שוידערליכע שיסעריי אין דזשוירזי סיטי רח״ל - (ג' וישלח תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

ווי איך האב באריכטעט בשעת מעשה פון די פאליציי רעדיאו הערט מען טאקע שפעטער ווי איינער וואס איז געשטאנען אויף איינע פון די דעכער זאגט אז ער האט געזען איינעם איבערטאנצן די געיט און צוריק אריינלויפן, דאס איז לכאורה געווען דער יונגערמאן שטיינמעטץ
אוועטאר
קאלערדיג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 431
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 04, 2019 4:30 pm

קארלסבורג

תגובה דורך קאלערדיג »

אין די צייט וואס כלל ישראל איז נאך אונטערן טיפן שאק נאך די ברוטאלע טעראר-אטאקע אין די נייע חרדישע געגענט אין דזורזי סיטי, ווערט באקאנט אז 'רוח הקודש הופיעה בבית מדרשו פון כ"ק מרן בעל עמק התשובה מקארלסבורג שליט"א וועלכע האט פאראויס געזאגט די טעראר-אטאקע די וואך פרשת ויצא ביי סעודת שלישית.
דער רב שליט"א האט דערמאנט בתוך דבריו:
"מ'טאר זיך נישט מתייאש זיין. אפילו ווען די נסיון איז שוין דא. ער קומט מיט געווער און מיט אלעמען – וואס וועט זיין דא? אויף דעם איז דא די עצה אז ס'זאל פאר זיי טונקעל ווערן אז זיי זאלן נישט זעהן. די וואס וועלן האלטן די תורה וועלן זיי נישט זעהן און די געווער וועט נישט ארבעטן"....
דאס האט מען געזעהן ביי די טראגעדיע ווען די בלוטיגע רוצחים זענען בכלל נישט אריין אין די ארטיגע בית מדרש וועלכע געפונט זיך א טיהר אוועק פון גראסערי.
אוועטאר
מומחה יוחס
סגן ראש הקהל
תגובות: 24332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 11, 2010 1:22 pm
לאקאציע: דא אינעווייניג

תגובה דורך מומחה יוחס »

וואס האט די יונגערמאן שטיינמטץ פונקליך געוואלט? פין ווי איז ער געקומען אין געגאנגען?
מומחה יוחס
איז פורים רב!!!
אוועטאר
קו הישר
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4166
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 27, 2014 5:42 pm

תגובה דורך קו הישר »

מומחה יוחס האט געשריבן:וואס האט די יונגערמאן שטיינמטץ פונקליך געוואלט? פין ווי איז ער געקומען אין געגאנגען?

ער פארציילט זיין מעשה
https://www.dropbox.com/s/bm4z169f3s9rk ... 7.mp4?dl=0
שיעף גלייך איז אויך גלייך /___\
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

תגובה דורך דריידל »

הייליג האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:די מצוה פון וחי עמך גייט אן ביי א גוי אויך (רש"י ויקרא כה,לה; השגות הרמב"ן על ספר המצוות עשה טז).

ממש נישט פשוט וואס דו טענה'סט
פון אנדער זייט איז עס א הרבע שאלעה פון לא תחנם, קען זיין אז עס איז דא א היתר פון הכרת הטוב אדער פון מפרנסין


קידוש השם און די גויים וועלן זיך בעסער באנעמן צו אידן

לאו דווקא.
ביי דו אפריקען אמעריקענס הערשט א ראבעריי מיט די "ווייסע" פאליס איבעראל.
דאס אז אידן שטעלן זיך ארויס צו שטארק קען נאך אויסגעטייטשט ווערן אז מ'נעמט א צד אין די סיכסוך.

מ'דארף ארבעטן מיט אסאך שכל.
אפשר טאמער איינע פון די שווארצע ווערן געהרגעט זאל מען אויך מאכן א קאמפיין
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
הייליג
שר האלף
תגובות: 1186
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובה דורך הייליג »

דריידל האט געשריבן:
הייליג האט געשריבן:
גולם פון וואשינגטאן האט געשריבן:
חלב ישראל האט געשריבן:די מצוה פון וחי עמך גייט אן ביי א גוי אויך (רש"י ויקרא כה,לה; השגות הרמב"ן על ספר המצוות עשה טז).

