אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

אחראי: אחראי

אוועטאר
nmi
שר שלשת אלפים
תגובות: 3305
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
לאקאציע: אויפן קאוטש

תגובהדורך nmi » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 4:16 pm

#כוהנים ארויס
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 6:08 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:די רעסט איז אירעלעווענט...

יע יע...
די ניק מיסטעריעז איז אויף א מיסיע איבערצודרייען ~ וויכי

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2733
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

תגובהדורך אדער יא » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 6:46 pm

סאו ווער האט למעשה געוואונען די וואלן?
(א רגע פארן קוקן די אויסוואלן האב מען עס געקאט און געפעיסט אין די 'הא!' בונקער)

דממה דקה
שר האלפיים
תגובות: 2215
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 7:00 pm

תגובהדורך דממה דקה » מיטוואך סעפטעמבער 25, 2019 8:24 pm

וויכטיג מאכער האט געשריבן:שטעל אהער א ניק וואס דו טראסט, וואס קען באשטעטיגן פאקטן... די רעסט איז אירעלעווענט...

א ספעשל קאונסיל...
מען גייט ארויסגעבן א unredacted ריפארט?
אין די אייוועלט קאנסטיטוציע איז דא א פראסעס פאר אימפיטשמענט?

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 12:53 am

מיסטעריעז, אנטשולדיגט פאר'ן אריינהאקן, אבער איך וויל עפעס פארשטין.

ווי ווייט איך פארשטיי ביזטו נישט ברוגז אויף דיין חסימה אדער אויף די וועג וויאזוי מ'האט דיר באהאנדעלט (הגם יעצט מסתם יא, אבער נישט דאס איז די נידון), דיר באדערט אז עס איז נישטא קיין קאנטראל אויף די אחראים/מנהלים, און אויב איינער פון זיי האט נגיעות קען ער טוהן וואס ער וויל.

דו שרייסט - מיט רעכט - אז וואס וויכי טוט דא איז סך הכל אוועקדרייען די שמועס פון דעם און עס מאכן פאר א שמועס איבער דיין פערזענליכע חסימה. (וואס כ'מיין אז דו האסט עס נישט גוט ארויסגעברענגט, און רוב עולם דא איז פארנומען טראכטן צו מ'האט דיר געמעגט חוסם זיין אדער נישט, יא חוצפה צו נישט, אנשטאט טראכטן איבער דיין פראבלעם פון אחראים קאנטראל. הפנים, ער טויגט, דער וויכי...)

וואס איך פארשטיי נישט איז, ער געבט דיר די געלעגענהייט אריינצוברענגען א דריטן אין בילד. איך בין זיכער אז דו קענסט טרעפן א אנגענומענע ניק דא וואס איז נישט איינזייטיג פאר/קעגן די הנהלה, און איז מסכים זיך מגלה צו זיין פאר וויכי. נא, דו האלטסט אז ווען ענק ביידע גייען עגריען אין פאבליק אז ניק פלוני גייט אלעס איבערקוקן, און יענער גייט קוקן, גייט ער זעהן וואס דו זעהסט, ער גייט פארלאנגען ענטפערס וואס דו האסט פארלאנגט, איא?

איז ממה נפשך, ביזטו נישט גערעכט, איז זיכער גוט. ביזטו יא גערעכט, וועט עס ארויסקומען צום אויבערפלאך דורכ'ן דריטן, און עס וועט מוזן זיין טוישונגען. וואס דאס איז אפיציעל וואס דו ווילסט דא.

נו פארוואס נישט נעמען די געלעגענהייט?

איך פרעג ווייל איך וויל וויסן.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5052
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 1:21 am

איך האב נישט געזען אין וויכי'ס טשעלענדזש אז ער זאל זיין גרייט צו דיסקוסירן דאס וואס מיסטי וויל.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

סקאראמוטשי
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

תגובהדורך סקאראמוטשי » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:47 am

ר' אברהם, ווי געשריבן קען איך נישט רעדן אפן מפני הסכנה, וחמירא סכנתא מאיסורא... אבער דו האסט א טעות, און קאנסילמאן האט אויך געשריבן מיט דעם טעות. עס איז נישט אז מען האט גענומען א מנהל און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ער האט א נגיעה, נאר מען האט גענומען "נגיעה" און מען האט איהם געמאכט פאר מנהל.


איך האב נעכטן שוין געשריבן וועגן וויכי'ס מורא'דיגע אפפער, נאר וויכי'ס מהלך פון עס איגנארירן און איבערשרייבן האט ווייזט אויס געארבעט...

