מגילת אסתר מיט געזאנג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
מגילת אסתר מיט געזאנג
איך בין ניי דא, אבער כאב געקלערט אנצוהייבען א טעמא איבער די -לויט מיין מיינונג- בעסטע טעיפ אויפן מארק, נעמליך "מגילת אסתר מיט געזאנג" ווואס סיי קינדער אין סיי ערוואקסענע קענען איבערהערן נאכאמאל און נאכאמאל.
איך בין נישט אויסען עס צו אדווערטייזען, איך וואלט סתם געוואלט דוסקיסירען, איך האב עס אליין נישט ארויס, וואס איז אייער מיינונג? ווי ליגט די הצלחה דערפון? פארוואס איז עס די איינציגסטע טעיפ וואס איך ווער נישט נערוועז דערפון ווען מיינע קינדער צינדען עס אן נאכאמאל און נאכאמאל?
אגב בין איך לעצטענס דערגאנגען א סוד, אז די תוכן און די גראמען איז מעשי ידיו פון החכם וסופר ר' יצחק אייזיק קעפעטש נ"י.
די שטימע איז פון הרב .... אייזנבערג ע"ה וואס איז אוועק פאר א יאר אינגערהייט רח"ל.
אזוי ווי עס גראגערט מיר אין קאפ שוין די לעצטע פאר טאג (אדר) האב איך מיר דערמאנט דערפון, איך קען טאקע נישט שיין שרייבען, אבער איך וואלט געוואלט פשוט פארציען א שמועס.

- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
ס'האט יא מיט די ווערצבערגערס, זיי געבן דאס ארויס, און רוב קינדער אויפן טעיפ זענען ווערצבערגערס, און יא, ס'איז א מייסטער ווערק, אז דו רעדסט פון ר' אייזיק קעפעטש, ער האט א זעלטענעם פעדער, און די שטימע פון ר'... אייזענבערג איז אויך א שטארקע פעקטער פארוואס די טעיפ איז אזוי גוט...
ביי דע וועי, כ'האב געזעהן אז זיי האבן דאס ארויסגעגעבן ס'ערשטע מאל היי יאר אויף סידי..
און פאר איך שלח, מאנהעטן, שלום עליכם ענד וועלקאם, מאכט אייך היימיש... פאר נעקסטיים, ס'איז דא א היכל הנגינה פאר אזאלעכע טעיפ שמיעסן...
דזשאסט פאר די רעקארד, די אשכול איז געווען אין היימישע קרעטשמע און איז אריבערגעפיהרט געווארן צום היכל הנגינה דורך די מנהלים...

ס'איז דא א אשכול איבער הרב אייזענבערג אין על הצדיקים
אייגענטליך איז עס שוין א היפש אלטע טעיפ (דאכט זיך אז איך האב עס שוין געהערט נאך פאר 15 יאר צוריק) איז פארוואס אדווערטייזן זיי עס יעדעס מאל נאכאמאל און נאכאמאל כאילו עס איז א נייע טעיפ? (אויף קול מבשר הערט מען עס ביי די נייע טעיפס, שוין די דריטע יאר אין א צי)
אייגענטליך איז עס שוין א היפש אלטע טעיפ (דאכט זיך אז איך האב עס שוין געהערט נאך פאר 15 יאר צוריק) איז פארוואס אדווערטייזן זיי עס יעדעס מאל נאכאמאל און נאכאמאל כאילו עס איז א נייע טעיפ? (אויף קול מבשר הערט מען עס ביי די נייע טעיפס, שוין די דריטע יאר אין א צי)
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
הונדערט פראצענט. די מגילת אסתר מיט געזאנג איז א "קלאסישע ווערק" און דערפאר וועפט עס נישט אויס.
אויסער דעם איז עס זייער "מעטשור" (וויאזוי זאגט מען דאס אויף אידיש?), און איז צוגענגליך פאר יונג און אלט צוגלייך.
אין מיין קינדער (אייפאד) קאלעקציע האב איך די פאלגענדע טעיפס פאר פורים ספעציעל פאר קינדער.
1) רעבע רובין
2) רעבע ווייס (פון אים פאדערט זיך א גאנצער אשכול...)
3) פורים אין שושן
4) מגילת אסתר מיט געזאנג.
איבריג צו זאגן אד די לעצטע איז די איינציגסטע וואס איך פארנעם. די אנדערע קענען מאכן נערוועז און קענען סאונדן ווי "נאיז", אבער קיין ברירה האב איך סייווי נישט.

