בערקא האט געשריבן:אז מען רעדט פון מלוה מלכה האמער זעכדערמאנט
יענקל האט זיך באגניגנט פאר מלוה מלכה מיט א פעניצל און א טיי, פרעגטעם זיין באלעבאסטע: "פארוואס עסטע אזא מאגערע סידע?
ט'רגעענטפערט אזוי זאגט מען אין דע זמירעס, "סקיני סידעסע"
מילתא דבדיחותא
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
איך בין א חלק אלוק' - איך בין הייליג!
די עבודה איז: גלייבן דערין סיי וויאזוי איך בין, און אין די זעלבע צייט פרובירן צו ווערן בעסער
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
קלמן יאסעלע האט געשריבן:היינט ביים דאווענען ביי הויכע שמו"ע קומט צו מיר א משולח פאר א נדבה אונטערזינגענדיג זיך 'ותן שכר טוב'...
נעם איך ארויס א דאלאר און איך גיב אים דאס אהין, אונטערזינגענדיג זיך 'ולרושלים עירך תשיב'!
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8296
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
א גוט שטיקל פונעם 'מלאך', אפשר אביסל אלט אבער גוט....
https://drive.google.com/open?id=1DUUxo ... UJorxz992y

לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?

- קלמן יאסעלע
- שר חמש מאות
- תגובות: 944
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 19, 2019 9:33 am
- לאקאציע: ערגעצוואו
- כאניש וואס צו טון
- שר עשרים אלף
- תגובות: 22317
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 04, 2017 6:18 pm
- לאקאציע: אפן וועג צום ארבייט
- פארבינד זיך:
- Kosher Travel
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4219
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
- לאקאציע: Yehupesville
- פארבינד זיך:
א ליטווישע בחור איז אמאהל געקומען צום רבין'ס טיש.
באקומעט ער א שטיקל פיש פאר שיריים.
פרעגט ער פון א חסיד אויף פארענטשעס, don't they give napkins over here?
זאגט איהם די חסיד, ביזט משוגע? ביזט ביי א חסידישע טיש!
ליטוואק: נו וואס זאך איך טוהן?
חסיד: וויש דיך אריין אינעם שכן'ס בעקיטשע!
ליטוואק: און ער גייט נישט שפירן?
חסיד: און איהר האט יא געשפירט?

מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
http://www.KosherTravelInfo.com
~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
Kosher Travel האט געשריבן:א ליטווישע בחור איז אמאהל געקומען צום רבין'ס טיש.
באקומעט ער א שטיקל פיש פאר שיריים.
פרעגט ער פון א חסיד אויף פארענטשעס, don't they give napkins over here?
זאגט איהם די חסיד, ביזט משוגע? ביזט ביי א חסידישע טיש!
ליטוואק: נו וואס זאך איך טוהן?
חסיד: וויש דיך אריין אינעם שכן'ס בעקיטשע!
ליטוואק: און ער גייט נישט שפירן?
חסיד: און איהר האט יא געשפירט?
די ווערטל איז אז דער ליטוויטשע בחור האט גענומען די פיש אין האנט אריין...
- בוחר בשירי זמרה
- שר האלפיים
- תגובות: 2627
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 26, 2016 10:49 pm
אורך ימים האט געשריבן:הערט א שמועס צווישן א מאן מיט די פאליציי!
מאן: מען האט מיר בגנב'ט מיין קרעדיט קארד
פאליס: פארוואס האסטו געווארט ביז יעצט
מאן: ווייל די גנב סווייפט ווייניגער ווי מיין ווייב
פאליס: דעמאלס פארוואס ביזט יעצט יא געקומען?
מאן: ווייל איך מיין אז די ווייב פון די גנב האט עס יעצט אנגעהויבן ניצן
וואףףףף
איר האט הנאה -יעצט בשעת מעשה- פונעם סייט?
קומט אריין דא אצינד, און טראסקעט אריין עפעס

- נאר מיט שמחה
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8010
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am
געהערט די'ע וואך פון א בדחן:
א ירושליימער קומט קיין אמעריקא, ער גייט צו צו א גביר: כ'נאם צאם פאר 'כולל קבר רחל'.
דער גביר גיבט איהם 10 דולר.
פרעגט דער איד: 10 דולר גיבסטו פאר מאמע רחל? ווייסטו דען ווער מאמע רחל איז געווען?
זאגט דער גביר: ניין כ'ווייס נישט...
זאגט דער איד: מאמע רחל איז געווען די מאמע פון ר' ישעי' ב"ר משה...
דער גביר האט איהם גלייך דערליינגט 10,000 דולר.....

