יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר חמישים ומאתים
- תגובות: 499
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 08, 2015 3:56 pm
איינס האט געשריבן:עושר וכבוד האט געשריבן:איינס האט געשריבן:איך שפענד נאר וויפל איך קען!
???
פון נאכלויפן אנדערע בין איך מיד,
איך נוץ מיין כח היחיד!
ווער קען אריינפילן א גראם?
נאר וויפיל ס'איז דא בעין
בין איך קהל'ס נאר, דען?
אויב נישט יעצט דאן ווען?
יישר כח
ספענד נאר וויפוהל די קענסט!
דיין אייגענע באדשעט דארף מאכן סענס!
אפילו די האסט א קרוב א רייכן
לויף עהם נישט נאך, די קענסט עהם נישט דערגרייכן.
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
kosher phone האט געשריבן:איינס האט געשריבן:עושר וכבוד האט געשריבן:איינס האט געשריבן:איך שפענד נאר וויפל איך קען!
???
פון נאכלויפן אנדערע בין איך מיד,
איך נוץ מיין כח היחיד!
ווער קען אריינפילן א גראם?
נאר וויפיל ס'איז דא בעין
בין איך קהל'ס נאר, דען?
אויב נישט יעצט דאן ווען?
יישר כח
ספענד נאר וויפוהל די קענסט!
דיין אייגענע באדשעט דארף מאכן סענס!
אפילו די האסט א קרוב א רייכן
לויף עהם נישט נאך, די קענסט עהם נישט דערגרייכן.
איך האב יא געוואלט בלייבן מיטן סטעיטמענט
איך שפענד נאר וויפל איך קען!
???
פון נאכלויפן אנדערע בין איך מיד,
איך נוץ מיין כח היחיד!
עני וועי איינער האט שוין אריינגעפילט
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- שרייזשע
- שר חמש מאות
- תגובות: 792
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
- לאקאציע: ליידער און גלות
עס איז געוואלדיג! עס האט פיינעלי צוגערירט צום פינטעל. חתונה תקנות איז נישט די ישועה!!
כח היחיד איז! קןק נישט אויף יענעם, טוה וואס ד האסט צו טון, און זיי פראוד אז די ספענדסט נאר וויפעל די קענסט! און שטאלציר מיט דעם אז די לויפסט נישט נאך איינגעפירטע שגיונות ווי א קינד.
קודאס! דאס איז עס. אויף דעם האט מען געווארט!

צעקה בקול דממה דקה
לדעתי וואלט מען געדארפט מאכן ווינט און איינפירן אז שנה ראשונה אינגעלייט גייען נישט מיט קיין שטריימל. מאנכע פירן זיך אזוי לגבי רבינו תם תפילין, ווי אויך גייען זייער אסאך שנה ראשונה אינגעלייט נישט מיט א קיטל..
ווער עס שעמט זיך צו גיין מיט א הוט קען גיין מיט א שטריימיקל.
אויף די חתונה און שבעת ימי המשתה קען מען העכסטענס דינגען א שטריימל פאר $29 א וואך

- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6407
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
שרייזשע האט געשריבן:עס איז געוואלדיג! עס האט פיינעלי צוגערירט צום פינטעל. חתונה תקנות איז נישט די ישועה!!
כח היחיד איז! קןק נישט אויף יענעם, טוה וואס ד האסט צו טון, און זיי פראוד אז די ספענדסט נאר וויפעל די קענסט! און שטאלציר מיט דעם אז די לויפסט נישט נאך איינגעפירטע שגיונות ווי א קינד.
קודאס! דאס איז עס. אויף דעם האט מען געווארט!
דאס איז עקזעגטלי וואס אליעזר 'קרויס שרייעט שוין יארן
- איינס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 18803
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
- פארבינד זיך:
שרייזשע האט געשריבן:עס איז געוואלדיג! עס האט פיינעלי צוגערירט צום פינטעל. חתונה תקנות איז נישט די ישועה!!
כח היחיד איז! קןק נישט אויף יענעם, טוה וואס ד האסט צו טון, און זיי פראוד אז די ספענדסט נאר וויפעל די קענסט! און שטאלציר מיט דעם אז די לויפסט נישט נאך איינגעפירטע שגיונות ווי א קינד.
קודאס! דאס איז עס. אויף דעם האט מען געווארט!
טענק יו פאר די קאמפלעמענט
איך וויל נישט יוסי גאלדבערעגער זאל קומען מיט טענות צו מיר אז משרייט איהם נאך "איינס"
די 3 לעצטע צעטליך מיט די גראמען האב איז נישט פון יוסי גאלדבערגער
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 1:45 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
- דניאל אויערבאך
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6407
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm
בר דעת האט געשריבן:לדעתי וואלט מען געדארפט מאכן ווינט און איינפירן אז שנה ראשונה אינגעלייט גייען נישט מיט קיין שטריימל. מאנכע פירן זיך אזוי לגבי רבינו תם תפילין, ווי אויך גייען זייער אסאך שנה ראשונה אינגעלייט נישט מיט א קיטל..
https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 94#p910394
- וואס עפעס?