ווען מארגן זאל ארויסקומען הארטע באווייזן אז די דעמאקראטן האבן גאאאארנישט מיט סעט ריטש'ס טויט, און איך רעד נישט פון סי.ען.ען. באווייזן, און אפילו נישט פאקס באווייזן, "הארטע באווייזן," וועט דאס מאכן אז וויכי'ס אלע מיינונגען אנבאלאנגט די דעמאקראטן'ס מעשים זינט די טראמפ געווינס ווערן צובלאזן? #%#%#%#%#% וועט אודאי הוליען אז יא, אבער מיר ווייסן אז אויסדריקליך נישט! פארוואס? פשוט, ווייל פון דעם וואס זיינע השערות ביי דעם האבן זיך ארויסגעשטעלט אלס ראנג, טראץ זיי זענען געווען אונטערגעשטיצט מיט ראיות ברורות, זעהט מען "נאר" אז ביי דעם האט ער א טעות געהאט, עס זאגט נישט גארנישט כלפי די אנדערע זאכן, וואס זענען אנדערע זאכן און האבן אנדערע ראיות, ובפרט ביי די זאכן וועלכע זענען (דיסקלעימער: נאר א משל) באשטעטיגט מפיהם ומפי כתבם.

איך האב שוין נעכטן געשריבן, יעדער ווייסט אז איך האב נישט קיין עקסעס צו די מנהלים צימער, און דעריבער זענען טייל פון מיינע רייד השערות ווי פארשטענדליך, אבער אפילו די השערות זענען א גרויס טייל פון זיי זענען אונטערגעשטיצט מפי כתבם פון די וואס האבן יא עקסעס.
אויב וועט ער אויפווייזן אז טייל פון מיינע רייד זענען נישט ווי די לאגס צייגן, וואס וועט דאס ווייזן? גארנישט מער ווי דאס אז "יענע" זענען אפגעפרעגט. (נניח. און איך בין אקעי דערמיט, ווי געשריב.) וויכי מצדו וועט אבער הוליען מיט דעמאגאגיע אז ער האט אפגעפרעגט מיסטעריעז!
דאס איז נישט קיין טשעלענדזש, דאס איז נאך א פראבע צו פארשווארצן מיסטעריעז און אפווישן דעם שמועס.


עס האט נעכטן פיגורירט אויפן וועלטל א תגובה (און תיתי לי' פארן ניק מיט א קאפ אויף די פלייצע וואס האט דאס פאראייביגט און מיר געשיקט א סקרינשאט דערפון) פון א פראמינענטער ניק וואס ווייסט נאך אזויפיל ווי וויכי, וואס האט געלויטעט אז די אמת איז נישט אינגאנצן ביי מיסטעריעז. איך האב נישט ערווארטעט אז יא, און ווי געשריבן בין אקעי דערמיט, און זיינע ווערטער זענען ביי מיר דערווייל נאך אזוי באגלייבט ווי לאג.

אבער, אויך האט עס געלויטעט אז די אמת איז נישט אינגאנצן ביי וויכי. און דאס איז פון וואס איך רעד, און וויכי איז נישט אקעי דערמיט! און דערפאר וויל ער נישט רעדן פון דעם, אזויווי ער שרייבט, ער קען איבערצייגן פון די לאגס פארקערט ווי וואס איך זאג, און "די רעסט איז אירעלעווענט..."
די ניק מיסטעריעז איז אויף א מיסיע איבערצודרייען ~ וויכי

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 10:59 am

נו למעשה, ווען געפאלט אין שטעטל ר"ה?
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
א נייער
שר האלף
תגובות: 1161
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 18, 2017 4:05 pm
לאקאציע: ניי מאשין

תגובהדורך א נייער » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:09 am

farshlufen האט געשריבן:נו למעשה, ווען געפאלט אין שטעטל ר"ה?

נאך דא אפאר טעג צו גיין.
זיך אלס האלטן פריש, כקטן שנולד דמי.

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 320
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

תגובהדורך ימות המשיח » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:25 am

א נייער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:נו למעשה, ווען געפאלט אין שטעטל ר"ה?

נאך דא אפאר טעג צו גיין.

און נאך א פאר תגובות (בלעטער) צו ליינען!!
עס איז דא בלויז איין וועג צו פארמיידן קריטיק:
ווייַז גאָרנישט, זאָג גאָרנישט, און זיי גאָרנישט!!

