וואס האט איר צו זאגן וועגן מוזיק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

וואס האט איר צו זאגן וועגן מוזיק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

אין דעם אשכול איז באהאנדלט געווארן דער נושא פון שווארצער מוזיק אין אונזער מוזיק פון פארשידענע זייטן לויט פארשידענע פארשונגען. עס איז דאן אויפגעברענגט געווארן א געדאנק אז די פראגע זאל אויך באהאנדלט ווערן אינעם ראם פון אן אנקעטע ווי עס זאל יעדער קענען איבערגעבן זיינע געפילן איבער דעם, וויאזוי דאס ווירקט אויף אים. כדי צו פארשטיין דעם געדאנק פון דער אנפראגע און וואס עס איז דער ציל גיט א קוק דארט אין דער זעקסטער רעאקציע ווי עס ווערט געשטעלט דער גרונדשטיין צו דער אנפראגע. פאר איר גיט אריין אייערע ענטפערס גיט צוערשט דארט א בליק.

עס מוז נישט זיין אז אזא אנקעטע וועט עפעס צוגעבן צו דער פראגע וויבאלד פון ביידע זייטן קענען זיין זייטיגע פראבלעמען. ווי צ.ב. אפילו אויב די מערהייט וועט זאגן אז דאס האט אויף זיי א שלעכטע ווירקונג איז מעגליך אז דאס איז א פסיכאלאגישע פאנטאזיע צוליב א שלעכט געפיל מצד דעם וואס מען הערט א מוזיק וואס איז נישט געווען אנגענומען ביי די עלטערן אינדערהיים. פון דער צווייטער זייט איז אויך מעגליך אז אפילו אויב פיל וועלן זאגן אז דאס האט נישט אויף זיי קיין שלעכטע ווירקונג קען זיין אז זיי זענען פון נאטור אויס קאלט צו מוזיק און ווערן נישט אזוי צוגעבינדן צו די געפילן וואס די מוזיק גיט איבער. עס קען אויך זיין איינפאך אז זיי פילן נישט קיין ווירקונג אבער עס איז מיט-דעם-אלעם יא דא.

כדי מען זאל פון דער אנקעטע קענען ווי מער אויסבויען וועל איך פארלייגן א רשימה פון פראגן וואס מען זאל ענטפערן, און האפנטליך וועלן די פראגן איבערגיין יעדן מעגליכן פונקט און דערמיט איבערקומען די פראבלעמען. יעדנפאלס, זאל צוערשט קלאר זיין אז דאס איז נישט קיין שמועס אויף צו לאזן הערן מיינונגען און זיכער נישט צו קריטיזירן, דאס איז איינפאך א רשימה פון פראגן וואס די רעאקציעס דארפן זיין אויסגעשטעלט נאר צו זיי. עס איז נישט קיין פעלער צו שרייבן אויספירליך די ענטפערס, דען מען מוז נישט ענטפערן קורץ (יא/ניין), אבער עס דארף דאך זיין געצוימט זיך צו האלטן אינעם ראם פון די פראגן און נישט ארויס פון דעם.

זעלבסטפארשטענדליך אז עס איז נישט ריכטיג צו נוצן דערפאר צוויי נעמען פון איין מענטש. די אנקעטע ווערט אבער געמאכט מיט א צוטרוי אין אייך און אין אייער גלייכקייט אז איר וועט נישט טון אזא זאך, און איר וועט אייער צוטרוי אוודאי נישט פארראטן.

איך וועל דא אויסלייגן די שאלות לויט ווי איך האב פארשטאנען אז דאס דארף אויסגעשטעלט ווערן. אויב עס האט ווער א באמערקונג איבער די פראגן אדער איבער נאך א שאלה וואס וואלט געדארפט אויפגעברענגט ווערן דאן וועל איך דאס וועלן הערן פון אייך אין פריוואטער פאסט כדי דאס צו קענען שטעלן אויפן פלאץ. אויב איר האלט געוויסע שאלות פאר איבריג אדער איר ווילט נישט ענטפערן דערויף צוליב סיי וועלכע אורזאך, איז דאס – ווי פארשטענדליך – אייער רעכט. איר קענט דערויף איינפאך איבערשפרינגען און פארזעצן צו דער נעקסטער פראגע. די הויפט-פראגע וואס טאר זיכער נישט אויסגעלאזט ווערן איז פראגע 6 וואס איז ווי פארשטענדליך דער צענטער פון דער גאנצער אנפראגע. אלזא, די פראגן – אכצן אין צאל - זענען ווי פאלגנד:

* * *

1). ווען איר הערט מוזיק ווירקט דאס שטארק אויף אייער געפיל? דאס הייסט, איר ווערט אין אלגעמיין שטארק נתרגש פון מוזיק?

פרואוו דאס צו שטאפלען אין א נומער פון 1 ביז 5 (איינס אלס גאר שוואכע ווירקונג, און פינף אלס שטארקע ווירקונג).

2). איז מוזיק בכח אייך צו ברענגען צום וויינען? אויב יא וואס א סארט מוזיק?

3). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו מאדערנער מוזיק (נוסח אברהם פריעד, מרדכי ווערדיגער א.ד.ג.)? [ד.ה. איז דאס געווען 'וועלקאם' אדער נישט]

4). וואס איז אייער געפיל ביים הערן מאדערנע מוזיק? דאס זעלבע ווי ווען איר הערט געווענליכע מוזיק אדער עס ברענגט אייך אן אנדער סארט געפיל? (א שלעכט געפיל / א גוט געפיל?)

5). וואס איז געווען דער חינוך אין שטוב צו ווילדערער מוזיק, ספעציעל צו ראק, זשעז, א.ד.ג.?

6). צו האט ראק א געוויסע אנדערע השפעה אויף אייער געפיל וואס איר פילט נישט אין אנדערער מוזיק? אויב יא, זיי מסביר מיט וואס.

7). אויב איר פילט אמאל "אויפגעלעזטקייט" (cool) איז דאן דא א געוויסע מוזיק וואס איר וועט בעפארצוגן אין אזא פאל (צווישן געווענליכער מוזיק און ראק)? אויב יא, וועלכער סארט מוזיק וואלט איר דאן אויסגעוועלט אמבעסטן?

8). ווען איר זענט אין א מצב פון אנגעווארעמטקייט און התעוררות וואס א מוזיק וועט איר דאן בעפארצוגן?

9). וואס איז אייער באציאונג צו דער ראק-מוזיק? איר הערט דאס געווענליך אדער נישט. אויב נישט, צו איז דאס צוליב אידעאלאגיע ווייל איר האלט נישט פון דעם, אדער בלויז ווייל עס ציט אייך נישט.

10). צו וואלט אייך געשטערט צו געבן פאר אייערע קינדער צו הערן היימישע ראק-מוזיק (נוסח ליפא)?

11). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו קארלבאך-מוזיק? נעגאטיוו אדער פאזיטיוו?

12). באצייכנט אייער געפיל צו קארלבאך-לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.
ד). איך האב א שלעכט געפיל ביים הערן די מוזיק.

13). צו זענט איר געוואוינט פון אלס קינד צו הערן יו"ט ערליך'ס מוזיק?

14). באצייכנט אייער געפיל צו יו"ט ערליך'ס לידער:

15). צו איז דא א מוזיק וואס איז לויט אייער חינוך געווען אפגעפרעגט און איר נוצט דאס היינט? אויב יא, צו גיט דאס אייך א שלעכט געפיל אדער נישט דווקא? [עס קען זיין אז די פראגע – ווי אויך די קומענדיגע - איז שוין ממילא קלאר געווארן פון אייערע ענטפערס ביז אהער, און דאן קענט איר דאס אויסלאזן. אויב אבער עס איז פארהאן אין דער פראגע א חידוש, דאן איז כדאי זיך צו באציען צו דעם באזונדער]

16). אויב פראגע 15 איז געענטפערט געווארן פאזיטיוו (דאס הייסט אז איר נוצט מוזיק וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אייער חינוך) דאן ענטפערט ביטע נאך א פראגע:
וויאזוי האנדלט איר מיט דער מוזיק, איר הערט דאס נאר פאר זיך אדער איר וואלט אויך מסכים געווען דאס אריינצוברענגען אין שטוב פאר די קינדער צו הערן?

17). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז געווען די געווענליכע מוזיק אין שטוב וואו איר זענט אויפגעוואקסן.

18). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז אייך דאס מערסטע צום הארצן, און איר הערט היינט אממערסטנס.

* * *

איך האף אז די שאלות זענען נישט צופיל, יעדע שאלה וואס איז פארגעלייגט געווארן האט א סיבה פארוואס דאס קען העלפן צו דער הויפט-פראגע צו קומען צו א קלארערע מסקנא לויט דער אנקעטע. דאך, אויב פילט איר אז דאס איז צופיל קענט איר אויסלאזן שאלות וואס איר האלט פאר איבריג – ווי געזאגט אויבן.

דערביי וואלט איך געבעטן פון יעדן וואס פאלט צופעליג אריין אין דעם אשכול זאל טון א טובה און זיך באפאסן מיט די שאלות צו ענטפערן אויף זיי, וויבאלד ווי מער באטייליגער עס זענען אין אן אנקעטע אלס קלארער איז די מסקנא. און נאכאמאל, ביטע ביטע זיך האלטן צו דער מענטשליכער זעלבסטווירדע און עס נישט דערנידערן מיטן ענטפערן אויף צוויי פארשידענע ניקס. האלט אייך פערזענליך טייער מיטן זיך פירן גלייך, ווי אויך מיטן ענטפערן אויף א גלייכן אופן אויף די פארגעלייגטע שאלות. איך דאנק אייך אלע פון פאראויס מיט א הערצליכן דאנק.
לעצט פארראכטן דורך יידישיסט אום מיטוואך פעברואר 25, 2009 11:16 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

(איך האב געטוישט אפאר תשובות נאכן קלארשטעלן אפאר שאלות מיט הרב אידישיסט. =[אזא פאראדאקס! א אידישיסט א רב? :grin: ])

די שאלות זענען בכלל נישט געפארמט אזוי ווי אן אנקעטע אדער סערוועי דארף פארמירט ווערן, עס איז ענדערש אזוי ווי א פריוואטע אינטערוויו, דורכן ענטפערן באקומט איר א בליק אויף מיין לעבן און מיינע אינערליכע געפילן ווי אויך געוויסע הנהגות הבית ביים משיב און ביי זיינע עלטערן.

געוויסע שאלות זענען אויך פארמירט אז די ענטפער זאל אויסקומען אין א געוויסע ריכטונג. איך וועל אייך געבן א דוגמא וואס געפונט זיך נישט דא צווישן די שאלות.

אן אנקעטע וואלט געפרעגט דאס פאלגענדע:

האלט איר אז ראק מוזיק איז שלעכט אדער נישט?

אן איטערוויו פרעגט אזוי ווי איר וואלט געפרעגט:

האלט איר דען נישט אז ראק מוזיק מאכט ווילד דאס מענטש און דאס קען אים צוברענגן צו טון שלעכטע זאכן ווי . . .?

אויף די ערשטע שאלה וואלט די מענטש געענטפערט יא אדער ניין, אבער אויף די צווייטע שאלה מוז די מענטש ענטפערן עפעס אזוי ווי, "איה"נ עס איז ווילד אבער מיט דעם אלעם וכו'" אזוי אז די מענטש איז געצואוונגען מודה צו זיין אויף די שואל'ס השערה.

מיט דעם אלעם בין איך גרייט פאר אייערט וועגן זיך צו לאזן אינטערוויוען, כאטש איך זעה נישט די תועלת דערפון, און איך וויל טאקע לאזן וויסן פאר דעם אז מיינע תשובות ריפלעקטן נישט דוקא מיינע שיטות אין דער נושא, נאר זיי זענען די פאקטן אויפן פראנט.

1). ווען איר הערט מוזיק ווירקט דאס שטארק אויף אייער געפיל? דאס הייסט, איר ווערט אין אלגעמיין שטארק נתרגש פון מוזיק?

עס ווענדט זיך וואס פאר א ניגון, און עס ווענדט זיך אין וואס פאר א מצב איך שטיי, דאס הייסט אויב איך הער א ווארימע ניגון ביי א קומזיץ ווער איך נתרגש, אויב איך הער עס ביי די סעודה פון א חתונה, ווער איך נישט נתרגש. אויב איך הער א לעבעדיגע ניגון ביי מיין קינדס חתונה ווער איך נתרגש, אבער אויב איז עס ביי מיין שכנ'ס חתונה דאן ווער איך נישט נתרגש, אויב בין איך צובראכן און איך הער א טרויעריגע ניגון (למשל א ניגון פון א יתום וכדומה) ווער איך נתרגש, אבער אויב איך הער עס אין די קאר אויפן וועג צו וועקעישאן ווער איך נישט נתרגש. בקיצור ווען איך בין אין א רגש'דיגע מוד ווער איך נתרגש פון א פאסיגע ניגון פאר יענע מוד.

2). עס פאסירט אמאל וואס איר וויינט ביים הערן מוזיק? אויב יא ביי וואס א סארט מוזיק?

יא, כנ"ל.

3). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו מאדערנער מוזיק (נוסח אברהם פריעד, מרדכי ווערדיגער א.ד.ג.)? [ד.ה. איז דאס געווען 'וועלקאם' אדער נישט]

עס איז נישט געווען וועלקאם, עס האט געהייסן גוי'אישע מוזיק.

4). וואס איז אייער געפיל ביים הערן מאדערנע מוזיק? דאס זעלבע ווי ווען איר הערט געווענליכע מוזיק אדער עס ברענגט אייך אן אנדער סארט געפיל? (א שלעכט געפיל / א גוט געפיל?)

די זעלבע, פארשטייט זיך אז מען קען נישט צוגלייכן הייב אויף דיינע הענטעלעך צו די אהבה רבה ניגון, אבער ביי צוויי ניגונים פון די זעלבע סטייל, ד.מ. צוויי לעבעדיגע שבח והודאה ניגונים, אדער צוויי שייטע געגועים ניגונים וכדו' האט די זעלבע השפעה ביי מיר סיי פון די א.ג. מאדערנע, און סיי די א.ג. געווענליכע.

5). וואס איז געווען דער חינוך אין שטוב צו ווילדערער מוזיק, ספעציעל צו ראק, זשעז, א.ד.ג.?

די זעלבע ווי נומער 3.

6). צו האט ראק א געוויסע אנדערע השפעה אויף אייער געפיל וואס איר פילט נישט אין אנדערער מוזיק? אויב יא, זיי מסביר מיט וואס.

קיין שום אנדערע געפיל, אפשר מאכט עס מער לעבעדיג אבער נישט מער ווי דעם, ניטאמאל האב איך גע'חלומ'ט צו טון דראגס נאכן הערן ראק מוזיק :grin: .

7). אויב איר פילט אמאל "אויפגעלעזטקייט" (cool) איז דאן דא א געוויסע מוזיק וואס איר וועט בעפארצוגן אין אזא פאל (צווישן געווענליכער מוזיק און ראק)? אויב יא, וועלכער סארט מוזיק וואלט איר דאן אויסגעוועלט אמבעסטן?

אויסער אויפמאכן מיין רעקל, אויסטון מיין הוט און גיין צו קאסטקאו (קרעדיט יגר :grin: )האב איך נישט קיין שום אנדערע זאך וואס איך טו אנדערש ווען איך וויל זיין COOL, קען זיין אז די סבה איז ווייל איך בין אלעמאל COOL? :shock:

8). ווען איר זענט אין א מצב פון אנגעווארעמטקייט און התעוררות וואס א מוזיק וועט איר דאן בעפארצוגן?

שטייטע און געגועים'דיגע ניגונים, צו פון חב"ד, ברעסלב, קארליבאך, שוועקי, און אלעס אין דער מיט.

9). וואס איז אייער באציאונג צו דער ראק-מוזיק? איר הערט דאס געווענליך אדער נישט. אויב נישט, צו איז דאס צוליב אידעאלאגיע ווייל איר האלט נישט פון דעם, אדער בלויז ווייל עס ציט אייך נישט.

איך הער עס, ווען עס קומט אויס, עס איז נישט קיין פרעפרענס.

10). צו וואלט אייך געשטערט צו געבן פאר אייערע קינדער צו הערן היימישע ראק-מוזיק (נוסח ליפא)?