ט"ו בשבט ביים קייען די באקסער האב איך באויפטראגט ס'ווייב צו איינהאנדלן די צווילינג אלבוים פאר מיין בכור וואס פארשטייט שוין.
חוץ פונדעם וואס די תוכן איז באלערענד און אויסגעהאלטן לויט די מדרשים (כעגרי מיט אלס ווייסער: מעטשור), די נגינים זענען געקליבן מיט טעם, די גראמען זענען נישט אבי געקלעבט - איז מיין מוח אויך פיל מיט נאסטאלאגיע פון די קינדער'ישע ימי הפורים, און די זכרונות זענען איינגעזאפט אין, און ווערן פריש אויסגעקוועטשט פון, די קאסעטעס.
היינט מיינט מען אז כדי ס'זאל הייסן א פורים טעיפ מיז עס זיין פאני. און וואס ס'איז פאני היינט איז קארני מארגן. פארדעם וועפן אנדערע.
איך שפעקעליר צי ווען די ווערצבערגערס וואלטן נישט געווען אונגארישע, פילייכט וואלט המן נישט געהאט קיין גאליציאנע אקצענט.

אין מיין גאנצע פורים עפאכע אנגעהויבן פון ר'"ח אדר גראגערט מיר דער טעיפ אין קאפ פון פאר איבער 15 יאר צוריק, אז מ'רעדט פון פארשטעלן קלינגט מיר די 'איך ווייס נישט אויב ס'וועט זיין מיין סייז' אז מדערמאנט די מגילה זינגט מיר דער 'להיות כל איש' ביי נאכטמאל די פיקעל קעטשאפ מאסטערד חריין, ביינאכט די טשאדעלע באדעלע, די שיינע קמיצה ניגון איך מיין וואס נישט, עס איז א מעסטער-פיעס.
און ווי מאנטי, איך וויל מיינע קינדער זאלן אויפוואקסן דערמיט עס גיט באמת א 'מעטשור' בליק אויף פורים (ווייסער, 'ערוואקסן' שטייט גוט פאר 'מעטשור' ניין?)
ווייסער,
ווען די עפנטסט אן אשכול אבער רעבע ווייס (רד"ח) האב מיך אינזין, כ'האב צו רעדן דערוועגן.
און ווי מאנטי, איך וויל מיינע קינדער זאלן אויפוואקסן דערמיט עס גיט באמת א 'מעטשור' בליק אויף פורים (ווייסער, 'ערוואקסן' שטייט גוט פאר 'מעטשור' ניין?)
ווייסער,
ווען די עפנטסט אן אשכול אבער רעבע ווייס (רד"ח) האב מיך אינזין, כ'האב צו רעדן דערוועגן.
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32541
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
איך שעהם זיך אז איך האב פשוט פארגעסן דעם אומפארגעסליכן קלאסישן דערציילער, ר' לייבל (לעיבל) וויינשטאק.
איך האב אים ארויפגעשטעלט אויף מיין אייפאד סיסטעם, נישט ווייל מיינע קינדער הערן אים. ניין דערווייל. אבער איך האף אז זיי וועלן יא איינזען דאס געשמאק פון א לייבל וויינשטאק טעיפ.
איך האב פון אים די דערציילונגען פון חנוכה, יונה במעי הדגה, און מגילת אסתר.
דער רעבע ווייס בה' הידועה, מיט זיין גאנצע ארגינאלקייט, קען רואיג נעמען א קורס ביי ר' לעיבל וויינשטאק זצ"ל. מלפניו לא היה כמוהו, ואחריו לא יהי' כן.
אבער מיינע קינדער זענען קלוגער פון מיר (!)

- שמערי בערי
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 9165
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 28, 2008 4:40 pm
- לאקאציע: באַזאָטלט אינעם ראשעקאָלישן אפיס....
- פארבינד זיך: