יוסי גאלדבערגער גראפיסט "כח היחיד" קאמפיין קעגן טייערע חתונות

הילף בזמן שמחה

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

איינס האט געשריבן:איך שפענד נאר וויפל איך קען!
???
פון נאכלויפן אנדערע בין איך מיד,
איך נוץ מיין כח היחיד!

ווער קען אריינפילן א גראם?

נאר וויפיל ס'איז דא בעין
בין איך קהל'ס נאר, דען?
אויב נישט יעצט דאן ווען?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

עושר וכבוד האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:איך שפענד נאר וויפל איך קען!
???
פון נאכלויפן אנדערע בין איך מיד,
איך נוץ מיין כח היחיד!

ווער קען אריינפילן א גראם?

נאר וויפיל ס'איז דא בעין
בין איך קהל'ס נאר, דען?
אויב נישט יעצט דאן ווען?

יישר כח
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

EXIT NOW.jpg
EXIT NOW.jpg (378.17 KiB) געזען 3064 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
ניי
שר חמישים
תגובות: 90
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 8:06 pm

??? !!!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניי »

איז די פראבלעם טאקע ביים חתונה מאכן?

איז טאקע די סולושען ווען מען שפארט און מען טוט פעולות וועגן הוצאות החתונה?

באמת איז חתונה מאכן א געוואלדיגע הוצאה ממש אין לשער (פונקט פאריגע וואך האב איך אנגעהויבן אויסרעכענען וויפיל אידן קומען צו צו-מיר אז מיין חבר/ידיד/קרוב מאכט חתונה ואין בידו לפורטה פאר גארנישט. די נומערן זענען שרעקעדיג. - אפשר זאל מען מאכן א אנקעטע?...).

אבער איך האב אנגעהויבן אריינטראכטן זעה איך אז די פראבלעם איז בכלל נישט ביים חתונה מאכן, נאר עס איז סך הכל א תוצאה פון א שורש – דאס איז נאר די צווייג, די אנהייב פונעם פראבלעם פאנגט זיך אן אסאך פריער. און לפי הבנתי דארף מען דארטן ביים שטאם אנהייבן אדרעסירן די פראבלעם, אזוי וועט זיך אפשר דאס בילד שטערקער טוישן און מער אפעקטיוו.

די פראבלעם איז.....

אז מיר קויפן פאר זיך וואס מיר 'ווילן' אן דעם וואס מיר זאלן טראכטן צו איך "דארף" עס, אדער סך הכל איך "וויל" עס! דא כאפט די חילוק, אויב קויפסטו זאכן וואס זענען נאר "הכרח" פאר דיר וועסטו נישט האבן אפאר היטן/סוט'ס. קאר'ס/וכו' [לב יודע מרת נפשו..] וואס יעדער ווייסט ווי ער ספענד ווייל ער "וויל" עס האבן, ולאו דווקא אז ער "מוז" עס האבן כדי זיין לעבן זאל קענען אנגיין.
ממילא ווען עס קומט צו חתונה מאכן איז א צייט וואס מען "מוז" קויפן נייע זאכן כדי די נייע פארפאלק זאל קענען חתונה האבן און אנהייבן זייער נייע לעבן, אבער די "ווילן" צו נייע זאכן ווערט דעמאלט'ס אויך צושפילט, וכיון שבא אנדרלמוסיא בעולם אין מכיר בין הכרח - לרצון! (והוא הדין מיט די חתונה נאכט אז מען קוקט זייער אויף וואס מען "וויל" – פון די שיינקייט און פראכט פון די נאכט, אן טראכטן צו דאס איז א "מוז" פאר די ליל החתונה).

עס פאנגט זיך אן ווען די אינגעל/מיידל ווערט געבוירן וויאזוי די שמחה קוקט דעמאלט'ס אויס. דאן גייט עס ווייטער צו אלע מלבושים (אויב רעד איך פון טייערע עסן, סתם פארוואס נישט.. צב"ש געקויפטע עסן וכדו' וועסטו מיר באוואשן.. נא.. ר' ישעי' ב"ר משה....) דאן גייט עס צו די הויז וכו' דערנאך אפשערן/בר מצוה/12יאר/ ביז ביז....

הער דיר גוט צו!.....
אויב וואלסטו געווען א מסתפק במועט נאר פאר די 'מוז' דאן וואלט די בילד געווען "גאר אנדערש".
נאכמער וויאזוי קען מען שניידן הוצאות ביים חתונה מאכן ווייל עס קאסט אסאך, בשעת ווען ביז אהין לעבסטו גאר ברייט? צו ווייל עס ווערט קאנצעטרירט די גרויסע הוצאות צו א קורצע טערמין דארף מען דאס שניידן? אתמהה...
בשלמא ווען די טראכסט פאר יעדע מאל וועלעכע סוט צו קויפן צו די טייערע/ביליגע און אויך ווארטן אויף די סעיל, דאן פארשטיי איך דיר אז די ווילסט נישט קיין טייערע שטריימל! אבער אויב ווילסטו אלעס פון די שענסטע און בעסטע זאגענדיג אז די 50 דאלער טייערער וועט נישט אויסמאכן, דאן וואס פארפירסטו ביים חתונה מאכן: אוי'ש עס איז אזוי טייער... אמער... פראצענטיש איז דאס די זעלבע פרייז, פאר די 50 דאללער וועט מען נישט ארעם ווערן......
טייערע איד: איך פארשטיי אז די געפיל פון חתונה מאכן איז זייער עקסייטינג, אין געווענטליך ווערט דאס ארויסגעברענגט דורך ספענדונג, אבער ווען די ציסט ווען איין די פאסיק ווען די ביזט נאך אינג, דאן ביי די שמחה לאז נאך מיט 2 לעכער, און גארנישט וועט נישט פאסירן. אויב אבער בעצם דיין לעבן איז שוין נאכגעלאזט מיט אפאר לעכער דאן צום חתונה איז שוין נישטא קיין לעכער אין פאסיק נאכצולאזן....
סך הכל!
שורש: אונזער גאנצע לעבנס שטייגער, ווען יעדע זאך איז נאר אבייסעלע מער ווי מען מוז.
תוצאה: ביים חתונה מאכן ווען די הוצאות זענע קאנצעטרירט.

לכל המגיבים:

פאר די ביזט מגיב, שרייב וואס די האלטסט!

יישר כח
אוועטאר
צו געזונט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7079
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש נאוועמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צו געזונט »

ניי האט געשריבן:איז די פראבלעם טאקע ביים חתונה מאכן?

איז טאקע די סולושען ווען מען שפארט און מען טוט פעולות וועגן הוצאות החתונה?

די פראבלעם איז.....

בשלמא ווען די טראכסט פאר יעדע מאל וועלעכע סוט צו קויפן צו די טייערע/ביליגע און אויך ווארטן אויף די סעיל, דאן פארשטיי איך דיר אז די ווילסט נישט קיין טייערע שטריימל! אבער אויב ווילסטו אלעס פון די שענסטע און בעסטע זאגענדיג אז די 50 דאלער טייערער וועט נישט אויסמאכן, דאן וואס פארפירסטו ביים חתונה מאכן: אוי'ש עס איז אזוי טייער... אמער... פראצענטיש איז דאס די זעלבע פרייז, פאר די 50 דאללער וועט מען נישט ארעם ווערן......

סך הכל!
שורש: אונזער גאנצע לעבנס שטייגער, ווען יעדע זאך איז נאר אבייסעלע מער ווי מען מוז.
תוצאה: ביים חתונה מאכן ווען די הוצאות זענע קאנצעטרירט.

לכל המגיבים:

פאר די ביזט מגיב, שרייב וואס די האלטסט!

