סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

קעניגליך האט געשריבן:גראדע מאכט דעי גליון גאנץ א גיטע ארבעט, גאנץ קיוט זייער גאנצע גמרא אויף אינטערנעט.
איך זעה אמאל דארט מעשיות וואס זענען אינטערעסאנט
איינער שרייבט דארט אז ער איז געוועין אין א ערעפארט און מהאט געזיכט מנין און די 10טער איז אנגעקומן האט איינער געזעין ווי ער האט א סמארטפאון האט ער געזאגט איך גיי נישט דאווענן מיט דיר נאר אויב די געסט אויף די סמארטפאון
שרייבט ער ווייטער אז דער יוד האט ליידער נישט אויפגעגעיבן די סמארטפאן
במילא איז ער אוועקגעגאנגן כאטש מהאט איהם געזאגט [אדער האט ער אליינס פארשטאננן] אז נאכן זיך פלאגן ציזאמציקראצן 10 האט ער חרוב געמאכט די מנין
וויל איך וויסן וואס דער עולם האלט ווייל לענית דעתי און כמיין ס'שטייט פון צדיקים אז העשירי לא יבקר.. אז די 10 צי מנין מעיג זיין א שוואכע יוד

נו... פארדעם דארף מען דאך וויסן וויאזוי מוחה צו זיין.
עס איז א גרויסע פראבלעם היינט, אז אסאך מערכות, וואס אמהל פלגען פירן נישט נאר ערליכע אידן, נאר אויך קלוגע אידן. ודי.
נישט איעדער מעג פירן מערכות. נישט איעדער קען פירן מערכות. אהן א פיפטע שולחן ערוך...
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

אט אזוי ווי קאשוער זאגט.

איך פערזענליך האלט שטארק פון די מערכה און האלט אז מען דארף עס און אז עס טוט אויף, עס ווערט אבער ליידער געפירט ביי אומערפארנער קינדערליך מיט קיין שום איבערזיכט.
אוועטאר
שאינו יודע
שר ששת אלפים
תגובות: 6762
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 24, 2011 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאינו יודע »

El Rushbo האט געשריבן:איך ווייס פון די נאנט ביי א קאפל ווי די ס"פ און צוטריט צו אפענע אינטערנעט האט געמאכט ביי אים א חורבן, און איז א אנדערע מענטש זייט ער האט דאס אויפגעגעבן, און קיינער לייקענט נישט אז דאס קען גורם זיין פראבלעמען.

אני הקטן פלעג זיין צוגענאגלט צו די אלע טאלק שאוס, לימבאו הענעטי און לעווין, זייט איך האב מיין ס"פ הער איך דרשות פון בידערמאן, רייזמאן, שפיטצער.

מיך באדערט אבער ווען אידן באשולדיגן אנדערע אידן אין עובר זיין איסורי דאורייתא ווען די מציאות איז אנדערש. חוץ מזה וואס זיי פיהרן אן א פארלוירענע קאמף.

איינער געדענקט נאך די מערכה איבער טעקסט מעסעדזשעס (יא! אסאך שמוציגע וויצן פלעגן זיך דרייען אויף טעקסט מעסעדזש)??
איינער געדענקט נאך די מערכה איבער אימעיל?

היינט האלט מען אז יעדע קהילה, מוסד, שיקט מעלדונגען, סטעיטמענטס, סתם פראפאגאנדע וכו' אויף אימעיל און טעקסט. אזוי ווייט אז איך באקום אפיציעלע אימעילס פון קהל יאוואזשנע פון די פרומסטע קהילות אין ווילי מיט מעלדונגען איבער די סקעדזשול און לינקס צום רב'ס דרשות אויף קול הלשון (אינטערנעט שלא לצורך פרנסה).

איך מיין אז דער ברייטערער ציבור אנערקענט מער און מער 'וויאזוי' צו נוצן די נייע טעכנאלאגיע אנשטאט זיך שלאגן דערמיט, אבער סאמהאו בלייבן די צעטלעך אויפן וואנט צוריקגעבליבן.

אלס א חלק פון די געים איז די שפיעל יעצט אז די אימעיל איז נישט קיין פראבלעם. ווייל ביי א קאמפיוטער מעג מען האבן אימעיל. די סמארטפאון איז די פראבלעם. און יאוואזשנע שיקט עס אז דו זאלסט עס ליינען אויף א קאמפיוטער, און עס קען גאר זיין אז עס איז נכלל אין חרם דרבינו גרשום עס צו עפענען אויף א סמארטפאון

און אלס א דירעקטע תוצאה איז מער נישטא קיין צעטלעך צו לייגן פילטערס אויף די קאמפיוטער. ווייל עס איז נישט אין טאש.
אז דו ווייסט נישט, רעד נישט!
אוועטאר
שרייזשע
שר חמש מאות
תגובות: 792
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2018 4:43 pm
לאקאציע: ליידער און גלות

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שרייזשע »

ווען מען שלעפט אראפ אזא וויכטיגע מערכה צו א שטאפל פון א 3 יערעיגע קינד מיט דאונסינדראם, מאכט עס א חרבן אויף די מערכה זעלבסט און אויף אידישקייט בכלל. די קינדער ווען זיי זענען נאך אינג וועלען זיי מיטגיין און לאכען דערפון, אבער איינמאל זיי ווערן עלטער באקומען זיי אן איבעל און א ביטולדיגע בליק אויף די גאנצע מערכה בפרט, און אויף אידישקייט בכלל.
מען מוז האלטען אידישקייט ערוואקסען און נארמאל, און נישט אראפ שלעפן צו א שטאפל פון טיפשות און ילדות. און די גאנצע מערכה ווערט געפירט אויף אן אופן פון האלבע פאקטען און גאנצע טיפשות, אן קיין שום פארשטענדיניש און שפראך מיטען בעל הנסיון.
אשאד אז אזא וויכטיגע מערכה ווערט געפירט דורך דיסעיבעלד חדר קינדער.
צעקה בקול דממה דקה
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

קיינער האט נישט גערעדט איבער אינטערנעט ווי איר קענט זיך איבערצייגן אויפן קעפל פונעם אשכול, און דיין פוינט איז אירעלעווענט ווייל דיין סמארטפאון מיט דיין בידערמאן און רייזמאן שיעורים געהערעכץ האבן קנאפער שייכות, גראדע ביסטו פרומער געווארן.

