פאלם: לאקן אלע אפליקעישאנס חוץ טעלעפאן + איך פלאץ

די אחראים: זייער נייגעריג,אחראי,thefact

אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

פאלם: לאקן אלע אפליקעישאנס חוץ טעלעפאן + איך פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

אידן קומען צו בארגן דעם פאלם, אין שול אין גאס אין גראסערי און ווי נישט, ער קומט איידעלערהייט מיט א בעטענדע מינע, עה.. עם.. משה איך וויל נאר א מינוט מאכן א טעלעפאן קאל... קענסטו אפשר מיר עם בארגן דיין סעלפאן פאר א רגע... שוין, איז דאך גוט, א מצוה, פארוואס נישט?.... אזוי ווי איך בין נעתר לבקשתו... כאפט ער דעם טעלעפאן, און וואקט ארויס פון שול... מ'שטיינס געזאגט... ער וויל דאך רעדן פריוואט ...

קומט ער צוריק צוואנציג מינוט שפעטער... משה אהרן דיין מאמע האט געקאלט פיר מאל, און איינער לאקס... איך מיין דער פון די גמ"ח... און אויך איין טעלעפאן קאל מיט א פרייוועט קאלער איידי.... הייבסט עניוועי נישט אויף קיין פרייוועט קאלס! ניין? (איי דו חכם!!! אוודאי נעם איך פרייוועט קאלס, 1. כ'האב פונקט היינט אדווערטייזט אויף קול מבשר... און 2. ס'קען זיין א ניק...), עס פאלט אים נישט איין אין וויסטן חלום אז עס איז יענעמ'ס טעלעפאן, און יענעמ'ס מאמע ווערט באליידיגט אז איר זון הייבט נישט אויף איר פאון קאל נאכן פערטן מאל, און אז עס איז יענעמ'ס פריוואטע געשעפטן, און אז יענער ווארט שוין אהיימצוגיין פון שול פופצן מינוט(!!!) אז ער זאל ענדיגן זיין טעלעפאן קאל פאר א רגע... און דא זעהט מען אים נישט פאר די אויגן ...

שוין ברוך השם ער געט מיר צוריק מיין טעלעפאן, הייבט זיך אן א פרישע מעשה, ער מוז דאך זיין געשמאק... הייבט ער אן צו נישטערען, און לא די ער קריכט אין יענעמ'ס פערזענליכע ענינים.... הייבט ער נאך אן מיט זיינע אומבעטעמטע הערות... ער האט געקוקט מיין בילדער אלבום שלא ברשות און ער שעמט מיר זיך נישט צו פארציילן יו איז בעבי וואסערמאן זיס... איך האב נישט געוויסט אז דו האסט לעצטענס אפגעשוירן... ער ליינט דורך מיינע פריוואטע טעקסט מעססעדזעס... און זאגט עס מיר נאך אין פנים אריין, WOW ווער שיקט דיר א טעקסט מעססעדזש פירע פארטאגס.... אה! דיין חברותא... איך האב נישט געוויסט די לערנסט מיט גרונם (פיקטיווער נאמען) שטייסט יעדן טאג אויף אזוי פרי אדער נאר ליל שישי.... אה דו באקומסט אויך די אלע דזאוקס אויף טעקסט... וועגן דעם האב איך נישט קיין סעלפאן... ווי האב איך צייט צו די אלע זאכענעס... און אז איך דארף אמאל יא מאכן א קאל אין שול... וועגן דעם האבן דאך אנדערע אידן ליב צו טון מצוות... ער קוק דורך מיינע קאנטעקטס... און רופט זיך אן צו מיר אן א בושה... זאג דער גרינצווייג אין דיין קאנטאקט ליסטע האט א שייכוות מיט דעם פייערשטיין פון לאנדאן וואס איז א גרינצווייג אייניקל... וכו' וכו'

אמאל קען איך יענעם זאגן איידעלערהייט זייט מוחל קריכסט ביטע אראפ, אבער וואס טוה איך ווען דער נודניק איז א עלטערער מענטש אדער חשובער איד וכדומה, אדער איינער וואס פארשטייט נישט אויפן ווינק (נאך 10 מאל זאגן אויך נישט) אזוי אז עס פארגייט איינעם דער אפעטיט פון בארגן דעם סעלפאן, און מ'מוז נעמען דעם דרייען מיט די הענט מיטל - די זעלבע מיטל וואס מ'נוצט ביים געלט-גייער ווען מ'האט נישט, און אז ס'העלפט נישט נעמט מען ארויס די ציצית א-ווי ביי קריאת שמע.

