מיין "פלעגשיפ פראפאוזעל": טויזנט תגובות יעדן חודש!

אייוועלט אינערליכע אנגעלעגנהייטן

אחראי: אחראי

אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

מיין "פלעגשיפ פראפאוזעל": טויזנט תגובות יעדן חודש!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

די מלחמה אויף נארמאלע מענטשן = אויטאמאציע

נארמאלע מענטשן זענען די וואס קומען אריין פאר א גלעזעלע שנאפס און א גוט ווארט. אייוועלט איז פון אלעמאל אן געווען באוואוסט אלס דער "לאנד פון מעגליכקייטן", און טויזנטער האבן אהער אימיגרירט מיט האפענונגען פאר א בעסערע צוקונפט, פון הנאה האבן און פארברענגען מיט צופרידנהייט.
36204293.jpg
36204293.jpg (42.28 KiB) געזען 2867 מאל


דאס איז שוין נישט אינגאנצן אמת, מענטשן ווערן אויפגעברויזט און פארלוירן נישט וויסנדיג פארוואס, און די קומענדיגע דורות וועלן שוין האבן ווייניגער מעגליכקייטן דא. פאליטיקאנטן וועלן אייך דאס נישט דערציילן, אבער מומחים זאגן אז דאס קומט דורך אויטאמאציע.
אויטאמאציע טייטשט ווען עס מאכט זיך א שמועס אויף סיי וועלכע נושא, פון טראמפ ביז וואקסינען, און די תגובות פארן אויטאמאטיש. פלוני דארף גארנישט שרייבן, ער דארף נאר שיקן "שלח" און דער סיסטעם שטעלט שוין אריין זיין מיינונג לכאן. דאן קומט אלמוני און זיין תגובה פארט אויטאמאטיש אויף די אנדערע זייט.

מיליאנען מענטשליכע תגובות זענען פארלוירן געווארן צו אויטאמאציע דא אין די פארגאנגענע פאר יאר, און עקספערטן שאצן אז א דריטל פון אלע תגובות וועט שוין זיין אויטאמאטיש אין 2030 למספרם, און איבער האלב אין 2050.

וואס קוקט אויס ווי וואוקס אין תגובות איז באמת א שלעכטע חלום פאר די מיטל קלאס. וואס זיי בויען יעצט איז ווי א פאלאץ געבויט אויף זאמד. אונזער סאושעל פעבריק איז אין סכנה. אונזער יעצטיגע סיסטעם איז בכלל נישט פעאיג צו הענדלן אזא קריזיס.


די לעזונג: יוניווערסאל בעיסיק אינטערעקשאנס

טויזנט מענטשליכע, אומ-אויטאמאטישע תגובות יעדן חודש, 12000 א יאר. אפגעזען פון ארבעטס סטאטוס אדער סיי וועלכע אנדערע פאקטאר. דאס וועט אונז אלע ערמעגליכן צו קענען אריינרעדן אינעם שמועס, זיך לערנען, עפענען אשכולות, זיין מער קריעטיוו, בלייבן געזונט, זיין רואיג ביי די ארבעט, פארברענגען מיט די קינדער, קעיר נעמען פון באליבטע, און האבן א חלק אינעם עתיד.

א UBI אויף דעם שטאפל וועט צולייגן צום אייוועלט עקאנאמיע 12.56 ביז 13.1 פראצענט, און צולייגן 4.5 ביז 4.7 טויזנט מענטשן צום מענטשליכע שרייבערס קראפט. אריינלייגן תגובות צוריק אין די הענט פון מענטשן פאר פרייוויליגע באנוץ וועט זיין א שטענדיגע שטופ און שטיצע פאר דזשאב וואוקס און די עקאנאמיע.