דער רבי האט געהייסן פריילאך זיין! פריילאך זיין! פריילאך זאל מען זיין!!!
- maybeeynot
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5444
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 10, 2012 2:34 pm
- לאקאציע: ווי איך שטעק אריין מיין נאז
זיצענדיג ביים דינער פון די מוסדות זעה איך לעבן מיר מיין חבר וואס איז לאוו דווקא די גרויסע מתמיד. זיצט איבער געבויגען אויף א גמרא מרישא לסיפא. אויף מיין שאלה מה היום מיומים אין פארוואס ער גייט נישט לערנען אין היכל התורה פאר די געלט ענטפערט ער מיר. אגאנץ יאר ווען איך וויין צי די הנהלה אז איך האב נישט קיין געלט הערט מען מיך נישט אויס. סא היינט נאכט ווען די הנהלה וויינט צי מיר איז פעי בעק טיים
maybeeynot האט געשריבן:זיצענדיג ביים דינער פון די מוסדות זעה איך לעבן מיר מיין חבר וואס איז לאוו דווקא די גרויסע מתמיד. זיצט איבער געבויגען אויף א גמרא מרישא לסיפא. אויף מיין שאלה מה היום מיומים אין פארוואס ער גייט נישט לערנען אין היכל התורה פאר די געלט ענטפערט ער מיר. אגאנץ יאר ווען איך וויין צי די הנהלה אז איך האב נישט קיין געלט הערט מען מיך נישט אויס. סא היינט נאכט ווען די הנהלה וויינט צי מיר איז פעי בעק טיים
א פרוי, א קינד, און א נאר, פארשטייען נישט קיין סארקאזעם, וועלכע זענט איר?
איינער פרעגט אמאל א גרויסער קמצן , שטעל דיר פאר דו האסט 1000 טאלער און ראובן לאזט דיר א מעסעדזש אז ער וויל בארגן 300 טאלער נאכער לאזט דיר שמעון א מעסעדזש אז ער וויל בארגן 300 טאלער , מיט וויפיל וואלסטו איבערגעבליבן .
זאגט אים דער קמצן , "כ'וואלט איבערגעבליבן מיט 1000 טאלער און צוויי אוםגעליינטע מעסעדזשעס!!!!"

נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
געווען אמאל א גרויסע שוטה וואס איז אריין ארבעטן אין א גרויסע אפיס און האט זיך געהאלטן פאר גאר א שנעלער מאטימאטיקער
דער ערשטער טאג פון זיין ארבעט קומט צו דער בעה"ב און זאגט אים , כ'הער זאגן אויף דיר אז דו קענסט גאר שנעל רעכענען , קענסט מיר אפשר זאגן וויפיל איז 33 מאל 81 ?
דער שוטה ענטפערט גראד , 50
זאגט אים דער בעה"ב , כ'מיין דו ביזט ניש גערעכט
זאגט אים דער שוטה , "פארגעס פון די ענטפער, אבער סיז געווען שנעל הא ???!!!"
דער ערשטער טאג פון זיין ארבעט קומט צו דער בעה"ב און זאגט אים , כ'הער זאגן אויף דיר אז דו קענסט גאר שנעל רעכענען , קענסט מיר אפשר זאגן וויפיל איז 33 מאל 81 ?
דער שוטה ענטפערט גראד , 50
זאגט אים דער בעה"ב , כ'מיין דו ביזט ניש גערעכט
זאגט אים דער שוטה , "פארגעס פון די ענטפער, אבער סיז געווען שנעל הא ???!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
פרעזידענט פוטין איז אמאל געקומען באזוכן א שולע און זאגט פאר די קינדער ווער ס'וויל פרעגן א פראגע זאל אויפהייבן די הענט
א קינד הייבט אויף די הענט און פוטין געט אים רשות צו פרעגן , כ'הייס דומיטרי און כאב צוויי פראגעס צו פרעגן דעם פרעזידענט , איינס איז דאס אמת אז רוסלאנד איז זייער גוט לעצטנס מיט איראן , צווייטענס איז דאס אמת אז דער פרעזידענט איז ניש אזוי איי איי איי מיט אמעריקע
פלוצים צוקלינגט זיך די בעל פאר ריסעס
נאך אפאר מינוט זאגט פוטין , אנטשולדיגט אז אונז זעמיר געווארן איבערגעריסן אינמיטן ,ווער ס'וויל פרעגן זאל ווייטער פרעגן
הייבט אויף א אנדערע קינד ס'האנט און זאגט , פרעזידענט לעבן כ' הייס וולאדאמיר און כ'וויל פרעגן דריי פראגן , איינס איז עס אמת אז רוסלאנד איז גוט לעצטנס מיט איראן , צווייטענס , איז עס אמת אז דער פרעזידענט מיט אמעריקע זענען ניש אזוי איי איי איי , דריטענס "אווי איז דומיטרי פארשוואונדען געווארן........................?"