יעצט צום ענין, איך זיך א פראגרעם וואס פארשפארט מיט איין קנעפל אלע אפליקעישאן'ס פונעם פאלם אויזער די פאון, און אזוי וועט קענען מקוים ווערן ווייטער דעם פסוק ויאכלו ענוים וישבעו... איך מיין וישאלו איש מאת רעהו כלי פאלם וכלי סעלפאן

יישר כח
ולמצוה גדולה ייחשב
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
פאטאקי08
שר עשרת אלפים
תגובות: 13864
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 09, 2007 1:30 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאטאקי08 »

וועלכע פאלם מאדעל?

אוי איז דאס אן ארטיקל!!!!!!!!!!
לכבוד פורים
אוועטאר
הערשי קניהויז
שר חמש מאות
תגובות: 842
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 24, 2008 1:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשי קניהויז »

העלפען קען איך דיר טאקע נישט, אבער הנאה געהאט האב איך.

שכוח משה אהרן.
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

פאטאקי08 האט געשריבן:וועלכע פאלם מאדעל?

אוי איז דאס אן ארטיקל!!!!!!!!!!
לכבוד פורים

איך האב א סענטרא

און איך זוך באמת אזא פראגראם
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

משה אהרן, עס זעהט אויס אז מיר טראכטן אייניג, ווייל איך האב געהאט די זעלבע פראבלעם, ביז איך האב מיר איינגעהאנדלט א פראגרעם, וואס ארבעט ווי פאלגענד.

מען לייגט אריין ביי סעקיוריטי א פעססווארד, און אין די פראגרעם קען מען אנשטעלן, ווען עס זאל בעטן א פעסווארד, יעצט אזוי, איך האב מעגא-לאונטשער, ממילא לייג איך ארויף אויף די ליסטע פון פראגראמען, וואס פארלאנגט א פעססוארד, מעגא-לאונטשער, מעססעדזשינג, און קאלענדער, און דערמיט איז מיין טעלעפאן געשלאסן!!!

קענסט עס נוצן צו מאכן טעלעפאן קאלס, באט דעטס עבאוט איט.
אויב דו וועסט פרובירן צו קלעטערן אין מיין סענטרא, וועט דיר אקעגן שפרינגען א מעססעדזש פארלאנגענדיג א פעססווארד.

די איינציגסטע זאך, וואס איך מיין אז מען קען נישט לאקן מיט די פראגראם, איז אויב עס קומט אריין א טעקסט מעססעדזש אינדערמיט, וועט עס ווייזן.

די פראגרעם הייסט password launch

קאודס 4 פאלם גיבט אן די אדרעס ווי מען קען עס דאונלאודען
http://www.palmgear.com/?xyz=100969

די יוזער נעים פאר די פראגרעם איז קרעקט דוד
און די קאוד איז אדער 16416 אדער 18639
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

משה אהרן, אנארטיקל זיסער פון זיס.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

שטארק הנאה געהאט, יישר כח דער-פאקט.
אוועטאר
יגרסהדותא
מ. ראש הקהל
תגובות: 3687
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 03, 2006 10:14 am
לאקאציע: קאר וואש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגרסהדותא »

איך האב געליינט, און ביטערליך הנאה געהאט [וואס?..]

צום ענין: אפי' מיט א פעסווארד בלאקער, וועט עס אבער נישט בלאקן אויב דיין מאמע רופט, וכדו'. איין צרה וואס דו האסט נישט דערמאנט, אז די נעקסטע צוויי שעה איז מען ביזי צו ענטפערן פאר די פרישע קאלס אז מר. נודניק איז מער נישט לעבן מיר, [דער יעניגער זאגט דאך פאר זיין חבר קענסט מיך צוריקרופן אויף דעם נומבער] והבן.