אפט געפרעגטע פראגעס

איז דאס נישט סאציאליזם? ליבעראלע מתנות?
ממש נישט. קוק צוריק אין אייוועלט היסטאריע וועסטו טרעפן אסאך קאנסערוואטיוון, ליבערטעריענס, און פרייע מארקעט פארטיידיגער וואס האבן געקעמפט פאר דעם פלאן.
דאס איז ווייטער קאפיטאליזם, אבער קאפיטאליזם וואס הייבט זיך אן ביי 1000 אנשטאט 0. קאפיטאליזם מיט א floor, וואו קיינער קען נישט פארלירן זיין צורת אנושי.
עס איז א אפגרעיד פאר קאפיטאליזם וואס פאסט הערליך אריין, און וועט מאכן וואקסן אונזער יעצטיגע קאפיטאליסטישע סיסטעם.

וועט עס נישט ברענגען אינפלאציע? וועט נישט אויספעלן א העכערע מספר תגובות ביז מען שפירט זיך א יש?
עס מאכט טאקע סענס, אבער דער עכטער עקאנאמישער ענטפער אין קורצן איז ניין.
וויאזוי אינפלאציע פאסירט איז אביסל קאמפליצירט, אבער דער פלאן גייט נישט ברענגען קיין איבערפלוס פון ווערדלאזע תגובות אינעם סיסטעם, און גייט נישט שטופן ספענדינג איבער פראדוקציע, ווייל וואס מער מענטשליכע תגובות איר שרייבט אלס מער מענטשן וועלן קויפן אייערע תגובות, און דער געזעץ פון סופליי און דימענד האלט אן.

און דער עיקר איז, אז עס איז נישט קיין נייע זאך וואס איז נאך קיינמאל נישט אויספראבירט געווארן. ווערסיעס דערפון זענען שוין איינגעפירט געווארן צענדליגע מאל, ווי מען קען זען אין די קעלערן ווען די לייבן האבן געהאקט איין זאפטיגע תגובה נאכן צווייטן, און דער פאקט ווייזט אז עס ברענגט נישט קיין אינפלאציע. מען דארף צופאסן די טעאריע צו די פאקטן און נישט פארקערט. איי עם עי נומבערס גיי.


שליסט איין אן אינעם באוועגונג! א טויזנטער א חודש! נישט רעכט אדער לינק, נאר א נייע וועג פאראויס!

ווער עס כאפט נישט, דאס איז א פאראדיע פון ענדרו יענג'ס פלאן צו געבן פאר יעדן אמעריקאנער בירגער טויזנט דאלער א חודש. זעט דער אשכול איבער אים און דער אשכול איבער דאס געפאר פון אויטאמאציע.
און פארשטייט זיך אז מיט אייוועלט איז אלעס זייער פיין, א געשמאקע פלאץ. ואין משיבין על הדרוש.
און יעצט שטופט אייך צום לאכן און מאכט א לחיים.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9233
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

;l;p-
דא האסטו שוין לאנג געווינען סיי די פריימערי און אויך די דזשענעראל עלעקשענס.

קענסט דיך גלייך נעמען צו דיינע פרעזידענטליכע אויפגאבעס און ערפילן דיין קאמפיין פארשפרעכונגען, הייב אן קנאקן די טויזנטערס גלייך אריין אין די טאשן פון אלע בירגער אין אונזער איי-לאנד.

מיר זענען אלע גרייט צו הערן, זעהן, און זיך דערקוויקן מיט דיינע פרישטע טויזנטערס.
---
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8114
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

פיינע פרישע ווארע. כ׳גלייך דיין הומאר און פרישקייט, ווער רעדט פון די תגובות. כה לחי׳. האלף לך!
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
שבת פארטי
שר מאה
תגובות: 148
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 17, 2019 11:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שבת פארטי »

יענג2020 איז פון די אייגנארטיגסטע און געלונגענסטע מיטגלידער וואס איך האב באגעגנט אין שטיבל.
אוועטאר
היימישער הייקער
שר האלף
תגובות: 1638
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 08, 2019 5:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער הייקער »

שבת פארטי האט געשריבן:יענג2020 איז פון די אייגנארטיגסטע און געלונגענסטע מיטגלידער וואס איך האב באגעגנט אין שטיבל.