בכלל נישט.

11). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו קארלבאך-מוזיק? נעגאטיוו אדער פאזיטיוו?

ביי מיין טאטע איז עס געווען נעגאטיוו, ביי מיר איז עס פאזעטיוו.

12). באצייכנט אייער געפיל צו קארלבאך-לידער:

ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.

אבער עס זענען דא אנדערע ווארעמע ניגונים וואס זענען פונקט אזוי ווארים ווי זיינע ניגונים.

13). צו זענט איר געוואוינט פון אלס קינד צו הערן יו"ט ערליך'ס מוזיק?

ניין.
(יעצט קען מען ארויף לייגן די שולד פון דאס אז איך זעה גארנישט ראנג פון די היינטיגע מוזיק אויף דעם וואס איך בין נישט מחונך געווארן מיט ר' יו"ט ערליכ'ס טעיפס.)

14). באצייכנט אייער געפיל צו יו"ט ערליך'ס לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
די גראמען רעדט גראדע יא צו מיר, אבער זיינע טעיפס רעדן נישט צו מיר.

15). צו איז דא א מוזיק וואס איז לויט אייער חינוך געווען אפגעפרעגט און איר נוצט דאס היינט? אויב יא, צו גיט דאס אייך א שלעכט געפיל אדער נישט דווקא? [עס קען זיין אז די פראגע – ווי אויך די קומענדיגע - איז שוין ממילא קלאר געווארן פון אייערע ענטפערס ביז אהער, און דאן קענט איר דאס אויסלאזן. אויב אבער עס איז פארהאן אין דער פראגע א חידוש, דאן איז כדאי זיך צו באציען צו דעם באזונדער]

די ענטפער איז יא, און עס גיבט מיר בכלל נישט קיין שלעכטע געפיל.

16). אויב פראגע 15 איז געענטפערט געווארן פאזיטיוו (דאס הייסט אז איר נוצט מוזיק וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אייער חינוך) דאן ענטפערט ביטע נאך א פראגע:
וויאזוי האנדלט איר מיט דער מוזיק, איר הערט דאס נאר פאר זיך אדער איר וואלט אויך מסכים געווען דאס אריינצוברענגען אין שטוב פאר די קינדער צו הערן?

איך טו נישט קיין זאכן וואס איך וויל נישט מיינע קינדער זאלן טון.

17). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז געווען די געווענליכע מוזיק אין שטוב וואו איר זענט אויפגעוואקסן.

ר' משה גאלדמאן, ר' ירמי' דמן, א.ד.ג.

18). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז אייך דאס מערסטע צום הארצן, און איר הערט היינט אממערסטנס.

עני מוזיק וואס איז געשפיט אויף א מייסטערהאפטיגע אופן האב איך ליב צו הערן אפגעזעהן צו וועלכער דזשאנרע זי באלאננגט.

אבער איך האב ספעציעל ליב צו הערן און זינגען ווארימע ניגונים אפילו אן קיין מוזיק .

.
לעצט פארראכטן דורך לעווי אום מיטוואך פעברואר 25, 2009 11:32 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

א דאנק פארן ענטפערן, איך וויל נאר נאכאמאל קלארמאכן: אויב איז פארהאן סיי וואס א קריטיק איבער דעם אויסשטעל פון די פראגן דאן ווענדט זיך צו מיר פריוואט, דען דאס געהערט נישט די אנקעטע זעלבסט.

למעשה, זענען אייערע באהויפטונגען נישט ריכטיג, איך האב זייער אכטונג געגעבן אז קיין שום צד זאל נישט פארגעלייגט ווערן אין די פראגן. דאס וואס איז געשריבן אין די שאלות "צו ראק האט אן אנדערע השפעה" אדער צו "ווען מען פילט אן אויפגעלעזטקייט וועט מען בעפארצוגן א מוזיק" איז שאלות וואס זענען קריטיש וויכטיג פאר דער מסקנא. עס האט אנדערש דאכט זיך נישט געקענט אויסגעלייגט ווערן.

איר וואלט דאס געוואלט אויסלייגן "האלט איר אז עס איז שלעכט אדער נישט", דאס איז ווירקליך די ניינטע פראגע. די הויפט-פראגע איז אבער דווקא נישט וואס איר האלט, נאר וואס איר פילט, דאס הייסט - עס איז בעיקר געצילט צו הערן א סטאטיסטיק פון מענטשן איבער וואס א געפיל זיי פילן פון דעם.

קען זיין אז עס איז נישט גענוג קלאר וואס איך מיין דערמיט, וועל איך עס דעריבער דא בעסער ערקלערן:
אין דעם אשכול איבער "שווארצע מוזיק" (צוגעלינקט אויבן) איז פארהאן א לענגערע באהאנדלונג איבער דער מוזיק. זעה דארט די זעקסטע רעאקציע ווי עס ווערט צוגעברענגט עדותשאפטן פון ראק-שטיצער און זינגער אז די מוזיק ווירקט אויף זיי שלעכט, דאס האט אונז נאטירליך געפירט דערצו אז דער ´סערוויי´ זאל געעפנט ווערן כדי די דאזיגע פראגע דווקא מער קלארצושטעלן (זעה דארט).

יעדנפאלס, פאר ווייטערדיגע שאלות לאמיר עס ביטע באהאנדלען פריוואט.

שאלה 5 מיט 3 איז נישט דאס זעלבע. אין שאלה 3 ווערט באהאנדלט בלויז "מאדערנע מוזיק" (וואס איז נישט אין גדר פון ראק), און אין שאלה 5 ווערט באהאנדלט ראק-מוזיק.
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

יידישיסט האט געשריבן:שאלה 5 מיט 3 איז נישט דאס זעלבע. אין שאלה 3 ווערט באהאנדלט בלויז "מאדערנע מוזיק" (וואס איז נישט אין גדר פון ראק), און אין שאלה 5 ווערט באהאנדלט ראק-מוזיק.

ביי שאלה 3,5,11, ווען איר שרייבט 'שטוב', מיינט איר די שטוב פון די עלטערן ווען מען איז געווען א קינד, אדער מיינט איר אונזער שטוב?
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

ווען מען רעדט פון דעם וואס אייער חינוך איז געווען (דאס הייסט מיט וואס מען האט אייך מחנך געווען) מיינט נאטירליך דאס ווארט "שטוב" אייער טאטנ´ס שטוב.

וואס שייך אייער שטוב וואס איר אליין פירט, דאס ווערט באהאנדלט אין פראגע 10 מיט 16.
אוועטאר
חוקר
שר חמש מאות
תגובות: 942
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 12, 2008 2:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חוקר »

1). ווען איר הערט מוזיק ווירקט דאס שטארק אויף אייער געפיל? דאס הייסט, איר ווערט אין אלגעמיין שטארק נתרגש פון מוזיק?
עס ווענד זיך ווען און וואסארא ניגון אבער עס קען מיר זייער איבערנעמען 4 זיכער
פרואוו דאס צו שטאפלען אין א נומער פון 1 ביז 5 (איינס אלס גאר שוואכע ווירקונג, און פינף אלס שטארקע ווירקונג).
עס ווענד זיך ווען און וואסארא ניגון אבער עס קען מיר זייער איבערנעמען 4 זיכער
2). איז מוזיק בכח אייך צו ברענגען צום וויינען? אויב יא וואס א סארט מוזיק?
נישט ממש אבער כמעט
3). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו מאדערנער מוזיק (נוסח אברהם פריעד, מרדכי ווערדיגער א.ד.ג.)? [ד.ה. איז דאס געווען 'וועלקאם' אדער נישט]
מען האט נישט אזוי מקפיד געווען עס איז בעצם נישט געווען קיין נושא ווייל דער אנדער איז פשוט געווען גויש