אברהם בן ארי'
שר חמישים
תגובות: 99
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

תגובהדורך אברהם בן ארי' » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 11:47 am

וויכטיג מאכער, כ'האב א שאלה צו דיר, און איך קען באשטיין זאלסט מיר געבן דיין פערספעקטיוו דערויף.

אויף אייוועלט האלטן זיך ניקס אין איין טוישן, יעדע יאר צוויי דריי ווערן פארשוואונדען אלטע ניקס און נייע ניקס רעפלעיסן זיי. עס איז זייער א נארמאלע זאך אז איינער וואס פלעגט אמאל שרייבן דא הערט אויף, און עס איז דא טויזנט סיבות פארוואס עס איז אזוי.

רוב ניקס וואס זענען דא געווען פון 2006 ביז 2011 זענען שוין נישטא היינט, און איך גלייב אז פאר גוטע סיבות. אבער קיינער פון זיי איז נישט אוועקגעגאנגען פון דא ברוגז אויף די הנהלה. די לעצטע יאר צוויי, איז דא זייער אסאך ניקס וואס האבן אויפגעהערט שרייבן דא, און א גרויסע פראצענט פון זיי זאגן קלאר אז זיי זענען אנגעווייטאגט אויף די פירערשאפט.

פארוואס איז עס אזוי?

איך קען באשטיין זאלסט מיר זאגן וויאזוי דו קוקסט עס אן.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 2:24 pm

ווייל איינער פון די זאכען וואס איז געשען און די "ע" יארן איז אז איך טויש נישט מיין מיינונג און מען גייט קאפ און וואנט מיט א שיטה אדער מיינונג וואס מען האט זיך אויסגעוועהלט.

עיין ערך פאליטיק וכל הדומה.

אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 474
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

תגובהדורך נתנאל מינצבערג » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 3:10 pm

פרעג א מנהל... ווי זאגט וויכי ''איך בין נישט קיין מנהל''
(אגב, טעקניקאל דירעקטער ביזטו דאך יא אפילו לשיטתך... בין איך נייגעריג צו עס איז בכוונה אז אויפן הויפט בלאט אויפן לינקן זייט זענען די לינקס נישט פרעסעבל, אופס יעצט געטשעקט שוין פאראכטן)
נאך אזאך בין איך נייגעריג (איך האף אז מיין מאמע ליינט נישט דא זי לאזט נישט) וויאזוי נאך חוץ די אייפי אדרעס קענען ענק וויסן דאפעלטע ניקס? דזשעף בעזאס וואלט זיך מחיה געווען מיט דיינע טעקניקס

אויב איינער קען מיר זאגן אין א ניס שאלאכטס וואס צד א. און צד ב. זענען דא און אין די פייפערגעיט שנירל זענען וועל איך אים... ( ע''ד לכן כל הורג קין אלא דהתם לרע והכא לטובה)
לעצט פאראכטן דורך נתנאל מינצבערג אום דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 3:15 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

תגובהדורך אברהם דוד » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 3:15 pm

shimon7323 האט געשריבן:ווייל איינער פון די זאכען וואס איז געשען און די "ע" יארן איז אז איך טויש נישט מיין מיינונג און מען גייט קאפ און וואנט מיט א שיטה אדער מיינונג וואס מען האט זיך אויסגעוועהלט.

עיין ערך פאליטיק וכל הדומה.

איך וועל נישט אריינרעדן אין א קאנטראווערסיע אין צייט וואס איך בין גענצליך אומבאקאנט אין אירע גרונדן און זיכער נישט אין אירע איינצעלהייטן, אבער פאר שמעון'ן קומט זיך א קוש אין שטערן פאר אזא זאכליכע און לאגישע סטעיטמענט וואס איז - צו אונזער שלעכט מזל - אמת אין יעדן פאל.

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 4:23 pm

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:נאך אזאך בין איך נייגעריג (איך האף אז מיין מאמע ליינט נישט דא זי לאזט נישט) וויאזוי נאך חוץ די אייפי אדרעס קענען ענק וויסן דאפעלטע ניקס? דזשעף בעזאס וואלט זיך מחיה געווען מיט דיינע טעקניקס


וואס פאלט דיר ביי זיי קענען ?