גא"מ. פרישע געדאנקן, פרישע סחורה.
אוועטאר
לעגאו מענטשעלע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3647
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 09, 2019 3:44 pm
לאקאציע: פאר מער דרוקט נומער 7

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעגאו מענטשעלע »

ווען האט @יענג אזוי גרינטליך דורכגעטון יענג'ס שיטה?... פלאי פלאים! אזוי קלאר אויף יעדע נושא! הערליך!
און א מזל טוב צום שר האלף!
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6407
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

גוטטטטט !!!!!!
וואס וועט זיין מיטן ליינען די אלע תגובות????
וועט זיין א ראבאט וואס וועט דאס אפליינען און אריין דעליווערן אין דעם ניק'ס קאפ דורך א טשיפ???
אוועטאר
אושר עד
שר מאה
תגובות: 196
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 14, 2019 5:22 pm
לאקאציע: בעיסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אושר עד »

מיט די ubi וועט מען דארפען ארבעטן אביסעל ווייניגער, וועט מען האבן צייט צו ליינען נאך 1000 יענג2020 סטייל תגובות
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

א דאנק אייך אלע פאר די געשמאקע קאמפלימענטן :smile:

און א מזל טוב דיר לעגאו מענטשעלע!
(הגם טאקע אין מערבין שמחה בשמחה, אבער קוקט אויס פון טייוואן צום לעגאו הויפטקווארטיר אין דענמארק איז נישט דא קיין עירוב...)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
שמואל בארג
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4026
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 18, 2016 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל בארג »

יענג, נאך טויזנט תגובות מעגסטו שוין אויסגלייכן די אויגן, וואס איז די צוקנייטשטע ערנסקייט?!

א נחת צו לעזן א תגובה פון יענג, מזל טוב צום טויזענטער...
קרייסלער
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4524
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am
לאקאציע: אויפן ראוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרייסלער »

כהייב אן צו פארדאכטן אז יענג2020 איז גאר א ראבאט!
אזוי קלאר און מסודר ארויסגעברענגט די נקודות קולע אל השערה
מיר פרייען זיך נישט מיט די מפלות אדער נצחונות פון די ציונים

מיר ווארטן אויף ביאת משיח וואס וועט אונז אויסלייזן פון גלות פון די ציונים און אראבער ביינעזאם
מטעמים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9197
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 04, 2014 10:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מטעמים »

א ניק וואן אוף עי קיינד !!! מיר עפרישיעטען דיין דא זיין.
האב שכל און גיב א שמייכעל!
אוועטאר
רואיג!
שר האלף
תגובות: 1866
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 18, 2014 12:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רואיג! »

מזל טוב צום טויזענטער!

מיר האבן זיך באלעקט מיט יעדע איינס.
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

מזל טוב. סתם פאר נייגעריקייט אויב איך מעג פרעגן וואסי געווען דיין ניק ביי די לעצטע עלעקשענס?
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
משק ביתי
שר חמש מאות
תגובות: 981
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 02, 2019 10:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משק ביתי »

איך גלייב שווער אז ער האט געהאט א ניק ביי אן אנדער עלעקשין סאיז נאך קיינמאל געווען אזא איגנארטיגע אבער קלוגע אדורכגעטראכטע קאנדידאט (עכ"פ לפי עמעראצאתי..)


אבער סגלייבט זיך שווער אז דאס איז זיין ערשטע ניק אויף אייוועלט
פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2433
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארבינדן »

מטעמים האט געשריבן:א ניק וואן אוף עי קיינד !!! מיר עפרישיעטען דיין דא זיין.
פאר קריטיק דריקט דא
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

zibala האט געשריבן:מזל טוב. סתם פאר נייגעריקייט אויב איך מעג פרעגן וואסי געווען דיין ניק ביי די לעצטע עלעקשענס?


זארעכפעפער.
נייטראליסטישע פארטיי וואס ציט אנהענגער פון אלע זייטן, און שטייען אויס צו זיין זיכערע געווינער כאטש זיי זענען זיכערע פארלירער (הערט זיך באקאנט?)
viewtopic.php?f=13&t=1860
8.)
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
zibala
שר האלף
תגובות: 1192
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2010 5:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zibala »

ווי זענט איר אהין געקומען פון 2009 ביז יענג?
שבעה מי יודע!?
אוועטאר
א גוטע ניק
שר חמש מאות
תגובות: 516
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 21, 2018 11:45 am
לאקאציע: ביי די אייער וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גוטע ניק »

ענדע צדיק! האט געשריבן:פיינע פרישע ווארע. כ׳גלייך דיין הומאר און פרישקייט, ווער רעדט פון די תגובות. כה לחי׳. האלף לך!

גא''ם
פארדינט געלט דורך אפלייען פאר טשעס קרעדיט קארט 200$ ווען קויפט איין פאר 500 די ערשטע דריי חדשים דא
אוועטאר
Yang2020
שר האלף
תגובות: 1766
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש יולי 06, 2019 9:35 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Yang2020 »

נאך אפאר פריוואטע אנפראגעס דארף איך קלאר מאכן אז איך בין נישט זארעכפעפער. דאס האט געדארפט צו זיין א דזשאוק :oops:

איך בין נישט געווען אינטערעסירט אין פאליטיק און זיך נישט איינגעשריבן דא אין די פארגאנגענע פאר עלעקשאנס.
All you need is self-driving cars to destabilize society. -- Andrew Yang
אוועטאר
קנאפער ידען
שר החסד
תגובות: 31187
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט ב"ה וויל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קנאפער ידען »

שיגענער דו!! (פאר די וואס כאפן נישט... דאס איז א פאראדיע... נישט אז ער איז עכט שיגע...) קיעפ איט אפ געזונט פריש און משוגע!

א דאנק פאר די פולע לאכן פון צווישן די ערנסטע פראפאוזעל דיינע. כ'ווייס נישט וועגן אנדערע, אבער דו קענסט זיכער שרייבן טויזנט תגובות א חודש און יעדע פון זיי מיט תוכן. קיפיראפ!
"אייער צופרידנהייט, מיין הנאה." -מיך אליינס...

נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין פאר עפעס דא קען מען מיר צושיקן א לינק דערצו אין אימעיל [email protected]
נאר_דאס_נישט
שר מאה
תגובות: 111
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 07, 2019 7:08 am
לאקאציע: עצות-שטובל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאר_דאס_נישט »

(איים סארי פארן זיין אזוי שפעט, אבער כ'קען עס נישט דורכלאזן)

מזל טוב מזל טוב, כ'מיין דו קענסט זיין די ערשטע צו נאכקומען די פראופאזעל... ביסט א וואן אף קיינד, וואס כ'גיי אמת'דיג או"ט א"ף מי"י מיינ"ד יעדע מאל כ'ליין אן ארטיקל דיינע.

(ווי אויך אלס א נעווער טראמפער וואלט איך קיינמאל געוויסט וואסערע קאנדידאט און זיינע פאליסיס וואס דער יענג איז, און כ'וואלט געדארפט בלייבן מיטן אלטן ביידען אדער בוטידזשעדזש)

ווי אויך פיל איך אז כ'מוז דיך קאנגראטולירן אז פון דיינע איבער 1050 תגובות איז קיין איינס! נישט געמעקט! נישט קיין גרינגע דערגרייכונג אויפן וועלטעל...
ביטע נישט נעמען קיין איין תגובה מיינע פערזענליך.
שרייב תגובה

צוריק צו “אידישע וועלט”