סאטמארער ישוב אין לעיקוואוד (מהרי"י)

אלעס איבער נייע היימישע געגנטער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוהב ספרים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4666
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אוהב ספרים »

הרב אלטר גלאנץ חתן האדמו"ר מהרי"י.
אויב איך בין איך
שר מאה
תגובות: 113
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 13, 2019 2:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויב איך בין איך »

ר' אלטר וואוינט שוין דארטן? אין ווער איז מוי"ץ ווען מען וויל פרעגן א שאלה?
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

[attachment=0]IMG_20191108_161521.jpg[/attachment]
אטעטשמענטס
IMG_20191108_161521.jpg
IMG_20191108_161521.jpg (126.43 KiB) געזען 7312 מאל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

די קינדער פון לעיקוואוד זענען אריינגעקומען צום מעמד צאתכם לשלום?

דא זעט מען דעם נייעם מנהל.

וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
הצדיק
שר האלף
תגובות: 1733
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הצדיק »

יא די עלטערע קינדער זענען אריין געפארן.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

NEW DEVELOPMENT APPROVED

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

Sorry for writing in English, i don't have a Yiddish keyboard now.
Yesterday was a very happy day for anyone who hoped that Lakewood should provide affordable housing for the coming years, IY"H, (hopefully we shouldn't need as Moshiach will come)
The planning board approved a large development, very close to the Satmar area, the golf course, it will be a huge help to hold the prices stable for the next few years.
Its more than 500 duplexes, which is more than the Oak & Vine project, if that area gets populated by Heimeshe Chasidishe families, from there it is a small step to Toms River (Tallymawr area)/Jackson.
It will also include stores and Shuls, which will most likely also serve the Toms River/Jackson yiddishe families.
It will also has an impact on the nearby senior developments, as they will get sandwiched in between all the Chasidishe developments.
געהאפט
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געהאפט »

לעיקוואד האט געשריבן:Sorry for writing in English, i don't have a Yiddish keyboard now.

This is only phase 1 they are bulding there over 1800 houses
http://theparkenj.com/
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

געהאפט האט געשריבן:
לעיקוואד האט געשריבן:Sorry for writing in English, i don't have a Yiddish keyboard now.
Yesterday was a very happy day for anyone who hoped that Lakewood should provide affordable housing for the coming years, IY"H, (hopefully we shouldn't need as Moshiach will come)
The planning board approved a large development, very close to the Satmar area, the golf course, it will be a huge help to hold the prices stable for the next few years.
Its more than 500 duplexes, which is more than the Oak & Vine project, if that area gets populated by Heimeshe Chasidishe families, from there it is a small step to Toms River (Tallymawr area)/Jackson.
It will also include stores and Shuls, which will most likely also serve the Toms River/Jackson yiddishe families.
It will also has an impact on the nearby senior developments, as they will get sandwiched in between all the Chasidishe developments.

This is only phase 1 they are bulding there over 1800 houses
http://theparkenj.com/

וואו אויף די מאפע איז דאס? ווי נאנט צו סאטמאר?
ווערט געבויעט דורך גוים (דוגמת היקערי פיינס)?

(ביז דאס וועט געבויעט ווערן וועלן נאך די פרייזן גאר אסאך שטייגן)
געהאפט
שר חמישים
תגובות: 79
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 14, 2017 10:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געהאפט »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:

https://www.google.com/maps/dir/56+Cros ... :0x2a7df0e
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

יגעתי ומצאתי האט געשריבן:
געהאפט האט געשריבן:http://theparkenj.com/

וואו אויף די מאפע איז דאס? ווי נאנט צו סאטמאר?
ווערט געבויעט דורך גוים (דוגמת היקערי פיינס)?

(ביז דאס וועט געבויעט ווערן וועלן נאך די פרייזן גאר אסאך שטייגן)

גאנץ נאנט צו סאטמאר, פונקטליך וויפיל מינוט ווענדט זיך ווי אינעם דעוועלעפמענט, מען רעדט דא פון א ריזיגע לאט/דעוועלעמענט, דאכט זיך מיר אויסגעשפרייט אויף 100 עיקער.
פארוואס איך האב געשריבן אז עס וועט גיין לכאורה פאר סאטמאר געשטימטע אינגעלייט, פשוט ווייל סאטמאר איז די נענטסטע חסידישע געגענט דערצו, מאכט סענס עס צו מארקעטען פאר סאטמאר'ע אינגעלייט, און זיי וועלן צאלן עפעס מער ווי א ליטווישע אינגערמאן (אבער איך גלייב אז דער בויער וועט נישט טשעקן די ציצית פארדעם...).