4). וואס איז אייער געפיל ביים הערן מאדערנע מוזיק? דאס זעלבע ווי ווען איר הערט געווענליכע מוזיק אדער עס ברענגט אייך אן אנדער סארט געפיל? (א שלעכט געפיל / א גוט געפיל?)
א גוישע געפיל
5). וואס איז געווען דער חינוך אין שטוב צו ווילדערער מוזיק, ספעציעל צו ראק, זשעז, א.ד.ג.?
זייער נישט וועלקאם
6). צו האט ראק א געוויסע אנדערע השפעה אויף אייער געפיל וואס איר פילט נישט אין אנדערער מוזיק? אויב יא, זיי מסביר מיט וואס.
א ספעציעלע ווילדן געפיל
7). אויב איר פילט אמאל "אויפגעלעזטקייט" (cool) איז דאן דא א געוויסע מוזיק וואס איר וועט בעפארצוגן אין אזא פאל (צווישן געווענליכער מוזיק און ראק)? אויב יא, וועלכער סארט מוזיק וואלט איר דאן אויסגעוועלט אמבעסטן?
עס קען זיך מאכן -אבער דעמלס גייט עס עד הסוף פון עכט וולדער (חזק ישראל/ראפ און אידש וכו'
8). ווען איר זענט אין א מצב פון אנגעווארעמטקייט און התעוררות וואס א מוזיק וועט איר דאן בעפארצוגן?
ביי מיר איז עס אינטערסאנט אז ווען מען וועט זינגען א ניגון פון א צדיק פילן מיר ממש מקשר צום צדיק אויף א אזא פארנעם מער ווי ווען מיר וואלטן געלערנט און זיין ספר
9). וואס איז אייער באציאונג צו דער ראק-מוזיק? איר הערט דאס געווענליך אדער נישט. אויב נישט, צו איז דאס צוליב אידעאלאגיע ווייל איר האלט נישט פון דעם, אדער בלויז ווייל עס ציט אייך נישט.
כמעט קיינמאל ווייל מיר האלטן זייער נישט דערפון
10). צו וואלט אייך געשטערט צו געבן פאר אייערע קינדער צו הערן היימישע ראק-מוזיק (נוסח ליפא)?
יא בשום אופן מפראבירט ווי ווייט מעגלעך זיי זאלן עס נישט הערן
11). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו קארלבאך-מוזיק? נעגאטיוו אדער פאזיטיוו?
נעגאטיוו
12). באצייכנט אייער געפיל צו קארלבאך-לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.
ד). איך האב א שלעכט געפיל ביים הערן די מוזיק.
ווען מען איז און א מצב פון אנגעזעצט קימט עס גוט אריין ווייל דאס רעד דעמאלס צו מיר

13). צו זענט איר געוואוינט פון אלס קינד צו הערן יו"ט ערליך'ס מוזיק?
יא

14). באצייכנט אייער געפיל צו יו"ט ערליך'ס לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.

15). צו איז דא א מוזיק וואס איז לויט אייער חינוך געווען אפגעפרעגט און איר נוצט דאס היינט? אויב יא, צו גיט דאס אייך א שלעכט געפיל אדער נישט דווקא? [עס קען זיין אז די פראגע – ווי אויך די קומענדיגע - איז שוין ממילא קלאר געווארן פון אייערע ענטפערס ביז אהער, און דאן קענט איר דאס אויסלאזן. אויב אבער עס איז פארהאן אין דער פראגע א חידוש, דאן איז כדאי זיך צו באציען צו דעם באזונדער]
אויב עפעס זענען מיר שארפער קעגן דעם ווי ביי מיין עלטערן
16). אויב פראגע 15 איז געענטפערט געווארן פאזיטיוו (דאס הייסט אז איר נוצט מוזיק וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אייער חינוך) דאן ענטפערט ביטע נאך א פראגע:
וויאזוי האנדלט איר מיט דער מוזיק, איר הערט דאס נאר פאר זיך אדער איר וואלט אויך מסכים געווען דאס אריינצוברענגען אין שטוב פאר די קינדער צו הערן?

17). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז געווען די געווענליכע מוזיק אין שטוב וואו איר זענט אויפגעוואקסן.
ירמי' דמן
18). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז אייך דאס מערסטע צום הארצן, און איר הערט היינט אממערסטנס.
אלע חסיד'שע עס איז צו א לאנגע ליסט נמשל לחיים טישן וכו'וכו'
טראכט גוט וועט זיין גוט !!!!!
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

איך וויל מיך אנטשולדיגן, איך האב פארזעהן א געוויסן וויכטיגן פרט. למעשה איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט צו ציען צו סיי וואס א מסקנא פון אן אנקעטע אינעם ראם פון דעם פארום, און עס איז דעריבער גענצליך איבריג. איך ווייס נישט וויאזוי איך האב פארזעהן די פונקטן ביז יעצט, אבער אריינקלערנדיג האב איך מיך דערזעהן מיט א לאגישן פעלער (ווי ערקלערט דא) וואס שטערט למעשה די פראגע צו קומען צו א מסקנא. דער אשכול קען דעריבער פון מיין זייט אנולירט ווערן, און איך אנטשולדיג מיך זייער פאר די וואס האבן זיך שוין מטריח געווען צו ענטפערן.
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

1). ווען איר הערט מוזיק ווירקט דאס שטארק אויף אייער געפיל? דאס הייסט, איר ווערט אין אלגעמיין שטארק נתרגש פון מוזיק?

פרואוו דאס צו שטאפלען אין א נומער פון 1 ביז 5 (איינס אלס גאר שוואכע ווירקונג, און פינף אלס שטארקע ווירקונג).

איך וואלט געגעבן א נומער דריי אויף דעם, איך בין נישט דער גרעסטער בעל רגש, אבער עס האט אויף מיר א השפעה, ווי למשל עס קען מיר מאכן גוט אויפגעלייגט ווען איך הער לעבעדיגע ניגונים אדער ערנסט ווען איך הער ווארימע ניגונים, אבער נישט אייביג
2
). איז מוזיק בכח אייך צו ברענגען צום וויינען? אויב יא וואס א סארט מוזיק?

איך געדענק נישט אז איך זאל אמאל האבן געוויינט פון מוזיק

3). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו מאדערנער מוזיק (נוסח אברהם פריעד, מרדכי ווערדיגער א.ד.ג.)? [ד.ה. איז דאס געווען 'וועלקאם' אדער נישט]

ניין לגמרי נישט, נאכמער ביי אונז אין חדר א אינגל וואס ביי אים אינדערהיים איז געווען די מוזיק איז געווען אראפגעקוקט... (איך בין נתחנך געווארן אין אייראפע)

4). וואס איז אייער געפיל ביים הערן מאדערנע מוזיק? דאס זעלבע ווי ווען איר הערט געווענליכע מוזיק אדער עס ברענגט אייך אן אנדער סארט געפיל? (א שלעכט געפיל / א גוט געפיל?)

איך האב נישט קיין געפיל דערצו...

5). וואס איז געווען דער חינוך אין שטוב צו ווילדערער מוזיק, ספעציעל צו ראק, זשעז, א.ד.ג.?

עס איז קיינמאל נישט אריין ביי אונז אין שטוב, עס איז געווען זייער אראפגעקוקט אין גויאיש

6). צו האט ראק א געוויסע אנדערע השפעה אויף אייער געפיל וואס איר פילט נישט אין אנדערער מוזיק? אויב יא, זיי מסביר מיט וואס.

איך ווייס נישט וואס ראק מיינט, איך ווייס נישט קיין חילוק פון ראק מיט זשעז...

7). אויב איר פילט אמאל "אויפגעלעזטקייט" (cool) איז דאן דא א געוויסע מוזיק וואס איר וועט בעפארצוגן אין אזא פאל (צווישן געווענליכער מוזיק און ראק)? אויב יא, וועלכער סארט מוזיק וואלט איר דאן אויסגעוועלט אמבעסטן?

איך געדענק נישט אז איך זאל זיין אין אזא מצב...

8). ווען איר זענט אין א מצב פון אנגעווארעמטקייט און התעוררות וואס א מוזיק וועט איר דאן בעפארצוגן?

היימישע חסידישע ערליכע מוזיק...

9). וואס איז אייער באציאונג צו דער ראק-מוזיק? איר הערט דאס געווענליך אדער נישט. אויב נישט, צו איז דאס צוליב אידעאלאגיע ווייל איר האלט נישט פון דעם, אדער בלויז ווייל עס ציט אייך נישט.

כנ"ל איך ווייס נישט וואס דאס איז פונטליך, אבער ליפא'ס ניגונים האב איך זייער נישט ליב צו הערן, לאו דוקא אלס א אידיאלאגיע עס איז פשוט מיאוס

10). צו וואלט אייך געשטערט צו געבן פאר אייערע קינדער צו הערן היימישע ראק-מוזיק (נוסח ליפא)?