יישר כח

מיין סעיווינגס איז א געוויסע וועג באזירט דירעקט "נישט" אויף סעילס!!
מען קויפט ווען מען דארף! און "וואס", (נאר וואס) מען דארף. אז מען קאן עס דאן טרעפן אויף סעיל, מה טוב ומה נעים.
לערנט אייך אויס סקול באס סעיפטי. דאן פראקטיצירט עס מיט אייערע קינדער.
צו קאנען בעיסיק ערשטע הילף איז נישט א אויסוואהל. עס איז א מוז פאר יעדע טאטע, מאמע און ערוואקסענער.
ר' יום טוב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3550
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 20, 2015 12:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ר' יום טוב »

הלואי זאל עס האלטן ביי דעם אז מען ספענדעט אויף וואס מען וויל, דערווייל ספענדעט מען אויף יענער וויל.....
גאלדענע פעדער
שר האלפיים
תגובות: 2401
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 05, 2015 9:34 pm
לאקאציע: אין שפיץ פונעם קרעמל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גאלדענע פעדער »

ר' יום טוב האט געשריבן:הלואי זאל עס האלטן ביי דעם אז מען ספענדעט אויף וואס מען וויל, דערווייל ספענדעט מען אויף יענער וויל.....

אמת, די פראבלעם איז אבער נאכאלטס ווי ער זאגט אז מענשטען ספענדען וואס זיי ווילן און נישט לויט זייער בודזשעט.

אנשטאטס מען זאל אנפאנגען און קוקען וואס קען איך באמת אפערדען? הייבט זיך אן די קשיא פארקערט וואס וויל איך האבען? און דאס הארגעט און איז די גורם אויף רוב פראבלעמען, ווייל אויב מ׳גייט לויט וואס מ׳וויל, העט מען למשל סווייפען קארטליך למשל ביים חתונה מאכן אן א פלאן פון ווי מען וועט עס באצאלן וכו׳ וכדו׳

א יונגערמאן (אין די סיטי) זאגט מיר לעצטענס אז זיין נעקסטע דירה ווען זיין משפחה גייט וואקסן צו 8 נפשות גייט מיזן האבן 4 שלאף צימערען און ער הייבט מיך אויס רעכענען אז ער פארדינט נאר 100k ווייס, און ער ווייסט נישט וואס ער גייט טוהן צו קענען דעקן דעם חודש.

פרעג איך דער יונגערמאן לאמיר מאכן א חשבון, א שלאף צימער פאר דיר מיטן בני בית מיטן קליינעם, דערנאך צוויי קינדער א צימער, האסטו פאר נאך 6 קינדערליך, און ווי וועט גיין דער איבערגעבליבענעם..?

זאגט ער מיר, אז ס׳וועט זיין דריי קינדער א צימער, זאג איך איהם נוי קענסטו שוין בלייבן מיט 3 שלאף צימערען און זיך מער מצמצם זיין? זאגט ער ניין דאס נישט, באנק בעטן? חס ושלום!

דאס איז דער מציאות בימינו קודם איז די הנחה וואס מען וויל און וואס מען איז מחליט אז מען מיז, הערשט נאכדעם וועט מען שוין זעהן ווי אזוי עס צו דעקן. און דער מצב איז א killer. האב איך געזאגט פאר דער יונגערמאן נעם וויפעל צימערען און שלאף צימערען די ווילסט אבער נאר אויב ס׳איז אין דיין בודזשעט.
לעצט פארראכטן דורך גאלדענע פעדער אום דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 11:26 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
זאל זיין אזוי
שר מאה
תגובות: 216
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 14, 2015 2:26 pm

גרעפיקס איידיע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זאל זיין אזוי »

מחותנים ביום חופתם

אויב קען איינער מאכען א בילד פון א איד מלובש מיטן שטריימל און בעקיטשע זיצן ביי א תהילים און ווערטער ווצב"ש יודי לד' חסדו וכ'ו און א זייגער און די זייט ווייזען 4:30 נאכמיטאג

די אנדערע זייט א איד און באנק נערוועז קוקן אויפן זייגער און ווערטער ווצב"ש אוי באשעפער ענדיג שוין דעם טאג

איז עס דען ווערט? דארפסט עס נאך אלץ?
אוועטאר
לייטער
שר תשעת אלפים
תגובות: 9019
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am
לאקאציע: אויפן לייטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לייטער »