ממש נישט פשוט וואס דו טענה'סט
פון אנדער זייט איז עס א הרבע שאלעה פון לא תחנם, קען זיין אז עס איז דא א היתר פון הכרת הטוב אדער פון מפרנסין


קידוש השם און די גויים וועלן זיך בעסער באנעמן צו אידן

לאו דווקא.
ביי דו אפריקען אמעריקענס הערשט א ראבעריי מיט די "ווייסע" פאליס איבעראל.
דאס אז אידן שטעלן זיך ארויס צו שטארק קען נאך אויסגעטייטשט ווערן אז מ'נעמט א צד אין די סיכסוך.

מ'דארף ארבעטן מיט אסאך שכל.
אפשר טאמער איינע פון די שווארצע ווערן געהרגעט זאל מען אויך מאכן א קאמפיין


אנטשולדיגט, נישט גוט געזאגט
די פאליציי און די באאמטע און פאלאטישענס וועלן זיך בעסער באנעמן, פאר די גויים ווייס איך נישט צו מען קען באמת עפעס טוען עשיו איז דאך שונא ליעקב נישט פון היינט
פאר די פאליטיקאנטן קען עס 'אפשר' העלפן -לשחדו-

איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
ערליכער
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 16, 2019 1:12 pm

תגובה דורך ערליכער »

מומחה יוחס האט געשריבן:וואס האט די יונגערמאן שטיינמטץ פונקליך געוואלט? פין ווי איז ער געקומען אין געגאנגען?

ער האט געוואלט זען צו אפשר קען ער ארויס ראטעווען די אידן , ער איז געזיצן אין שול מיטן מאן ר' משה דוד ווי ר' משה דוד איז געזיצן אין געזאגט תהילים אן אויפהער און שוין פארשטאנען וואס פונקטליך עס איז געשען מיט זיין ווייב....איז ער ארויסגעגאנגען פון בעק טיר פון שול אריין צו די בעק טיר פון די גראסערי און געזען די טיר אפען אביסעל ווי דער גויס קאפ האלט אן די טיר אביסעל אפען , איז ער אנטלאפן פון דארט זעענדיג וואספאר א בלוט באט עס איז
אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2814
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובה דורך חושב מחשבות... »

קו הישר האט געשריבן:
מומחה יוחס האט געשריבן:וואס האט די יונגערמאן שטיינמטץ פונקליך געוואלט? פין ווי איז ער געקומען אין געגאנגען?

ער פארציילט זיין מעשה
https://www.dropbox.com/s/bm4z169f3s9rk ... 7.mp4?dl=0

פחדים נוראים.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובה דורך לעיקוואד »

סעלצער האט געשריבן:נאך אפאר
1)וויפיל אפיצירן זענען געווען ביים אפשטעלן די ווען ביים סעמעטערי?
2)אויב 2 דעמאלטס פארוואס האט א ציווילער געדארפט אריין רופן 12:38 אז ער זעהט איינעם אויף דער ערד?
3)אויב נאר איינער פון ווי האט מען שוין פון אנפאנג געוויסט ווער ס'האט אים געשאסן? (אפשר א dashcam)

ער איז געווען אליינס, און דאס אז זיי האבן געוואוסט א שעה צוויי שפעטער אז עס איז די זעלבע, קען זיין פון נאכקוקן סורוועילענס קעמערעס נעבן די סעמעטערי, בשעת די גאנצע מהפיכה אין שול, וואס איך גלייב אז זיי האבן געשיקט אויספארשער גלייך צו די סעמעטערי, און דאס אז זיי האבן געזען די ווייסע ווען אויף קעמערעס איז געווען גענוג פאר דערווייל.
אוועטאר
אלופי אדום
שר האלף
תגובות: 1667
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 22, 2019 12:59 pm
לאקאציע: אויפן טיש

תגובה דורך אלופי אדום »

