקומען א מעסעדזש פאר דעם קליקער: Joel Weiss has referred you to the Bla Bla Credit Card!)
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
קאמענטאטאר
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 07, 2008 10:07 am
לאקאציע: אין ביבילאטעק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאמענטאטאר »

שטומפיג האט געשריבן:
CLEAR:
דא זענען די אפציעס אביסל איינגעצויגענער..

אמעריקען עקספרעס האט גראדע לעצטענס צוגעלייגט - צווישן אנדערע בענעפיטן - א $100 יערליכע CLEAR קרעדיט אויף די אמעריקען עקספרעס גרין קארד, אלזא ווען איר שטעלט צוזאם צוויי, דהיינו איר באנוצט זיך מיט א פראמא לינק ווי צום ביישפיל יונייטעד דורך וועלכע די יערליכע אפצאל ווערט גענידערט ביז $109 אויב איר האט א יונייטעד עקספלארער קארטל, און באצאלט מיטן עימעקס גרין קארטל וועלכע גיט אייך צוריק $100 און דאן בלייבט איר מיט א נישטיגע $9.00 יערליכע אפצאל וואס דאס איז שוין כמעט בחינם... (פארשטייט זיך ווען מען רעכנט נישט די יערליכע אפצאלן פאר די ביידע קארטלעך וועלכע אינאיינעם מאכן אויס $95 + $150, וואס אויב עפענט איר איינס פון די קארטלעך בעיקר צו קריגן דעם בענעפיט דאן צאלט איר $245 פאר א סערוויס וואס איר קענט קריגן פאר $119 מיט א בחינם'דיגע יונייטעד אדער דעלטע מיילעדזש אקאונט).
לעצט פארראכטן דורך קאמענטאטאר אום מאנטאג דעצעמבער 16, 2019 7:48 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
קאמענטארן זענען איבריג
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

Buy A CLEAR Membership On Sale For $119 And Get A $10 Amazon Gift Card! https://t.co/Z5mn1oPEaq
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

איך האב נארוואס אריינגעוואנדערט אין די JFK וועבזייטל אין בעפארברייטונג צו א בעפארשטייענדע נסיעה, און געכאפט א בליק אויף די Wait times, מ'זעהט א באדייטענדע חילוק צווישן די געווענליכע און די Tsa Pre ליניעס
waiting tsa.JPG
waiting tsa.JPG (52.82 KiB) געזען 2163 מאל
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

די טערמינאל 4 נאמבערס זענען ווייט פון די מציאות אין די נאכמיטאג/פארנאכט שעה'ן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

ווישוואש האט געשריבן:די טערמינאל 4 נאמבערס זענען ווייט פון די מציאות אין די נאכמיטאג/פארנאכט שעה'ן.

פארשטייט זיך אליין אז ס'ווענדט זיך אלס אין די טאג און צייט.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

שטומפיג האט געשריבן:[size=150][b]Global Entry

פין מיין ערפארונג איז יעצט דא א זעקס חדשים וועיט טיים, נאר אויף צו באקומען א אינטערוויא.
אויסערדעם, ווען מען פארט מיט פעקלעך, ווי רוב אויסלענדישע רייזעס, גייט מען טאקע אריבער די שטייער באמטע זייער גרינג אין שנעל אבער מען דארף לאנג ווארטען אויף די געפעק אראפצוקומען פון פליגער.
צומאל גייט מען ארויס פונעם געפעק זאל ציזאמען מיט די וואס זענען געשטאנען אין ליניע פאר די פאספארט באמטע.
אוועטאר
שטומפיג
שר ששת אלפים
תגובות: 6999
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 11, 2018 8:30 pm
לאקאציע: צווישן קענט און בראדוועי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטומפיג »

מימוני האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:[size=150][b]Global Entry

פין מיין ערפארונג איז יעצט דא א זעקס חדשים וועיט טיים, נאר אויף צו באקומען א אינטערוויא.
אויסערדעם, ווען מען פארט מיט פעקלעך, ווי רוב אויסלענדישע רייזעס, גייט מען טאקע אריבער די שטייער באמטע זייער גרינג אין שנעל אבער מען דארף לאנג ווארטען אויף די געפעק אראפצוקומען פון פליגער.
צומאל גייט מען ארויס פונעם געפעק זאל ציזאמען מיט די וואס זענען געשטאנען אין ליניע פאר די פאספארט באמטע.