עס ווערט געבויעט דורך אידן, פון די בעסטע דעוועלעפארס אין שטאט.

איך בין נישט קיין נביא צו וויסן אויב פרייזן וועלן שטייגען צו נישט, אבער די מציאות איז, ווען עס איז דא א גרויסע סופליי גייט נישט ארויף קיין פרייזן, אוק און וויין איז נישט ארויף צו סאך פון אנפאנג ביז יעצט, עפעס דארף אייביג ארויפגיין, ספעציעל פון פאר'ן בויען ביז נאכן בויען.
אבער די מציאות איז געווען עטליכע יאר צוריק אז יעדע דעוועלעפמענט איז געשטיגן מיט איבער 100K פון פאר'ן בויען ביז נאכ'ן בויען, משא"כ אוק ענד וויין. אוודאי קאסט היינט מער ווי פינף יאר צוריק, ווען יענע געגענט איז געווען אן ארץ לא זרועה.

די דעוועלעפארס האבן נעכטען באקומען די לעצטע אפראוועל און דאס מיינט אז זיי קענען אנהייבן בויען בקרוב, און זיי האבן באקומען ווייניגער ווי זיי האבן געוואלט און גערעכנט, און יעדע טאג וואס זיי בויען נישט איז א שאדן.
לויט ווי איך שאץ וועט מען שוין קענען וואוינען דארט אין 3 יאר. (מען דארף פיינעלייזן, ציען אינפראסטראקשטער, קאורט קעיס אויב עס וועט זיין ועוד קליינע שטרויכלונגען וואס קען זיך אייביג מאכן)
חזקי פרידמאן
שר האלף
תגובות: 1998
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 10, 2018 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חזקי פרידמאן »

IMG_20191214_202606.jpg
IMG_20191214_202606.jpg (185.62 KiB) געזען 5779 מאל
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

ר' הערץ פרענקל אין חדר לכבוד כ"א כסלו
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2019-12-18 at 12.27.15 PM.jpeg
WhatsApp Image 2019-12-18 at 12.27.15 PM.jpeg (208.69 KiB) געזען 5541 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
אונגארישע הייזער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8296
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
לאקאציע: אין מאה שערים

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אונגארישע הייזער »

וואו איז דאס, אין די נייע חדר?
קוקט אויס זייער בא'טעמ'ט פריש און גרויס
WOW
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

הרחבת גבולי הקדושה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

הרחבת גבולי הקדושה אין די סאטמארער מוסדות אין לעיקוואוד אויף א מאסשטאבליכן פארנעם
כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א ביים צענטראלן סעודת הודאה "נאנט צו פינף הונדערט קינדער אויפן ניים זמן הבעל"ט" - באזוך פון לאנגיעריגער "פרינציפאל" אין בית רחל הרה"ח רבי הירץ פרענקל שליט"א אין די מוסדות, גייסטרייכע דרשה פאר מאמעס פון בית חינוך

סאטמאר לעיקוואוד - די הרחבת גבולי הקדושה אינעם היימישן ישוב פאר אנ"ש אין לעיקוואוד איז שוין בכלל נישט קיין נייעס, און אין דעם איז נכלל די היימישע מוסדות וועלכע זענען נתייסד געווארן דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אלס גרונדשטיין פאר דעם ישוב אז אנ"ש זאלן קענען ערציען די קינדער אויפן דרך המקובל והמסורה לנו פון רביה"ק זי"ע, די אויסטערלישע בליה און ואווקס וואס מען זעהט בחוש אין די מוסדות הק' איז העכער אלע ערווארטונגען, סיי באיכות, אז דער שטאפל פון חינוך הבנים והבנות איז אויף א גאר הויכן ניווא ב"ה, וואס די געקליבענע צאל מחנכים ומחנכות, וועלכע מען האט אויסגעוועלט אויף זייערע פאזיציעס צו מחנך זיין די קינדער שיחי' בדרך התורה והיראה, לייגן אריין אינטענסיווע כחות צו קענען אנהאלטן דעם שטאפל פון די לימודים און סטאנדארט פון חינוך צו מדות טובות און יראת שמים אויף א הויכע דרגא, אונטער דעם אויפזיכט פון די חשוב'ע מנהלים, ביי די תלמודת תורה איז דאס דער מנהל רוחני הרה"ג ר' שלום עוזר שפיץ שליט"א בהגה"צ אבד"ק סערט וויזניץ ב"פ שליט"א וחתן כ"ק הגה"צ אבד"ק דושינסקיא זצ"ל, און ביי די מיידלעך איז דאס די באגאבטע מרת קלוגהויפט תחי', טאכטער פון הגה"צ נודע בשערים ר' יצחק אייזיק קרישעווסקי שליט"א ר"מ בישיבתינו הק' תו"י, און עס ווייזט זיך ארויס צו האבן געווען א גאר געלונגענער אויסוואל בעז"ה, ווען די עלטערן קענען זיך נישט גענוג אפוואונדערן פון די געטריישאפט און איבערגעגעבנקייט מיט וואס די חשוב'ע מחנכים ומחנכות געבן זיך איבער פאר די צאן קדשים, ארויפברענגענדיג דעם מוסד אויף א ניווא וואס איז א חידוש.