זיצט זיך א אינגערמאן אין א רעסטוראנט און איז זייער פארווייטאגט , קומט צו דער וועיטער און פרעגט אים , יענקל וואס גייט פאר
זאגט ער , מיט א 3 חדשים צוריק איז מיין מוטער נעבעך געשטארבן און זי האט מיר איבערגעלאזט א הונדערט טויזענט דאלאר
זאגט אים דער וועיטער , כ'הער
רופט ער זיך אהן ווישענדיג א טרער , און מיט צוויי חדשים צוריק האבעך פארלוירן מיין טאטע , ער האט מיר איבערגעלאזט א דריי הונדערט טויזענט טאלער
נאכער רופט ער זיך אהן כליפענדיג , און פאריגע חודש האבעך פארלוירן מיין מומע זי האט מיר איבערגעלאזט א ערך פון זיבעציג טויזענט טאלער
דער וועיטער הייבט אהן מיט וויינען , איי 3 קרובים צו פארלירן אין 3 חדשים איז טאקע א ווייטאג
רופט זיך יענקל אהן , יעצט פארשטייסטו שוין?! , דעי חודש האט זיך נאך קיינער אפגעזעקלט !!!!

- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3642
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
נו וואדע האט געשריבן:געווען אמאל א גרויסע שוטה וואס איז אריין ארבעטן אין א גרויסע אפיס און האט זיך געהאלטן פאר גאר א שנעלער מאטימאטיקער
דער ערשטער טאג פון זיין ארבעט קומט צו דער בעה"ב און זאגט אים , כ'הער זאגן אויף דיר אז דו קענסט גאר שנעל רעכענען , קענסט מיר אפשר זאגן וויפיל איז 33 מאל 81 ?
דער שוטה ענטפערט גראד , 50
זאגט אים דער בעה"ב , כ'מיין דו ביזט ניש גערעכט
זאגט אים דער שוטה , "פארגעס פון די ענטפער, אבער סיז געווען שנעל הא ???!!!"
א שופט פרעגט א מאן , פארוואס ווילסטו זיך גט'ן
זאגט ער, מיין ווייב וויל כ'זאל שיילן קנאבל , שניידן צוויבל, אפוואשען די דישעס וכו'
זאגט אים דער דזשאדזש , נו וואס איז כאב דיר אפאר גוטע עצות , פאר דו שיילסט קנאבל ווייק עס אין ווארעם וואסער ס'העט אראפקומען ווי גארניש , פאר די שניידסט די צוויבל לייג עס אריין אין פריזער , ס'העט דיר גארניש ציפן נאכדעם, פאר דו וואשט אפ די דישעס לאז זיי ווייקן אין ווארעם וואסער און ס'העט ארויסקומען געשמירט און פאר דו וואשט וועש לאז עס ווייקן אין וואש מאשין א שעה פארדעם און ס'העט ארויסקומען הערליך אהנע פראבלעמען ....
זאגט אים דער מאן , שופט טייערע כ'פארשטיי , כ'צוה צוריק ,יאך וויל מיר ניש גט'ן
פרעגט אים דער שופט, וואס פארשטייסטו
זאגט ער, " כ'פארשטיי אז דיין מצב איז אסאך אסאך ארגער אווי מיינע......................!!!!!!"