זיי קענען קלאר נישט.. זיי קענען נאר דורך די אייפי.
און דורך א אייפי איז בכלל נישט קיין קראנטע וועג, ווייל למשל ווי איך זיץ איז דא X קאמפיטערס און אלעס איז די זעלבע אייפי, על כן קען זיי קיינמאל נישט וויסן צו סאזי די זעלבע ניק.
You only live one but if you do it right, once is enough

אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3192
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

תגובהדורך בענקעל » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 4:38 pm

אברהם בן ארי' האט געשריבן:די לעצטע יאר צוויי, איז דא זייער אסאך ניקס וואס האבן אויפגעהערט שרייבן דא, און א גרויסע פראצענט פון זיי זאגן קלאר אז זיי זענען אנגעווייטאגט אויף די פירערשאפט.

קען זיין, ווייל עס איז היינט דא מער איינגעשריבענע פראצענטואל. אבער היסטאריע חזר'ט זיך איבער. דאס פלאץ האט שוין דורכגעשוויצט פארשידנס און נאך אסאך אסאך שווערער פון דאס. עס איז נישט קיין סוד, מ'קען דאס באמערקן אין פארשידענע ווינקלען דא דורכאויס די בלעטער צוריקגייענדיג אין צייט.

פאר מיסטי קומט זיך א שאנס. מיר האבן זייער הנאה געהאט פון אים.

אוועטאר
shimon7323
שר האלף
תגובות: 1977
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך

תגובהדורך shimon7323 » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 6:57 pm

נישט פשוט האט געשריבן:
נתנאל מינצבערג האט געשריבן:נאך אזאך בין איך נייגעריג (איך האף אז מיין מאמע ליינט נישט דא זי לאזט נישט) וויאזוי נאך חוץ די אייפי אדרעס קענען ענק וויסן דאפעלטע ניקס? דזשעף בעזאס וואלט זיך מחיה געווען מיט דיינע טעקניקס


וואס פאלט דיר ביי זיי קענען ?

זיי קענען קלאר נישט.. זיי קענען נאר דורך די אייפי.
און דורך א אייפי איז בכלל נישט קיין קראנטע וועג, ווייל למשל ווי איך זיץ איז דא X קאמפיטערס און אלעס איז די זעלבע אייפי, על כן קען זיי קיינמאל נישט וויסן צו סאזי די זעלבע ניק.



אויב קענען זיי אויפכאפן די מעק אַדרעס קען מען יא זיין מער פינקטלעכע. לויט ווי אזוי מיין עקספיריענס ניצט אמעזאן דער מעק אַדרעס צי כאפן אזאלכע חברה

אוועטאר
נישט פשוט
שר האלף
תגובות: 1967
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 1:12 pm

תגובהדורך נישט פשוט » דאנארשטאג סעפטעמבער 26, 2019 9:27 pm

shimon7323 האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:
נתנאל מינצבערג האט געשריבן:נאך אזאך בין איך נייגעריג (איך האף אז מיין מאמע ליינט נישט דא זי לאזט נישט) וויאזוי נאך חוץ די אייפי אדרעס קענען ענק וויסן דאפעלטע ניקס? דזשעף בעזאס וואלט זיך מחיה געווען מיט דיינע טעקניקס


וואס פאלט דיר ביי זיי קענען ?

זיי קענען קלאר נישט.. זיי קענען נאר דורך די אייפי.
און דורך א אייפי איז בכלל נישט קיין קראנטע וועג, ווייל למשל ווי איך זיץ איז דא X קאמפיטערס און אלעס איז די זעלבע אייפי, על כן קען זיי קיינמאל נישט וויסן צו סאזי די זעלבע ניק.



אויב קענען זיי אויפכאפן די מעק אַדרעס קען מען יא זיין מער פינקטלעכע. לויט ווי אזוי מיין עקספיריענס ניצט אמעזאן דער מעק אַדרעס צי כאפן אזאלכע חברה

סתם א סייט קענישט!
די ווייסט אז אמעזאן קען יא זעהן מיין מעק אדרעס ? אדרבה שוין לאנג געזיכט צו וויסן וויאזוי זיי קענען יא און אנדערע נישט, איך האב געזען סתם מענטשען זאגן אז יא, באט איך זיך עפעס א מקור וואס מקען בויען.

דעס אז זיי כאפן מענטשען אין די זעלבע נעטווארק, איז קיין ראי' אדרבה דאס ווייזט אז זיי ווייסן נאר די IP
ווילאנג די אינסטאלס נישט קיין סאפטוועיר וואס שיקט צוריק די אינפא קענען זיי נישט וויסן דיין מעק

(אנדערש, איז ביי אייפיווי6 וואס ווער ניצט ?)
You only live one but if you do it right, once is enough

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » מיטוואך אוקטובער 23, 2019 8:23 pm

שטייט דא אזא תגובה

viewtopic.php?f=31&t=28034&start=150

דיבר הרבה מכת חב"ד שבימינו שביטלו כמה מצות עשה מפני משוגעת'ן וכו'.