זיכער איך וועל בל"נ קיינמאל נישט אריינלאזן אין שטוב אזא סארט מוזיק

11). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו קארלבאך-מוזיק? נעגאטיוו אדער פאזיטיוו?

מען האט נישט געמאכט קיין געשעפט דערפון, מען האט קיינמאל נישט גערעדט דערוועגן, מיר האבן נישט געהאט אין שטוב זיינע טעיפס

12). באצייכנט אייער געפיל צו קארלבאך-לידער:

עס רעדט נישט צו מיר..

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.
ד). איך האב א שלעכט געפיל ביים הערן די מוזיק.

13). צו זענט איר געוואוינט פון אלס קינד צו הערן יו"ט ערליך'ס מוזיק?

אביסל

14). באצייכנט אייער געפיל צו יו"ט ערליך'ס לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.

עס איז זייער שיין און געשמאק, מען פילט א טעם זקנים אין דעם, איך האב זייער ליב עס צו הערן

15). צו איז דא א מוזיק וואס איז לויט אייער חינוך געווען אפגעפרעגט און איר נוצט דאס היינט? אויב יא, צו גיט דאס אייך א שלעכט געפיל אדער נישט דווקא? [עס קען זיין אז די פראגע – ווי אויך די קומענדיגע - איז שוין ממילא קלאר געווארן פון אייערע ענטפערס ביז אהער, און דאן קענט איר דאס אויסלאזן. אויב אבער עס איז פארהאן אין דער פראגע א חידוש, דאן איז כדאי זיך צו באציען צו דעם באזונדער]

איך פערזענדליך נישט, אבער אמאל בין איך אין יענעם'ס קאר וכדומה אין איך הער די סארט נגונים, עס אינטערסירט מיר נישט בכלל אבער איך וועל נישט בעטן עס אויסצולעשן

16). אויב פראגע 15 איז געענטפערט געווארן פאזיטיוו (דאס הייסט אז איר נוצט מוזיק וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אייער חינוך) דאן ענטפערט ביטע נאך א פראגע:
וויאזוי האנדלט איר מיט דער מוזיק, איר הערט דאס נאר פאר זיך אדער איר וואלט אויך מסכים געווען דאס אריינצוברענגען אין שטוב פאר די קינדער צו הערן?

אין שטוב וועל איך עס בל"נ נישט אריינברענגן

17). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז געווען די געווענליכע מוזיק אין שטוב וואו איר זענט אויפגעוואקסן.

יונתן שווארץ, משה גאלדמאן, ירמי' דאמען, יוסף צבי ברייער, וכו'

18). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז אייך דאס מערסטע צום הארצן, און איר הערט היינט אממערסטנס.

געשמאקע שיינע היימישע ניגונים געזונגען אויף א היימישע שטייגער
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
פויער
שר האלף
תגובות: 1037
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג דעצעמבער 21, 2007 8:30 am
לאקאציע: אינמיטן די אידישע וועלט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פויער »

ר' אידישיסט איר מעגט אויך ענפערן אויף די אלע שאלות...
ביז אין קרעשטמע דארף מען אויך א טרונק בראנפן, וויאזוי געט מען זיך א עצה?
מען קען עס האבן ביי די אידישע וועלט...!
אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 877
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטעליגענט »

.

1). ווען איר הערט מוזיק ווירקט דאס שטארק אויף אייער געפיל? דאס הייסט, איר ווערט אין אלגעמיין שטארק נתרגש פון מוזיק?

פרואוו דאס צו שטאפלען אין א נומער פון 1 ביז 5 (איינס אלס גאר שוואכע ווירקונג, און פינף אלס שטארקע ווירקונג).

איך וואלט עס געשטעלט ביי נומער 3

2). איז מוזיק בכח אייך צו ברענגען צום וויינען? אויב יא וואס א סארט מוזיק?

פון נגינה געדענק איך נישט אין מיין לעבן עס זאל מיר ברענגן צו טרערן אדער אויסטערלישע פרייד, אבער חזנות פון צב"ש: יאסעלע ראזענבלאט, מרדכי הערשמאן, זאנוויל קווארטין, דוד רויטמאן, ועוד, דאס האט מיך שוין נישט איינמאל אריינגעברענגט אין א היסטעריע, און אויסגעבראכן אין א געטרער (נישט ממש געוויין, אבער טרערן האבן זיך געגאסן פון געפיל)

3). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו מאדערנער מוזיק (נוסח אברהם פריעד, מרדכי ווערדיגער א.ד.ג.)? [ד.ה. איז דאס געווען 'וועלקאם' אדער נישט]

טריפה [שטעלט נישט פאר מיין פערזענליכע מיינונג]

4). וואס איז אייער געפיל ביים הערן מאדערנע מוזיק? דאס זעלבע ווי ווען איר הערט געווענליכע מוזיק אדער עס ברענגט אייך אן אנדער סארט געפיל? (א שלעכט געפיל / א גוט געפיל?)

איז עס שיין, האב איך דערפון פארגעניגן - כאטש נישט קיין רוחנית'דיגע [נשמה'דיג], אבער א גייסטיגע פארגעניגן קען עס ברענגען, אבער דער נאכגעפיל איז לייכטע אנזעץ. [אין דעם שטעל איך נישט אריין ס'רוב ניגוני מ.ב.ד.]

5). וואס איז געווען דער חינוך אין שטוב צו ווילדערער מוזיק, ספעציעל צו ראק, זשעז, א.ד.ג.?

טריפה

6). צו האט ראק א געוויסע אנדערע השפעה אויף אייער געפיל וואס איר פילט נישט אין אנדערער מוזיק? אויב יא, זיי מסביר מיט וואס.

איך ווער ווילד און שאקל זיך צו אלע זייטן ווי א מטורפ'דיגער אומזיניגער, [ליידער האב איך א געוויסע געשמאק אין געוויסע סארט ראק'ס]

7). אויב איר פילט אמאל "אויפגעלעזטקייט" (cool) איז דאן דא א געוויסע מוזיק וואס איר וועט בעפארצוגן אין אזא פאל (צווישן געווענליכער מוזיק און ראק)? אויב יא, וועלכער סארט מוזיק וואלט איר דאן אויסגעוועלט אמבעסטן?

עני ניגון פון ליפא [גאר זעלטן, ווייל איך האב פון אים נישט קיין סאך] אדער מ.ב.ד. [נישט אז זיי זענען אין איין דרגה, אבער זיי ביידע - זינגענדיג - פילן אן דעם יעדן טאקט מיט ווערטער און פרישע תנועות, וואס איז נישט פארהאן ביי אנדערע מוזיק]. איך זאג קלאר דא: איך האלט אז ליפא'ס טעיפס זענען טריפה, איך רעד אבער פון מיינע נסיונות.

8). ווען איר זענט אין א מצב פון אנגעווארעמטקייט און התעוררות וואס א מוזיק וועט איר דאן בעפארצוגן?

ניגוני חב"ד צב"ש קלי אתה ואודך אדער אבינו מלכנו ועוד.
9). וואס איז אייער באציאונג צו דער ראק-מוזיק? איר הערט דאס געווענליך אדער נישט. אויב נישט, צו איז דאס צוליב אידעאלאגיע ווייל איר האלט נישט פון דעם, אדער בלויז ווייל עס ציט אייך נישט.

עס ציט מיך, און איך פראביר עס צו פארמיידן מחמת אידעאלאגיע כדלעיל.

10). צו וואלט אייך געשטערט צו געבן פאר אייערע קינדער צו הערן היימישע ראק-מוזיק (נוסח ליפא)?

אויף קיין שום פאל וואלט איך נישט צוגעלאזט מיינע קינדער זאלן הערן אזאנס ודומה לו.
11). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו קארלבאך-מוזיק? נעגאטיוו אדער פאזיטיוו?

פאסיוו

12). באצייכנט אייער געפיל צו קארלבאך-לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.ד). איך האב א שלעכט געפיל ביים הערן די מוזיק.

13). צו זענט איר געוואוינט פון אלס קינד צו הערן יו"ט ערליך'ס מוזיק?

