פשט פון מיין ניק איז אזוי, איך האב אריינגעגבען צו עפענען א ניק מיט א פשוטע נאמען, אבער נאך אפאר חדשים ווארטען האב איך געזען אז מען ניק ווערט נישט אפראוועד, איך האב חושד געוועהן אז די סיבה פארוואס איך ווער נישט אפראוועד איז ווייל איינער האט מיר אויסגעכאפט, האב איך געטראכט אז איך דארף אויפקומען מיט א ניק וואס קיינער האט נאך נישט געטראכט פון דעם. האב איך צוגעמאכט די אויגען און גענומען האקען אותיות...
אקעי, נישט ממש אזוי, אבער דאך עפעס א ניק וואס קיינער האט נישט געטראכט פון נאך, אזוי טראכטענדיג, באקום א טוויט (דורך טעקסט) פון איינער וואס אנאליזערט עלקטשיענס, און ער האט געשיקט א נומבער איבער waukesha county אין וויסקאנסין. זעהענדיג דער טוויט, איז מיר באגייפאלען אז דאס איז א ניק וואס איז זיכער פאר קיינעם נישט בייגעפאלן, האב איך אריינגעגעבן מיין יעצטיגען ניק, נאך ווארטען 2 וואכן, האב איך מיך פארבינדען מיר @אלי' מקוה איד, און ער האט מיר מודיע געוועהן אז מיין ערשטע ניק איז צו ענדליך צו אן עקזיסטירענע ניק און ער קען עס נישט אפראווען, אבער ער האט אפראוועד מיין יעצטיגען ניק (ייש"כ פאר דעם @אלי' מקוה איד)
וואס איז ספיעציעל מיט Waukesha county און עלעקשיענס? עס איז די גרעסטע רעפובליקען קאונטי אין וויסקאנסין, למשל אין 2016 האט טראמפ געווינען Waukesha county מיט 80 טויזענט שטימען און געווינען וויסקאנסין מיט בלויז 30 טויזענט שטימען. דאס מיינט אז ווען נישט waukesha וואלט טראמפ פארלוירען וויסקאנסין מיט 50 טויזענט שטימען.
waukesha county איז באקאנט געווארען בשעת די 2011 וויסקאנסין סופרים קארט רעיס, נאך דעם וואס סקאט וואלקער האט דורכגעשטופט שטארקע אנטי-union געזעצען, און די דעמקראטען האבן געברענגט א לאוסיוט קעגן די געזעץ, און עס וואלט געדארפט אנקומען צו די וויסקאנסין סופרים קארט, אבער די conservatives (נישט פארגעסען judges דארפן זיין אימפארטייעש, אבער פליטישע בייאס קענען זיי נאך במציאות האבן) האבן געהאט א 4-3 מערהייט אויף די קארט, די דעמקראטען האבן געהאפט אין 2011 אוועק צו כאפן איין זיץ פון די conservatives, און פארלייגט אלע כחות צו געווינען דעם זיץ, דער נאכט פון די עלקשיען האט זיך טאקע ארויסגעשטעלט אז די ליבעראלע קאנדידאט האט געווינען מיט א מערהייט פון 204 שטימען, צוויי טעג שפעטער האט מען אבער געפונען אז מען האט פארגעסען צו ציילען בערך 14000 שטימען פון waukesha (זיי האבן נישט געציילט די שטימען פון די שטאט brookfield, וואס געפינט זיך אין waukesha) און נאכן ציילען די שטימען, האט די conservative קאנדידאט געווינען מיט א מערהייט פון העכער 7000 שטימען.