א איידיע
'' אראפמאלן ווי אינגעלייט ארבעטן ביטער שווער פלאס אווער טיים פלאס קושי השעבוד = 120 שעה א וואך''
א אינגערמאן
פאקט ארדערס אין א וועירהויז
מאכט טריפס מיט א באס צי מיט א קאר
אא'' וו, מיט די בלויע העמעד און קימט אהיים צי הארגעט גוף בלי נשמה 7:30 צי סאפער
ארבעט פון עלות השחר עד צאת הנשמה
אלעס כדי צי קענען קויפן א עכט גאלדענע זייגער /אדער א 8טער שטריימל '' איז עס ווערט ''?

אגב איך האב איינמאל געדארפט קויפן א קאטש( אמאליגע צייטן האט מען עס נישט באקומען ביי די חתונה ) איך האב קיין עקסטערע געלט נישט געהאט דעמאלטס, איך האב געמאכט א פלאן צי ארבעטן נאך א שעה אווער טיים פאר אפאר וואכן מיין אידענע האט געהערט מיין פלאן האט זי בשום אופן נישט מסכים געווען צי קויפן א קאטש אויב איך גיי ארבעטן א שעה מער.
די חתן כלה און מחותנת'טע דארפן דאס דערהערן א פלענע ארבעטער מיז ארבעטן שווערער פאר איעדע איבעריגע לוקסוס פאר די חתונה
עושר וכבוד
שר חמש מאות
תגובות: 954
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 28, 2019 12:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עושר וכבוד »

זאל זיין אזוי האט געשריבן:מחותנים ביום חופתם

אויב קען איינער מאכען א בילד פון א איד מלובש מיטן שטריימל און בעקיטשע זיצן ביי א תהילים און ווערטער ווצב"ש יודי לד' חסדו וכ'ו און א זייגער און די זייט ווייזען 4:30 נאכמיטאג

די אנדערע זייט א איד און באנק נערוועז קוקן אויפן זייגער און ווערטער ווצב"ש אוי באשעפער ענדיג שוין דעם טאג

איז עס דען ווערט? דארפסט עס נאך אלץ?

אדער ווי דער חתן שפאצירט אהיים פון שול מיטן שומר נאך שחרית מיטן נייעם מפואר טלית בייטל מיט א שמייכל פון דא בי קאנארסי.

אין די זעלבע צייט זוכט די מחותן אפאר צענט צו קענען קויפן א באטל מילך אין גראסערי...
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Gold Wach.jpg
Gold Wach.jpg (360.88 KiB) געזען 2581 מאל

געדאנק קרעדיט:
לייטער האט געשריבן:

די מעשה מיט די גאלדענע זייגער, מאכט דאך נישט קיין טראפ סענטס.
מ׳קויפט א טייערע גאלדענע שטיקל, איך ווייס נישט וויפל דאס קאסט, אבער אויב איז דא איד וואס איין טאג ארבעט קאווערט א גאלדענע זייגער, זאל ער טאקע קויפן א גאלדענע זייגער.
פאר א נארמאלער בעלעבאטישע איד איז עס עטליס א טאג ארבעט (אויב נישט מער).
און פארוואס? פאר א זאך וואס ליגט אין שאפע אוועק געפאקט שיין אין א באקס?!

איך קען נישט קיין איין אינגערמאן וואס דריידט זיך מיט א גאלדענע זייגער.
איין מענטש האב איך געטראפן אין מיין לעבן וואס האט געטראגן זיין גאלדענע זייגער,
מיין מגי״ש אין ישיבה גדולה א איד בן שישים, וואס איז געווען גראד ווי א זייגער, האט ער געטראגן זיין גאלדענע זייגער וואס ער האט באקומען ביי זיין חתונה(!)
אבער ס׳האט אויסגעקוקט ווי א נזם זהב באף חזיר (איך מיין מער די נזם זהב נישט ח״ו די צווייטע חלק), אפגעריסענע רעקל, די הוט אפשר יא אביסל שענער, אבער ער טראגט א גאלדענע זייגער. ועל הכל פאר ער האט חתונה געמאכט האט מען איהם צוזאמגעשטעלט אפאר דאלער.