און קיינער פארטיפט זיך נישט אין סמארטפאון אנשטאט זען ראיות אסורות.

אבער איך זעה שוין, מען רעדט צו א באנדע וואס אדער זענען זיי אומוואוסנדע וועלכע פארמאגן נישט די 'כלים' אדער זענען זיי די דריי-קעפ וועלכע פארמאגן עס יא און זיי וועלן אויף קיין פאל נישט מודה זיין גייענדיג אין כלל פון אין אדם מרשיע את עצמו, די איינציגסטע באגלייבטע זענען די וועלכע קענען עס און האבן עס מער נישט.

און נאכאמאל, מען רעדט פון סמארטפאון און נישט פון אינטערנעט בכלליות.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

#יעדער איז אדער דאס אדער יענץ , אבער איך פארשטיי.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

עס איז זייער נאריש צו זאגן אז א סמארטפאון איז נישט קיין פראבלעם. עס איז פשוט קעגן מציאות, קעגן פאקטן. איעדער וואס איז אין די נושא פון שלום בית, פירות הנושרים, וכו', ווייסט קלאהר וואס פארא א חורבן דאס האט אהנגעמאכט. און ראויית אסורות, איז נישט פון די גרעסטע פראבלעם... עס איז די אלע קשרים, וואס די אלע עפס זענען אזוי אויסגעשטעלט, אז עס איז גאר גרינג, און רייצעריש צו מאכן קשרים. עס איז דא באמת פיינע קינדער פון גוטע שטובער, וואס זענען געווארן עדיקטעט און קוקן מאוויס שבת אין זייער צימער. ניין, דאס איז נישט קיין משעה וואס געשעהט דא און דארט. ליידער. און נאכמאהל, איך רעדט פון בחורים און מיידלעך וואס זענען נאך fully in the system, מיטן גאנצן לבוש און הנהגה.

און יא, מען קען אויפגעבן די סמארטפאון. אזוי ווי איך האב געטוהן. און ניין, איך האב עס נישט גענוצט נאר צו הערן טוירע-עניטיים (וואס הגם, האב איך יא געהערט גאר אסאך שיעורים אויף די Torah Anytime app), ממש איעדן טאג, און יא, איך בין געשטיגן אסאך דערפון. אבער למעשה, די רבנים הגאונים האבן געגעבן א פסק אז מען מעג עס נאר האבן לצורך פרנסה, און דאס אליינס (Torah Anytime) איז נאך נישט קיין צורך פרנסה. מיין פונקט איז, איך האב עס יא געדארפט לצורך פרנסה, און יא, איך האב געהאט גאר גיטע פילטערס. מיט דעהם אלעם האב איך עס אויפגעגבן.

איך קום נישט דא אראפצורייסן ווער עס האט עס. איך בין נישט גענוג הייליג צו רייסן יענעם. איך האב חבירים וואס האבן סמארטפאונס לצורך פרנסה.

איך וויל פשוט שרייבן, אז אויב מען וויל, קען מען עס אויפגעבן. עס איז מיהר געווען זייער שווער אויפצוגעבן. נאך דערצו, איך האב באקומען איעדע יאהר צוויי, די לעצטע מאדעל אייפאון פון מיין ארבייט, אינגאנצען אויסגעצאהלט. איך זאג אייביג, אז טאקע דערפאר, ווייל איך בין נישט פארפרומט, האב איך עס געמיזט אויפגעבן.

איך וויל אויך שרייבן, אז עס איז נאריש צו זאגן אז די אלע וואס זענען אנטקעגן סמארטפאונס זענען נישט אנטקגעגן אינטערנעט. א פרומע איד מוז האבן א גיטע פילטער.

אבער ווי אפאר האבן געשריבן, אז מען פארקריכט פון די נושא. די קעפל איז אויב "סמארטפאון מאכט פריי" איז איבערגעטריבן. און איך מיין אז יא. און ביטע נאכמאמאהל... שרייבט מיהר נישט צירוק אז איך ווייס נישט ווי שעדליך סמארטפאונס איז. איך ווייס אסאך בעסער ווי עטץ מיינטס. אבער מוחה זיין דארף מען קענען.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

shimon7323 האט געשריבן:#יעדער איז אדער דאס אדער יענץ , אבער איך פארשטיי.

הער שוין אויף האקן דיין קאפ אין קיבאורד. עס טוט מיהר וויי נאר צו קוקן.
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
nuwilli
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 17, 2015 10:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך nuwilli »

טישטוך האט געשריבן:קיינער האט נישט גערעדט איבער אינטערנעט ווי איר קענט זיך איבערצייגן אויפן קעפל פונעם אשכול, און דיין פוינט איז אירעלעווענט ווייל דיין סמארטפאון מיט דיין בידערמאן און רייזמאן שיעורים געהערעכץ האבן קנאפער שייכות, גראדע ביסטו פרומער געווארן.

און קיינער פארטיפט זיך נישט אין סמארטפאון אנשטאט זען ראיות אסורות.

אבער איך זעה שוין, מען רעדט צו א באנדע וואס אדער זענען זיי אומוואוסנדע וועלכע פארמאגן נישט די 'כלים' אדער זענען זיי די דריי-קעפ וועלכע פארמאגן עס יא און זיי וועלן אויף קיין פאל נישט מודה זיין גייענדיג אין כלל פון אין אדם מרשיע את עצמו, די איינציגסטע באגלייבטע זענען די וועלכע קענען עס און האבן עס מער נישט.