געהערט ערשטהיינטיג א מעשה פון א פרוי וואס האט נישט לאנג צוריק זיך געטוישט פון א שייטל צו א שפיצל, מעשה שהי' אז זי האט געוואלט ארויסגיין צום גראסערי און די פארמיטאג שעות, און עפעס פונקט יענעם טאג איז עפעס נישט געגאנגען די זיך מאכן די טיכל, אז עס האט גענימען א 20 מינוט לענגער וו געראכטן,
עפטער ככלות הכל איז זי געגאנגען צום גראסערי אנקומענדיג א גאס בעפאר האט זי געהרעט ווי מ' הייבט אן שיסן פארשטייט זיך אז זי איז אוועקגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט,

מקען נישט טראכטן וואס וואלט געווען ווען איר טיכל טוט זיך אן ביים ערשטן מאל

אלעס מיט א חשבון פון אויבן!
מיין לופי'לע........
אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

תגובה דורך סעלצער »

סעלצער האט געשריבן:אפאר איינצעלהייטן ווער ס'קען ביטע איסקלארן
1)ווי איז די חדר העכער די סטאר אדער העכער די שול? אויב העכער די שול סא וואס איז העכער די סטאר און צו ווי פירט די זייטיגע טיר?
2)אויב ס'העכער די סטאר מיינט דאס אז די רוצחים זענען פארביי די אלע שטאקן פונעם חדר און ארויף אויפ'ן דאך? (לויט ווי ס'געווען באריכטעט)
3)איז די גלאז פון די טיר אראפ גקומען פון די קוילן פון אנפאנג?
4)ווען האט מען געהארגעט די רוצחים?
5)ווי אזוי האט די פאליציי ציגעלאזט אז שטיינמעץ זאל ציגיין ממש ביזן טיר פון די בעק בערך א שעה נאכדעם וואס די שיסעריי האט זיך אנגעפאנגן? זענען נישט געווען דארט פאליציי?! דעמאלטס פארוואס זענען נישט די רוצחים פון דארט ארויסגעלאפן?
ביטע ענטפערט נאר פאקטן נישט קיין השערות, ייש"כ למפרע
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובה דורך עושר וכבוד »

נישט געווען קיין רוצחים אויפן דאך. די פאליציי איז נישט געשטאנען הארט נעבן די געשעפט נאר אויף דעכער ארום. זיי האבן געשאסן פון אויבן.

די חדר איז העכער די שול.
אוועטאר
זיידע ומומחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 12, 2012 11:09 am

תגובה דורך זיידע ומומחה »

Untitled.gif
Untitled.gif (512.99 KiB) געזען 1128 מאל
אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובה דורך אוהב ספרים »

דריידל האט געשריבן:@טעאריע
די רעאקציע פאר די שוידערליכע אטאקע איז טאקע א קידוש השם אבער איך פארשטיי נישט פארוואס די רייסט אראפ "אנדערע קרייזן".
וואס למשל האט מען נישט גוט געהאנדלט ביי די פאוויי שיסעריי? וויפול איך געדענק האט מען אויך באדאנקט די באערטע און קיינעם נישט אראפגעריסן.


א מחלה פון געוויסע קרייזן אז זיי קענען נאר גרויס ווערן דורך קליין מאכען יענעס, מאכט דיך גרויס ווייל דו ביסט גרויס, ברענג ארויס דיינע מעלות ווייל די האסט מעלות נישט ווייל יענער האט חסרונות [אדער נישט]
ולא מיין
שר חמש מאות
תגובות: 854
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 04, 2012 3:10 pm
לאקאציע: בין שחו''ר לשכו''ר

תגובה דורך ולא מיין »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ווי איך האב באריכטעט בשעת מעשה פון די פאליציי רעדיאו הערט מען טאקע שפעטער ווי איינער וואס איז געשטאנען אויף איינע פון די דעכער זאגט אז ער האט געזען איינעם איבערטאנצן די געיט און צוריק אריינלויפן, דאס איז לכאורה געווען דער יונגערמאן שטיינמעטץ

און די פאליס קלעצער, האבן זיי נישט געקענט אויסשיסן ווארענונג קוילן אז די יונגערמאן זאל נישט לויפן ווייטער, ווען ווער ווייסט וואס ס'וואלט געקענט פאסירן?
נזכירה דודיך מיין מישרים אהבוך. שכור''ה אני ונאוה. (שה''ש א', ד'-ה').
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

תגובה דורך זארג נישט »

קהל עדתינו האט געשריבן:.