חוץ פון דעם נאך קיינמאל געהערט ס׳זאל עפעס א ניצן פונעם האנט זייגער.
איך האב באקומען א טאשן זייגער, נוצט מיין אידענע די גאלדענע שטריק פאר א קייטל. מ׳האט געקויפט א שיינע צירינג און אויפגעהנגען אויפן שטריק, און סאיז א הערליכע שטיקל.
די זייגער כשלעצמו האב איך געהאט גענוצט לכבוד שבת די ערשטע האלבע יאהר, אבער איינמאל מיין בעקיטשע האט פאלוירן די גלאנץ האט דאך נישט געהאט קיין פשט צו גיין גאלדענע זייגער מיט א אפגעפליקטע בעקיטשע. שפעטער ווען איך האב געקויפט א נייע בעקיטשע האב איך שוין אבער נישט צוריקגענומען די זייגער. (איך מיין די בעטערי ארבעט נאך, אויב איינער דארף עס קען מיר בעטן).

וועסטו דאך זאגן מנהג ישראל תורה הוא.
איך ווייס נישט פון וואו די מהג שטאמט (איך געדענק יא אז ס׳האט א פריערדיגע מקור), און ווי שטארק מ׳פלעגט טאקע אויספירן דעם מנהג ביי כלל ישראל, אז יעדער האט געגעבן א גאלדענע זייגער.
אבער דאס איז זיכער אז האלטן דאס געזינט איז א הלכה א פסוק און א סכנתא וואס איז חמור פון אלעם, און יא אויך געווען אייביג א מנהג ישראל צו וואטשן אויפן נארמלקייט און געזינט.

למעשה וויפל איך ווייס איז די חלק שוין בארואיגט היינט.
ס׳האט זי אנגעהויבן מיט דעם וואס חתנים פלעגן זאגן פארן מחותן אז ער זאל ענדערש קויפן א ביליגע זייגער און די איבעריגע געלט געבן אלטס א סערטיפיקאט אין ספרים סטאר.
ווען איך בין געווען א בחור איז עס געווען זייער שטארק, און עטליס איז געווען א נוצן פון די געלט צו האבן ספרי קודש פאר 5 6 הונדערט דאלער אדער מער.
אבער קוקנדיג אויף דעם איז די שריט מרפסן איגרא, איז דער מחותן דיר עפעס שולדיג א חוב פון א סכום געלט, ער האט עפעס איינגעשטעקט ביי דיר, מ׳פארהאנדלט: דו ביסט מיר דאך שילדיג 1500 דאלער, סא לאמיר מאכן א דיעל געב מיר א ביליגע זייגער און געב מיר דאס איבעריגע קעש?!
מיט די צייט איז אבער דאס אויך אראפ ווייל די מחותנים פלעגן אנקומען צום תנאים מיטן ביליגן זייגער, און געזאגט אז די סערטיפיקאט וועט נאכקומען....

קוקנדיג צוריק איז דאס געווען א גוטע לייטער צו אראפ קריכן פון בוים.
קען זיין מקען נוצן אזא איידיע אויך פאר אנדערע טייערע נישט נוצבארע (אדער אפילו נוצבארע) אייטעמס וואס מקויפט פאר די חתונה.
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 10:52 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

קאדע"ס פאר אלע טייערע עסקנים ובפרט פאר יוסי גאלדבערגער.

פאר יעדן רעדט עפעס אנדערש, אבער לענ"ד דארף מען מער אריבערגיין פון שיינע גרעפיקס וואס איז 'שיין מסביר' צו 'ליצי ליצנות'. ווייל לאגיק איז נישט די פראבלעם דא. יעדער ווייסט אז ס'מאכט ניט קיין סענס צו באגאשענען מענטשן א-כ-ט אלפים פאר א שבת הוט (שטריימעל) וכו' וכו' וכו'. יעדער ווייסט די מצב טויג נישט אבער די לאגיק איז נישט די פראבלעם, די פראבלעם איז די געפיל. מ'שעמט זיך, פע''ר פרעשער, וכו'.