און נאכאמאל, מען רעדט פון סמארטפאון און נישט פון אינטערנעט בכלליות.

איך גיי נישט טענה'ן מיט דיר, קודם ווייל כ'האב נישט קיין צייט צו גיין אהין און צוריק, אין בעיקר ווייל קוקט זיך אויס די וועסט אויף קיין פאל נישט מודה זיין אז עס איז דא מענטשן וואס זענען, אין טראכטן אנדערש ווי דיר אין זייער לעוועל פון ניסיונות שטייט אנדערש ווי דיינע!

א יעדער איד אויף דער וועלט האט ניסיונות, אבער דער לעוועל פון די ניסיונות ריקן זעך לויט אסאך אומשטענדן און בעיקר לויט וויפעל מען ארבעט אריין אין זיך!
א העווי סמאקער וואס שטייט שוואך אין יודישקייט ל"ע מיינט מסתמא אויך אז "קיינער" קען זיך נישט איינהאלטן פון רייכערן חלילה שבת.
(שטעל דיך נישט אויפן משל, ווייל עס איז נאר ארויס צו ברענגן א פאונט.)

צו זאגן אז א סמארטפאון איז א ניסיון פאר א "יעדער" און "קיינער" קען זיך נישט באנוצן מיט דעם אן דורכפאלן, איז זייער קורץ-סכל'דיג געטראכט, און די באקוקסט די וועלט נאר לויט דיינע ברילן אן פארשטיין עס איז דא מענטשן וואס שטייען אנדערש ווי דיר.
נאכאמאהל, איך זאג נישט עס איז נישט א סכנה'דיגע כלי, עס איז אבער דא פאר וועמען עס איז זייער סכנה'דיג. און פאר וועם עס איז ממש נישט קיין סכנה וויבאלד זיינע ניסיונות זענען נישט אויף די לעוועל.

עס איז דער הייליגער טאג הושענה רבה, איך שרייב דאס נאר, ערשטנס ווייל ווי על ראשבא האט געשריבן
El Rushbo האט געשריבן: מיך באדערט אבער ווען אידן באשולדיגן אנדערע אידן אין עובר זיין איסורי דאורייתא ווען די מציאות איז אנדערש.

אפשר וועט עס מאכן מאנכע האבען א שטיקל התבוננות נישט חושד זיין א איד וואס מען זעהט מיט א ס"פ.

אין צווייטנס, אין א שמועס מיט נאך א איד וואס באנוצט זיך מיט א ס"פ איז אויסגקומען צו רעדן וואס זענען די סיבות פארוואס א חלק כלל איז א ס"פ אזא סכנה און פאר אנדער נישט, איז אפשר כדאי דאס אויסצושמועס'ן, אפשר וועט ארויסקומען א תועלת דערפון, איך שרייב נאר אפאר וואס קומט איצטערט אויפן געדאנק, ווער עס וויל קען צולייגן:

א: עס איז דא נאטורן וואס זענען "עדיקדיוו", און עס איז דא אנדערע וואס ווערן נישט עדיקטעט צו גארנישט, אפילו נאך שטארק ליב האבן א זאך.
ב: איד'ן וואס זענען שוין אדורך ניסיונות אין לעבן, געפאלן און געשטיגן, האבן א בעסרען שמעק פון וואס זיי ברויכן שטיין ווייט און פון וואס נישט.
ג: מענטשן מיט שטארק פארנומענע קעפ לאזן זיך נישט פארדרייען אזי שנעל פון א שלעכטע ראיה
ד: איד'ן וואס לעבן נישט אויף א וועכענטליכן געהאלט, נאר אויף קאמישען אדער אן אייגן ביזנעס אין פילן שטארק טעגליך אז דער באשעפער גיבט פרנסה, וועלן זיך שווערער לאזן פארזינדיגן.
ה: מענטשן מיט זייער ווייניג פרייע צייט וואס זיי זענען פאר זיך אליין, האבן א בעסערן טשאנס נישט פארקריכן
ו: אויב די טוסט תשובה אויפן זיך נישט גענוג שנעל אוועקדרייען "און אוועק נעמען דיין מחשבה" פון א ראיה בשוגג אויפן גאס וכדו', איז כמעט נישט מעגליך במזיד נכשל ווערן.
ז: עס איז דא מענטשן וואס האבן א נאטור אדער זיך געלערנט בעסער קאנטראלן די מחשבה.
ח: א שטארק אפענעם שלום בית קען העלפן ודי ואכמ"ל.
ט: מענטשן וואס די נאטור איז נישט זיין זייער נייגעריג, אדער זיך געלערנט קאנטראלן די נייגער...
י: איד'ן וואס דארפן באמת שטארק די ס"פ פאר פרנסה וועלן שווערער לאזן דאס זאל זיי מכשיל זיין.
יא: איד'ן וואס האבען זיך אייגעפירט נישט נעמען די ס"פ אין האנט על לא דבר, אין בעיקר נישט נעמען אין האנט ווען מען האט פרייע צייט. אין אויב יא טוט מען תשובה אויף דורך פאלן דעם גדר אליין, וועלן נישט אנקומען פארקריכן ווי מען טאר נישט.
יב: ווען די ביסט חברים מיט ערנסטערע איד'ן וואס באנוצען זיך אויך מיט א ס"פ לצורך פרנסה, און מען שרייבט זיך נישט קיין וויצן העלפט דאס אויך געדענקן אז דאס איז נישט קיין כלי צו שפילן נאר צום ארבעטן.

Kosher Travel האט געשריבן:און יא, מען קען אויפגעבן די סמארטפאון. אזוי ווי איך האב געטוהן. .

