וועגן דעם ליד "שקעה חמה"

פארצייטישע נגינה, נוסח התפילה, מועדים וזמנים

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

וועגן דעם ליד "שקעה חמה"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

פארהאן א ליד וואס עפנט זיך מיט די ווערטער "שקעה חמה", די מעשה וואס איז אנגעקלעבט אויף דעם ניגון איז דאכט זיך ברייט באקאנט. נעמליך, עס איז געווען אמאל א בחור אין דער מירער ישיבה וואס איז געווען שטערבליך קראנק און ער איז שוין געשטאנען אויפן שוועל פון טויט. טייל לייגן נאך צו אז ער האט גאר שוין באקומען די ידיעה פונעם דאקטער אז ער גיט אים נישט מער ווי א קורצע צייט פון לעבן. דאן האט דער בחור – אין גרויס ייאוש – ארויסגענומען א פעדער און אנגעהויבן אפצושרייבן דאס פאלגענדע ליד:

שָׁקְעָה חַמָּה שָׁקְעָה נַפְשִׁי
בִּתְּהוֹם רַעֲיוֹנוֹת (נ"א: יְגוֹנָהּ) רַב כַּיָם
כִּי נִלְאֵתִי בְּמִלְחַמְתִּי
אֶת הַבָּשָׂר וְאֶת הַדָּם

יָמִים עוֹבְרִים יָמִים שָׁבִים (נ"א יָמַי עוֹבְרִים יָמַי כָּלִים)
מִבְּלִי קַחַת מִבְּלִי תֵּת
אִם לָזֹאת קָרָאתָ חַיִּים
אֱמוֹר נָא קֵ-לִי מַה זֶה מֵת

אֵיךְ אוּכַל לִחְיוֹת כַּךְ
מִבְּלִי הָבִין אֶת כָּל זֹאת
הַאִם לִשְׁכּוֹחַ וְלִשְׂמוֹחַ
אוֹ לִזְכּוֹר הַכֹּל וְלִבְכּוֹת

הַחֲיֵינִי קֵ-לִי עַד לְמָחָר
אוּלַי אֶפְתּוֹר אֶת הַחֲלוֹם
שָׁקְעָה חַמָּה שָׁקְעָה נַפְשִׁי
עֲרָבִים (עָבִים) בָּאִים כִּי פָנָה יוֹם

[מען קען זעהן אז אין דעם צווייטן נוסח – וואס איך האב איינגערינגלט – דריקן די ווערטער טאקע ענדערש אויס דעפרעסיע און מרה-שחורה, בעת וואס אין דער ערשטער ווערסיע איז דאס נישט אזוי ווייט]

וואס שייך דער מעלאדיע וואס איז באקאנט צו דעם ליד, זאגט מען אויף דעם אז דאס האט דער זעלבער בחור מחבר געווען. מיר איז אבער די זאך שטענדיג פארגעקומען ווי א שטיקל מיסטעריע וויבאלד די מעלאדיע וואס די וועלט זינגט דערויף ווערט באנוצט ביי ישראלים פארן ניגון "שחקי שחקי" פון טשערניכאווסקי און עס הייסט אז טוביה שאַלאָנסקי (שלונסקי) האט פארפאסט די מעלאדיע צו די ווערטער פון טשערניכאווסקי'ס ליד (זעה דערוועגן אויך דא ווי עס איז קלאר געשריבן אזוי). איך האב אבער קיינמאל נישט פראבירט דאס מברר צו זיין, און איך האב ביי מיר פארשטאנען אז אויב זאל טאקע האבן געווען אזא מעשה איז די מעלאדיע גענומען געווארן פון טשערניכאווסקי'ס ליד, און דער מקור דערפון איז אלזא א פרייער (כאטש עס מוז נישט זיין אז ט. שאַלאָנסקי זעלבסט איז געווען א פרייער, דען ער איז מעגליך נאר געווען ציוניסטיש געשטימט – ווי עס זעהט אויס פון דער אנציקלופדיה העברית וואס באשרייבט זיין זון, זעה דערוועגן שפעטער. זיין זון אברהם איז שוין יא ענדערש געווען גענצליך פריי, אפשר זאגט דאס עפעס אויך אויפן טאטן).

