א פייג אונטער'ן טיש - אין דער קארט

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

תוכן
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 2:54 pm

א פייג אונטער'ן טיש - אין דער קארט

תגובהדורך תוכן » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 5:05 pm

וואס מיינען די צוויי פראזען וואס זענען אין באלד.

עס איז דענן פאראן א גרעסערעס פארגניגען ווי שטעהן אויף דער גאס ... רעדליכווייז אונ אפשפעטען פונ'ם פרנס חודש, חוזק מאכען פונ'ם נגיד דעם בעל-טאקסע אונ אפלעצעווען פונ'ם קלענסטען ביז'ן גרעסטען, דאס הייסט שטעלען א פייג אינטערען טיש נאר א גרויסע? זאגט א יודען וואס אין דער קארט, אבי מיט א וויץ, איז ער צופרידען.


א שיינעם דאנק!

ציפקע
שר מאה
תגובות: 228
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2013 7:42 pm

תגובהדורך ציפקע » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 8:31 pm

קענסט ברענגען אביסל מער פון דער געשיכטע פאר קאנטעקסט?

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11470
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 10:14 pm

"א פייג אונטערן טיש" מיינט ווען מען שטעלט אריין דעם אגודל פינגער צווישן דעם אצבע און אמה (דאס קוקט אויס ווי א פייג), און דער באדייט דערפון איז אזא סארט ביטול מודעה אויף דאס וואס מען זאגט. מען מאכט דאס 'אונטערן טיש' אז דער צד שכנגד זאל נישט באמערקן, און מיינען אז דו רעדסט ערנסט.
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » מוצ"ש אוקטובער 05, 2019 11:53 pm

דער וויזשניצער רבי זי"ע פון מאנסי פלעגט אזוי אסאך טוהן קעגן עין הרע. אריינלייגן דער פינגער און זיצען אזוי מיט די הענט אראפ ווען קינדער פלעגן זיך צאמנעמען וכדו'

תוכן
שר העשר
תגובות: 35
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 08, 2015 2:54 pm

תגובהדורך תוכן » זונטאג אוקטובער 06, 2019 3:14 am

לכאורה האט געשריבן:"א פייג אונטערן טיש" מיינט ווען מען שטעלט אריין דעם אגודל פינגער צווישן דעם אצבע און אמה (דאס קוקט אויס ווי א פייג), און דער באדייט דערפון איז אזא סארט ביטול מודעה אויף דאס וואס מען זאגט. מען מאכט דאס 'אונטערן טיש' אז דער צד שכנגד זאל נישט באמערקן, און מיינען אז דו רעדסט ערנסט.


אדאנק.

קרייסלער
שר האלף
תגובות: 1128
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 20, 2015 6:01 am

תגובהדורך קרייסלער » זונטאג אוקטובער 06, 2019 8:04 am

כהאב געהערט ממקור נאמן אז הרבנית הצדיקת מסאטמער ז״ל פלעגט הייסן פאר די הויז בחור דאס צו טוהן ווען גרויסע פרעזענליכקייטן זענען געקומען לבקר בהיכלו פון מרן רביה״ק מסאטמער זצוק״ל

אוועטאר
יישר כח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 09, 2013 10:52 am

תגובהדורך יישר כח » זונטאג אוקטובער 06, 2019 8:18 am

shimon7323 האט געשריבן:דער וויזשניצער רבי זי"ע פון מאנסי פלעגט אזוי אסאך טוהן קעגן עין הרע. אריינלייגן דער פינגער און זיצען אזוי מיט די הענט אראפ ווען קינדער פלעגן זיך צאמנעמען וכדו'

ווען די חתנות פון זיינע אייניקליך איז נאך געווען אין ב"פ (ביז בערך תשמ"ט - נ), האט די רבי ז"ל נישט געהאט קיין פריוואטע שטוב אין זאל אין האט געלערענט אין א ווינקל אויף די צוויטע שטאק, פלעגט ער אריין לייגן זיין האנט צו ווישן די בלעטער פון די גמרא מיט די הענט אזוי