אנטשולדיגט, אבער אויך געקוקט דער וועלט נאר מיט דיינע ברילן.
ביסטו אין א אפיס רוב טאג? אדער האסטו א סעקראטער וואס קען קער נעמען ווען די ביסט נישט דארט.
איז דער סעלסמאן אויפן ראוד אדער אין לופטן רוב צייט די זעלבע ווי דיר?
איז דער סייט מענעדשער, וואס דארף שיקן בילדער אין באקומען אינסטרוקשענס אויפען 15 טע שטאק אין א רויע בנין די זעלבע ווי דיר?
וכדו" וכדו"
זיי נישט קיין נער צו פרעגן ווי אזוי האט מען געקענט אמאל!

אויב האט איינער ניסיונות מוטן ס"פ בין איך נישט קיין פוסק צו ער מעג בלייבן מוטן ארבעט וואס דארף א ס"פ, לכאורה דארף ער אויפגעבן זיין דזשאב. מיי פוינט איז אז זאג נישט יעדער קען אויפגעבן אזוי ווי די!

א גיט קוויטל אלע אידן!
לעצט פארראכטן דורך nuwilli אום זונטאג אקטאבער 20, 2019 5:12 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

דו זאגסט זייער זייער ריכטיג, נאר איין שורה'לע דיר צו קלאר מאכן מיינע רייד און מיט דעם זענען מיר געענדיגט בעז"ה.

דורכפאלן און זינדיגן מיט א סמארטפאון איז לאו דוקא מיט ראיות אסורות אדער די פראבלעם ביטול זמן, עס איז לשון הרע, ליצנות, רכילות, הלבנת פני חבירן, און אויך ראיות אסורות, עס איז בעיקר א יסודות'דיגע פראבלעם פון די מענטאליטעט וואס טוישט זיך ביים בעל הסמארטפאון, ער ווערט זעלבשטענדיג און גלייבט נישט מער קיין רבנים, ער ווערט זייער איבערגענומען און פארקויפט צום סמארטפאון אפילו ער איז נישט קיין עדיקטיוו פערסאנעליטי וויבאלד די סמארטפאון ליגט אים אייביג אין קעשענע.

איך האב זייער הנאה פון דיין גרונטליכע בליק אויף די זאך.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

טישטוך האט געשריבן:עס איז בעיקר א יסודות'דיגע פראבלעם פון די מענטאליטעט וואס טוישט זיך ביים בעל הסמארטפאון, ער ווערט זעלבשטענדיג און גלייבט נישט מער קיין רבנים.

אויב רבנים וועלן דיר זאגען אז אויב גייסטו אין גראסערי וועט אראפפאלן דיין נאז, און דו וועסט עובר זיין און יא גיין און גראסערי און דיין נאז וועט בלייבן אויפן פלאץ, גאראנטירט אז דו וועסט אויך ווערן זעלבשטענדיג און מער נישט גלייבן קיין רבנים. ס'טו געהערט א מעשה!!!

זייער אסאך (אפשר רוב) רבנים האלטן שוין היינט אז א סמ"פ מיט א גוטע פילטער איז אקעי און איז אגעמומען אלס א נארמאלע סטענדערט, די פאר וואס זאגען אנדערש (צוליב די פאלשע עסקנים ודי) זענען טאקע גורם אז מענטשן זאלן פארלירן די אמונה אין "די פאר" רבנים. רבנים וואס אסר'ן דארפן זיין גרונטליך באהאווענט אין די נושא!!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

טישטוך האט געשריבן:דו זאגסט זייער זייער ריכטיג, נאר איין שורה'לע דיר צו קלאר מאכן מיינע רייד און מיט דעם זענען מיר געענדיגט בעז"ה.

אפשר ביסטי מסביר וויאזוי מ'ווערט זעלבסטשטענדיק דורך א סמארטפאון. מיינסט צו זאגן אז מ'קען זעהן די נייעס אויף אייוועלט אשטאטס קויפן די קהלישע צייטונגן וואס ווערן כלומר'שט איבערגעקוקט דורך רבנים? אדער אפשר אז מאנכע פרעגן דא הלכה שאלות און מ'גייט מער נישט צום דיין? סארא ליצנות
ובכלל, וואס האט דאס מיט סמארטפאון מער ווי סתם אינטערנעט?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

Kosher Travel האט געשריבן:און יא, מען קען אויפגעבן די סמארטפאון. אזוי ווי איך האב געטוהן. .

אנטשולדיגט, אבער אויך געקוקט דער וועלט נאר מיט דיינע ברילן.
ביסטו אין א אפיס רוב טאג? אדער האסטו א סעקראטער וואס קען קער נעמען ווען די ביסט נישט דארט.
איז דער סעלסמאן אויפן ראוד אדער אין לופטן רוב צייט די זעלבע ווי דיר?
איז דער סייט מענעדשער, וואס דארף שיקן בילדער אין באקומען אינסטרוקשענס אויפען 15 טע שטאק אין א רויע בנין די זעלבע ווי דיר?
וכדו" וכדו"
זיי נישט קיין נער צו פרעגן ווי אזוי האט מען געקענט אמאל!

אויב האט איינער ניסיונות מוטן ס"פ בין איך נישט קיין פוסק צו ער מעג בלייבן מוטן ארבעט וואס דארף א ס"פ, לכאורה דארף ער אויפגעבן זיין דזשאב. מיי פוינט איז אז זאג נישט יעדער קען אויפגעבן אזוי ווי די!

א גיט קוויטל אלע אידן![/quote]

קודם כל, א גיט קוויטעל פאר אייך אויך.
איך מיין איז איהר האט נישט געליינט וואס איך האב געשריבן. ווייל איך האב קלאהר געשריבן אז איך פארשטיי אז עס איז דא מענטשען וואס מוזן עס האבן.
איך האב געשריבן אז איך האב עס אויפגעגעבן, הגם, עס איז מיהר געוועהן גאר שווער. און הגם, איך דארף עס אויך לצורך פרנסה. וויכטיג.
און איך האב נישט געפרעגט דאס:
זיי נישט קיין נער צו פרעגן ווי אזוי האט מען געקענט אמאל!