הכל תלוי במזל.....
איך בין באקאנט מיט געשיכטעס פון אידן וואס האבן געהאט גאר א קורצע וועיט-טיים פאר אן אינטערוויו אפילו אין די יעצטיגע הסתר פנים.
און יא, אויך מיט געשיכטעס פון אידן וואס זענען ארויסגעקומען "שפעטער" פון פלוג-האפן ווי די וועלכע האבן נישט געהאט גלאובעל ענטרי.
אינפארמאציע! די ניק איז שוין נישט אקטיוו
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

מימוני האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:[size=150][b]Global Entry

פין מיין ערפארונג איז יעצט דא א זעקס חדשים וועיט טיים, נאר אויף צו באקומען א אינטערוויא.
אויסערדעם, ווען מען פארט מיט פעקלעך, ווי רוב אויסלענדישע רייזעס, גייט מען טאקע אריבער די שטייער באמטע זייער גרינג אין שנעל אבער מען דארף לאנג ווארטען אויף די געפעק אראפצוקומען פון פליגער.
צומאל גייט מען ארויס פונעם געפעק זאל ציזאמען מיט די וואס זענען געשטאנען אין ליניע פאר די פאספארט באמטע.

ס'איז "אייביג" דא קענסעלעשאנס, טשעק יעדן טאג צוויי מאל א טאג, נאך צוויי טעג האב איך געטראפן א נעקסט דעי אפוינטמענט אין JFK, Newark האב איך לכתחילה געקענט האבן אויף די זעלבע טאג.
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

איש האשכולות האט געשריבן:
מימוני האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:[size=150][b]Global Entry

פין מיין ערפארונג איז יעצט דא א זעקס חדשים וועיט טיים, נאר אויף צו באקומען א אינטערוויא.
אויסערדעם, ווען מען פארט מיט פעקלעך, ווי רוב אויסלענדישע רייזעס, גייט מען טאקע אריבער די שטייער באמטע זייער גרינג אין שנעל אבער מען דארף לאנג ווארטען אויף די געפעק אראפצוקומען פון פליגער.
צומאל גייט מען ארויס פונעם געפעק זאל ציזאמען מיט די וואס זענען געשטאנען אין ליניע פאר די פאספארט באמטע.

ס'איז "אייביג" דא קענסעלעשאנס, טשעק יעדן טאג צוויי מאל א טאג, נאך צוויי טעג האב איך געטראפן א נעקסט דעי אפוינטמענט אין JFK, Newark האב איך לכתחילה געקענט האבן אויף די זעלבע טאג.

איך רעד נישט פין די עקטשועל אינטערוויא, איך רעד נאך פין א שטאפל פריער, ביים אדורעך קוקען די אפליקאציע.
אוועטאר
איש האשכולות
שר שלשת אלפים
תגובות: 3227
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 16, 2016 3:45 pm
לאקאציע: יעצט בין איך דא

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איש האשכולות »

מימוני האט געשריבן:
איש האשכולות האט געשריבן:
מימוני האט געשריבן:
שטומפיג האט געשריבן:[size=150][b]Global Entry

פין מיין ערפארונג איז יעצט דא א זעקס חדשים וועיט טיים, נאר אויף צו באקומען א אינטערוויא.
אויסערדעם, ווען מען פארט מיט פעקלעך, ווי רוב אויסלענדישע רייזעס, גייט מען טאקע אריבער די שטייער באמטע זייער גרינג אין שנעל אבער מען דארף לאנג ווארטען אויף די געפעק אראפצוקומען פון פליגער.
צומאל גייט מען ארויס פונעם געפעק זאל ציזאמען מיט די וואס זענען געשטאנען אין ליניע פאר די פאספארט באמטע.

ס'איז "אייביג" דא קענסעלעשאנס, טשעק יעדן טאג צוויי מאל א טאג, נאך צוויי טעג האב איך געטראפן א נעקסט דעי אפוינטמענט אין JFK, Newark האב איך לכתחילה געקענט האבן אויף די זעלבע טאג.

איך רעד נישט פין די עקטשועל אינטערוויא, איך רעד נאך פין א שטאפל פריער, ביים אדורעך קוקען די אפליקאציע.

די שטאפל פריער האט ביי מיר גענומען 6 טעג (אינקלודעט א וויקענד)
וויכטיג מאכער: סאו ווען ס'מאכצעך אז א ניק פרעגט באמת א פראגע, קריגט ער אן ענטפער, שטייצעך אויב סיז דא, אבער ווען א ניק נוצט זיין קיבארד צו פארהיילן א ווייטאג, טריי איך געווענליך אים נישט צו שטערן.
שרייב תגובה

צוריק צו “פלי רייזעס”