נאטרוליסט האט געשריבן:איך קלער אז איך קען אריינווארפן עטליכע מערקווירדיגע פונקטן צום שמועס, און מעגליך אסאך געפונען זיך אין די זעלבע שיף אוואו אני הקטן.
ובזה החלי:
כראנאלאגיע:
1) מיין פאטער זז"ג - א תלמיד פון א גרויסע קהילה / ישיבה סיסטעם אין ברוקלין ניו יארק מרישא ועד גמירא (בשנים תש"י - תשכ"ה בערך)
2) אני הקטן - א תלמיד פון די קהילה ישיבה סיסטעם מרישא ועד גמירא (משנת תשל"ה - תש"נ בערך)
3) בניי החשובים שיחיו' - אלע תלמידים פון די קהילה ישיבה סיסטעם מרישא ועד גמירא (משנת תשנ"ה - תש... בערך).
פאקטן:
1) מיין פאטער זז"ג, א גאר געהויבענער איד.
2) אני הקטן - כאשר אבדתי אבדתי.
3) בני החשובים שליט"א - חשוב'ע אברכים און בחורים, לערנען און דאווענען, נאך די חתונה זענען ממשיך אין די לאקאלע היימישע כוללים סיסטעם.
(א)מעלות פון די לאקאלע היימישע ישיבה און כולל סיסטעם:1) מ'בלייבט ב"ה פעסט פארמאגט אין די באקס מער ווינציגער / בדרך כלל האט מען נישט קיין אפענע אויגן צו די דרויסנדריגע אידישע וועלט.
2) די עקסעס צו די גאס / פרעמדע השקפות / פרעמדע ספרים / פרעמדע דעות איז היפש באגרעניצט.
3) מ'איז אין שטוב יעדען טאג, און די עלטערן האבן א עינא פקיחא וואס עס טוט זיך מיט'ן אוצר'ל. און ער ווייסט אז זיינע עלטערן זענען דא.
4) בדרך כלל בלייבט מען חסידים פון די קאמפאני סיסטעם וואס מ'האט דיר אריינגעשטעלט. פונקט ווי בד"כ וועט א בעלזער בלייבן א בעלזער, א סקווירא'ער בלייבט א סקווירא'ער, וויניצער בלייבט א וויזניצער, און א סאטמארער בלייבט א סאטמארער. (פארוואס האבן חז"ל נישט געמאכט די ברכה "בא"י אמ"ע שלא עשנו גערער/וויזניצער/סאטמארער/פאפא'ער?)
5) אפילו מ'האט שטארקע קשיות אויף די קאמפאני/קהילה/פארטיי סיסטעם - בלייבט מען דאך דארט, ווייל אלע חברים און סאשל סביבה איז פון די קהילה ישיבה סיסטעם.
(ב)חסרונות פון די לאקאלע היימישע ישיבה און כולל סיסטעם:1) מ'האט נישט קיין שום שייכות מיט קיין איין מגיד שיעור / מ'האט נישט קיין נאענטשאפט מיט א ראש ישיבה. נול.
2) דער בחור ווערט א חלק פון די קאמפאני ווען די פארטיי / קהילה סיסטעם וועלכע נוצן דאס גוט אויס ליידער. דא מאכט מען א מערכה פאר די גרויסע חתונה, פאר די גרויסע קבלת פנים, פאר די יערליכע חינגאות, יומא דהילולא רבתי, הצלה והשחרור, אלע סארט קאמפיינען. - והתורה מונחת בקרן זויות (אויב דארט יא).
3) מ'איז א נאמבער אין א גרויסע ישיבה סיסטעם.
4) די כשרונות פונעם בחור גייט בד"כ נישט אויפגעארבעט ווערן. נאר ליידער פארקערט.
5) דער געדאנקן גאנג איז שמאל-קעפיג / יעדע זאך איז א גרויסן התפעלות.