מיט א צום-פינטל ליצי ליצנות וועט מען בעז''ה מאכן די בושה אויף די ריכטיגע זייט. אויף די זייט ווי ס'איז טאקע א בושה. זיך צו פאר'חובת'ן איבער די נאז פאר נארישע פע''ר פרעשע''ר. (און יא, אני הקטן בין נעבעך אויך א חלק פון די נארישקיי''ט.. איך האף אז איך וועל מיך בקרוב שעמען צו חתונה מאכן פאר העכער 20 30 אלפים).

ס'דארף ווערן א הילכיגע ליצנות פון די געדאנק אז א פשוט'ע בעל בית (וואס מאכט נישט כאטש א האלב מיליאן א יאר) מאכט חתונה פאר פ-י-נ-ף און ז-יב-צ-יג אלפים - וואס איז היינט ל''ע בכלל נישט אויפגעריסן נאר די סטענדערד, די ליצנות איז דאך טאקע עד אין לשער. כ'מיין, וועמען נאר איך אז איך בארג מיך צוזאם צו קענען חתונה מאכן ווי דער עושר?
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

כ'מיין צו זאגן, אז שיינע הסברים זענען נישט אזוי שטארק ווי אזעלכע קאריקאטורן, ווי למשל דאס:
cartoon 2.JPG
cartoon 2.JPG (63.84 KiB) געזען 2566 מאל

פון דא: http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1875878#p1875878
דאס טוט צווינגן אויך די געפיל, און קען טוישן די געדאנקען גאנג. ס'אטאקירט די בושה זעלבסט. אז ס'זאל זיין ליצנות און א בושה צו 'יא' ספענדן.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שפע רב האט געשריבן:כ'מיין צו זאגן, אז שיינע הסברים זענען נישט אזוי שטארק ווי אזעלכע קאריקאטורן, ווי למשל דאס:

שומרים קארטס האט אפשר אויפגעטון
אבער נאך א האלבע יאר איז עס געווארן נארמאל, שומרים מאכט חויזעק און לאך מיר צוריק.

סאיז נישט ממש די זעלבע ווייל דא איז די עולם יא מסכים צו די אמת אבער דאך ליצנות האט א כח אבער א קמפיין וואס באשטייט נאר פון ליצנות וועט ביים סוף אויפטוען אז ד יליצנות וועט שוין קיינעם נישט רירן
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

גערעכט. וועגן דעם האב איך אנגעפאנגן אז צו יעדעם רעדט עפעס אנדערש. און מ'דארף האבן די נארמאלע יעצטיגע עדס אויך.

-
איך בין גרייט צו מנדב זיין די ערשטע ליצנות קאריקאטור. איך ווייס פון א שיינע מעלער אין ארץ ישראל וואס קען מאכן די סארט זאכן. ער איז נישט טייער. כ'מיין מ'קען עס האבן פאר צוויי מאות. מ'קען מיך קאנטעקטן אין אישי פאר א נדבה.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

לא יעשה כן.jpg
לא יעשה כן.jpg (83.49 KiB) געזען 2504 מאל
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
פאראויס
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4446
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 01, 2015 8:56 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פאראויס »

איינס האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:כ'מיין צו זאגן, אז שיינע הסברים זענען נישט אזוי שטארק ווי אזעלכע קאריקאטורן, ווי למשל דאס:
cartoon 2.JPG

פון דא: http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1875878#p1875878
דאס טוט צווינגן אויך די געפיל, און קען טוישן די געדאנקען גאנג. ס'אטאקירט די בושה זעלבסט. אז ס'זאל זיין ליצנות און א בושה צו 'יא' ספענדן.

שומרים קארטס האט אפשר אויפגעטון
אבער נאך א האלבע יאר איז עס געווארן נארמאל, שומרים מאכט חויזעק און לאך מיר צוריק.

