דער סאטמאר'ער הנה מה טוב
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
דער סאטמאר'ער הנה מה טוב
איך בין לעצטענס געווען ביי א חתונה, און איך האב דארט געהערט א ניגון אויף די ווערטער הנה מה טוב ומה נעים שבת אחים גם יחד,
דער ניגון האט מיך עפעס זייער געכאפט, עס איז געווען גאר שיין, און דער עולם האט פעסט געטאנצט, און איך האב איבערגעלאזט שנעל דעם רינג, און צוגעלאפן צום שפילער און געפרעגט וועמענס ניגון דאס איז, ער האט מיר גע'ענפערט אז ס'יז א סאטמאר'ער ניגון, און אויף מיין פראגע ווער עס האט דאס קאמפאזירט האט ער נישט געוואוסט צו ענפערן
אלזא כאוויירים טייערע, אויב האט איינער א דעם ניגון און ער קאן דאס דא ארויסלייגן, וואלט איך עם גאר שטארק דאנקבאר געווען, און אויך וואלט איך זייער געוואלט וויסן ווער איז דער קאמפאזיטאר פון דעם הערליכן ניגון.

חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
דאס איז לכאורה פון ר' יושע מענדלאוויטש דער מחבר פון די באוואוסטע ניגונים 'שנשמע ונתבשר' און 'ואמר ביום ההוא' ועוד.
אז מ'רעדט פון זיינע ניגינום, ער האט פארפאסט גאר א גוטער ניגון פאר פורים אויף די ווערטער 'אם על המלך טוב ינתן לי שאלתי ובקשתי, אם מצאתי חן בעיניך המלך, ינתן לי נפשי בשאלתי ועמי בבקשתי' עס איז זייער לעבעדיג, און גאר א גוטער ווערטער סעלעקציע.
זיינע ניגונים זענעג געעוענליך זייער גוט געזעצט אויף די ווערטער, און גאר גוטע בייפעלער פון העכערע בקשות און געגעום רוחניים.

- צייטליך
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 12505
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
- לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.
די הנה מה טוה ומה נעים ניגון איז מחלוקה וועמענס דאס איז, איך האב שוין געהערט אז ס'איז ר' יושע מענדלאוויטש, ר' יודל ווערצבערגער און ר' שלמה הערש עקשטיין. איינער פון די דריי.
מיללער, איך מיין אז די מאכסט א טעות מיט דעם 'אם על המלך טוב' ניגון, איך גלייב אז די רעדסט פון דעם ניגון וואס איז אויפגעכאפט געווארן די לעצטע 2 יאר, דאס האט משולם גרינבערגער קאמפעזירט און עס איז אויפגעכאפט געווארן נאכן ארויסקום פונעם "פורים אויפן טיש 2" דורך יוסף משה כהנא.

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
צייטליך האט געשריבן:מיללער, איך מיין אז די מאכסט א טעות מיט דעם 'אם על המלך טוב' ניגון, איך גלייב אז די רעדסט פון דעם ניגון וואס איז אויפגעכאפט געווארן די לעצטע 2 יאר, דאס האט משולם גרינבערגער קאמפעזירט און עס איז אויפגעכאפט געווארן נאכן ארויסקום פונעם "פורים אויפן טיש 2" דורך יוסף משה כהנא.
כ'שטים מיט.
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
יא, עס הייבט זיך אן מיט דריי מאל דאס ווארט הנה, און פליז, איך לעכץ צו הערן דעם ניגון נאכאמאל, און איך קען עס נישט ארויפשטעלן דא, ווען יא דארף איך עס נישט בעטן דא.
ע"כ, ידידנו אהובינו תושבי קרעטשמא, האט רחמנות אויף אן אומבאלפן קעצל, און הענגט אריין דעם ניגון דא
יאשערקעס למפרע
ע"כ, ידידנו אהובינו תושבי קרעטשמא, האט רחמנות אויף אן אומבאלפן קעצל, און הענגט אריין דעם ניגון דא
יאשערקעס למפרע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35425
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
צייטליך האט געשריבן:קאנפערמירט.
דער ניגון "הנה מה טוב ומה נעים" וואס טהור עניים לעכץ אזוי נאך, איז קאמפעזירט געווארן דורך ר' שלמה הערש עקשטיין אין די פריע ס' יארן לכבוד א מלוה מלכה דורך איחוד התלמידים אין ריפאבליק פלאזא אין בארא פארק.
דערמאנסט מיר פון ר' יוסף פראמער ע"ה, זכרנו ימים מקדם, טו בי עקזעקט מוצ"ש Y2K תש"ס, דאס האט מען דאן איבער געזינגען א שיינע פאר מאל.
בד"וו, איך זוך נאך מיין רעזשוואולקע......
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
- טהור-עיניים
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm
א געוואלדיגער שערקויעח, ערעב טריאו, (כ'מיין אז בלעקבערי איז שוין היינט מער פאפיולער), און איך האב טאקע שטארק הנאה געהאט דערפון.
און אצינד וויל איך בעטן, אויב ערעב טריאו, אדער סיי ווער עס האט דאס אויך, און דער זינגער זינגט גוט און שיין, זאל ער אויך מוחל זיין און עס ארויפשטעלן.
יאשערקעס למפרע
און אצינד וויל איך בעטן, אויב ערעב טריאו, אדער סיי ווער עס האט דאס אויך, און דער זינגער זינגט גוט און שיין, זאל ער אויך מוחל זיין און עס ארויפשטעלן.
יאשערקעס למפרע
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
NO man is a failure who has friends
צייטליך אין דעם אשכול האט געשריבן: ...
(אגב, איינער האט דא אמאל געזיכט די ניגון "הנה מה טוה ומה נעים" פון ר' שלמה הערש עקשטיין, ס'איז דער צווייטער ניגון אויף דעם סידי)