פונקט ווי איך האב נישט געפרעגט צו אמאהל האט מען זיך געקענט באגיין מיט פערד און וואגן.

און צירק צום נושא, איז "סמארט פאון מאכט פריי" איבערגעטריבן.

תהא שנת פדיון
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

דריידל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:דו זאגסט זייער זייער ריכטיג, נאר איין שורה'לע דיר צו קלאר מאכן מיינע רייד און מיט דעם זענען מיר געענדיגט בעז"ה.

דורכפאלן און זינדיגן מיט א סמארטפאון איז לאו דוקא מיט ראיות אסורות אדער די פראבלעם ביטול זמן, עס איז לשון הרע, ליצנות, רכילות, הלבנת פני חבירן, און אויך ראיות אסורות, עס איז בעיקר א יסודות'דיגע פראבלעם פון די מענטאליטעט וואס טוישט זיך ביים בעל הסמארטפאון, ער ווערט זעלבשטענדיג און גלייבט נישט מער קיין רבנים, ער ווערט זייער איבערגענומען און פארקויפט צום סמארטפאון אפילו ער איז נישט קיין עדיקטיוו פערסאנעליטי וויבאלד די סמארטפאון ליגט אים אייביג אין קעשענע.

איך האב זייער הנאה פון דיין גרונטליכע בליק אויף די זאך.

אפשר ביסטי מסביר וויאזוי מ'ווערט זעלבסטשטענדיק דורך א סמארטפאון. מיינסט צו זאגן אז מ'קען זעהן די נייעס אויף אייוועלט אשטאטס קויפן די קהלישע צייטונגן וואס ווערן כלומר'שט איבערגעקוקט דורך רבנים? אדער אפשר אז מאנכע פרעגן דא הלכה שאלות און מ'גייט מער נישט צום דיין? סארא ליצנות
ובכלל, וואס האט דאס מיט סמארטפאון מער ווי סתם אינטערנעט?
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס איז בעיקר א יסודות'דיגע פראבלעם פון די מענטאליטעט וואס טוישט זיך ביים בעל הסמארטפאון, ער ווערט זעלבשטענדיג און גלייבט נישט מער קיין רבנים.

אויב רבנים וועלן דיר זאגען אז אויב גייסטו אין גראסערי וועט אראפפאלן דיין נאז, און דו וועסט עובר זיין און יא גיין און גראסערי און דיין נאז וועט בלייבן אויפן פלאץ, גאראנטירט אז דו וועסט אויך ווערן זעלבשטענדיג און מער נישט גלייבן קיין רבנים. ס'טו געהערט א מעשה!!!

זייער אסאך (אפשר רוב) רבנים האלטן שוין היינט אז א סמ"פ מיט א גוטע פילטער איז אקעי און איז אגעמומען אלס א נארמאלע סטענדערט, די פאר וואס זאגען אנדערש (צוליב די פאלשע עסקנים ודי) זענען טאקע גורם אז מענטשן זאלן פארלירן די אמונה אין "די פאר" רבנים. רבנים וואס אסר'ן דארפן זיין גרונטליך באהאווענט אין די נושא!!

זייט וויסן מיין פריינט אז די רבנים וואס אסר'ן די סמארטפאונס ווייסן זייער זייער גוט וואס עס טוט זיך אפ, איך וויל נישט מקטרג זיין אויף כלל ישראל אבער זייענדיג נאנט צו הרה"ק מסקולען קען איך דיר דערציילן צ ע נ ד ל י ג ע מעשיות פון היימישע שטיבער וואס זענען אונטערגעגאנגען לגמרי ה"י.

און יעצט גייט איר קרומען מיט די נאז "יויש טישטוך איז מגזם", וואס?

כ' האב הנאה פון דיין פאזעטיווע בליק אויף כלל ישראל און דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קיינמאל נישט וויסן וואס עס גייט היינט פאר.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6378
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

טישטוך האט געשריבן: זייענדיג נאנט צו הרה"ק מסקולען קען איך דיר דערציילן צ ע נ ד ל י ג ע מעשיות פון היימישע שטיבער וואס זענען אונטערגעגאנגען לגמרי ה"י.

.

איך קען דיר פארציילן 2 מאל אזויפיל.
אלע פון זיי מיט טעלעפאנען אן א פילטער.
אוועטאר
Kosher Travel
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4217
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 30, 2016 7:40 pm
לאקאציע: Yehupesville
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Kosher Travel »

איך מיין אז מען זאל עפענען נאך אן אשכול (עס איז מסתמא שוין דא...) "סמארטפאון! איבערגעטריבן?".

