דורש ומבקש האט געשריבן:איר קענט מיר ביטע אנצייגן ווי די רב שו"ע רופט אן קובע מלאכתו מיחזי כשלוחו אדער נראה כשלוחו ( אחוץ ווען ס'איז דא די סברת המהרי"א פון סי' רמ"ג) ?
ווי געזאגט בין איך נישט יעצט בתוך הענינים איז דורך שבת האב איך פשוט איבערגעקוקט וואס ליגט מיר אין זכרון, און כ'האף די זכרון נער'ט מיר נישט... נאך איין נקודה פאר איך ענטפער, כ'ענטפער מיטן חשבון אז די האסט פארפעלט א ווארט אין דיין שאלה, די ווארט "בשבת", דהיינו קובע מלאכתו "בשבת", נישט אז די פרעגסט בכללות ווי ער זאגט אז ביי א קבלן זאל נאך אלץ זיין א פראבלעם פון מחזי כשלוחו, ווייל דאס שטייט אין כמה וכמה פלעצער קלאר.
לאמיר דיר אנווייזן לפי זכרוני איינע פון די פלעצטער פון ווי דאס קומט ארויס, און ווי שוין געשריבן, אמת עס שטייט נישט ארויס די ווערטער ברחל בתך הקטנה "הקובע מלאכתו בשבת לקבלן שקצץ, אסור דמחזי כשלוחו", אבער פון וואס די שועה"ר שרייבט דורכאויס די סימנים, שטייט עס יא קלאר.
ווי שוין געשמועסט אין סי' רס"ג אין קו"א ברענגט ער ארויס די נקודה וואס די פראבלעם איז אז די גוי טוט די מלאכה בשביל ישראל [אדעתא דישראל]. איז ער עס דארט מסביר כלפי מכס, פארוואס האט זיך פארלאנגט ביי מכס כדי צו מתיר זיין במקום הפסד אז ער זאל זיין א קבלן, ווייל אויב איז ער נישט קיין קבלן טוט ער די מלאכה אדעתא דישראל, און ווען א גוי טוט עפעס בשביל ישראל ווערט ער א שליח פון דעם איד, ויש שליחות לחומרא.
און ווי שוין געברענגט איז די שועה"ר טאקע מחלק אין קו"א סי' רמ"ג צווישן א קבלן און א שכיר יום לגבי מכס, אז א קבלן האט מען מתיר געווען בהפסד מרובה, ווייל למעשה די עצם ארבעט טוט ער למעשה אדעתא דנפשיה, און נישט צוליב דעם איד, משא"כ א שכיר יום איז ער סך הכל באצאלט צו טון דעם איד'ס שליחות בעצם יום השבת און דאס איז אסור אפילו בהפסד מרובה. און די הסבר דערצו זעט מען אין סי' ש"ה, אז א גוי וואס איז נישט קיין קבלן, און ווערט נישט באצאלט אויב טוט ער א מלאכה בשביל ישראל איז ער א שליח ממש און דאס איז אייביג אסור, משא"כ א קבלן טוט דאך די עצם מלאכה אדעתא דנפשיה.
ווייס מיר שוין אז אויב טוט ער בשביל ישראל איז ער א שליח ממש, אבער דערווייל האמיר דאס נאר געזען ביי איינער וואס איז נישט קיין קבלן. וואס טוט זיך מיט א קבלן אויף א פאל וואס ער טוט יא בשביל ישראל, איז ער א שליח גמור אדער נאר מחזי כשלוחו, אדער גאר אן אנדערע איסור פון "אמירה".
איז לאמיר זען וואס שטייט אין סי' רמ"ז, רעדט מען פון נעמען א קבלן צו שיקן א בריוו פאר אן אנדערע איד, שטייט דארט אין שועה"ר אז מען טאר נישט שיקן א בריוו אם לא קצץ, ואין קבוע בי דואר בעיר, אפילו ס'איז דא צייט אנצוקומען פאר שבת, לויטן רא"ש איז די איסור נאר ער"ש, און לויטן רי"ף והרמב"ם איז די איסור אפילו פון זונטאג.
זאגט דארט די שועה"ר אז דאס אלעס איז נאר בכתב ישראל, אבער בכתב עכו"ם מעג מען יא, ווייל די טעם האיסור איז אלץ מראית עין, שיאמרו שבשבת נתנה לו הישראל, און דאס איז נאר שייך ווען ס'איז אן אידישע כתב.
אין קו"א גייט ער אריין מבאר זיין לויט וועם איז די חילוק פון כתב ישראל אדער כתב עכו"ם און מיטן טעם צוליב מראית עין, הייבט ער קודם אן מסביר זיין אז דאס שטימט לויטן רא"ש, און ער זאגט דארט אז לכאורה לויטן רמב"ם וואלט געדארפט זיין אסור אפי' בכתב עכו"ם, און זיין הסבר איז אזוי, ווייל די רמב"ם האלט דאך אז אפילו ביום ראשון איז אסור, הגם דאז לא נראה כלל כאילו שולחו לילך בשבת, און די טעם האיסור לויטן רמב"ם איז ווייל ער טוט די מלאכה בשביל הישראל [און מיר ווייסן דאך פון סי' ש"ה אז ווען א גוי טוט א מלאכה בשביל ישראל איז ער א שליח ממש] און דאן איז נישט קיין חילוק וועלכע טאג אין וואך ער מאכט אים זיין שליח, ממילא אפילו ס'איז נישט כתב ישראל, דאך טוט ער עס בשביל הישראל, און ווערט א שליח ממש פונעם איד, דארף עס זיין אסור.
זאגט ער אבער אז דאס איז נישט ריכטיג, ווייל אין ב"י איז מבואר אז נישט דאס איז די טעם האיסור לויטן רמב"ם, נאר לויט יעדן איז די טעם האיסור בלא קצץ אלץ "מחזי כשלוחו", און נישט דאס אליין ווייל ער טוט די מלאכה בשביל ישראל, נו אויב אזוי איינמאל ס'איז דא צייט אנצוקומען דארט וואלט געדארפט זיין מותר, ווייל דאן איז דאך שוין נישט מחזי כשלוחו, אויף דעם איז די הסבר אז דא רעדט מען בכתב ישראל, און דאן איז שוין דא א נייע פראבלעם פון מראית העין [וואס די רא"ש האט נישט מורא געהאט מופלג לפני השבת].
סך הכל וואס מען זעט פון דא איז, אז ביי א קבלן זאגן מיר נישט אז ער איז א שליח ממש, אבער דאך קען נאך אלץ זיין אן איסור מטעם "מחזי כשלוחו" אויב ער טוט די מלאכה בשביל הישראל, וואס אין דעם פאל איז דאס צוליב וואס ער האט נישט קוצץ געווען.
יעצט לאמיר צוקומען צום נקודה פון קובע מלאכתו בשבת, שטייט אין סי' רנ"ב אז ביי א קבלן, אויב האט ער נישט קוצץ געווען, אפילו אויב ער האט אים עס געגעבן זונטאג, און ער האט געהאט גענוג צייט עס צו ענדיגן פאר שבת, דאך אויב זעט ער אים טון די מלאכה, דארף די איד מוחה זיין אויף אים, ווייל אויב נישט הגם ער איז א קבלן, דאך וויבאלד די איד זעט, וועט ער עס טון בשביל הישראל.
איז ער דארט מאריך אין קו"א צו דווקא אויב ער זעט צו אויך אויב ער ווייסט, עכ"פ בתוך הדברים ברענגט ער ארויס אז די חילוק צו ער האט קוצץ געווען צו נישט, איז נאר אויב וואלט ער עס געקענט ענדיגן פאר שבת, זאגט ער אזוי וז"ל "
אבל כשאי אפשר לה להעשות בחול בגלל הישראל, אזי מקרי עשיית השבת בשבילו, אף על גב דקצץ, וצריך למחות אף שאינו רואה".
זעט מען דא אז די פראבלעם פון קובע זיין מלאכתו בשבת ביי א קבלן אפילו כשקצץ איז אז "מקרי עשיית השבת בשבילו", און נישט עפעס א נייעם איסור פון "אמירה", נו, לויט די אויבנדיגע ידועות אז ביי א קבלן כשלא קצץ אויב די גוי ארבעט בשביל הישראל איז די טעם האיסור אלץ מחזי כשלוחו, איז כ"ש בקצץ איז ער נישט קיין שליח ממש נאר מחזי כשלוחו.
איי וואס איז טאקע די הסבר, ער איז דאך א קבלן, וואס טוט די ארבעט אדעתא דנפשיה, איז ווי קומט שליחות אהער, איז די ענטפער גאר פשוט, ווי מען זעט אזא חילוק אין קו"א סי' רמ"ד בתו"ד, אז ס'איז דא די עצם מלאכה, און ס'איז דא די טאג וואס ער ארבעט, אמת אז אויף די עצם מלאכה איז ער א קבלן, אבער חוץ דעם אויף דעם טאג שבת, פארוואס ארבעט ער דייקא דעם טאג, דאס דארף אויך זיין אדעתא דנפשיה. און אויב איז די איד קובע דעם טאג צו זיין דייקא שבת, קומט אויס אז דאס קלויבן דייקא דעם טאג איז אדעתא דישראל וואס דאן איז ביי א קבלן אסור אלץ מחזי כשלוחו.
אבער חוץ די ראיה ליגט מיר אין קאפ אז ס'איז דא גאנץ אסאך מאל וואס מען זעט פונעם שועה"ר וואס ער זאגט די פארקערטע אז אויב מען איז נישט מקפיד איז נישט נראה כשלוחו, ומכלל לאו אתה שומע הן.