למעשה האב איך געהערט די מעשה איבער דעם ליד "שקעה חמה" אויך פון עלטערע אידן וואס האבן דאס געדענקט פון אמאל (און די מעלאדיע דערפון איז געווענליך א טייל פון דער מעשה, וויבאלד עס הייסט אז די מעלאדיע דרוקט ספעציעל אויס דעפרעסיע און יאוש), און עס האט זיך דעריבער אויסגעוויזן אז דאס איז נישט קיין יעצטיגע מעשה, און מען דארף דעריבער נאר קלארשטעלן די מקורות דערצו, און ווען דאס איז געווען. אין א געוויסן זמירות האב איך געזעהן צוברענגען דאס ליד וואו עס איז פארצייכנט געווארן דער נאמען פונעם מחבר - רבי אברהם אליהו קאפלאן ז"ל. נאכזוכנדיג מקורות איבער דער מעשה איז מיר קלאר געווארן אז די מעשה "מיטן בחור" איז א קראנטע, עס ווערט אבער דערציילט אין דער וועלט פעלערהאפטיג.

ובכן, דאס ליד איז אפגעשריבן געווארן דורך רבי אברהם אליהו קאפלאן ז"ל אלס בחור אין ישיבה זייענדיג אונטער דער שטארקער השפעה פון דער מוסר-באוועגונג און די מוסר-לימודים. מעגליך אז עס איז ביי אים אריבער דער מאס פון זעלבסט-צובראכנקייט, אדער איז דאס בלויז געווען א געווענליכע אפשפיגלונג פון זיין מהלך אין מוסר. יעדנפאלס האט ער דאן אפגעשריבן דאס פאלגענדע ליד וואס דריקט אויס גרויס צובראכנקייט איבער דעם צושטאנד פון דעם קערפער. פון דעם ליד קוקט אויס ווי עס גרעניצט זיך מיט יאוש, דעריבער איז אנגענומען אין דער וועלט א לעגענדע אז דאס האט א בחור געשריבן אין דער מירער ישיבה ווען ער איז געווען שטערבליך קראנק און ער איז געשטאנען אויפן שוועל פון טויט. דאס איז אבער נישט פונקט אזוי, הרב קאפלאן האט לכאורה אין מיר נישט געלערנט, און ער האט דאס נישט געשריבן אין א קראנקן בעט, נאר – ווי געזאגט – אונטער א טיפע השפעה פון דעם רוח פון מוסר וואס האט געהערשט אין די מוסר-ישיבות. ווי עס ווערט אנגעגעבן אין דעם לינק האט ער דאס געשריבן ביי די זיבעצן יאר ווארשיינליך אין דער קעלעמער ישיבה, שפעטער - לערנענדיג אין סלאבאדקע – ווייזט אויס אז ער האט דווקא גענויגט צו אפטימיזם און בעסערע געפילן.

* * *
יעצט וועגן דער כראנאלאגיע פון די אנגעגעבענע מענטשן: הרב קאפלאן האט געלעבט אין די יארן 1890 – 1924, און טשערניכאווסקי האט געשריבן דאס ליד "אני מאמין" (שחקי שחקי) אין יאר 1894. טוביה שאלאנסקי איז אוועק אין יאר 1929 (געבוירן אין 1874) פינף יאר נאך הרב קאפלאן. דעריבער קענען מיר אננעמען אז די מעלאדיע איז צוגעשטעלט געווארן צו די ביידע ניגונים אין דער זעלבער צייט אומגעפער, און עס איז שווער פעסטצושטעלן גענוי ביי וועמען דאס איז געווען פריער. עס איז דעריבער זיכער נישט באשטימט אז שאלאנסקי זאל זיין דער מחבר פון דער מעלאדיע, עס איז זייער מעגליך אז דאס האבן די ישראלים זיך איינגערעדט אז דער ניגון געהערט זיי. דער לינק דא אין דער באשרייבונג אונטערן ליד מאכט טאקע קלאר דעם פאקט אז עס איז ביי זיי נישט קלאר די זאך, און עס איז ווארשיינליך אדער א ליטווישע פאלקס-מעלאדיע פון פריער, אדער פון הרב קאפלאן אליין (מען קען הערן די ישראלישע ווערסיע מיטן געבן א קליק אויבן אויפן ווארט "האזנה").