ביטע לאט די נושא איבער סמארטפאון מאכט פריי! איבערגעטריבן ?
מנין, כשר עסען, כשר האטעלס Worldwide Jewish and Kosher Directory
http://www.KosherTravelInfo.com

~~~~~~~~~~~~~
העלפט מיין חבר פון זיך אונטערברעכן!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

טישטוך האט געשריבן:
דריידל האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:דו זאגסט זייער זייער ריכטיג, נאר איין שורה'לע דיר צו קלאר מאכן מיינע רייד און מיט דעם זענען מיר געענדיגט בעז"ה.

דורכפאלן און זינדיגן מיט א סמארטפאון איז לאו דוקא מיט ראיות אסורות אדער די פראבלעם ביטול זמן, עס איז לשון הרע, ליצנות, רכילות, הלבנת פני חבירן, און אויך ראיות אסורות, עס איז בעיקר א יסודות'דיגע פראבלעם פון די מענטאליטעט וואס טוישט זיך ביים בעל הסמארטפאון, ער ווערט זעלבשטענדיג און גלייבט נישט מער קיין רבנים, ער ווערט זייער איבערגענומען און פארקויפט צום סמארטפאון אפילו ער איז נישט קיין עדיקטיוו פערסאנעליטי וויבאלד די סמארטפאון ליגט אים אייביג אין קעשענע.

איך האב זייער הנאה פון דיין גרונטליכע בליק אויף די זאך.

אפשר ביסטי מסביר וויאזוי מ'ווערט זעלבסטשטענדיק דורך א סמארטפאון. מיינסט צו זאגן אז מ'קען זעהן די נייעס אויף אייוועלט אשטאטס קויפן די קהלישע צייטונגן וואס ווערן כלומר'שט איבערגעקוקט דורך רבנים? אדער אפשר אז מאנכע פרעגן דא הלכה שאלות און מ'גייט מער נישט צום דיין? סארא ליצנות
ובכלל, וואס האט דאס מיט סמארטפאון מער ווי סתם אינטערנעט?
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן:עס איז בעיקר א יסודות'דיגע פראבלעם פון די מענטאליטעט וואס טוישט זיך ביים בעל הסמארטפאון, ער ווערט זעלבשטענדיג און גלייבט נישט מער קיין רבנים.

אויב רבנים וועלן דיר זאגען אז אויב גייסטו אין גראסערי וועט אראפפאלן דיין נאז, און דו וועסט עובר זיין און יא גיין און גראסערי און דיין נאז וועט בלייבן אויפן פלאץ, גאראנטירט אז דו וועסט אויך ווערן זעלבשטענדיג און מער נישט גלייבן קיין רבנים. ס'טו געהערט א מעשה!!!

זייער אסאך (אפשר רוב) רבנים האלטן שוין היינט אז א סמ"פ מיט א גוטע פילטער איז אקעי און איז אגעמומען אלס א נארמאלע סטענדערט, די פאר וואס זאגען אנדערש (צוליב די פאלשע עסקנים ודי) זענען טאקע גורם אז מענטשן זאלן פארלירן די אמונה אין "די פאר" רבנים. רבנים וואס אסר'ן דארפן זיין גרונטליך באהאווענט אין די נושא!!

זייט וויסן מיין פריינט אז די רבנים וואס אסר'ן די סמארטפאונס ווייסן זייער זייער גוט וואס עס טוט זיך אפ, איך וויל נישט מקטרג זיין אויף כלל ישראל אבער זייענדיג נאנט צו הרה"ק מסקולען קען איך דיר דערציילן צ ע נ ד ל י ג ע מעשיות פון היימישע שטיבער וואס זענען אונטערגעגאנגען לגמרי ה"י.

און יעצט גייט איר קרומען מיט די נאז "יויש טישטוך איז מגזם", וואס?

כ' האב הנאה פון דיין פאזעטיווע בליק אויף כלל ישראל און דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט קיינמאל נישט וויסן וואס עס גייט היינט פאר.

פאר אינטערעסאנטקייט, האסטי מברר געווען אז די היימישע שטיבער זענען טאקע אינטערגעגאנגן וועגן סמארטפאון, אדער ווייסטי פשוט אז זיי זענען אינטערגעגאנגן און אויך געהאט א סמארטפאון, און די שטעלסט צאם 1+1?
ס'איז ביי קיינעם נישט קיין ספק אז יעדער וואס גייט אראפ פון וועג האט א סמארטפאון, אזוי ווי 99% פון די באפעלקערונג וואס האבן סמארטפאונס (די וואס קענען עס אפארדן, פארשטייטציך).
רובא דרובא פון otd'ס קומען ווייל זיי זענען disgustet פון אידישקייט מחמת קשיות וסתירות אדער סתם נישט האבן קיין סיפוק, ווערט מען קאלט פאר כל דבר שבקדושה דערנאך שאפט מען זיך אינטערנעט און מ'קוקט כל דבר אסור, מ'ווערט געוואר פון א וועלט וואס קוקט אויס גלאנצעדיג, און פארשטייט זיך אז דאס האט א שלעכטע השפעה און פירט אין תהום אריין. אויף דעם וועט נישט העלפן קיין איסורים וחרמים ווייל דער יעניגער פייפט במילא אן און וועט עס האבן.
סא נאכאמאל, די צענדליגע מעשיות פון היימישע שטיבער, קענסטי אלע פרטים פון אנפאנג ווען מ'האט אנגעהויבן צו גליטשן אדער ווייסטי נאר וואס האט פאסירט פון ווען מ'האט פארשאפט א סמארטפאון?
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן: זייענדיג נאנט צו הרה"ק מסקולען קען איך דיר דערציילן צ ע נ ד ל י ג ע מעשיות פון היימישע שטיבער וואס זענען אונטערגעגאנגען לגמרי ה"י.
.

איך קען דיר פארציילן 2 מאל אזויפיל.
אלע פון זיי מיט טעלעפאנען אן א פילטער.

די שאלה איז פארוואס שטעלסטו זיך אפ ביים אן א פילטער
קענסט גיין ווייטער: די אלע וואס האבן נישט קיין פילטער האבן
פארדעם געהאט א סמארטפאון מיט א פילטער
און פארדעם האבן זיי געהאט א פליפ פאון מיט טעקסט
און פארדעם א כשרע פאון אן טעקסט אבער אנלימיטעד טאלק
און פארדעם לימטעד טאלק