וואס מיינט anti-law enforcement beliefs
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

תגובה דורך עושר וכבוד »

ולא מיין האט געשריבן:
יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:ווי איך האב באריכטעט בשעת מעשה פון די פאליציי רעדיאו הערט מען טאקע שפעטער ווי איינער וואס איז געשטאנען אויף איינע פון די דעכער זאגט אז ער האט געזען איינעם איבערטאנצן די געיט און צוריק אריינלויפן, דאס איז לכאורה געווען דער יונגערמאן שטיינמעטץ

און די פאליס קלעצער, האבן זיי נישט געקענט אויסשיסן ווארענונג קוילן אז די יונגערמאן זאל נישט לויפן ווייטער, ווען ווער ווייסט וואס ס'וואלט געקענט פאסירן?

וואס מיינט ווארענונג קוילן? אז ער זאל זיך מער דערשרעקן און אריינלויפן אין גראסערי?
יאנקעל פעדראטשיק
שר ששת אלפים
תגובות: 6090
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 20, 2011 5:39 pm
לאקאציע: דארט

תגובה דורך יאנקעל פעדראטשיק »

לעיקוואד האט געשריבן:
סעלצער האט געשריבן:נאך אפאר
1)וויפיל אפיצירן זענען געווען ביים אפשטעלן די ווען ביים סעמעטערי?
2)אויב 2 דעמאלטס פארוואס האט א ציווילער געדארפט אריין רופן 12:38 אז ער זעהט איינעם אויף דער ערד?
3)אויב נאר איינער פון ווי האט מען שוין פון אנפאנג געוויסט ווער ס'האט אים געשאסן? (אפשר א dashcam)

ער איז געווען אליינס, און דאס אז זיי האבן געוואוסט א שעה צוויי שפעטער אז עס איז די זעלבע, קען זיין פון נאכקוקן סורוועילענס קעמערעס נעבן די סעמעטערי, בשעת די גאנצע מהפיכה אין שול, וואס איך גלייב אז זיי האבן געשיקט אויספארשער גלייך צו די סעמעטערי, און דאס אז זיי האבן געזען די ווייסע ווען אויף קעמערעס איז געווען גענוג פאר דערווייל.

זיי האבן עס צאמגעשטעלט זייער שנעל נאכדעם וואס די צווילע וואס האבן באריכטעט די שיסעריי ביים סעמעטערי האבן געזאגט אז זיי האבן געזען א יו-האל ווען אוועק פליען
זארג נישט
שר חמשת אלפים
תגובות: 5000
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 01, 2013 10:53 am

תגובה דורך זארג נישט »

dovidal האט געשריבן:
שמואל שמעלקא האט געשריבן:דאס מיינט אז ווען זיי זענען אריין אין געשעפט האבן זיי שוין נישט כמעט געהאט וועם צו שיסן, זיי וואלטן זיכער ארויף צו די חדר ווען נישט פאליציי קומט שנעל אן.

זענין די פאליציי אנגעקומען שנעל אדער 22 מינוט שפעטער ?

קודם איז אנגעקומען די 2 פיסגייער פעטראל און זעהט אויס גאנץ שנעל, און נאכדעם די ריענפארסמענטס.
זארג נישט, האב בטחון אין באשעפער
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

יעצט גייען אנהייבן צו שטראמען מעשיות ווי שוואמען נאך א רעגן...
כ'אב פינקט געדארפט דארט זיין, מיין שוויגער האט מיך אויפגעהאלטן... וכו' וכו'
אוודאי גלייבן מיר אין השגחה פרטית, אבער אויף רוב פון די מעשיות קען מען זאגן "נעמען שהיה - מעשה פיקטיוו"....
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
בענאק
שר חמש מאות
תגובות: 955
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 12, 2015 4:35 pm

תגובה דורך בענאק »

סעלצער האט געשריבן:
סעלצער האט געשריבן:אפאר איינצעלהייטן ווער ס'קען ביטע איסקלארן
1)ווי איז די חדר העכער די סטאר אדער העכער די שול? אויב העכער די שול סא וואס איז העכער די סטאר און צו ווי פירט די זייטיגע טיר?
2)אויב ס'העכער די סטאר מיינט דאס אז די רוצחים זענען פארביי די אלע שטאקן פונעם חדר און ארויף אויפ'ן דאך? (לויט ווי ס'געווען באריכטעט)
3)איז די גלאז פון די טיר אראפ גקומען פון די קוילן פון אנפאנג?
4)ווען האט מען געהארגעט די רוצחים?
5)ווי אזוי האט די פאליציי ציגעלאזט אז שטיינמעץ זאל ציגיין ממש ביזן טיר פון די בעק בערך א שעה נאכדעם וואס די שיסעריי האט זיך אנגעפאנגן? זענען נישט געווען דארט פאליציי?! דעמאלטס פארוואס זענען נישט די רוצחים פון דארט ארויסגעלאפן?
ביטע ענטפערט נאר פאקטן נישט קיין השערות, ייש"כ למפרע

איך האב זיך אמאל געדרייט איך זשערסי סיטי דארטן, קען איך ענטפערן בערך

1)ווי איז די חדר העכער די סטאר אדער העכער די שול?
ביידע, און עס זענען דא דורכגענג אינמיטן. אנצוקומען אהין ניצט מען טאקע יענע טיר
(עס איז נישט די געהעריגע גרויסע חדר בילדינג, דאס איז נאר פאר די קליינע קינדער)

2)אויב ס'העכער די סטאר מיינט דאס אז די רוצחים זענען פארביי די אלע שטאקן פונעם חדר און ארויף אויפ'ן דאך?
איך האב די ווערטער געהערט אויף די פאליס דיספעטש אז זיי זעען מענטשן אויפן דאך, ווייס איך טאקע נישט פשט.

3)איז די גלאז פון די טיר אראפ גקומען פון די קוילן פון אנפאנג?
אזוי איז משמע

4)ווען האט מען געהארגעט די רוצחים?
אויף די פאליס דיספעטש האט מען געהערט ערגעץ פארן אריינפארן אין די גראסערי ווי מען זאגט "וואן גאנמען איז דאון"

5)ווי אזוי האט די פאליציי ציגעלאזט אז שטיינמעץ זאל ציגיין ממש ביזן טיר פון די בעק בערך א שעה נאכדעם וואס די שיסעריי האט זיך אנגעפאנגן? זענען נישט געווען דארט פאליציי?! דעמאלטס פארוואס זענען נישט די רוצחים פון דארט ארויסגעלאפן?
די גאנצע מעשה האט מען זייער קלאר געקענט מיטהאלטן אויף די פאליס דיספעטש, און דער שטיינמעטץ האט געהאט ריזיגע ניסים. די פאליציי האט אלעס מיטגעהאלטן פון דעכער ארום, פילע פאליציאנטן זענען געשטאנען אויסגעשטרעקט מיט געווער, און זיי זענען געווארן ווילד ווען זיי האבן געזען איינעם ארומטאנצן דארט, די דיספעטש האט געמאכט קולות אז מען זאל נישט שיסן אויף קיינעם נישט ווייל ס'איז נישט זיכער אז דאס זענען זיי.
אוועטאר
נשמה
שר שבעת אלפים
תגובות: 7114
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 03, 2009 8:12 pm
לאקאציע: אינעם קערפער ביז די הונדערט און צוואנציג געזונטערהייט

תגובה דורך נשמה »