איינער קאולט אמאל אהן א ריזן שוטה -וואס האט זיך אדווערטייזט אז ער איז א עלעקטערישאן- אז זיין בעל האט זיך צובראכן און ער זאל עס קומען פיקסן
זאגט אים דער שוטה , נאו פראבלעם אבער מוזט מיר באצאלן פארדעם יעצט אויפן טעלעפאון און כעל זיין אין א האלבע שעה ביי דיר , שוין ער באצאלט אים
די נעקסטע צופריה רופט ער אהן דעם עלעקטערישאן מיט צעקות , כ'פארשטיי דיר ניש , כאב דיר באצאלט פון פראנאויס און ביזט קיינמאל געקומען
זאגט ער , "דו ביזט משוגע , פינעף מאל בינעך געקומען נעכטן צו דיין הויז כאב א גאנצן צייט גערינגן דיין בעל, ווען כאב געזעהן קיינער ענטפערט מיר ניש בינעך מיר אהיים געגאנגן!!!"
זאגט אים דער שוטה , נאו פראבלעם אבער מוזט מיר באצאלן פארדעם יעצט אויפן טעלעפאון און כעל זיין אין א האלבע שעה ביי דיר , שוין ער באצאלט אים
די נעקסטע צופריה רופט ער אהן דעם עלעקטערישאן מיט צעקות , כ'פארשטיי דיר ניש , כאב דיר באצאלט פון פראנאויס און ביזט קיינמאל געקומען
זאגט ער , "דו ביזט משוגע , פינעף מאל בינעך געקומען נעכטן צו דיין הויז כאב א גאנצן צייט גערינגן דיין בעל, ווען כאב געזעהן קיינער ענטפערט מיר ניש בינעך מיר אהיים געגאנגן!!!"
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!
- לעגאו מענטשעלע
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3642
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
- לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7
עמיצער האט מיר געזאגט אז דער וויץ איז ארומגעפארן, איך האב עס אבער נאכנישט געזען דא:
א בחור פון בארא פארק וואס לערנט אין מיר רופט אן זיין מאמע א טאג נאך די שיסעריי אין דז. ס., און פרעגט איר "מאמי, ביזט געווען נעכטן אין די גראסערי בשעת די אטאקע?" די מאמע עפנט אפאר אויגן מיט וואונדער "וואס האב איך פארלוירן אין די גראסערי אין דז. ס.?..." זאגט דער בחור "אה.. ווייל ביי יעדע אטאקע דא אין ארץ ישראל רופסטו מיר פרעגן צו איך בין דארט...."

געווען אמאל גאר א גרויסע קמצן האט ער זיך געקויפט אין די זומער א גרויסע שטייענדיגע פען , ער שטעלט עס אהן ס'זאל בלאזן נאר אויף אים אין זעצט זיך אראפ קעגן איבער און זיצט און האלט זיך ניש ביים אויפשטעלן
אזוי זיצט ער אפ דארט הנאה האבענדיג פון די פרישע לופט , ביז ס'געקומען פרייטיג צונאכטס און די ווייב שרייט אויף אים , שמעלקע לאז שוין אפ דעם פען א גאנצע וואך זיצטו שוין אזוי מ'ברויך גיין אין סעמעדרעש אריין
נו ניש האבענדיג קיין ברירה שטעלט ער זיך אויף, ניש פארן אנווארענען די ווייב מיטן לעבן אז זי זאל זיך ניש וואגן צוצורירן דערצו
ער גייט אין שול אריין , און די ווייב הייבט אהן באטראכטן די פען , פלוצלינג האט זי בטעות געגעבן א דרוק איויף די קנעפל וואס מאכט אז די פען זאל זיך דרייען , זי הייבט אהן ווערן היסטעריש, פרובירט עס אפצושטעלן אבער ס'גייט ניש , זי זעצט זיך אראפ און ווייסט זיך ניש ווי אהין צו טוהן
שמעלקע קומט אהיים און זעהט וואס גייט פאר , ער הייבט אהן שרייען , ביילא וואס האסטו געטוהן מיטן פען ?
זאגט זי , "כאב ניש קיין אנונג , זינט דו ביזט ארויס צום סעמעדרעש הערט ער ניש אויף דיר צו זוכן!!!!!!"