און פארדעם האבן זיי בכלל נישט געהאט קיין פאון

סא וועלכע אין די לייטער האט איהם פריי געמאכט? ווייל פארשטייט זיך אז האבן די סמארטפאון אן א פילטער איז ער נאך נישט קיין פרייער, נאר:
דערנאך האט ער זיך אנגעליינט, אדער לאידך גיסא סתם אריין פייגלעך אין קאפ
דערנאך הא ער אנגהויבן מזלזל זיין אין ג׳ תפילות
דערנאך איינמאל נכשל געווארן אין חילול שבת
דערנאך האט ער תשובה געטוהן
נאכדעם האט ער נאכאמאל אנגעהויבן מזלזל זיין אין שבת תפילין און כשרות
וכו׳

די שאלה איז פארוואס איז מען מחליט אז ״די סטעפ״ וואס איז מכריע דעם כף הקלע איז דאס קויפן א סמארטפאון מיט אדער אן א פילטער,
קיינער וועט נישט זאגן אז קויפן א פאון איז די דבר המכריע ווייל דאס ברענגט צו מ׳זאל קויפן א סמארטפאון מיט א פילטער און דאס ברענגט שפעטער צו אראפ נעמען דעם פילטער און דאס ברענגט פריי צו ווערן. ווייל יעדער פארשטייט אז נישט יעדער וואס קויפט א פאון אן טעקסט וועט זיכער צולייגן נאכדעם טעקסט, און נישט יעדער וואס האט טעקסט וועט נאכדעם קויפן א סמארטפאון.

וכן לעניננו נישט יעדער וואס האט א סמארטפאון קומט אן צו זיך דרייען אן א פילטער,

(און נישט יעדער וואס האט נישט קיין פילטער ווערט פריי... אוי אוי דא האב איך שוין איבערגעטריבן, און אפשר נישט)
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אוועטאר
מחשב
שר שלשת אלפים
תגובות: 3563
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 3:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מחשב »

איינס האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:
טישטוך האט געשריבן: זייענדיג נאנט צו הרה"ק מסקולען קען איך דיר דערציילן צ ע נ ד ל י ג ע מעשיות פון היימישע שטיבער וואס זענען אונטערגעגאנגען לגמרי ה"י.
.

איך קען דיר פארציילן 2 מאל אזויפיל.
אלע פון זיי מיט טעלעפאנען אן א פילטער.

די שאלה איז פארוואס שטעלסטו זיך אפ ביים אן א פילטער
קענסט גיין ווייטער: די אלע וואס האבן נישט קיין פילטער האבן
פארדעם געהאט א סמארטפאון מיט א פילטער טייל
און פארדעם האבן זיי געהאט א פליפ פאון מיט טעקסט בעיקר די פון פאר די סמארטפאון עפאכע, פון דארט און ווייטער א גאר קליינער מיעוט.
און פארדעם א כשרע פאון אן טעקסט אבער אנלימיטעד טאלק ווייסעכשויניש
און פארדעם לימטעד טאלק
און פארדעם האבן זיי בכלל נישט געהאט קיין פאון

סא וועלכע אין די לייטער האט איהם פריי געמאכט? ווייל פארשטייט זיך אז האבן די סמארטפאון אן א פילטער איז ער נאך נישט קיין פרייער, נאר:
דערנאך האט ער זיך אנגעליינט, בעיקר אויף זיין דעסקטאפ.. הא? אדער לאידך גיסא סתם אריין פייגלעך אין קאפ
דערנאך הא ער אנגהויבן מזלזל זיין אין ג׳ תפילות סתם דורך זיך פארשלעפן מיט הכנות...
דערנאך איינמאל נכשל געווארן אין חילול שבת דורך בטעות אפרייסן א באהאפטענע טישא.
דערנאך האט ער תשובה געטוהן דורך הערן ר' מיילעך בידערמאן אויף תורה עני טיים עפפ
נאכדעם האט ער נאכאמאל אנגעהויבן מזלזל זיין אין שבת תפילין און כשרות
וכו׳

די שאלה איז פארוואס איז מען מחליט אז ״די סטעפ״ וואס איז מכריע דעם כף הקלע איז דאס קויפן א סמארטפאון מיט אדער אן א פילטער,
קיינער וועט נישט זאגן אז קויפן א פאון איז די דבר המכריע ווייל דאס ברענגט צו מ׳זאל קויפן א סמארטפאון מיט א פילטער און דאס ברענגט שפעטער צו אראפ נעמען דעם פילטער און דאס ברענגט פריי צו ווערן. ווייל יעדער פארשטייט אז נישט יעדער וואס קויפט א פאון אן טעקסט וועט זיכער צולייגן נאכדעם טעקסט, און נישט יעדער וואס האט טעקסט וועט נאכדעם קויפן א סמארטפאון.
וכן לעניננו נישט יעדער וואס האט א סמארטפאון קומט אן צו זיך דרייען אן א פילטער, (און נישט יעדער וואס האט נישט קיין פילטער ווערט פריי... אוי אוי דא האב איך שוין איבערגעטריבן, און אפשר נישט)

ניין איך האלט אז נישט. קלאר אז נישט יעדער אן א פילטער ווערט פריי, און אויך נישט יעדער מיט יענע מעשה ר"ל שטארבט.
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

מחשב האט געשריבן:ניין איך האלט אז נישט. קלאר אז נישט יעדער אן א פילטער ווערט פריי, און אויך נישט יעדער מיט יענע מעשה ר"ל שטארבט.

די שאלה איז אבער נאכמער איז עס טאקע אז: ״נישט יעדער״ וואס האט נישט א פילטער ווערט פריי,
אדער נאר אז: (כמעט) יעדער וואס ווערט פריי האט נישט געהאט א פילטער.
און די חילוק איז זייער ווייט.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

אמאל האט מען געזאגט ביכ"ל ר"ת כ'ל ב'איה ל'א י'שובון
אינטרעסאנט, ווער האט זיי טאקע געזאגט אז דער ביכל האט זיי פריי געמאכט??...
סתם אזוי, ס'יז עם אריין פייגעלעך אין קאפ, האט ער געליינט ביכער, אבער שוין פון פריער האט ער געהאלטן ביי גארנישט....

הקיצור, דער אמאליגער 'ביכל', איז דער היינטיגער סמארטפאון, [און הוא הדין מען קען אויך פוטשן אויפן דעסקטאפ...], וואס איז דען דער חילוק???