דער כתר שם טוב פון די סאטמארע מוסדות אין לעיקוואוד האט זיך בליץ שנעל באקאנט געמאכט, און מערערע עלטערן האבן אנגעקלאפט אויף די טירן צו קענען אריינלייגן זייערע קינדער אין די מוסדות הק', דאס האט זיך אפגערופן גאנץ שנעל אויף דעם מספר התלמידים והתלמידות אין די מוסדות, ווען דער ציפער איז געשפרינגען דורכאויס די לעצטע יאר צייט מיט אריבער הונדערט פראצענט, און עס האלט אצינד ביי בערך פיר הונדערט תלמידים ותלמידות בלעה"ר און אלע פון חשוב'ע היימישע שטובער, וועלכע גייען און פירן זיך בדרכי אבותינו ורבוה"ק ווי אלע היימישע סאטמארע מוסדות בלי כחל ושרק, און מיט די פאראויסזעעהנדע וואוקס אויף די קומענדיגע יאר, אריינגערעכנט דעם פלייץ פון נייע דירות אין דעם היימישן ישוב און די אומגעגנט וועלכע ווערן פארטיג אויפן קומענדיגן שנת הלימודים, איז דער ציפער ערווארטעט צו שטייגן נאך מער.

ביי די צענטראלע סעודת הודאה פאר אנ"ש ביום ההצלה כ"א כסליו העעל"ט אינעם גיגאנטישן יוניאן לאט אין וויליאמסבורג, האט כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א דערמאנט די הרחבת גבולי הקודשה אין די סאטמארע מוסדות איבער גרעיטער ניו יארק, האט דער רבי שליט"א מיט התרגשות פון פרייד מבשר געווען פאר די טויזנטער אנ"ש הנאספים אז די מוסדות הק' וועלן זיך עפענען צום קומענדיגן שנת הלימודים מיט קרוב צו פינף הונדערט קינדער בלעה"ר, כ"י, און דער רבי שליט"א האט באטאנט אז מען איז אקטיוו פארנומען מיטן זוכן נאך א בנין פאר די מוסדות, נאכדעם וואס דער נייער בנין וואס מען האט אפגעקויפט בלויז עטליכע חדשים צוריק, איז שוין אויסגעוואקסן און קען נישט נאכקומען דעם אויסטערלישן וואוקס בלעה"ר.

אויך איז הגה"צ רבי אלטר גלאנץ שליט"א חדב"ן ואב"ד הקהלה והמוסדות אין כסדר'דיגע פארבינדונג מיט די מנהלי המוסדות, און קומט פערזענליך אראפ פארהערן די קינדער, און איבערגיין מיט די מחנכים ומנהלים די לימודים און פארשריט אינערהאלב די מוסדות הק', מיט אן עינא פקיחא צו פארזיכערן אז אלעס ווערט געפירט אויפן דרך הטוב והישר.

א באזונדערע אונטערנעמונג איז דאס אראפברענגען מגידים און דרשנים, סיי פאר די קינדער פון חדר און שולע, אריינצוגעבן דעם ווארימקייט און ערליכן חינוך בתורה ויראה על פי דרכו פון רביה"ק זי"ע המסורה לנו מדור דור, און סיי פאר די עלטערן מזממן לזמן, צו הערן און קולט זין די אויפגאבע פון עלטערן אין אזא שווערן דור, צו קענען ערציען ערליכע אידישע דורות, הצד השוה שבהן, צו קענען אנהאלטן א הויכן ניווא פון ערליכן חינוך, סיי אין די מוסדות און סיי אין די שטובער.