סאיז נישט ממש די זעלבע ווייל דא איז די עולם יא מסכים צו די אמת אבער דאך ליצנות האט א כח אבער א קמפיין וואס באשטייט נאר פון ליצנות וועט ביים סוף אויפטוען אז ד יליצנות וועט שוין קיינעם נישט רירן

קאררעקשן, ''סאיז נישט ממש די זעלבע". צ''ל סאיז ממש נישט די זעלבע...

און דו ביזט דאך אליין זייער שיין מסביר פארוואס.

די סמארטפאון איז עפעס וואס ווער ס'קען זיך נישט גובר זיין- וויל עס באמת. ס'ברענגט אסאך הנאה (אויף די וועלט...!) והחילוק פשוט מאוד.

און ווען מ'מאכט ווען שיינע צעטלעך וואס זענען מסביר (אן ליצנות) די חומר הענין פון האבן א סמארטפון, וואלט מען דען מער אויפגעטון?..

די יצר הרע פון א סמארטפון איז נישט אוועקצומאכן. אוי איז דאס א נסיון. און נאר דאס איז די סיבה פארוואס מיר האבן עס...
Know your profits per ASIN, your inventory forecasting, ppc, and more, for just $19.99 a month. Try it for two months FREE with this link:
https://sellerboard.com/?partner=00529
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

איינס האט געשריבן:ווער סהאט נאך א איידיע פון גיין קעגן די שטראם מיטן כח היחיד קען אהער ברענגען
(אויב וועל איך האבן צייט וועל איך מאכן עפעס פון דעם)

קעפל: 'חסידישע בחור, חסידישע מלבוש, ביים שפיגל"

סצענע: א חתן שטייט ביים שפיגל און קוקט אויפן שטריימל בעיון רב, ער שמייכלט אזוי. א חבר דערנעבן זאגט עם 'דו זעסט אויס שיין'.
חתן ענטפערט "אה, יא, א חסידישע מלבוש"..

מ'קען צולייגן (אדער מאכן נאך א קאריקאטור):
די שטריימעל איז גאר הויעך, און מ'זעהט א 'אינט''ש רולע''ר' וואס מעסט די שטריימעל. מ'זעהט די פרייזן 6000 7000 8000 ווי העכער די שטריימל איז ווייזט די רוללע''ר די העכערע פרייזן. און ס'שטייט אויך א טיטל.
6000 ל''ע
7000 ר''ל
8000 אינגאנצן צודרודעלט...‎
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

פאראויס האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:
שפע רב האט געשריבן:כ'מיין צו זאגן, אז שיינע הסברים זענען נישט אזוי שטארק ווי אזעלכע קאריקאטורן, ווי למשל דאס:
cartoon 2.JPG

פון דא: http://ivelt.com/forum/viewtopic.php?p=1875878#p1875878
דאס טוט צווינגן אויך די געפיל, און קען טוישן די געדאנקען גאנג. ס'אטאקירט די בושה זעלבסט. אז ס'זאל זיין ליצנות און א בושה צו 'יא' ספענדן.

שומרים קארטס האט אפשר אויפגעטון
אבער נאך א האלבע יאר איז עס געווארן נארמאל, שומרים מאכט חויזעק און לאך מיר צוריק.

סאיז נישט ממש די זעלבע ווייל דא איז די עולם יא מסכים צו די אמת אבער דאך ליצנות האט א כח אבער א קמפיין וואס באשטייט נאר פון ליצנות וועט ביים סוף אויפטוען אז ד יליצנות וועט שוין קיינעם נישט רירן

קאררעקשן, ''סאיז נישט ממש די זעלבע". צ''ל סאיז ממש נישט די זעלבע...

און דו ביזט דאך אליין זייער שיין מסביר פארוואס.

די סמארטפאון איז עפעס וואס ווער ס'קען זיך נישט גובר זיין- וויל עס באמת. ס'ברענגט אסאך הנאה (אויף די וועלט...!) והחילוק פשוט מאוד.

און ווען מ'מאכט ווען שיינע צעטלעך וואס זענען מסביר (אן ליצנות) די חומר הענין פון האבן א סמארטפון, וואלט מען דען מער אויפגעטון?..