אין דער אנציקלופדיה העברית איז געשריבן וועגן אברהם שלונסקי (א זון פון ט. שלונסקי) ווי פאלגנד: היה נצר למשפחה חב"דית מושרשת ביהדות המסרתית ובציונות וכו', האב חיבר את הלחן – שהפך להיות "עממי" – לשירו של טשרניחובסקי, "שחקי שחקי" (איבערזעצונג: ער – אברהם שאלאנסקי – איז געווען אן אפצווייג פון א ליובאוויטשע פאמיליע, דורכגעווארצלט מיט יידישער טראדיציע און ציוניזם צוגלייך... דער טאטע זיינער [טוביה שאלאנסקי] האט פארפאסט די מעלאדיע – וואס איז פארוואנדלט געווארן אין א פאלקס-מעלאדיע – צו דער פּאָעמע פון טשערניכאווסקי "שחקי שחקי").
זעה אויך אין דעם לינק ווי עס ווערט אנגעגעבן די פארגרייזטע ווערסיע וואס די וועלט דערציילט אז דאס ליד "שקעה חמה" איז געשריבן געווארן דורך א "מירער תלמיד" – כאטש דער שרייבער ווייסט צו זאגן אז זיין נאמען איז קאפלאן (מיטן ערשטן נאמען האט ער ווידער נישט מדייק געווען שרייבנדיג "י." אנשטאט "א.א." וואס איז די ראשי-תיבות פון "אברהם אליהו"). אויף דער מעלאדיע באשטימט ער שאלאנסקי'ן אלס דעם מחבר.

פון די פלעצער – און פון נאך פיל פלעצער – איז צו זעהן אז די ישראלים ווילן ענדערש אננעמען אז שאלאנסקי האט די מעלאדיע פארפאסט מתחילה פארן ליד פון טשערניכאווסקי. ווי געזאגט אבער האט דאס אליין נישט קיין מקור, און עס איז פונקט אזוי מעגליך אז א. קאפלאן האט דאס גאר אליין פארפאסט, אדער אז דאס איז שוין פריער געווען א ליטווישע פאלקס-מעלאדיע. למעשה איז דאכט זיך נישטא נאך לידער פון טוביה שאלאנסקי חוץ פון דעם (כאטש זיין זון אברהם איז שוין יא געווען אן אפיציעלער העברעאישער דיכטער), דעריבער זעה איך נישט פארוואס מען זאל זאגן אז די איינע מעלאדיע האט ער יא מחבר געווען, און עס שיינט דעריבער ריכטיגער צו זאגן אז ער האט עס נישט מער ווי צוגעשטעלט צו טשערניכאווסקי'ס ווערטער.

[אגב, הרב א. קאפלאן אליין האט געזאגט א הספד נאך הרצל'ס טויט און איז דעריבער ווארשיינליך געווען שטארק געשטימט צו דער ציוניסטישער באוועגונג. זעה וועגן אים אויבן ביי זיין נאמען אין דעם אנגעגעבענעם לינק פון דער וויקיפעדיע איבער אים]

איך ווייס נישט צו די זאכן זענען עמיצן א חידוש אדער ווי ווייט עס אינטערעסירט אנדערע, אבער וויבאלד אז מיר זענען די זאכן הערשט יעצט קלאר געווארן גלייב איך אז פאר אנדערע קענען די ידיעות אויך צונוץ קומען.
badatz

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך badatz »

ב''ה
אין אני חושב שבפארום זה צריך להביא את טשערנעחאווסקי שהי' אפיקורס---עיין עליו בספר זעווהיל----
ושאר ירקות --על א.א. קאפלאן מובא הרבה בספרי שרידי-אש לוויינבערג ממאנטרייא שמילא מקומו
בברלין .א.א. קאפלאן סוכ''ס הי' דמות טראגית הי' עילוי נפלא ונפטר בקוצר שנים -הניגון שקעה- חמה
יורד לעמקי נפש הי' דמות פיוטית ולמדן נפלא והי' נוצר לגדולות .
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

יישר כח יידישיסט!