אלופי אדום האט געשריבן:געהערט ערשטהיינטיג א מעשה פון א פרוי וואס האט נישט לאנג צוריק זיך געטוישט פון א שייטל צו א שפיצל, מעשה שהי' אז זי האט געוואלט ארויסגיין צום גראסערי און די פארמיטאג שעות, און עפעס פונקט יענעם טאג איז עפעס נישט געגאנגען די זיך מאכן די טיכל, אז עס האט גענימען א 20 מינוט לענגער וו געראכטן,
עפטער ככלות הכל איז זי געגאנגען צום גראסערי אנקומענדיג א גאס בעפאר האט זי געהרעט ווי מ' הייבט אן שיסן פארשטייט זיך אז זי איז אוועקגעלאפן מיט די נשמה אין די הענט,

מקען נישט טראכטן וואס וואלט געווען ווען איר טיכל טוט זיך אן ביים ערשטן מאל

אלעס מיט א חשבון פון אויבן!

דוקא אזאנע "טיכלעך" מעשיות קענען זיין א חילוק צווישן לעבן און ... פארשטייסט? ס'דא איינער פון אויבן וואס קאנטראלירט די "טיכל".
אוועטאר
סעלצער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 418
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 18, 2015 1:28 am
לאקאציע: דא, זייער באקוועם

תגובה דורך סעלצער »

יאנקעל פעדראטשיק האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:
סעלצער האט געשריבן:נאך אפאר
1)וויפיל אפיצירן זענען געווען ביים אפשטעלן די ווען ביים סעמעטערי?
2)אויב 2 דעמאלטס פארוואס האט א ציווילער געדארפט אריין רופן 12:38 אז ער זעהט איינעם אויף דער ערד?
3)אויב נאר איינער פון ווי האט מען שוין פון אנפאנג געוויסט ווער ס'האט אים געשאסן? (אפשר א dashcam)

ער איז געווען אליינס, און דאס אז זיי האבן געוואוסט א שעה צוויי שפעטער אז עס איז די זעלבע, קען זיין פון נאכקוקן סורוועילענס קעמערעס נעבן די סעמעטערי, בשעת די גאנצע מהפיכה אין שול, וואס איך גלייב אז זיי האבן געשיקט אויספארשער גלייך צו די סעמעטערי, און דאס אז זיי האבן געזען די ווייסע ווען אויף קעמערעס איז געווען גענוג פאר דערווייל.

זיי האבן עס צאמגעשטעלט זייער שנעל נאכדעם וואס די צווילע וואס האבן באריכטעט די שיסעריי ביים סעמעטערי האבן געזאגט אז זיי האבן געזען א יו-האל ווען אוועק פליען

אויב האבן זיי געזעהן די van אוועק פארן פארוואס האט געדויערט ביז 12:38 ?
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3642
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

כאניש וואס צו טון האט געשריבן:יעצט גייען אנהייבן צו שטראמען מעשיות ווי שוואמען נאך א רעגן...
כ'אב פינקט געדארפט דארט זיין, מיין שוויגער האט מיך אויפגעהאלטן... וכו' וכו'
אוודאי גלייבן מיר אין השגחה פרטית, אבער אויף רוב פון די מעשיות קען מען זאגן "נעמען שהיה - מעשה פיקטיוו"....

וואס עפעס? דו ווייסט, הונדערטע אזאנע מעשיות פאסירן יעדע רגע... איינער וויל גיין ערגעץ און א סעקונדע דערויף איז ער מחליט: נע, איך גיי נישט! איינער וויל גיין ערגעץ און זאכן פארשלעפן זיך... וכו' וכו' וכו' הונדערטע הונדערטע אזעלכע זאכן יעדע רגע! און... אלעס איז השגחה פרטית! עכטע נעמען מיט עכטע מעשיות!
נאר אין אזא טאג "זעט מען" די השגחה! באמערקט מען עס מער, ווערט מען מער וואך דערצו! דעריבער וועסטו אזויפיל הערן רעדן דערפון.
אוועטאר
כאניש וואס צו טון
שר עשרים אלף
תגובות: 22317
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
פארבינד זיך:

תגובה דורך כאניש וואס צו טון »

וויפול מענטשן דרייען זיך אדורך דעם גראסערי אזא צייט אין געווענליכע טעג?
די לעכטיגע טעג זענען שוין נענטער ווי ווייטער!
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”