אין די פארגאנגאנע וואכן האט מען געהאט א חשוב'ן גאסט צווישן די מוסדות, ווען הרה"ח רבי הירץ פרענקל שליט"א, לאנגיעריגער מנהל פון לימודי חול אין בית רחל אין וויליאמסבורג, וועלכער איז נאך אויפגענומען געווארן אויף די פאזיציע דורך מרן רביה"ק זיע"א, און האט מקבל געווען מפיו הטהור אומצאליגע יסודות און הדרכות בחינוך הבנות, איז געקומען באזוכן אין די מוסדות הק', אין באגלייטונג פון זיין זוהן הרבני הנגיד עושה ומעשה לתורה ולתעודה רבי מנשה הי"ו, וועלכער איז זעלבסט א נאנטער מקורב צו בית סאטמאר, און האט ביישטייערט א ריזן סכום פאר די מוסדות הק' אין לעיקוואוד ביים באזוך פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אין לעיקוואוד, פארגאנגאנעם חודש שבט העעל"ט.

רבי הירץ שליט"א האט אפגעשטאט א באזוך אין ת"ת, ווי דער מנהל שליט"א האט אים אויפגענומען מיט ווארימע ווערטער, און פארציילט פאר די קינדער איבער זיין לאנגיעריגע קשר צו רביה"ק זי"ע ולכל קדשי בית סאטמאר, דאן האט רבי הירץ איבערגעגעבן פאר די קינדער ווארימע רייד פון הדרכה וחיזוק לתורה וירא"ש, במשנתו הטהורה פון רביה"ק זי"ע.

שפעטער איז ער אריבערגעגאנגען צו די תלמידות פון בית חינוך, וואו ער האט אויפגעטרעטן מיט א לעגערע דרשה, און געשילדערט זיין היסטאריע אין בית רחל, ווי ער האט מקבל געווען פונקטליכע הדרכות און אנווייזונגען פון רביה"ק זי"ע על כל צעד ושעל, און ער האט דאס איבערגעגעבן פאר די קינדער מיט א מקור ראשון ווארימקייט און ברען.

דעם פאלגענדן טאג האבן די חשוב'ע מאמעס פון די תלמידות זיך פארזאמלט צו א ספעציעלע דרשת חינוך, ווי ר' הירץ שליט"א האט אויפגעטרעטן און פארציילט איבער זיין קשר און די הוראות פון רביה"ק זי"ע, און פון זיין לאנגיעריגע עקספערטיז, איבערגעגעבן די הוראות וואס א אידישע מאמע דארף ויסן צו קענען ערציען ערליכע אידישע טעכטער, ווי עס פאסט פאר א סאטמארע תלמידה, און ווי רביה"ק האט פון אונז שטענדיג געפאדערט.

ילכו מחיל אל חיל.
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

צהלי ורוני יושבת לעיקוואוד! הנה מלכך יבוא לך

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

אנ"ש נעמען אויף מיט פרייד די בשורה מרנינה אז דעם קומענדיגן זונטאג יתרו, ליל חמשה עשר בשבט הבעל"ט, וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א עורך זיין שלחנו הטהור לכבוד 'חמשה עשר' בקרב קהלתינו הק', אין בית מדרשינו הגדול אין לעיקוואוד.
דער טיש וועט קאמבאנירט ווערן מיט דעם גרויסארטיגן מסיבת חנוכת הבית פאר בנין ביהמ"ד הגדול והחדש דקהלתינו, און מסיבת שבע ברכות לרגל השמחה בחצרות קדשינו, בנישואי בן הגה"צ אב"ד שליט"א.

גדול יהי' כבוד המעמד, בהשתתפות קהל הקודש אנשי שלומינו, לחיזוק וביסוס ישוב אנ"ש, וחיזוק בדקי קהלתינו ומוסדותינו

פרטים יבואו
אטעטשמענטס
image.jpg
image.jpg (112.52 KiB) געזען 3681 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

קאץ און מויז האט געשריבן:אנ"ש נעמען אויף מיט פרייד די בשורה מרנינה אז דעם קומענדיגן זונטאג יתרו, ליל חמשה עשר בשבט הבעל"ט, וועט כ"ק מרן רבינו שליט"א עורך זיין שלחנו הטהור לכבוד 'חמשה עשר' בקרב קהלתינו הק', אין בית מדרשינו הגדול אין לעיקוואוד.
דער טיש וועט קאמבאנירט ווערן מיט דעם גרויסארטיגן מסיבת חנוכת הבית פאר בנין ביהמ"ד הגדול והחדש דקהלתינו, און מסיבת שבע ברכות לרגל השמחה בחצרות קדשינו, בנישואי בן הגה"צ אב"ד שליט"א.

גדול יהי' כבוד המעמד, בהשתתפות קהל הקודש אנשי שלומינו, לחיזוק וביסוס ישוב אנ"ש, וחיזוק בדקי קהלתינו ומוסדותינו

פרטים יבואו

נדיבי וטובי ק"ק סאטמאר אנגעשלאסן אין "קבועה לדורות" קאמפיין פארן "צווייטן בנין" פאר מוסדות סאטמאר לעיקוואוד נאכצוקומען הרחבת גבולי הקדושה

מסיבת שבע ברכות וחנוכת הבית, און ביקור קודש פון כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א "א טאג אין לעיקוואוד" בימי השמחה בחצרות קדשינו מוצש"ק בשלח - שירה, און זונטאג יתרו הבעל"ט

סאטמאר לעיקוואוד - די הרחבת גבולי הקדושה אין די סאטמארע מוסדות וועלכע זענען נתייסד געווארן דורך כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א אלס גרונדשטיין פאר דעם נייעם היימישן ישוב אנ"ש איז שוין היינט נישט קיין נייעס, ווי אלפי אנ"ש האבן געהערט ביי די צענטראלע סעודת הודאה כ"א כסליו העעל"ט ווי כ"ק מרן אדמו"ר מסאטמאר שליט"א האט מיט התרגשות פון פרייד מבשר געווען פאר די טויזנטער אנ"ש הנאספים אז די מוסדות הק' וועלן זיך עפענען צום קומענדיגן שנת הלימודים מיט קרוב צו פינף הונדערט קינדער בלעה"ר, און דער רבי שליט"א האט דערביי באטאנט אז מען איז אקטיוו פארנומען מיטן זוכן נאך א בנין פאר די מוסדות, נאכדעם וואס דער נייער בנין וואס מען האט אפגעקויפט בלויז עטליכע חדשים צוריק, איז שוין אויסגעוואקסן און קען נישט נאכקומען דעם אויסטערלישן וואוקס בלעה"ר.

כאטש וואס דער נייער בנין איז נארוואס אפגעקויפט געווארן פארגאנגאנעם חודש אלול העעל"ט, איז שוין נישטא קיין ארט אינעם בנין פאר די תלמידים שיחי', טראץ וואס מען האט שוין צוגעלייגט צוויי נייע פראוויזארישע קאראוואנען צו לינדערן דעם מאנגל אין פלאץ, און אזוי אויך צוגענומען א זייטיגן בנין וועלכע שטייט אויפן שטח און דאס איינגערישט פאר דעם קאך און נאך עטליכע קלאסצימערן, אבער מיט דעם אלעם איז פשוט נישט פארהאן קיין ארט צו קענען אקאמאדירן דעם פלייץ פון פרישע תלמידים ותלמידות שיחי' וועלכע זענען שוין איינגעשריבן אין די מוסדות און ווערן ערווארטעט ארויסצומופן אין די קומענדיגע עטליכע חדשים בעז"ה.

עס איז דערמיט קלאר געווארן אז מען ברויך אינטענסיוו אנהייבן קלערן פון א צווייטן בנין, און טאקע "שוין", אז מען זאל דאס קענען אפקויפן און אויסרישן, צו שטיין גרייט שפעטסטנס אויפן נייעם זמן הלימודים בחודש אלול הבעל"ט, ווען עס זענען ערווארטעט נאך א גרויסן צאל פון נייע משפחות צו זיך ארויסציען און קובע זיין משכנם אין די נייע דעוועלאפמענטס אינעם היימישן געגנט, וואס פארברייטערט אויטאמאטיש דעם סכום פון תלמידים ותלמידות שיחי'.