און א באזונדערן דאנק פארן שטעלן א לינק צום ניגון גופא, אזוי ווייס איך פון וואס מען רעדט דא. דער תנועה ווערט טאקע באנוצט ביי היימישע פארשטעלונגען.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

ס'איז אינטערסאנט צו הערן וויפיל היסטאריע עס ליגט אינטער א ניגון וואס איך קען נאר פון די 'על נהרות בבל' שפיל וואס עס ווערט דארט אזוי הארציג געזינגען.

אגב, ווערט עס געזינגען אביסל אנדערש אויף דער לינק - וואס איז שענער - וויבאלד די ערשטע מאל גייט ער נישט ארויף ווי ביים צווייטן מאל.

יישר כח ייודישיסט פאר די שיין שטיקל היסטאריע. אבער קיין מיינונג דעראון ווארט נישט פון מיר וויבאלד איך האב נישט די מינדעסטע השגה איבער די גאנצע זאך.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
סאדע_באטל
שר האלף
תגובות: 1604
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2008 4:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאדע_באטל »

לאמיר אננעמען אז עס קומט נישט פון א היימישער, ווער האט עס אריינגעברענגט צווישן אונז היימישער?
אפשר באגרעניצט מען די צאל חתימות וואס איין ניק מעג האבן פער וואך?
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15456
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

אן הערליכער באשרייבונג, יישר כח.
יידישיסט
שר חמש מאות
תגובות: 618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 13, 2008 10:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יידישיסט »

סאדע-באטל פרעגט:ו
לאמיר אננעמען אז עס קומט נישט פון א היימישער, ווער האט עס אריינגעברענגט צווישן אונז היימישער?


דאס איז נישט קיין שאלה, וויבאלד אפילו פון גויים האבן מיר לידער איז אוודאי פיל נענטער אז דאס זאל אריבערקומען פון אידן צו אידן. נעם אויך אין באטראכט אז דעמאלט זענען די "נישט היימישע" הערשט געווארן נישט היימיש, ביז דאן זענען זיי אלע געווען איינס און דער ריס איז נאך געווען אין אנהייב. אן אויסנאם איז טאקע טשערניכאווסקי אליין וואס איז שוין אויפגעוואקסן גענצליך פריי און ער האט שוין אין קיין חדר נישט געלערנט. דאס דערקענט זיך טאקע אין זיינע לידער וואס זענען צומאל ווילד פרעמד און אין קאנטראסט צו דער יידישער שירה. א ביישפיל איז זיין ליד "אכרע לאפולו" - איך וועל קניען צו אפאלא - ווי ער האט נישט געטראפן עפעס בעסערס אויסצולויבן ווי דעם גריכישן אפגאט "אפאלא" טרעפנדיג אין אים א השראה פון שיינקייט. עס איז אוודאי קלאר אז ער האט דערין נישט געגלייבט, אבער דאך זיין געפיל דאס אויסצוזינגען ווייזט ווי ווייט ער איז געווען פון יידישקייט און איר מהות.

ער איז גלייכצייטיג אויך געווען סאציאליסטיש געשטימט - וואס איז למעשה אויך שטארק קעגן די יידישע אידעאלן פון צדקה און חסד - ווי עס זעהט זיך אן טאקע אין דעם ליד "שחקי שחקי" וואו ער שלאגט פאר סאציאליסטישע אידעעס אין די ווערטער "לא ברעב ימות עובד, דרור לנפש פת לדל", מיינענדיג דערמיט אויסצולויבן די ווערט פון ארבעט ביי אלע, וואס נאר דאס וועט ראטעווען די ארימעלייט.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

צייטליך, מיר האט עס אויך דערמאנט פון ישעי' פערל ביי 'על נהרות בבל'.

יידישיסט,
א הערליכער באשרייבונג, דער מעלאדיע שרייעט עצבות און מרה שחורה לדעתי, אעבר אויך געגועים אויפן עבר.

