הילף! ווער איז געווען וועמענס תלמיד?

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי,גבאי ביהמד

אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

הילף! ווער איז געווען וועמענס תלמיד?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

א גוטע וואך טייערע תושבים דא.

איך מיטשע מיר זייער צו מאכן סדר, און אויב איינער קען מיר העלפן ביטע.

דא האב איך עטליכע הנחות/טעותים, ביטע פארעכט.

רבי ר שמעלקא: ער איז געווען א תלמיד נאר פונעם מגיד הגדול. גערעכט? ער איז קיינמאל נישט געווען ביים בעל שם הק'?
רבי ר אלימלך: ער איז געווען א תלמיד נאר פונעם מגיד הגדול. גערעכט? ער איז נישט געווען א תלמיד פון ר' שמעלקע אויך?
חוזה פון לובלין: געווען א תלמיד פון רבי ר' שמעלקא און רבי ר' אלימלך. ער האט נישט געשעפט תורה פונעם מגיד אויך? און דער חוזה איז געווען א חבר מיט רבי ר מענדעלע אדער א תלמיד לאחר פטירת רבי ר אלימלך (הגם זיי זענען ביידע געווען די זעלבע יארגאנג בערך)?
ראפשיצע רב: ער איז געווען א תלמיד נאר פונעם חוזה און רבי ר מענדעלע. גערעכט?

זכותם יגן עלינו, און א גרויסע יישר כוח פאר ווער עס קען נאר העלפן דא.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

דער 'חוזה' איז געווען ביים מגיד און ברעגנט דברים משמו
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

דער ראפשיצער רב איז געווען ביים ר"ר אלימלך
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
Programming
שר שלשת אלפים
תגובות: 3152
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 16, 2017 8:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Programming »

דער חוזה האט שוין געפירט בחיי הרבי ר' אלימלך, וואס פאלט אייך ביי ער איז געווארן א תלמיד פון רבי מענדלע?

ראפשיצער רב איז נאך געווען א תלמיד ביים רבין רבי אלימלך (ידוע הסיפור שמתחילה ריחקו בהיותו יחסן)
צו לייקן אדער דיסלייקן די תגובה, מאכט א רייט קליק אויף די ווייסע קעסטל נעקסט צו די טיים סטעמפ העכער די תגובה און קאפי'ט די לינק אדרעס. אלע 5'ס (5, 15, 25, 105, 1005 א.א.וו.) זענען לייקס, 10'ס (10, 100, 1000 א.א.וו.) זענען דיסלייקס.
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

אהרן הלוי האט געשריבן:דער 'חוזה' איז געווען ביים מגיד און ברעגנט דברים משמו


חוזה איז געווען ביים מגיד אלס קינד אדער אלס תלמיד?
אוועטאר
הבן_יקיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 10:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבן_יקיר »

נאך צוויי פראגעס:
רבי ר מענדעלע: ער איז געווען א תלמיד נאר פון רבי ר אלימלך. גערעכט אדער ער איז אויך געווען א תלמיד פון רבי ר' שמעלקא און נאך געווען ביים מגיד?
בני יששכר. וועמענס תלמיד איז ער געווען?
ראש הקהל
שר האלף
תגובות: 1027
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 04, 2011 1:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראש הקהל »

לויט ווי איך ווייס איז דער ראפשיטצע רב געוועהן א תלמיד פון הגאון רבי משולם איגרא טיסמיניץ מפרעשבורג זי"ע
אוועטאר
אהרן הלוי
שר האלף
תגובות: 1499
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 18, 2018 1:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אהרן הלוי »

הבן_יקיר האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:דער 'חוזה' איז געווען ביים מגיד און ברעגנט דברים משמו


חוזה איז געווען ביים מגיד אלס קינד אדער אלס תלמיד?

ער האלט אין איין ברענגן בספריו "שמעתי מהרב המגיד מראוונא" און זעה דא ווי ער שרייבט "שמעתי מפה קדוש הרב המגיד מראוונא"
צוויי אפציעס זענען פארהאן פאר דער טיפע "דורות" שאלה:
1. טיפע אהבה; 2. טיפע חכמה.
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

Programming האט געשריבן:דער חוזה האט שוין געפירט בחיי הרבי ר' אלימלך, וואס פאלט אייך ביי ער איז געווארן א תלמיד פון רבי מענדלע?