די הנהלת המוסדות האבן געדעקט דעם ערשטן טייל פון דאס אפקויף פון דעם נייעם בנין המוסדות דורך די נדבות לבם פון אלע אנ"ש וועלכע האבן געקויפט הייזער אינעם היימישן ישוב, און דערביי געגעבן א באדייטנדע סומע צו קענען שטעלן דעם גרונדשטיין פאר די מוסדות הק', וואס דערמיט האט מען געקענט צוטרעטן צום אפקויף פונעם בנין, בנוסף צו נדבת לבו הטוב פון הרבני הנגיד בונה ומקים עולמות של תורה רבי מרדכי פארהאנד וזוגתו מרת אסתר שיחי' וועלכע האבן געגעבן א ריזן סכום אפצוקויפן דעם שם הבנין "בנין מרדכי ואסתר פארהאנד".

אבער צו דעם איז נאך פארהאן א גרויסן חלק וועלכע ברויך געדעקט ווערן פארן ערשטן בנין, און ווערט באצאלט אין מאנאטליכע פעימענטס וועלכע איז א גרויסער עול אויף די הנהלת המוסדות, און דערצו קומט צו דער פרישער עול פון דעם נייעם בנין וועלכע איז ווי אויבנדערמאנט א פשוט'ער הכרח, און מען זוכט אצינד העפטיג א פאסיגער בנין וועלכע זאלן קענען אקאמאדירן דעם בליה און וואוקס פאר א שיינע תקופה לכה"פ.

אין די לעצטערע עטליכע חדשים איז פארגעקומען אינטענסיווע מיטינגען און באראטונגען מיט ראשי וטובי ק"ק ומוסדות סאטמאר אין ברוקלין, וועלכע קוקן ארויס אויף די הצלחה פונעם ישוב, נאך וואס זיי זענען דאך געווען די נחשונים צו שטופן און העלפן ארויסברענגען מכח אל הפועל דעם געדאנק פון זיך ארויסציען מחוץ לישיבת כרכים און פארזיכערן אן עתיד פאר אנ"ש מתוך הרחבת הדעת, צו פלאנירן און אויסשטעלן א גרעסערן קאמפיין צווישן נדיבי וטובי ק"ק סאטמאר איבער גרעיטער ניו יארק צו שטיין צו הילף פאר אנ"ש תושבי לעיקוואוד זענען די נחשונים צו איבערלאזן ארצם ומולדתם און אלע באקוועמליכקייטן, צו קובע זיין זייער וואוינארט אין דעם נייעם ישוב, אנזייענדיג די קערנדלעך פאר א עיר ואם בישראל לדורי דורות אי"ה.

פארגאנגאנעם דינסטאג פ' וארא העעל"ט איז פארגעקומען א ספעציעלער זיצונג צווישן די עסקנים והנהלת המוסדות, צוזאמען מיט די אקרו"ט העדה, ווי עס האבן זיך באטייליגט מערערע חברי הנהלת הקהלה והמוסדות פון ברוקלין, אין שפיץ פונעם סגן ראש הקהל דקהלתינו הק' הרה"ח רבי אברהם בער יאקאבאוויטש הי"ו, וועלכע האבן בכובד ראש דן געווען איבער אלע פרטים פון ארויסלייגן די מערערע זכותים אין די צוויי נייע בניני המוסדות פאר נדיבי לב וועלכע ווילן האבן אזא גאלדענעם געלעגנהייט צו פאראייביגן די נעמען פון זיי און זייערע נאנטע, און דערביי האט מען געלאזט אין גאנג דעם גראנדיעזן "קבועה לדורות" קאמפיין, מיטן ציהל צו העלפן אוועקשטעלן און קובע זיין דעם היימישן ישוב פאר אנ"ש, פארזיכערנדיג אן עתיד פאר אנ"ש לדורות הבאים בעז"ה, און דערביי געבנדיג א געלעגנהייט פאר נדיבים בעם צו איינקויפן א מצוה קבוע"ה לדורו"ת, מיטן איינהאנדלען די זכותים אינעם בנין החדש, וועלכע וועט ברענגען זכותים אויף א קביעות'דיגן פארנעם לדור דור בעז"ה, האבנדיג א פונדעמענטאלער טייל אינעם גרינדונג פונעם ישוב.