א היבש ביסל, אבער דאס איז נישט געווען ממש אונזער געווענליכע קינדער טעיפס, נאר מיין מאמעס פעיוואריד טעיפ, און מיר האבן גענאשט.
14). באצייכנט אייער געפיל צו יו"ט ערליך'ס לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.

איך ווייס נישט אויב איך האב דא דעם ריכטיגן אויסוואל, איך וואלט געזאגט, עס איז פול מיט טאלאנט, סיי די קאמפאזישאנס, סיי די ווערטער און גראמען, און די וועג פון זינגען, ועוד. אבער לגבי ווארעמקייט ווייס איך נישט וועגן ספעציעלס אין זיינע ווערק. וואס יא, עס איז ווארעם מצד וואס די אינהאלט ווארעמט אן די נשמה צום רבוש"ע, אבער נישט מצד נגינה.

15). צו איז דא א מוזיק וואס איז לויט אייער חינוך געווען אפגעפרעגט און איר נוצט דאס היינט? אויב יא, צו גיט דאס אייך א שלעכט געפיל אדער נישט דווקא? [עס קען זיין אז די פראגע – ווי אויך די קומענדיגע - איז שוין ממילא קלאר געווארן פון אייערע ענטפערס ביז אהער, און דאן קענט איר דאס אויסלאזן. אויב אבער עס איז פארהאן אין דער פראגע א חידוש, דאן איז כדאי זיך צו באציען צו דעם באזונדער]

יא.
צב"ש מרדכי בן דוד און אברהם פריעד [דאס איבריגע על פי רוב, אדער גלייך איך זיי נישט, אדער איז עס נישט אויסגעהאלטן אין מיינע אויגן.
אבער אויך די צוויי האבן יוצא מן הכלל'ס, צב"ש "אידן אידן" פון מב"ד, אדער קארהאד פון אברהם פריעד [ליובאוויטשע ניגון] וואס זענען אין מיינע אויגן נישט אידיש.

16). אויב פראגע 15 איז געענטפערט געווארן פאזיטיוו (דאס הייסט אז איר נוצט מוזיק וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אייער חינוך) דאן ענטפערט ביטע נאך א פראגע:
וויאזוי האנדלט איר מיט דער מוזיק, איר הערט דאס נאר פאר זיך אדער איר וואלט אויך מסכים געווען דאס אריינצוברענגען אין שטוב פאר די קינדער צו הערן?

איך הער עס נאר פאר מיך.

17). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז געווען די געווענליכע מוזיק אין שטוב וואו איר זענט אויפגעוואקסן.

יונתן שווארץ, ניגוני ווערצבערגער, משה גאלדמאן, און ירמי' דמן, און קינדער טעיפס. נישט רעגלמעסיג: יום טוב ערליך.
18). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז אייך דאס מערסטע צום הארצן, און איר הערט היינט אממערסטנס.

בעיקר וואס איך הער איז חזנות, מוזיק איז ביי מיר וועלכע עס קומט אונטער די האנט, גאר לעצטנס האב איך געהערט גאר אסאך "חיים ישראל" וועלכע איך גלייך זייער שטארק. [פארשטענדליך אז וואס איך האלט פאר טריפה קומט מיר נישט אונטער די האנט, חוץ וואס איך האב דערמאנט אויבן נישט אלץ ממש-טריפה].

.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

פויער האט געשריבן:
ר' אידישיסט איר מעגט אויך ענפערן אויף די אלע שאלות...

איך האב מיך אפגעהאלטן פון ענטפערן צוערשט כדי נישט צו ווירקן אומדירעקט אויף די קומענדיגע באטייליגער. נאר סיי ווי דאכט זיך מיר - ווי געזאגט אויבן - אז מען וועט פיל נישט קענען ארויסנעמען פון דער אנפראגע (כאטש עס שפאנט למעשה יא טיילווייז אין א ריכטונג וואס זאל ערמעגליכן א מסקנא), דאך ווי איך זעה אז די אנקעטע ציט יא געוויסע, ווארשיינליך צוליב בלויז אינטערעסאנטקייט, וועל איך דעריבער אויך אנטיילנעמען.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

1). ווען איר הערט מוזיק ווירקט דאס שטארק אויף אייער געפיל? דאס הייסט, איר ווערט אין אלגעמיין שטארק נתרגש פון מוזיק?

איך בין זייער אונטערגעווארפן דער השפעה פון מוזיק און איר געפיל אויף א שטארקן אופן.

2). איז מוזיק בכח אייך צו ברענגען צו טרערן? אויב יא וואס א סארט מוזיק?

גאנץ נאטירליך. דאס קען זיין דורך פיל סארטן, אבער אממערסטנס אין אטענטישער חסידישער מוזיק אדער אין אלטע יידישע לידער (איבערהויפט מלחמה-לידער אדער צרות-לידער וואס כאראקטעריזירן די בלוטיגע אייראפע).

3). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו מאדערנער מוזיק (נוסח אברהם פריעד, מרדכי ווערדיגער א.ד.ג.)? [ד.ה. איז דאס געווען 'וועלקאם' אדער נישט]

עס איז באטראכט געווארן אלס נעגאטיוו, כאטש מעגליך נישט אויף אן עקסטרעמען אופן.

4). וואס איז אייער געפיל ביים הערן מאדערנע מוזיק? דאס זעלבע ווי ווען איר הערט געווענליכע מוזיק אדער עס ברענגט אייך אן אנדער סארט געפיל? (א שלעכט געפיל / א גוט געפיל?)

א פראגע וואס, ווען עס איז די רעדע פון לידער אלס מאדערן (א ביישפיל ווי א ליד אויף "אשת חיל" וואס זינגט אויס דאס ווארט "ושלללללה...") האב איך געווענליך נישט קיין געפיל צו דער מוזיק. אויב איז די רעדע פון פיינע לידער דורך מאדערנערע זינגער וואס ווערט אויך נישט דורכגעפירט אויף א מאדערנעם שטייגער וועט דאס נאטירליך זיין שיין ביי מיר.

5). וואס איז געווען דער חינוך אין שטוב צו ווילדערער מוזיק, ספעציעל צו ראק, זשעז, א.ד.ג.?

דער סטיל מוזיק איז א נייעס אין אונזערע קרייזן דען דאס איז הערשט ארויס אין די לעצטע יארן צווישן היימישע, און ווען איך בין געווען א קינד אין שטוב איז דאס נאכנישט געווען. עס איז מיר אבער זעלבסטפארשטענדליך אז דאס וואלט קיינמאל קיין פלאץ נישט געפונען ביי מיינע עלטערן אין שטוב.

6). צו האט ראק א געוויסע אנדערע השפעה אויף אייער געפיל וואס איר פילט נישט אין אנדערער מוזיק? אויב יא, זיי מסביר מיט וואס.

די פאקטן איבער דער ווירקונג פון דער מוזיק זענען ביי מיר זייער פארשטענדליך לויט דעם געפיל וואס דאס גיט איבער אויף מיר פערזענליך. (און נישט נאר ביי ראק אדער זשעז א.ד.ג., נאר נאך מער ביי בלוז אלס נשמה-מוזיק פון דער פאמיליע.)

7). אויב איר פילט אמאל "אויפגעלעזטקייט" (cool) איז דאן דא א געוויסע מוזיק וואס איר וועט בעפארצוגן אין אזא פאל (צווישן געווענליכער מוזיק און ראק)? אויב יא, וועלכער סארט מוזיק וואלט איר דאן אויסגעוועלט אמבעסטן?

שווער צו ענטפערן אויף דעם. די פראגע איז געצילט איבערהויפט צו אזעלכע וואס נוצן די מוזיק רעגלמעסיג, און זיי קענען מעסטן אויף זיך ווען זיי וועלן אויס דאס אדער יענס.

8). ווען איר זענט אין א מצב פון אנגעווארעמטקייט און התעוררות וואס א מוזיק וועט איר דאן בעפארצוגן?

וואס שייך שווארצע מוזיק איז די תשובה גלייך צו דער אויבערער תשובה פון נומער 7. דאך איז ביי מיר קלאר פון אנדערע סארטן מוזיק אז אין צייט פון ערוועקונג וואלט איך צווישן אלע בעפארצוגט אטענטישע חסידישע מוזיק.

9). וואס איז אייער באציאונג צו דער ראק-מוזיק? איר הערט דאס געווענליך אדער נישט. אויב נישט, צו איז דאס צוליב אידעאלאגיע ווייל איר האלט נישט פון דעם, אדער בלויז ווייל עס ציט אייך נישט.

איך האב דאס שוין פיל געהערט, נישט דווקא פון היימישער פראדוקציע, נאר עס איז מיר שוין פיל אויסגעקומען צו הערן אין פארשידענע פלעצער, און איך פארשטיי זייער דעם טעם. למעשה, וואס שייך געווענליך - נוץ איך נישט די מוזיק, און ווירקליך צוליב אידעאלאגיע; איך בין איבערצייגט אין דער נעגאטיווער ווירקונג פון דער מוזיק אויפן מענטשליכן גייסט און נשמה.

10). צו וואלט אייך געשטערט צו געבן פאר אייערע קינדער צו הערן היימישע ראק-מוזיק (נוסח ליפא)?

זעלבסטפארשטענדליך. דאס דארף זיין א הויפט-פונקט אין חינוך, וויבאלד לויט מוזיק-פארשער האט דאס אן אונגעהויערן אומפארמעסטבארן כח.

11). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו קארלבאך-מוזיק? נעגאטיוו אדער פאזיטיוו?

פארווע. נישט גוט און נישט שלעכט.

12). באצייכנט אייער געפיל צו קארלבאך-לידער:

איך האב א שטארק געפיל צו דעם.

13). צו זענט איר געוואוינט פון אלס קינד צו הערן יו"ט ערליך'ס מוזיק?

יא. (נישט אז דאס איז געווארן געשפילט אין שטוב, נאר איך פלעג עס פאר מיר הערן.)

14). באצייכנט אייער געפיל צו יו"ט ערליך'ס לידער:

ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.

15). צו איז דא א מוזיק וואס איז לויט אייער חינוך געווען אפגעפרעגט און איר נוצט דאס היינט? אויב יא, צו גיט דאס אייך א שלעכט געפיל אדער נישט דווקא? [עס קען זיין אז די פראגע – ווי אויך די קומענדיגע - איז שוין ממילא קלאר געווארן פון אייערע ענטפערס ביז אהער, און דאן קענט איר דאס אויסלאזן. אויב אבער עס איז פארהאן אין דער פראגע א חידוש, דאן איז כדאי זיך צו באציען צו דעם באזונדער]

עס איז שווער צו ענטפערן אויף דעם גענוי. איך נוץ היינט זייער פיל סארטן מוזיק וואס זענען נישט גענוצט געווארן ביי מיינע עלטערן אין שטוב, אבער איך זעה נישט אין דעם קיין אפנויגונג פונעם חינוך ווילאנג עס איז נישט מוזיק וואס איז שלעכט פאר זיך.

16). אויב פראגע 15 איז געענטפערט געווארן פאזיטיוו (דאס הייסט אז איר נוצט מוזיק וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אייער חינוך) דאן ענטפערט ביטע נאך א פראגע:
וויאזוי האנדלט איר מיט דער מוזיק, איר הערט דאס נאר פאר זיך אדער איר וואלט אויך מסכים געווען דאס אריינצוברענגען אין שטוב פאר די קינדער צו הערן?

כאטש וואס איך הער פיל סארטן מוזיק וואלט איך מיינע קינדער ערצויגן גלייך ווי מיין טאטע האט מיך ערצויגן מיטן איינצוימען די מוזיק ארום באשטימטער היימישער מוזיק. אז זיי וועלן עלטער ווערן און באקומען באקאנטשאפט מיט וועלטליכער מוזיק וועט דאס מיך נישט שטערן, אבער א חינוך פאר א קינד מוז האבן קלארע גדרים.

17). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז געווען די געווענליכע מוזיק אין שטוב וואו איר זענט אויפגעוואקסן.

אטענטיש-חסידיש.

18). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז אייך דאס מערסטע צום הארצן, און איר הערט היינט אממערסטנס.

קלעזמער-מוזיק, חזנות, קלאסישע מוזיק, מיטללענדישע מוזיק, אריענטאלישע מוזיק, און נאך.

דאך, ווי געזאגט, אין צייט פון דערווארמונג וועט אריגינעל-חסידישע מוזיק זיין דער בעסטער אויסוואל.
אוועטאר
my_music
שר חמישים ומאתים
תגובות: 344
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 22, 2009 6:32 pm
לאקאציע: נאך אויפן זעלבן פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך my_music »

1). ווען איר הערט מוזיק ווירקט דאס שטארק אויף אייער געפיל?

יא
דאס הייסט, איר ווערט אין אלגעמיין שטארק נתרגש פון מוזיק?

5
פרואוו דאס צו שטאפלען אין א נומער פון 1 ביז 5 (איינס אלס גאר שוואכע ווירקונג, און פינף אלס שטארקע ווירקונג).

2). איז מוזיק בכח אייך צו ברענגען צום וויינען?

יא
אויב יא וואס א סארט מוזיק?

עס זענען דא ניגונים וואס האבן א געוויסע קאמבינאציע פון קארדס און תנועות וואס איז זייער רגש'דיג

3). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו מאדערנער מוזיק (נוסח אברהם פריעד, מרדכי ווערדיגער א.ד.ג.)? [ד.ה. איז דאס געווען 'וועלקאם' אדער נישט]

נישט וועלקאם
4). וואס איז אייער געפיל ביים הערן מאדערנע מוזיק? דאס זעלבע ווי ווען איר הערט געווענליכע מוזיק אדער עס ברענגט אייך אן אנדער סארט געפיל? (א שלעכט געפיל / א גוט געפיל?)

עס איז נישט שייך א שלעכט געפיל, אויב איז עס גוט דעמאלס איז עס אקעי, און אויב נישט וועל איך עס נישט אנקוקן
5). וואס איז געווען דער חינוך אין שטוב צו ווילדערער מוזיק, ספעציעל צו ראק, זשעז, א.ד.ג.?

אזוי ווי פריער דערמאנט: נישט וועלקאם
6). צו האט ראק א געוויסע אנדערע השפעה אויף אייער געפיל וואס איר פילט נישט אין אנדערער מוזיק? אויב יא, זיי מסביר מיט וואס.

יעדע סארט מוזיק האט זיך זיינע זאכן וואס ער ברענגט ארויס,
7). אויב איר פילט אמאל "אויפגעלעזטקייט" (cool) איז דאן דא א געוויסע מוזיק וואס איר וועט בעפארצוגן אין אזא פאל (צווישן געווענליכער מוזיק און ראק)? אויב יא, וועלכער סארט מוזיק וואלט איר דאן אויסגעוועלט אמבעסטן?

8). ווען איר זענט אין א מצב פון אנגעווארעמטקייט און התעוררות וואס א מוזיק וועט איר דאן בעפארצוגן?

9). וואס איז אייער באציאונג צו דער ראק-מוזיק? איר הערט דאס געווענליך אדער נישט. אויב נישט, צו איז דאס צוליב אידעאלאגיע ווייל איר האלט נישט פון דעם, אדער בלויז ווייל עס ציט אייך נישט.

איך הער עס
10). צו וואלט אייך געשטערט צו געבן פאר אייערע קינדער צו הערן היימישע ראק-מוזיק (נוסח ליפא)?

ווענדט זיך וויאזוי ליפא,ס טעיפ,ס וועט אויסקוקן ווען מיינע קינדער וועלן אונטערוואקסן
11). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו קארלבאך-מוזיק? נעגאטיוו אדער פאזיטיוו?

נישט געווען קיין אישו
12). באצייכנט אייער געפיל צו קארלבאך-לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.
ד). איך האב א שלעכט געפיל ביים הערן די מוזיק.

13). צו זענט איר געוואוינט פון אלס קינד צו הערן יו"ט ערליך'ס מוזיק?

14). באצייכנט אייער געפיל צו יו"ט ערליך'ס לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.