ראפשיצער רב איז נאך געווען א תלמיד ביים רבין רבי אלימלך (ידוע הסיפור שמתחילה ריחקו בהיותו יחסן)

בערך די לעצטע יאר פון הייליגן ר"ר אלימלך האט דער חוזה אנגעהויבן פירן אין לאנצוהט כידוע הסיפור

דער ראפשיצער רב איז צוערשט געווען א תלמיד מובהק ביים הייליגן ר"ר מיכלע זלאטשובער (ביחד עם אביו הרה"ק מלינסק), און דערנאך ביים הייליגן ר"ר אלימלך, הר"ר מרדכ'לע נעזשכיזער (מגדולי תלמידי זלאטשוב), און דערנאך ביי די ג' אבות החסידות אין פוילן: רימנוב, לובלין, קאזניץ
מצלמה
שר האלף
תגובות: 1636
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 25, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצלמה »

הבן_יקיר האט געשריבן:נאך צוויי פראגעס:
רבי ר מענדעלע: ער איז געווען א תלמיד נאר פון רבי ר אלימלך. גערעכט אדער ער איז אויך געווען א תלמיד פון רבי ר' שמעלקא און נאך געווען ביים מגיד?
בני יששכר. וועמענס תלמיד איז ער געווען?


דער בני יששכר איז געווען א תלמיד פון די פאלגענדע רביים אבי החסידות

חוזה מלובלין
רבי ר׳ מענדעלע
אוהב ישראל
און נאך עספיהעט צו זעהן דעם קוזניצער מגיד, (בראיה בעלמא קנה)
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

הבן_יקיר האט געשריבן:
אהרן הלוי האט געשריבן:דער 'חוזה' איז געווען ביים מגיד און ברעגנט דברים משמו


חוזה איז געווען ביים מגיד אלס קינד אדער אלס תלמיד?

פון די יונגע תלמידים

(דער הייליגער חוזה איז געבוירן אין די אנהייב ת"ק יארן, דאס קומט אויס עטליכע און צוואנציג יאר בשנת פטירת המגיד)
ידיעות שונות
שר האלף
תגובות: 1084
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ידיעות שונות »

ראש הקהל האט געשריבן:לויט ווי איך ווייס איז דער ראפשיטצע רב געוועהן א תלמיד פון הגאון רבי משולם איגרא טיסמיניץ מפרעשבורג זי"ע

תלמידו בנגלה
ר"מ איגרא איז געווען זיין פעטער, און ער האט געלערנט ביי איהם אין ישיבה יונגערהייט, צוזאמען מיט אנדערע באקאנטע גדולי ישראל, כהחות דעת, ועוד
אחד מעיר
שר חמישים ומאתים
תגובות: 351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 31, 2017 3:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אחד מעיר »

הבן_יקיר האט געשריבן:
רבי ר אלימלך: ער איז געווען א תלמיד נאר פונעם מגיד הגדול. גערעכט? ער איז נישט געווען א תלמיד פון ר' שמעלקע אויך?

ער איז געעווען חבירו וידידו . רבי ר' מיילעך איז געבוירן תע"ז און ר' שמעלקע תפ"ו.
און ידוע ד'מעשה אז רבי ר' מיילעך איז געקומען קיין שינאווא צו האלטן א שטרענגע דרשה פאר די בעלבתים וואס ר' שמעלקע האט זיי בהנדאלט צי איידל ואכמ"ל
יישר כח
שר חמש מאות
תגובות: 821
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 09, 2013 10:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יישר כח »

אחד מעיר האט געשריבן:
הבן_יקיר האט געשריבן:
רבי ר אלימלך: ער איז געווען א תלמיד נאר פונעם מגיד הגדול. גערעכט? ער איז נישט געווען א תלמיד פון ר' שמעלקע אויך?

ער איז געעווען חבירו וידידו . רבי ר' מיילעך איז געבוירן תע"ז און ר' שמעלקע תפ"ו.
און ידוע ד'מעשה אז רבי ר' מיילעך איז געקומען קיין שינאווא צו האלטן א שטרענגע דרשה פאר די בעלבתים וואס ר' שמעלקע האט זיי בהנדאלט צי איידל ואכמ"ל

אויך דא א מעשה, ווען מען האט געוואלט אויפנעמען די רבי ר' שמעלקה מיטן בעל הפלאה, איינעם אין ניקלשבארג אין איינעם פראנקפארט, זענען זיי געגענגען צום רבי'ן ר' אלימלך פרעגען ווער זאל גיין ווי, ווען זיי זענען געשטאנען ביים טיר האט יעדער האט מכבד געווען די צווייטען אריין צו גיין פריער, האט די רבי ר' אלימלך זיך אנגעריפען די ניקלשבארגער רב זאל אריין פריער ווייל ער איז עלטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “צדיקים וחסידים”