דערצו איז געווארן באשלאסן, אז נאך וואס מען גרייט זיך אויף די גרויסע שמחה בחצרות קדשינו, מיט די חתונה פון החתן הרב נפתלי שלום גלאנץ שליט"א בן הגה"צ רבי אלטר שליט"א חדב"ן ואב"ד קהלתינו אין לעיקוואוד, ווען די קהלה און מוסדות וועלן אי"ה אפרעכטן א גראנדיעזן מסיבת שבע ברכות ברוב עם הדרת מלך מוצש"ק בשלח הבעל"ט, אינאיינעם מיט דעם מסיבת חנוכת הבית פארן בנין בית המדרש הגדול אינעם ישוב, וועלכע וועט פארקומען מיטן באטייליגונג פון דעם גרויסן זיידן כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א,, וועט דער רבי שליט"א דאן נעכטיגן די נאכט אין לעיקוואוד, און דעם נאכפאלגענדן זונטאג יתרו אינדערפריה, נאך תפלת שחרית אין בית מדרשינו הגדול אין שטאט, וועט דער רבי שליט"א שוהה זיין במשך דעם גאנצן טאג, אפרעכטנדיג "א טאג אין לעיקוואוד" מיט א רייע באזוכן בבתי הנדיבים בעם אין לעיקוואוד זעלבסט, צו אויפטרייבן גרעסערע סכומים לטובת מוסדותינו הק' און דאס אויפבוי פון די נייע בנינים.

צום שלוס פון טאג וועט אין די נאכמיטאג שטונדן פארקומען אן עלעגאנטער מסיבה פאר נדיבי עם פון איבער גרעיטער ניו יארק אינאיינעם מיט א מסיבת שבע ברכות בחצרות קדשינו, געאייגנט פאר די נדיבים וועלכע זענען פון די נחשונים זיך צו אנשליסן אינעם "קבועה לדורות קאמפיין", און אפקויפן גרעסערע זכותים אין די צוויי נייע בנינים.

אנ"ש זענען ווארים און גרייט פאר זייערע ברודער אין לעיקוואוד, און וועלן בעז"ה פארזיכערן א סוקסעספולן עתיד פארן היימישן ישוב, און א עתיד פאר זייערע דורות, מיטן האבן א ישוב מתוך מנוחת הנפש והרחבת הדעת בעז"ה.
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

יום שכולו תורה אפגעהאלטן אין חדר לכבוד שובבי"ם
אטעטשמענטס
IMG-20200123-WA0024.jpg
IMG-20200123-WA0024.jpg (229.99 KiB) געזען 3553 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

אסיפת הורים היינט נאכט
אטעטשמענטס
IMG-20200126-WA0007.jpg
IMG-20200126-WA0007.jpg (105.43 KiB) געזען 3378 מאל
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
מימוני
שר חמישים ומאתים
תגובות: 257
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 05, 2019 6:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מימוני »

סיז שיין צי זען ווי סאטמער לעיקוואד איז א פאקט!
זיי עסטעבלישען זיך מער אין מער.
ס'זעט מיר אויס אז פאר א סאטמארע יונגערמאן, פין סיי וועלכע קאליבאר, איז לעיקוואד א לכתחילה'דיגן אפשען.

ב"ה פאר דעם, כה לחי!!
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

mt.png
mt.png (465.87 KiB) געזען 3030 מאל
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א גולם »

סדר היום של ביקור כק מרן אדמור שליטא בלעיקוואוד - חמשה עשר בשבט הבעלט.jpg
סדר היום של ביקור כק מרן אדמור שליטא בלעיקוואוד - חמשה עשר בשבט הבעלט.jpg (433.44 KiB) געזען 3030 מאל
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

כדאי הוא מינוי הדיינין:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

רבינו שליט"א האט איצט ממנה געווען הרבנים הגאונים רבי שמואל לייטנער שליט"א און רבי יואל ווערצבערגער שליט"א אלס מורי צדק דקהלתינו הק'. לשמחת לב כל בני הקהלה. פרטים יבאו אי"ה
אני ישנה ולבי ער
אינטערשטע שורה
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 01, 2020 11:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אינטערשטע שורה »

הרב לייטנער איז הגרז''ל פילאפ'ס איידעם?
אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר חמש מאות
תגובות: 885
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 12, 2015 10:51 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ברעחדך קאפ »

אינטערשטע שורה האט געשריבן:הרב לייטנער איז הגרז''ל פילאפ'ס איידעם?

יא
אני ישנה ולבי ער
אוועטאר
מצב כללי
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4759
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 18, 2013 7:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מצב כללי »

ווער איז ר׳ יואל ווערצבערגער?
שרייב תגובה

צוריק צו “ישוב העולם - דירות און ישובים”