נאר וואדזשע דען?, עס ווענד זיך, אויב קען מען זיך טאקע באגיין אן דעם ס"פ און מען קויפט עס זיך [לצורך פרנסה ...., און אויך צו] צו ענזשויען, איז עס טאקע נישט בעסער ווי א ביכל....
משא"כ אויב טאקע איז עס 'פרנסה', אולי יש לחלק...., והלב יודע אם לעקל או לעקלקלות [סנהדרין כו ע"א], גאט ב"ה ווייסט זיכער דעם אמת....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

אביונה האט געשריבן:אמאל האט מען געזאגט ביכ"ל ר"ת כ'ל ב'איה ל'א י'שובון
אינטרעסאנט, ווער האט זיי טאקע געזאגט אז דער ביכל האט זיי פריי געמאכט??...
סתם אזוי, ס'יז עם אריין פייגעלעך אין קאפ, האט ער געליינט ביכער, אבער שוין פון פריער האט ער געהאלטן ביי גארנישט....

הקיצור, דער אמאליגער 'ביכל', איז דער היינטיגער סמארטפאון, [און הוא הדין מען קען אויך פוטשן אויפן דעסקטאפ...], וואס איז דען דער חילוק???

אויב איז דאס ביכ״ל נאר געווען אמאל
לאמיר דעמאלטס אביסל פאריכטן
א ביכל איז געווען אמאל אמאל, און די סמארטפאון איז געווען אמאל (היינט איז דאס ...)

פארוואס?
פאר די זעלבע סיבה פארוואס די ביכל איז געווען אמאל-אמאל לא ישובון און אמאל האט זיך שוין אריינגעביכלט און אלע אידישע קרייזן.
אזוי איז מיטן סמארטפאון אמאל איז געעוען א גרויסן לא ישובון פונעם סמארטפאון, אבער היינט ווען סאיז אראפ געשטעלט אויף א הערליכן וועג איז דאס געשטעלט אויף א פלאץ.
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
דריידל
שר תשעת אלפים
תגובות: 9184
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 07, 2015 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דריידל »

אביונה האט געשריבן:אמאל האט מען געזאגט ביכ"ל ר"ת כ'ל ב'איה ל'א י'שובון
אינטרעסאנט, ווער האט זיי טאקע געזאגט אז דער ביכל האט זיי פריי געמאכט??...
סתם אזוי, ס'יז עם אריין פייגעלעך אין קאפ, האט ער געליינט ביכער, אבער שוין פון פריער האט ער געהאלטן ביי גארנישט....

הקיצור, דער אמאליגער 'ביכל', איז דער היינטיגער סמארטפאון, [און הוא הדין מען קען אויך פוטשן אויפן דעסקטאפ...], וואס איז דען דער חילוק???
נאר וואדזשע דען?, עס ווענד זיך, אויב קען מען זיך טאקע באגיין אן דעם ס"פ און מען קויפט עס זיך צו ענזשויען, איז עס טאקע נישט בעסער ווי א ביכל....
משא"כ אויב טאקע איז עס 'פרנסה', אולי יש לחלק...., והלב יודע אם לעקל או לעקלקלות [סנהדרין כו ע"א]

בויעט שוין בנינים אויף א מימרא וואס מען האט געזאגט. ווער האט עס געזאגט? און אויף וואספארא ביכל האט מען עס געזאגט? און האט מען געזאגט אז אלע וואס זענען פריי געווארן איז עס צוליב די ביכל?
ניין, ניין און נאכאמאל ניין.
חכמים הזהרו בדבריכם. טרייבטס נישט איבער און האלטס נישט די עולם פאר משוגעים וועם מ'קען פארקויפן לאקשן ווייל ווען מ'ווערט עלטער וועט מען געוואר ווערן פון די שקרים וואס מ'האט אריינגעפרעגעלט און נאכדעם גלייבט מען שוין גארנישט.
כ'הא נישט קיין צייט יעצט; רוף מיך צוריק נאכמיטאג
אביונה
שר האלפיים
תגובות: 2306
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2019 1:39 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אביונה »

זעהט אויס אז איר ווייסט טאקע נישט וויפיל דער 'ביכל' האט חרוב געמאכט....
רוב רובם פונם פולישן חסידישער יוגענט [בחורים וגם בתולות..] איז געגאנגען פייפן... יא, א דאנק ביכלעך....
ווער ס'וויל לייקענען געזונטערהייט, אבער היסטאריע קען מען נישט טוישן.....

דארף מען רעדן אין פופציג יאר ארום [משיח זאל פריער דא זיין], היסטאריש גערעדט, וויפיל וועלן די חורבנות פונם ס"פ דעמאלט זיין....,
די שאלה איז ווי לאנג מען קען זיך טאקע פאפן ....
והקריב מן התרים או מן בני היונה קרבנו
אוועטאר
איינס
שר עשרת אלפים
תגובות: 18792
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איינס »

דריידל דער ווארט איז יא געזאגט געווארן און דורך גדולים

אבער...
מיין רבי אין חיידער האט אמאל געפרעגט אז לוט איז ראשי תיבות לויט וויל טרינקען,
נו האט ער דאך געקענט הייסון טול און נישט לוט, און סוועט זיין פארקערט טרינקען וויל לוט?
נאר דעמאלטס וואלט ער דאך געדארפט הייסן טוט.

לעניננו א ביכל איז בימיהם געווען א שעדליכע זאך, צו ווייל סאיז נאר געעוען שעדליכע ביכער, צו משום סימן ווייל למעשה האבן די ביכער ליינער געעוען יונגען און דאס האט אריינגברענגט א פרייקייט ביים ליינער אז ער איז א חלק פ די ביכער ליינער.
פרעגט זיך אבער וואס וואלט געווען ווען סוואלט נישט געהייסן ביכל, און די ר״ת וואלט נישט געשטומט?

די ר״ת איז א שיינע מליצה פארן מציאות
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם!
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”