6) מ'לייגט דיך אריין אין א שנעלצוג (טרעין בלע"ז). סטאפ 1# נוירסערי. סטאפ 2# קינדערגארטן. 3# כיתה א' ביז כיתה ח. #4. פעוטים, קטנה, סניף צעירים, צעירים, ישיבה גדולה. 5#. חתונה געהאט ב"ה. 6# כולל אברכים. א טרעין וואס פארט אן שום אפשטעל. ביז דיין לאקאלע קהיל'שע חברה קדושה נעמט דיך אפ צו די ביה"ח וואס דו באלאנגסט בשטומ"צ.
7) קיינער נעמט דיר נישט אפיר, ביי די 14 יאר, אדער ביי די 15 צו ביי די 17 און מ'רעדט מיט דיר "פערזענליך" - האלאו, דו קענסט שטייגן דא, דו דארפסט אריינגיין אין א אנדערע כיתה, מיט אן אנדערן מגיד שיעור, דיר פעלט אויס דאס, דו וועסט באקומען 10 דאלאר א חודש אויב דו וועסט זיך פארהערן דעם פרק. דער מגיד שיעור דיינער, באקומט דיך אין תשע"ח, און שפייט דיך אויס תשע"ט, ער האט מיט'ן בחור קיין שום געפיל, קיין שום קאננעקשאן קיין שום רילעישאנשיפ WHATSOEVER. ער באקומט א כיתה מיט 25 בחורים/שטיקער פלייש. ער זאגט אפ זיין שיעור - און ס'גייט אים גארנישט אן מה יולד יום.
(ג)מעלות פון א ישיבה מחוץ לעיר - מעבר לים:1) דער בחור קען אויסגעפורמט ווערן אינדרויסן פונעם שאכטל.
2) דער בחור האט א גוטע טשאנס צו ווערן נאענט מקושר מיט א חשוב'ן מרביץ תורה פון די ישיבה, פערזענליך - וועלכער וועט אים באגלייטן און אויפבויען ער זאל שטייגן און שטייגן.
3) דער בחור האט א געלענהייט צו זעהן אידן זיך "ממית זיין באהלה של תורה" אן קיין קאדילאק, אן קיין 10 רומיגע דירות. נאר פשוט'ע איינפאכע וואוינונגען וואס מ'זעט בכלל נישט אין יונייטעד סטעיטס אזעלכע מושגים.
4) מ'האט א געלעגנהייט צו זעהן תלמידי חכמים מופלגים וועלכע נוצן אויס יעדע סעקונדע אין טאג. און זענען נישט מבטל קיין רגע פון עוסק זיין בתורה. דאהי איז דאס איז ליידער נישט אזוי בנמצא בתוכינו.
5) ער וועט אי"ה האבן די מעגליכקייט צו ווערן א גרויסער מגיד שיעור אין די גרויסע לאקאלע ישיבה ווען ער קומט אי"ה צוריק ווייל יעדער וועט אים כאפן, ווייל ער איז דאך פון די פרעמד.
6) ער איז נישט ביזי מיט אלע שטותים פון די פארטיי. - ער האט א געלעגנהייט זיך אויסצוטשוכן פון די פארטיאישע איבלען.
(ד)חסרונות פון א ישיבה מחוץ לעיר - מעבר לים:1) דער בחור האט נישט קיין געהעריגע השגחה., און אויב איז ער א צריך סעד לתומכו איז עס זייער געפארפול.
2) עס איז מסוכן אז ער וועט פארדרייט ווערן מיט פרעמדע השקפות און אפלאזן דרך אבותיו ורבותיו און אנהייבן באקומען א געפיהל אז "יענע" זענען גערעכט, יענע זענען דאך אזעלכע גרויסע תלמידי חכמים מפורסמים, אזעלכע לייבן אין תורה וכו' וכו'.
3) ס'קען זיין א כפויית טובה פון די עלטערן. דא האלט דיין לאקאלע ישיבה סיסטעם דיין אינגל ביז די בר מצוה, און נאכדעם וואס מ'האט אים געמאכט א פאר שטיקל כלי, נעמסטו אים ארויס?
4) עס צעברעכט א כיתה. און אויב אלע גוטע קינדער די שטארקע בעלי כשרון גייען ארויס, מיט וואס בלייבט די כיתה איבער?