ODOM
שר מאה
תגובות: 142
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 15, 2017 9:41 am

תגובהדורך ODOM » זונטאג אוקטובער 27, 2019 5:00 am

דער אגודל צווישן דעם אצבע או דעם אמה, איז אנגערופן א פייג.
נישט ווייל דאס זעט אויס ווי א פייג, ס'האט גאר נישט צו טאהן מין דעם.
דאס נעמט זיך פון "א פאנג די נאז", ווען מלייגט דעם אצבע און דעם אמה פון צוויי זייטן פון די נאז און מען גיט א צי, דער נאך שטופט מען אריין דעם אגודל צווישן די פינגער און מען ווייזט דעם קינד אז מען האט עם גיכאפט -גיפאנגען - די נאז.
פון דעם איז מיט די צייט געווארן א פייג די נאז, פון דא איז נישט ווייט די וועג צו א פייג אונטערן טיש...
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם

yoy
שר מאה
תגובות: 242
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 12:47 pm

תגובהדורך yoy » זונטאג אוקטובער 27, 2019 1:39 pm

אויב איך בין ערלויבט צו זאגן א ידיעה וואס איך ווייס לגבי דעם שפריכווארט "א פייג"
איך האבן אמאל געוויזן "א פייג" פאר א נארמאל באזעצטער פויליש אדער רוסישער גוי.
האט ער מיר אָן געקוקט מיט 4 אויגן, אזוי-ווי- די ווייסט וואס די האסט יעצט געוויזן? שעם-זיך נישט?
ער זאגט מיר זייער ערנסט, אז ביי זיי, איז דאס ארויס-ציווייזן שמוציגע באדייטן וד"ל
איך ווייס נישט וואס צי זאגן, .. איך טראכט אפשר, (לייגט מען צו וועגן דעם) איז דער אידישע אויסדריק "א פייג און א רעטעך",אזוי ווי סע האט געהאלפען א "פייג און א רעטעך", קלאץ מיטון בוידעם - הודו מיט קוש - א פייג און א הויקער!

אבער דער אויסדריק, "א גראבע פייג"-"א פיג אין א פייג"
צו מאכן א 2טע פייג מיט די לעצטע 2 פינגער "תאנה חנטה פגיה"
ווייסט איינער,אדער אפשר האט מען די נישט ידיעה, צי סע נישט א שמוציג ווארט /באדייט ?

איז א פייג נגד עין הרע? מעגלעך
אפשר נישט צי ווייזען?
אבער דער בילד איז גענומען געווארן פון הרה"ק בעל "בית אברהם" מסלאנים זי"ע,
ווען ער איז אמאל ארויסגעקומען פון מקוה, האט ער באגעגענט איינעם מאכן א בילד, האט ער איהם געוויזן א 'פייג' מיטן פינגער...
צוגעלייגטע
fig.gif
fig.gif (25.98 KiB) געזעהן 699 מאל

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלפיים
תגובות: 2793
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » זונטאג אוקטובער 27, 2019 3:37 pm

ODOM האט געשריבן:דער אגודל צווישן דעם אצבע או דעם אמה, איז אנגערופן א פייג.
נישט ווייל דאס זעט אויס ווי א פייג, ס'האט גאר נישט צו טאהן מין דעם.
דאס נעמט זיך פון "א פאנג די נאז", ווען מלייגט דעם אצבע און דעם אמה פון צוויי זייטן פון די נאז און מען גיט א צי, דער נאך שטופט מען אריין דעם אגודל צווישן די פינגער און מען ווייזט דעם קינד אז מען האט עם גיכאפט -גיפאנגען - די נאז.
פון דעם איז מיט די צייט געווארן א פייג די נאז, פון דא איז נישט ווייט די וועג צו א פייג אונטערן טיש...

אינטערעסאנט!
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

מיין אבזערוואציע ווינקל


צוריק צו “שפראך, גראמאטיק און דקדוק”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט