yid האט געשריבן:ברוך מ'לאנדאן האט געשריבן:איינס האט געשריבן:אינטערוויו: "דער כח היחיד",
מעכטיגע קאמפיין געלאזט געווארן אין גאנג צו ברענגען אויפמערקזאמקייט ביים רבים איבער די ארויס-פון-קאנטראל מצב ביים חתונה מאכן די קינדער : צוויי יחידים יוסי גאלדבערגער און שמואל דוד שווארץ :
https://www.yiddish24.com/4/12/10356
ווי קען מען עס הערן אויפן טעלעפאן?
2124441100 1-1-4
על זה נאמר
מילה בסלע דיחידאי בתרי.
שטארק קלאר און צום זאך!
איך האב באמערקט דא נאך א פוינט (וואס איך האב מיר שוין צו'הרג'עט אמאל אין א צווייטן אשכול)
דאסמאל ווערט די קאמפיין געפירט דורך צוויי וואס זענען
אונזער סטעידזש, רעדן
אונזער שפראך וכו'.
און דאס וועט לכאורה צוגעבן אסאך צום סוקסעס.
יוסי זאגט אז ער האט פורניטשער, ניין נישט פורניטשור (איך בין געווען זיכער אז דא גייט ער זאגן: א פריעקט פון פורניטשער...) וואס קאסט נאר $700.
איין גרינע, נאך א גרינע, און נאך א גרינע!
ווער ס'געדענקט די דרשו עד מיט די אינגערמאן וואס בעיביסיט,
אויב דענק איך גוט איז געשטאנען אין די מאמענט אז דאס איז יוסי גאלדבערגערס הויז.
סא נאך א גרינע פאר דיין גאנצע הויז וואס כאטש לכאורה קען ער זיך ערלויבן מער, זעהט מען ווי ער נוצט זיין געלד קלוג!
און וואס מיין איך קלוג? ער ספענדט אויף וואס ער פארשטייט אז ער וויל ספענדן.
ער האט דאס אביסל אנגערירט ביים איטערוויו, און מיר האט עס פארדעם געהאט געציפט אביסל, האב איך הנאה געהאט אז ער האט דאס אויסגעקלארט.
ווער ס'קען יוסי גאלבערגער, אדער בעסער געזאגט ווער ס'קען זיין שטריימל, וואלט זיך אביסל אפגעשטעלט ווען מהאט ארויף געלייגט די אלע עדס וואס רייסן אראפ די שטריימלעך, און נישט אלס טול קורה מבין עיניך, נאר אלטס קשוט עצמך ואחר קשוט אחרים, דו דרייסט דיר מיט א פענסי 5 6 טויזנט דאלערדיגע שטריימל און דו ביסט דער וואס קומט און רייסט דאס אראפ?!.
און ווי ער האט דאס שיין אויסגעקלארט, ניין מ'רייסט נישט אראפ קיין פענסי שטריימלעך און נישט קיין פענסי קארס, מ'רייסט אראפ קויפן א זאך נישט קלוג, און נישט קלוג מיינט אז דו קויפסט עס נישט ווייל דו ווילסט דאס נאר ווייל יענער האט ועל כולנה ווען דו האסט נישט די געלט.
אויב האסטו די געלט און די ביסט מחליט אז דו ווילט גיין א 20,000 דאלערדיגע שטריימל, דו האלטסט אז ס'איז דיר ווערד, טוה עס און מאך עס קיינער האט נישט קיין פראבלעם.
מאך זיך נאר די חשבון אויף יעדע זאך איז עס ווערד די געלט, מאכט דען סענס אזא פרייז פאר אזא אייטעם, דארף איך עס, און די וויכטיגסטע: קען איך צאלן די פרייז?
אויב די ענטשפער איז נאך אלעס: יא איך קען עס עפארדן און איך דארף עס, דעמאלטס געזונטערהייט קויף עס.
און אויף דעם איז טאקע ער א גוטע עקסעמפל, ער האט מחליט געווען ביי זיך אז איהם איז ווערד צו ספענדן אפאר אלפים אויף שיינע שטריימל, אפגעזעהן זיינע סיבות וואס ער איז צו אנגעקומען צו די החלטה, ער איז מחליט אליין מיט זיין כח היחיד אויף וואס יא אדער נישט צו ספענדן לויט זיין באדזשעט. אזא איינער קויפט א טייערע שטריימל נישט ווייל ער גייט נאך אנדערע נאר טאקע וויל ער נוצט זיין כח היחיד.
כה לחי יוסי גיי אן!
און אז מרעדט שוין: די האסט א קלארע כח הסברה ברענגסט ארויס א זאך קורץ און צום פינטל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!