איך האב אויפגעהויבן א טעלעפאון און אנגעפרעגט, פאלגענט זענען די תירצים וואס איך האב באקומען.
קאנסילמאן האט געשריבן:קהל'ס הכנסות איז די לעצטע עטליכע יאר געשטיגען מיט אסטראמאנישע נומבערס.
1} זיצען געלט האט מען געהעכערט,
מען האט געהעכערט די חזקה זיצן - און מען איז אראפ מיט די געדינגענע זיצן, צו נענטער ברענגען די אפנערמאלע געפ, וואס דאס האט ארויף געטריבן די אבנערמאלע ריעל עסטיעט פרייזן, די ס"ה טאטעל פון ביידע צוזאמען איז מען אראפ א משהו
קאנסילמאן האט געשריבן: 2} דיוס געלט געהעכערט,
מען איז ארויף 2 יאר צירוק מיט נאך 30 דאלער נאך 6 יאר, ס"ה ווען 3000 מעמבערס צאלן נאך 30 דאלער איז עס 90 אלפים, די או ענד אר ביל אליינס איז ארויף די יארן א סאך מער ווי 90 אלפים, ער טאנעט און עווריטש קאסט או ענד אר פאר קהל (בית מדרש הגדול, בית רבינו, היכל התורה, מקוה טהרה, גמ"ח'ן וכד') ארום 40 אלפים א חודש,
קאנסילמאן האט געשריבן: 3} נייע סעקשן זיצען געלט ברענגט אריין $700 טאלער א זיץ,
ביז דערווייל איז נאך מקדש די געלט פאר קרן הבנין, און נאך נישט אין קהלס קאסע, אפגערעדט וויפיל איז ארויף די גיום א יאר צו קלינען א גרעסערע בילדינג, זייט עס איז דא מער מתפללים, ער טאנעט גוים תשרי, גיום אליינס, נישט אריינגערעכנט קיין אידישע איינגעשטעלטע אווער טיים וכדו' איז ארום 70 אלפים [/quote]
קאנסילמאן האט געשריבן: 4} הונדערטער נייע מעמבערס ארויסגעמופט קיין קר"י,
5} הונדערטער נייע יונגעלייט חתונה געהאט,
ער זאגט אין הכי נמי די לאך יעדע חודש איז שוין ב"ה אסאך קלענער ווי אמאל, די בעסיג עקספענסעס, איז 350,000 א חודש, און עוורידש, די פראצענט וויפיל עס קומט אריין א חודש איז שוין אביסעל נענטער צו די עקספענסעס
קאנסילמאן האט געשריבן: 6} מצות האט מען געהעכערט, געשניטען דאס טיילען די אומזינסטע מצות
ער טאנעט אז מען האט געטיילט די יאר בערך 1 א האלב מאל פון א יאר פארדעם,
און געהעכערט די מצות, איז א דאלער א פונט וואס איז די זעלבע ווי די עקספענסעס איז ארויף, והא ראיה אלע אנדערע בעקערייען זענען ארויף אסאך מער,
קאנסילמאן האט געשריבן: 7} הכשרים אינקאם 8} חברה קדישא אינקאם
וואס איז עס אנדערש ווי 5 יאר צירוק? די בעסיג אינקאם פון די מוסדות
קאנסילמאן האט געשריבן: אנדערש ווי מוסדות וואס די רובי עם פארלאנגט נייע בנינים און נייע הוצאות, איז אבער קהל נאך אלץ סטאק מיט די זעלבע איין בנין ווי דרייסיג יאר צירוק, די זעלבע איין רבי, די זעלבע איין התאחדות האברכים, און אמת אז די בנין ווערט גרעסער און דאס ברענגט גרעסערע רעגלוער הוצאות, אזוי אויך די גרעסרערע עולם ברענגט גרעסערע הוצאות, איז דאס אבער נישט קיין שפיי צו די אינקאם וואס וואקסט אסאך שנעלער ווי די הוצאות, אז מען בויעט צו איז דאס אויך נאר א אינקאם, און קהל האט נישט יעצט קיין פינף מער אינגעלייט איינגעשטעלט ווי דרייסיג יאר צירוק, זיי האבן נישט די גרויסע פעיראל הוצאות. און אויך נישט אנדערע הוצאות.
אזוי? 30 יאר צירוק איז אויך געווען 20 דיינים? שוין געווען א מנהל בית הוראה? שוין געווען א מפעל בית נאמן? שוין געווען בערך 10 באצאלטע קביעות עתים גבאים, חוץ די קביעות עתים אפיס ארבעטערס? צייכענערס, מעילינג וכדו', ועוד ועוד ועוד.
דו ווייסט אז פעיראל פאר מגידי שיעורים אליינס איז ארום 200,000 א יאר.[/quote]
זייער בוטשעט א יאר לויפט ארום 4 מעלאנעס א יאר, וואס פאר די מוסדות וואס לויפט אפשר 10 מאל אזוי איז עס א שפיי וואסער, אבער די מוסדות האט 10 מאל מער אינקאמס אויכעט,
טרעף מיר נאך א קהילה וואס האט א בוטשעט פון איבער 4 מיליאן א יאר.