די יצר הרע פון א סמארטפון איז נישט אוועקצומאכן. אוי איז דאס א נסיון. און נאר דאס איז די סיבה פארוואס מיר האבן עס...

ניין סאיז נישט די זעלבע

די וואס מאכן די שומרים קארטליך וועלן יא זאגן אז סאיז די זעלבע ווייל פון זייער קוק ווינקל דארף מען ביידע אויסראטן

אבער מצד די עולם איז שומרים א קאמפיין וואס די עולם האלט אז זיי זענען נישט גערעכט, אבער ביי חתונה תקנות האב איך נאכקיינמאל נישט געהערט איינער זאל זאגן: ביסט נישט גערעכט מדארף יא חתונה מאכן אזוי.
מה אין כן ביי שומרים הערט מען כסדר טענות אז ממעג יא האבן א סמארטפון (לצורך פרנסה אדער נישט, נישט די שמועס דא,)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

שפע רב האט געשריבן:
איינס האט געשריבן:ווער סהאט נאך א איידיע פון גיין קעגן די שטראם מיטן כח היחיד קען אהער ברענגען
(אויב וועל איך האבן צייט וועל איך מאכן עפעס פון דעם)

קעפל: 'חסידישע בחור, חסידישע מלבוש, ביים שפיגל"
סצענע: א חתן שטייט ביים שפיגל און קוקט אויפן שטריימל בעיון רב, ער שמייכלט אזוי. א חבר דערנעבן זאגט עם 'דו זעסט אויס שיין'.
חתן ענטפערט "אה, יא, א חסידישע מלבוש"..

מ'קען צולייגן (אדער מאכן נאך א קאריקאטור):
די שטריימעל איז גאר הויעך, און מ'זעהט א 'אינט''ש רולע''ר' וואס מעסט די שטריימעל. מ'זעהט די פרייזן 6000 7000 8000 ווי העכער די שטריימל איז ווייזט די רוללע''ר די העכערע פרייזן. און ס'שטייט אויך א טיטל.
6000 ל''ע
7000 ר''ל
8000 אינגאנצן צודרודעלט...‎

די ערטשע חלק כאפ איך נישט די פוינט

די צוייטע האב איך א גדאנק ווי ארויס צו ברענגען
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

דו כאפסט נישט די ליצנות פון וויאזוי א שטריימעל וואס איז א חאניואקישע חסידי'שע מלבוש, איז געווארן א מלביש ווי נשים, פון אויסזעהן שיין..
גלות איד
שר האלף
תגובות: 1000
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 10, 2017 8:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גלות איד »

איך קלער אז עס איז צופיל| מ'דארף האבן צייט צופארדייען און אדרוכטוהן יעדעס עד. עס איז זייער גוטע געדאנקען אבער דריי פיהר עדס א וואך וואלט געהאט א שטרעקערע עפעקט
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

Shtrimel.jpg
Shtrimel.jpg (468.62 KiB) געזען 2378 מאל

געדאנק קרעדיט:
שפע רב האט געשריבן:
לעצט פארראכטן דורך איינס אום פרייטאג דעצעמבער 06, 2019 11:27 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8352
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

שפע רב האט געשריבן:דו כאפסט נישט די ליצנות פון וויאזוי א שטריימעל וואס איז א חאניואקישע חסידי'שע מלבוש, איז געווארן א מלביש ווי נשים, פון אויסזעהן שיין..

גערעכט, אבער דאן רעדסטו נאר צו די מענטשן וואס האבן א געפיהל צו חסיד'יש און נישט פוץ, משא"כ ווען דו מאכסט ליצנות פון די געלט ספענדעריי חלק רעדסטו צו יעדן איינעם
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18804
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

איך בעט נישט מער וויפל ער קען.
איז ער מיין נאר, דען?
איך קען נישט זעהן ווי ער איז מיד.
איך נוץ מיין כח היחיד!

ווער האט א בעסערן גראם פאר די דריטע שורה?
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “שמחות”