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4116
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm
- שרייזשע
- שר חמש מאות
- תגובות: 792
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
- לאקאציע: ליידער און גלות
וואס עפעס? האט געשריבן:וויאזוי גייט ווערן תכלית למעשה
וויאזוי גייען מענשטן ברעכען די מויער פון פיער פרעשור און בושה??
וואס איז דער פראקטישע מהלך אויפן חלק המעשה?
די מויער פון פעיר פרעשער און בושה קענען "מענטשען" נישט ברעכן, נאר א יעדער "מענטש" קען עס ברעכן פאר זיך... דאס איז דאך די געדאנק פון כח היחיד. די מעגסט ווארט נישט אויפן עולם! טוה וואס "דו" האסט צו טהון.
צעקה בקול דממה דקה
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
שרייזשע האט געשריבן:וואס עפעס? האט געשריבן:וויאזוי גייט ווערן תכלית למעשה
וויאזוי גייען מענשטן ברעכען די מויער פון פיער פרעשור און בושה??
וואס איז דער פראקטישע מהלך אויפן חלק המעשה?
די מויער פון פעיר פרעשער און בושה קענען "מענטשען" נישט ברעכן, נאר א יעדער "מענטש" קען עס ברעכן פאר זיך... דאס איז דאך די געדאנק פון כח היחיד. די מעגסט ווארט נישט אויפן עולם! טוה וואס "דו" האסט צו טהון.
סוף מעשה במחשבה תחילה.
- סאדאם חוסעין
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5998
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 30, 2015 5:10 pm
- לייטער
- שר תשעת אלפים
- תגובות: 9019
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
- לאקאציע: אויפן לייטער
אייזן שטארק, אויסנאם טעלענט, ליצנות געמישט מיט הסברה און הומאר , קיעפ און גאואינג
איך האב געטראכט פון נאך א איידיע
א בילד פון א מחוטענעסטע קלייד אנגעשפריצט מיט בלוט
און די מעסיטש זאל זיין בערך אזוי, 100 שעה( מאן'ס ארבעט אדער גיין נאך געלט )ארבעט כדי ווייל איין פרענד זאל זאגן ''wow''??? !!!
נאך אפשר א אנדערע איידיע, עטליכע בילדער צענעס פון ארבעטער,
א סופר איינגעבויגן מיט די טינט( זייגער 9:30 באנאכט )/א אינגערמאן און א קאר סערוויס נאכט שעהן /א אינגערמאן פארשוויצט אין א וועירהויז /א באס דרייווער 6:00 פארטאגס /א מלמד לערנט פרייוועט מיט א זייגער 9:00 באנאכט / 6:00 אזייגער צופריבאס פיל מיט אינגעלייט,און נאך
איז נארמאל אז די אינגעלייט זאלן ווערן פארחובט כדי צו קויפן איבעריגע לוקסוס

לעצט פארראכטן דורך לייטער אום מוצ"ש דעצעמבער 07, 2019 8:33 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
וואטעווער....
די קאמפעין האט זיך אנגהויבען פאריגע וואך זינטאג, נאך די עפענג פונם נייעם חתונה זאל *כרם מנחם* אין בארא פארק, וואס איז ב"ה די שענסטע און ביליגסטע זאל פאר 5 טויזענט א זייט,
און נאך די מעסיוו לחיים מיטן רבי'ן און וועד תקנות ד'קהלתינו, און נאך גרעסערע קהלות ביים חתונה מאלל אינטער העסקן ר' יואל עפשטיין, ווי מען האט פראקלעמירט די *ביליגע נייע פעקעזש*, און די רבי געבעטן זאל זיין נאך ביליגער, ווי ר' יואל האט שוין סוף וואך עדווערטייזט די רבי'ןס פארלאנג,
*10 טויזענט א סמארט פעקעזש, און 7500 א נאך ביליגער פעקעזש,*
האבן זיך צוזאם גענומען אסאך חברה, אויף גרופ'ס, אריינגעמישט שרייבער'ס, גרעפיקערס, און נאך דיפרענט אנערקענטע מענטשען, וואס האבן געזען מען קען אנקומען,
און האבן אפגעמאכט, *אינז טוען וואס אינז ווילן, אינז זען מיר קליג און לאכן פון די וועלט און טוען וואס סאיז רייט, און גייען גיין מיט אלעם די ביליגסטע שייך,*
*מיר זענען נישט משוגע צו כאפן הארץ אטאק'ס וועגן געפעלן פאר יענעם, אדער ווייל סאיז די סטענדערט,*
ממיילא יעדע מאל מען שיקט אזא עד, איז ראטזאם ווי מען שטעלן זיך צי צו די גרופ, און לייגן אויף סטאטוס, אדער שיקן ארים ביי משפחה, חברים, וועט עס זענען א גרעסערע כח, און אויפטוהן שטערקער, און איר וועט האבן זכות אין העלפן די רבים, און אייך אליין העלפן,
ווי האט יואלי עפשטיין געזאגט א גיט (ליידער ביטער)ווארט,
די סיבה וואס האט אים געשטיפט אפצוקויפן די חתונה מאל און אנהייבן די ביליגע פעקעזש, ווייל ער האט געזען אז סהאלט שוין ביי דעם אז
זיידע'ס ליידער קומען שוין נאך געלט פאר זייערע קינדער, ביידע זיידע'ס פון ביידע זייטן, פון מענטשען וואס הייסן בכלל נישט ארעם.
*לאמיר יעדער ווייזן אינזער כח, ובשם השם נעשה ונצליח, אין מיט דעם וואס יעדער יחיד וועט צו העלפן וועד די גזירה זיכער בטל ווערן, און מען בעזרת השם צוריק קענען אנהייבן מאכן שמחות מיט ריכטיגע שמחה!*

- אלט מאנרא
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3634
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2016 11:37 am
- לאקאציע: צווישן גראז און ביימער
וואס עפעס? האט געשריבן:וויאזוי גייט ווערן תכלית למעשה
וויאזוי גייען מענשטן ברעכען די מויער פון פיער פרעשור און בושה??
וואס איז דער פראקטישע מהלך אויפן חלק המעשה?
און וואס טיט מען ווען איין מחתן וויל יא זיין אמתדיג מיט זיך און דער אנדערע שרייט בשום אופן מען דארף זיין א 'נארמאלער' מענטש צווישן מענטשן
אויף למעשה וועט נאר העלפן די אלע תקנות וואס יעדע קהילה וועט צווינגען אירע מענטשן, די קאמפיין העלפט אבער אויכט אז זיי זאלן עס נישט אננעמען אזוי שווער (מיין קאספעראציע אז דער קאמפיין קען מעגליך קימען פון די נייע סמארט פעקיטש פון סאטמאר מהר"א און עס איז גראדע א גיטער געדאנק אויב יא)
המול לכם כל זכר, און הימל געדענקט מען אלעס.
- חושב מחשבות...
- שר האלפיים
- תגובות: 2818
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
- לאקאציע: בין שמים לארץ
ידעתי האט געשריבן:איך האלט אז די בעסטע וועג צו צוהאקו די שטריימל רויבעריי איז אז די אמעריקאנע חסידים זאלן פשוט אנהייבן גיין מיט ספאדיקס.
עס איז א הייליגע חסידישע שבת'דיגע מלבוש, און די פרייזן לויפן אונטער 1000 דאלער. נישטא קיין רעגן ספאדיקס וכו'
די ערשטע רבי עס איינצופירן האט מיך פאר א חסיד/מעמבער
איך גלייב דו קענסט די מעשה, ווען בימים ההם האבן די סוחרים געוואלט העכערן די פרייזן פון די ספאדיקס, האט דער בית ישראל געשיקט א מעסעדזש אז טאמער וועלן זיי זיך וואגן צו גיין העכער טויזנט דאן קומט ער אריין די נעקסטע וואך שבת מיט א היט אין ביהמ"ד.
אפשר קען מען פראבירן ארבעטן צו מעורר זיין די רבנים און אדמורי"ם אז זיי זאלן פון זייער זייט אביסל נידערן דעם סטאנדארט, און נישט לאזן די גרויסע פירמעס נוצן זייערע קעפ פארן שאו קעיס...
סוף מעשה במחשבה תחילה.
אלט מאנרא האט געשריבן:וואס עפעס? האט געשריבן:וויאזוי גייט ווערן תכלית למעשה
וויאזוי גייען מענשטן ברעכען די מויער פון פיער פרעשור און בושה??
וואס איז דער פראקטישע מהלך אויפן חלק המעשה?
נייע סמארט פעקיטש פון סאטמאר מהר"א און עס איז גראדע א גיטער געדאנק אויב יא)
סתם אויסצוקלארן
די סמארט פעקעזש ווערט פארקויפט פון "חתונה מאלל" וואס האט לאקעישאנס אין
וויליאמסבורג
מאנסי
קרית יואל
און פארקויפט פאר יעדע מענטש וואס צאלט
(די נייע בעל הבית איז טאקע הנגיד יואל עפשטיין וואס האט אריינגעגאסן אפאר מיליאן דאלאר פון זיין אייגענע טאש , אן קיין מעגליכקייט צוריקצומאכן די געלט, נאר צו העלפן אידן קענען חתונה מאכן שפאט ביליג בדרך כבוד)