בד"צ,
מה לו לצ'רנוחובסקי וזעווהיל?
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

badatz האט געשריבן:ב''ה
אין אני חושב שבפארום זה צריך להביא את טשערנעחאווסקי שהי' אפיקורס---עיין עליו בספר זעווהיל----
ושאר ירקות --על א.א. קאפלאן מובא הרבה בספרי שרידי-אש לוויינבערג ממאנטרייא שמילא מקומו
בברלין .א.א. קאפלאן סוכ''ס הי' דמות טראגית הי' עילוי נפלא ונפטר בקוצר שנים -הניגון שקעה- חמה
יורד לעמקי נפש הי' דמות פיוטית ולמדן נפלא והי' נוצר לגדולות .

בד"ץ איז גערעכט, אבער א שיינע באשרייבונג איזעס.
פרייליכערהייט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרייליכערהייט »

הערליך שיין יידישיסט,

יידישיסט עס בענקט זיך נאך דיר דא!! אנא אמצאך....!

אין די "פרישע" אויסגאבע "הגחלת" וואס איז דרך אגב זייער א אינהאלטסרייכע אויסגאבע, בפיקוח ועדת הרבנים שבבית דינו של הגרש"א שטרן מבני ברק. אין גליון מספר 18 הייבן זיי אן א "עטליכע קאפיטלען" באשרייבאכטץ איבער דעם הרב אברהם אלי' קאפלן.

מיט היסטארישע דאקיומענטן פון אים און נאך אינטערעסאנטע פרטים. זיי שמועסן שיין אויס זיין "לעבן און שאפן" זיין יונגע שטורמישע זעהל, מיט זיין לידער'ישע פענע, זיין מוסר'דיגע ראנגלענישן, און זיין געפילישע וואגלאנישן, און בעיקר זיינע שירים, און זיינע אויפטוען.

דרך אגב איז דא פון אים א הערליכע ווערק מיט'ן נאמען "בעקבות היראה" א גאר שיינע פאעטישע ספר אויף מחשבת בן ישיבה ומוסרו.

דרך אגב דאגב איז אין משפחה פון שבועות העעל"ט געוועהן אויף'ן ערשטן דף א לענגערע ציטאט, איבער קבלת התורה פון הרב קפלן'ס רייכע פעדער.
אוועטאר
מאטעס
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 15, 2008 12:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטעס »

בגליון דאצ'ה האחרון מס' 96 הובא נוסח שונה של השיר:

שקעה חמה, שקעה נפשי
מתהום רעיונות רב כים
כי נלאה נלחם במלחמתו
עם הבשר והדם.

ימים עוברים ימים כלים
מבלי קחת מבלי תת
אם לזאת קראת חיים
אמור לי קילי מה זה מות

החייני קילי אך למחר
אולי אפתר את החלום
שקעה חמה שקעה נפשי,
עבים באים פנה יום.
אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3628
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: מאלי הויז ארעסט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גרויזאמער »

און איך האב געמיינט אז זושא שמעלצער האט עס מחבר געווען אויף זיין א"ב וועלט טעיפ... (די תורה וועלן מיר פארשטיין... וכו').

איך האב נישט ממש אזוי געמיינט, אבער דארט איז געווען די איינציגסטע פלאץ ווי איך האב געהערט דעם ניגון און עס איז מיר אריין אין די ביינער.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני
דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דעפרעסט »

ס'יז לעצטנס ערשינען א ספר -הארז שנגדע -באשרייבט א בחורל מענדל פייפער ע''ה ואכמ''ל.עכ''פ ערגעץ אינמיטן איז דארט ברייט אויסגעשמיסט דער ניגון ,אלע גירסאות,מחברו ביאגראפיע,והמסתעף.
לעצט פארראכטן דורך דעפרעסט אום דינסטאג מארטש 29, 2011 11:55 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איטשע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3330
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2009 10:19 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איטשע »

עפעס מאדנע, די ניגון גראמט נישט (יא יא שוואכער מעשות)...
שרייב תגובה

צוריק צו “שירי קודש”