אקעי בעיקר וואס איך האב געוואלט זאגן און עס ליגט מיר אויפן צינג פון ווען איך האב דא אנגעהויבן, איז אזוי:
ראק, און דזשעז, איז א געוויסע סטייל מוזיק, עס איז נישט דער אפטייטשפון ווילדע מוזיק, און פאר ווער עס וויל וויסן: דזשעז איז זייער א רואיגער מוזיק, אינגאנצן נישט ווילד (אילן פון יודל איזס א קאזין פון דזשעז - "יוסל חבר מיינער" פון אכטער נאוט איז דזשעז - נישט אום שבת גערעדט פון ליפא קעניינעהארע איז א דזשעז) און ווייטער ראק איז אזויווי א שנעלע דיסקא למשל בית נאמן פון שרולי ווערדיגער בן חורין פון יוסי מאיער, א.א.וו.

האטס מער א גוטס
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

גערעכט. זשעז איז איבערהויפט נישט ריכטיג צו באצייכענען אלס ווילד, נאר ענדערש ענליך צו בלוז אין כאראקטער (פון דעם שטאנדפונקט). איך האב זיי נאר בטעות געשטעלט אונטער דעם זעלבן קעפל. דער אלגעמיינער ציבור איז נישט גענוי מבחין צווישן די צוויי, באציענדיג זיך ענדערש צו די יסודות וואס זענען ענליך. ראק כאראקטעריזירט זיך יא געווענליך מיט א ווילדן ריטם.
זיס
שר האלף
תגובות: 1400
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 27, 2009 1:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זיס »

1). ווען איר הערט מוזיק ווירקט דאס שטארק אויף אייער געפיל? דאס הייסט, איר ווערט אין אלגעמיין שטארק נתרגש פון מוזיק?

זייער שטארק, הגם עס ווענדט זיך אויך וואספארא סארט נגונים.

פרואוו דאס צו שטאפלען אין א נומער פון 1 ביז 5 (איינס אלס גאר שוואכע ווירקונג, און פינף אלס שטארקע ווירקונג).

4
2). איז מוזיק בכח אייך צו ברענגען צום וויינען? אויב יא וואס א סארט מוזיק?

כמעט, ווארעמע רגש'דיגע ניגונים, אויך פרייליכע אבער מיט א רגש'דיגע קנייטש.

3). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו מאדערנער מוזיק (נוסח אברהם פריעד, מרדכי ווערדיגער א.ד.ג.)? [ד.ה. איז דאס געווען 'וועלקאם' אדער נישט]

חזיר טרייף.

4). וואס איז אייער געפיל ביים הערן מאדערנע מוזיק? דאס זעלבע ווי ווען איר הערט געווענליכע מוזיק אדער עס ברענגט אייך אן אנדער סארט געפיל? (א שלעכט געפיל / א גוט געפיל?)

עס רעדט נישט צו מיר (על פי רוב).

5). וואס איז געווען דער חינוך אין שטוב צו ווילדערער מוזיק, ספעציעל צו ראק, זשעז, א.ד.ג.?

חזיר טרייף.

6). צו האט ראק א געוויסע אנדערע השפעה אויף אייער געפיל וואס איר פילט נישט אין אנדערער מוזיק? אויב יא, זיי מסביר מיט וואס.

געווענליך נישט.

7). אויב איר פילט אמאל "אויפגעלעזטקייט" (cool) איז דאן דא א געוויסע מוזיק וואס איר וועט בעפארצוגן אין אזא פאל (צווישן געווענליכער מוזיק און ראק)? אויב יא, וועלכער סארט מוזיק וואלט איר דאן אויסגעוועלט אמבעסטן?

יא, די וויזשניצע וועלכעכלעך, וועלכע ווערן לעצטנס געהערט שפילן ביי חתונות און אויף די פרישע טעיפס, זייער געשמאקע מעדאליעס און גיבן ארויס אזא סארט לייכטקייט אויפן מענטש, מען קען זיך געשמאק אויסגעבן דערויף.

8). ווען איר זענט אין א מצב פון אנגעווארעמטקייט און התעוררות וואס א מוזיק וועט איר דאן בעפארצוגן?

עס ווענדט זיך אין וואספארא מצב מען איז, איך האב א נטיה צו גערער ניגונים, עס הויבט אויף דער מענטש אין הימל (ווער עס האט שוין אמאל געהערט גור, ווייסט וואס איך מיין), אמאל איז מוז'דיץ וואס ס'רעדט, און אמאל א סטאלענער ניגון.

9). וואס איז אייער באציאונג צו דער ראק-מוזיק? איר הערט דאס געווענליך אדער נישט. אויב נישט, צו איז דאס צוליב אידעאלאגיע ווייל איר האלט נישט פון דעם, אדער בלויז ווייל עס ציט אייך נישט.

דרך כלל רעדט עס נישט צו מיר (עס קען זיך מאכן אויסנאמען).

10). צו וואלט אייך געשטערט צו געבן פאר אייערע קינדער צו הערן היימישע ראק-מוזיק (נוסח ליפא)?

ניין, אבער אויב איך וועל זען מיינע קינדער הערן עס (ווען זיי זענען שוין העכער פופצן יאר), וועל איך זיי נישט אפהאלטן דערפון, איינס, ווייל עס וועט סיי ווי נישט העלפן, און צווייטנס, ווייל אויב דאס איז זייער געפיל זאל זיי דאס אינדזשויען.

11). וואס איז געווען אייער חינוך אין שטוב צו קארלבאך-מוזיק? נעגאטיוו אדער פאזיטיוו?

נעגאטיוו.

12). באצייכנט אייער געפיל צו קארלבאך-לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.
ד). איך האב א שלעכט געפיל ביים הערן די מוזיק.

13). צו זענט איר געוואוינט פון אלס קינד צו הערן יו"ט ערליך'ס מוזיק?

יא

14). באצייכנט אייער געפיל צו יו"ט ערליך'ס לידער:

א). עס רעדט נישט צו מיר.
ב). עס איז גארנישט אנדערש ווי געווענליכע מוזיק.
ג). עס איז ווארעמער ווי געווענליכע מוזיק און איך האב א ספעציעל געפיל צו דעם.

15). צו איז דא א מוזיק וואס איז לויט אייער חינוך געווען אפגעפרעגט און איר נוצט דאס היינט? אויב יא, צו גיט דאס אייך א שלעכט געפיל אדער נישט דווקא? [עס קען זיין אז די פראגע – ווי אויך די קומענדיגע - איז שוין ממילא קלאר געווארן פון אייערע ענטפערס ביז אהער, און דאן קענט איר דאס אויסלאזן. אויב אבער עס איז פארהאן אין דער פראגע א חידוש, דאן איז כדאי זיך צו באציען צו דעם באזונדער]

אפשר קארלבאך - איך האב נישט קיין שלעכטע געפיל, און איך האלט אז איינער וואס האט א געפיל צו א געוויסע סארט מוזיק דארף זיך נישט שלעכט שפירן דערמיט, נאר ענדערש אויסנוצן די הרגשים דורך דעם סארט סטיל.

16). אויב פראגע 15 איז געענטפערט געווארן פאזיטיוו (דאס הייסט אז איר נוצט מוזיק וואס איז נישט אין איינקלאנג מיט אייער חינוך) דאן ענטפערט ביטע נאך א פראגע:
וויאזוי האנדלט איר מיט דער מוזיק, איר הערט דאס נאר פאר זיך אדער איר וואלט אויך מסכים געווען דאס אריינצוברענגען אין שטוב פאר די קינדער צו הערן?

אזוי ווי פריער ערווענט, איך וועל עס נישט אריינברענגען אין שטוב, אבער אויב איך כאפ מיינע עלטערע קינדער דערמיט וועל איך זיי גארנישט זאגן.

17). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז געווען די געווענליכע מוזיק אין שטוב וואו איר זענט אויפגעוואקסן.

יום-טוב ערליך בעיקר, אויך בעלזא, באבוב.

18). אויב מעגליך באצייכנט וואס א מוזיק עס איז אייך דאס מערסטע צום הארצן, און איר הערט היינט אממערסטנס.

יעדע תקופה אין מיין לעבן עפעס אנדערש - ביז לעצטנס האב איך אלס געהערט סלונים (יא די מרה-שחורה'דיגע ניגונים - עס ליגט דערין א געוואלד), היינט ליג איך אין גור - אין די ניגונים פיל איך מיין נשמה. איך גלויב אז עס ווענדט זיך אין די תקופות אין די צייטן וואס עס גייט דורך אין מיין לעבן, און ווי אזוי עס ווירקט אויף מיר.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”