הלכה למעשה - ווען איינער האט א בחורים און דארף מאכן א באשלוס:
אויב מ'וויל האלטן דאס קינד לעבן זיך. צי מ'וויל מאכן זיכער אז ער עפנט זיך נישט צופיל - וועט נישט ארויסגיין פון די באקס - ווילסט נישט מצער זיין דיין לאקאלע ישיבה סיסטעם (פארטיי) - שיק אים נישט אוועק און האלט אים דא. און וועט אי"ה ווערן א פיינער אינגערמאן אינעם סיסטעם, און וועט נישט טראכטן ארויס פונעם באקס.
אויב דאס קינד באזיצט כוחות און ער קען אויסוואקסן א לייט, און די עלטערן שפירן אז די לאקאלע ישיבה סיסטעם וועט אים נישט אויפבויען כדבעי, קען עס זיין א מעלה ארויסצונעמען און אוועקשיקן אין א ישיבה אנשטאלט ווי תורה הקדושה איז די גרעסטע שאיפה פאר א בחור. - ער וועט נאך האבן א דין קדימה צו ווערן א מגיד שיעור אין די פארטיי / לאקאלע ישיבה סיסטעם. - דאס זיין א נארמאלער מענטש מיטן' האלטן א בחור אינעם סיסטעם און מעגליך רואנירן זיין עתיד - איז מעגליך די גרעסטע רעה לעולם ועד פארן קינד, אויפן מזבח פון די פארטיי / לאקאלע ישיבה סיסטעם.
נ.ב.
איך האב נאר געשיקט אין די פארטיי ישיבה סיסטעם. און איך האב ב"ה נישט חרטה.
ר' יום טוב ברענגט ארויס דעם חלק פון "זוכן" גליקן אין פרעמדע ישיבות. און אז מ'ווייל ווייזן אז מ'האט א תכשיט פון א בחור און מ'שיקט אים צו א ישיבה מיט א "ברענד נעים".
ליידער זענען די "פארטיי ישיבות" פון אלע קאפאניס נישט פארנומען אויספארומען א בחור כדבעי.
פארוואס צאלט א טאטע אוועק שווערע אלפים און באקומט חרוסת?
פארוואס קען מען נישט מאכן אז די פארטיי ישיבה זאל גארנישט האבן מיט די קאמפאני, נאר זיי פארנומען מיט לערנען און דאווענען און באקומען ריכטיגע השקפה וויאזוי א איד דארף אויסקוקן.
א פרומער איד, מעסט מען נישט מיט די סייז פון זיין רום (ברים) פון זיין הוט.
א תלמיד חכם מעסט מען נישט לויט זיין טיטל.
א ירא שמים מעסט מען נישט ווי זויער ער איז.
נאכדעם האט מען טענות היתכן די עלטערן פונעם מוסד (פארטיי) נעמען זייערע קינדער און שיקן זיי אוועק למרחקים אפשר וועט פון זיי ווערן א לייט.
הכרת הטוב פאר וועמען?
פארוואס דארף מיין בחור זיין איינגעשריבן אין א ישיבה וואס די תורה האט ליידער נישט קיין שום וועליו. נאר אלעס איז דיפארטיי און די קאמפאני, און דער קאפ פון די בחוןרים איז שטותים?
הכרת הטוב דארף מען האבן פאר'ן רבוש"ע אז ער האט דיר געגעבן א גוטן זון. דארפסטו אים אריינשטעלן אין א מקום תורה, אפילו געוויסע מענטשן וועלן קוקן בייז.
הכרת הטוב מיינט אז מ'מאכט אין אינוועסטמענט פאר דיין עתיד, וואס דיין זיין וועט אפרישיעיטן כל ימי חייו. די פארטיי ישיבות שטעלן דאס ליידער נישט צו.
ואהי' הולך רכיל מגלה סוד: כ'קען קינדער פון די גרויסע רבי'ס אין ניו יארק (ודי) וועלכע שיקן אויך אוועק זייערע בחורים און אנדערע דרוינסדיגע ישיבות. (עלובה עיסה שנחתומה מעיד עליה).
איך מעג, דו נישט. (קענטליך)
הלא דבר הוא.