הרב איינס, איך בין יעצט אנגעקומען צו די אשכול... נעקסטיים שיק מיר פריוואט, שטייצעך אז איך בין נישט די אדרעסס צו שיקן, נאר אויב קיינער ענטפערט נישט...
ואגב, איינע פון די זאכן וואס זענען נאך צוריקגעשטאנען איז די נעמען פון אחראים וואס זענען רעספאנסיבל אויף איעטש פארום... די זאכן האבן זיך שוין לאנג געטוישט, אבער מ'האטעס נאכניש אראפגענומען...
סאו עצה טובה, אויב ווילסטו פרעגן אן אחראי, קוק וועלעכע אחראי איז אריינגעסיינט, און נישט ווער סיז אחראי אויפן פארום...
כ'וועל צושרייבן נאר א ווארט, אין די לעצטע פאר וואכן זענען אפאר אחראים געווען ביזי, איינער געהאט א קינד, איינער אן אייניקל, און דא איז געווען די נסיעה, מ'האט געדארפט אפראוון תגובות א גאנצן טאג, און די אימפיעטשמענט אשכולות האבן געדארפט אסאך ארבייט... איך - וואס איך בין נישט קיין אחראי, האב געענטפערט גאר אסאך אישית, כ'האב ווארשיינליך נישט אנגעיאגט צו ענטפערן אלע... כל שכן אז די פארנומענע אחראים האבן זיכער נישט אנגעיאגט צו אלע מעסידזשעס...
סאו ווען ס'שטייט אז אחראי איז אחראי אויף א פארום, איז דא א טשענס אז דער גייט נישט זיין דא אפאר וואכן... דעריבער איז ראטזאם אז פאר סיי וואסערע פראגע, שיק פאר אן אחראי וואס דו זעהסט איז אקטיוו...