איך פארשטיי אז די מנהלים דא זענען לאו דוקא חב"ד געשטימט וגם אני בחלומי כן, אבער איך ווינדער מיך וואס איז פשט אז ווייל מען געהערט צו אן אנדערע חסידות לאזט מען שרייבן אזעלכע זאכן אויף אנדערע ווי למשל "כת סקווירא שביטלו הרבה מצוות עשה מפני משוגעת'ן" אדער "כת סאטמאר שיש להם כמה משוגעת'ן ומפני כן ביטלו הרבה מצוות". ווען איך האב פארראכטן די תגובה און געשריבן שפאטיש אז כת סאטמאר ביטלו הרבה מצוות כגון לאכול שמיני עצרת בסוכה (הגם איך האב דאס געשריבן סארקאסטיש כדי צו מעורר זיין יענעם אויף זיין לשון) האט מען מיינס אויסגעמעקט און יענעמ'ס געלאזט.

הזאת נעמי?

(פריוואט איגנארירן מיך די מנהלים ממילא פרעג איך דא ברבים אויב איינער האט א ישוב נכון)

ממה נפשך
שר האלף
תגובות: 1077
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

תגובהדורך ממה נפשך » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:42 pm

עפל קאמפאוט האט געשריבן:שטייט דא אזא תגובה

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=150

דיבר הרבה מכת חב"ד שבימינו שביטלו כמה מצות עשה מפני משוגעת'ן וכו'.

איך פארשטיי אז די מנהלים דא זענען לאו דוקא חב"ד געשטימט וגם אני בחלומי כן, אבער איך ווינדער מיך וואס איז פשט אז ווייל מען געהערט צו אן אנדערע חסידות לאזט מען שרייבן אזעלכע זאכן אויף אנדערע ווי למשל "כת סקווירא שביטלו הרבה מצוות עשה מפני משוגעת'ן" אדער "כת סאטמאר שיש להם כמה משוגעת'ן ומפני כן ביטלו הרבה מצוות". ווען איך האב פארראכטן די תגובה און געשריבן שפאטיש אז כת סאטמאר ביטלו הרבה מצוות כגון לאכול שמיני עצרת בסוכה (הגם איך האב דאס געשריבן סארקאסטיש כדי צו מעורר זיין יענעם אויף זיין לשון) האט מען מיינס אויסגעמעקט און יענעמ'ס געלאזט.

הזאת נעמי?

(פריוואט איגנארירן מיך די מנהלים ממילא פרעג איך דא ברבים אויב איינער האט א ישוב נכון)


ער ברענגט דאך עס נאך פון איינעם, קען זיין ס'נישט ריכטיג אבער ס'נישט אייגענע דיבורים.
איך בין שטאלץ צו זיין א אייוועלט איד!

Boeing is the last to admit Boeing made mistakes - this is why I no longer trust them.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:45 pm

הייסט דאס אז נאכברענגען אויף אייוועלט לשון הרע אויף ציבור אידן מעג מען יא. איך הער.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:46 pm

.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 3:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22102
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:48 pm

איר פרעגט אויף ר' מרדכי דוד?

כ'שטעל זיך נאר פאר די מינע מיטן שמייכל וואס ער וואלט אייך געשאנקען.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

תגובהדורך עפל קאמפאוט » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:52 pm

עכט היימיש האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אלץ זענען דא די זעלבע קרומע, מיט די מאדנע פראגן איבעראל, און דארט ווי יעדער פארשטייט פארשטייען זיי נישט, וכן להיפך.


די מיינסט יעדער פון דיין קהילה? יא אמת אז מען לעבט אין א באקס האלט מען אז עס איז פשוט מאדנע פארצוהאלטן אויף אזא זאך.
לעצט פאראכטן דורך עפל קאמפאוט אום מאנטאג אוקטובער 28, 2019 4:35 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

עכט היימיש
שר האלף
תגובות: 1935
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 2:59 pm

.
לעצט פאראכטן דורך עכט היימיש אום דאנארשטאג אוקטובער 24, 2019 3:09 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
ווייל איך בין א "היימיש'ער" און איך גיי מיט די זעלבע הוט ווי דיר, ממילא איז מיר שוין נישט קיין מצוה מקרב צו זיין?


צוריק צו “היימישע פארברענגן”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 11 געסט