BTW, אדורכקוקענדיג דיין פאן טראכט איך צו די ביסט אפשר THEFACT פון קרעטשמע.. שאאא
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

איך האב געהאט אזא פראגרעם אויפן סענטרא, און די ווילסט נישט הערן וואס איז געווען... איינער האט געהאט מיין סענטרא און געזען אז עס איז געלאקט אפאר זאכן, האט ער אויסגעמעקט דעם פראגרעם און אלעס איז געווען אויפן פאר יעדעם! איך בין געווארן אויס קאפעליטש מאכער.
איך זיך אזא פראגרעם וואס מען דארף א לאק קויד אויב מען וויל עס דעליטען
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

אויף מיין פאון, די וועג ווי אזוי עס איז אויסגעשטעלט איז אומ-מעגליך, אז איינער זאל אויסמעקן די פראגראם, ווייל היות איך האב מעגא-לאונטשער, איז ווען מען דריקט האום עפנט זיך מעגא-לאונטשער, און אויב די פראגראם פארלאנגט א פעססווארד, וועט עס זיך נישט עפענען אן דעם, קען מען נישט צוקומען אויסצומעקן זאכן, ולא עוד, ער קען אפילו נישט זעהן וואספארא פראגרעמס איך האב,
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
thefact
שר האלפיים
תגובות: 2511
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 31, 2007 3:30 pm
לאקאציע: וויליאמסבורג, ברוקלין
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך thefact »

סאדע באטל א לינק צו מעגא לאונטשער ביטע
הק' משה אהרן (וועבסייט - פראפייל)
לערנט אייך אויס צו שווימען אין די טיפע וואסערן פון קאמפיוטערס

די פאקט איז, אז מ'לערנט, קען מען, און אז נישט...
זיידעניו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4376
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 01, 2008 12:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיידעניו »

;l;p- ;l;p- ;l;p-
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

קודם א שטיקעלע הסבר אויף די פראגרעם מעגא לאונטשער.

מעגא לאונטשער, איז א פראגרעם וואס טוישט די וועג ווי אזוי מען זעהט די פראגרעמס אויפן פאלם, און ווי אזוי עס איז אויסגעשטעלט,
מיט מעגא לאונטשער, זעהט די פאלם אויס ווי א פייל פאלדער, און מען קען זייער גרינג צוקומען צו א צווייטע קאטאגאריע, למשל פון געימס צו אפפליקעישאנס א.ד.ג., אזוי אויך קען מען אויסשטעלן ווי גרויס די אייקאנס זאלן זיין און וויפיל אייקאנס מען זאל האבן פער שורה. וואס די בעקגראונד זאל זיין, צו א בילד צו סתם א אנדערע קאליר, וואספארא אינפארמאציע זאל אייביג זיין אויף דיספלעי, למשל זייגער, דעיט, בעטערי, סערוויס בארס, אד"ג.
עס קען נעמען צייט זיך אויסצולערנען אלע פיטשערס וואס די פראגראם האט, אבער איינמאל מען געוואוינט זיך צו דערצו, יו אר סטאק וויט איט...

די וועב זייטל דערצו איז
http://www.megasoft2000.com/product.php?division=palm

די רעגיסטראציע קאוד פאר ווערסיע 5.XX איז 6369-4264
פאר אנדערע ווערסיעס קען מען אנפרעגן.

חוץ די פראגראם דארף מען נאך באקומען א סקין דערצו, אן די סקין וועט עס נישט ארבעטען.
איך האב עטליכע סקינס, אבער איך קען עס נישט ארויפלייגן, קודם האט קרעטשמע מיר נישט געלאזט ווייל עס איז א prc פייל, נאכדעם וואס איך האב עס געטוישט צו א txt פייל, איז קרעטשמע אויפגעקומען מיט א תירוץ אז די פייל איז צו גרויס, ווער עס האט אן עצה ווי אזוי איך קען עס ארויפלייגן זאל מיר ביטע העלפן לתועלת הציבור, ביז דערווייל קען מען עס בעטן אין אישי.
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

איך האב געהאט אמאל מעגא לאונטשער מען קען מאכן EXIT, און דאכצעך אז מען קען עס דעליטען פון מעגא לאונטשער אויך, (מען דארף נישט אריינגיין אין קיין פאגרעם עס אויסצומעקען)
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איבער דעם ענין פון לאקן טעלעפאונס, קענעך נישט אריינרעדן, ווייל ווי באקאנט בינעך נישט קיין לאקסמיט..

אבער וועגן דעם ארטיקל, פאקטי, כאגעטראכט צו די ארטיקל באלאנגט נישט אין קרעטשמע, איי מין א געהעריגע "קרעטשמערישע" ארטיקל, מיט אלע מפרשים.....

וויזוי פלעגט נאר פאקטי זאגן? "די פאקט בלייבט די פאקט"......

האלאו, רייס ארויס פון דיין לעכל, דא אין טעכנעלאגיע, און זיי אונז מהנא אין קרעטשמע אביסל......
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2831
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צום זאך »

איינער ווייסט אפשר צו ס'דא אזא פראגראם פאר א בלעקבעררי? אדער כאטשיג צו קענען לאקען געוויסע אפליקאציעס?
ייש"כ
KCSP
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 21, 2008 2:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך KCSP »

צום זאך די האסט מיך אויסגעכאפט... איך פרעג דאס זעלבע
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

kcsp אוודאי קען מען ארויסגיין פון מעגא לאונטשער, און מען קען עס אויך אויסמעקן, אבער כדי ארויסצוגיין פון מעגא לאונטשער, אדער כדי עס אויסצומעקן, דארף מען עס קודם עפענען, און וויבאלד עס איז דא א פעססוואד דערויף קען מען עס נישט עפענען אן דעם.ן
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

דע פאקט, זייער פיין געשריבן.

צום זאך האט געשריבן:איינער ווייסט אפשר צו ס'דא אזא פראגראם פאר א בלעקבעררי? אדער כאטשיג צו קענען לאקען געוויסע אפליקאציעס?
ייש"כ

איך קען דיר נאר ענטפערן אז יא, עס איז דא. וויאזוי עס הייסט און ווי מען באקומט עס, ווייס איך נישט. איך האב עס אמאל געזען ביי איינעם.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

קודם יישר כח פאר א זאפטיגן אשכול.

איך זוך אויך אזא פראגראם פאר'ן בלעקבערי, אבער אויף דערווייל איז דא זייער א גרינגע עצה: גיי אריין צו אפשענס, פעסווארד, מאך א פעסווארד, נאכדעם די אפשען allow outgoing calls while locked שטעל אן אויף yes. יעצט ווען איינער וויל בארגן דיין בלעקבערי, געב עס א לאק מיט'ן קנעפל און געב אים עס. יענער קען יעצט גארנישט טון אויסער ארויסקאלן. ער קען אויך זעהן דיינע קאנטאקטס אבער נישט מיט די נאמבערס.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

יישר כח פארן ארטיקל, כאטש כ'האב רחמנות אויף דיר, און די פראבלעם וואס יגר האט ארויס געברענגט איז גארנישט אוועק צו מאכן.

דערווייל האבעך ב"ה נישט געהאט קיין פראבלעם ביים בארגן מיין פאון, און כ'האב מורא, אז איינמאל איך וועל האבן אזא פראבלעם וועלעך לכאורה סטאפן צו בארגן מיין פאון, כ'האף נישט צו דארפן צוקומען דערצו.
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

יישר כח ר' משה אהרן איך האב באמת הנאה געהאט וויאזוי דו האסט צולייגט דעם נודניק.
און יישר כח פאר אלע מגיבים וואס האבן געגעבן גוטע עצות וויאזוי צו לעזן די פראבלעם.

ביידאוועי איך מיין אז גאנץ בקרוב וועט שוין נישט אויספעלן צו בארגן א סעלפאן! ס'ווערט נתרבה פון טאג צו טאג די צאל סעלפאן באנוצער...
שרייב תגובה

צוריק צו “סעלפאונס און טעבלעטס”