yid האט געשריבן:almost everyone that has or had a smartphone saw a reyah asirah on his smartphone
מ'דארף זיין היפש א פארדארבען נפש מיט א פארקרומטע קאפ, צו אראפשטעלן אזא פראספעקטיוו
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
טישטוך האט געשריבן:ניין! פונקט נישט, מען דארף זיין א רעאליסטישער מענטש, די מציאות צייגט אז יעדער סמארטפאון אייגנטומער איז סאך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי איינער וואס האט נישט.
וואס ווילסטו זאגן? מען זאל נישט נעמען קיין פאסט?
מען זאל נישט גיין אין גאס?
מען זאל נישט גיין צום דענטיסט אדער דאקטאר?
דו רעדסט דאך נאנסענס, מען מוז זען צו שטיין ווייט פון יעדע ניסיון, ווילאנג דער סמארטפאון איז נאכנישט א 'מוז' אזויווי פאסט אדער דאקטאר זענען מיר מחויב זיך אפצוהאלטן דערפון.
און איך פארשטיי דיר פארן האבן א סמארטפאון, אבער פאפ זיך נישט אליין און פרוביר אונז נישט צו פאפן אז עס איז אזויווי דאקטאר אדער פאסט ווייל ווען דו ביסט געווען אינגאנצן פינף זעקס יאר יונגער האסטו נישט געדארפט קיין סמארטפאון, יעצט דארפסטו יא? נעבעך פאר דיר, מאך עס אבער נישט פאר די נארמע.
און איך בין אויך געווען א סמארטפאון באנוצער מיט די זעלבע אויסגעדראשענע טענות ווי דיר, היינט בין איך אמת'דיג מיט זיך אליין און איך ווייס ווי 'וויכטיג' דער סמארטפאון איז.
טישטוך האט געשריבן:און איך פארשטיי דיר פארן האבן א סמארטפאון, אבער פאפ זיך נישט אליין און פרוביר אונז נישט צו פאפן אז עס איז אזויווי דאקטאר אדער פאסט ווייל ווען דו ביסט געווען אינגאנצן פינף זעקס יאר יונגער האסטו נישט געדארפט קיין סמארטפאון, יעצט דארפסטו יא? נעבעך פאר דיר, מאך עס אבער נישט פאר די נארמע.
און איך בין אויך געווען א סמארטפאון באנוצער מיט די זעלבע אויסגעדראשענע טענות ווי דיר, היינט בין איך אמת'דיג מיט זיך אליין און איך ווייס ווי 'וויכטיג' דער סמארטפאון איז.
טישטוך האט געשריבן:וואס מאכסטו משוגע? אדער האסטו נישט קיין סמארטפאון אדער ביסטו אינטערסירט זיך אליין צו פאפן און בארואיגן מיט די ליגנט אז נישט יעדער.
אדרבה פרעג זיך נאך, מאך דיין אייגענע אנקעטע ביי דיר אין דיין קהילה און איך וועל דיר פארשטיין טאמער דו וועסט זיך שעמען צו שרייבן אויף אייוועלט די רעזולטאטן.
טישטוך האט געשריבן:ניין! פונקט נישט, מען דארף זיין א רעאליסטישער מענטש, די מציאות צייגט אז יעדער סמארטפאון אייגנטומער איז סאך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי איינער וואס האט נישט.
וואס ווילסטו זאגן? מען זאל נישט נעמען קיין פאסט?
מען זאל נישט גיין אין גאס?
מען זאל נישט גיין צום דענטיסט אדער דאקטאר?
דו רעדסט דאך נאנסענס, מען מוז זען צו שטיין ווייט פון יעדע ניסיון, ווילאנג דער סמארטפאון איז נאכנישט א 'מוז' אזויווי פאסט אדער דאקטאר זענען מיר מחויב זיך אפצוהאלטן דערפון.
און איך פארשטיי דיר פארן האבן א סמארטפאון, אבער פאפ זיך נישט אליין און פרוביר אונז נישט צו פאפן אז עס איז אזויווי דאקטאר אדער פאסט ווייל ווען דו ביסט געווען אינגאנצן פינף זעקס יאר יונגער האסטו נישט געדארפט קיין סמארטפאון, יעצט דארפסטו יא? נעבעך פאר דיר, מאך עס אבער נישט פאר די נארמע.
El Rushbo האט געשריבן:טישטוך האט געשריבן:וואס מאכסטו משוגע? אדער האסטו נישט קיין סמארטפאון אדער ביסטו אינטערסירט זיך אליין צו פאפן און בארואיגן מיט די ליגנט אז נישט יעדער.
אדרבה פרעג זיך נאך, מאך דיין אייגענע אנקעטע ביי דיר אין דיין קהילה און איך וועל דיר פארשטיין טאמער דו וועסט זיך שעמען צו שרייבן אויף אייוועלט די רעזולטאטן.
אנטשולדיגט אבער איר פרעדיגט נאך וואס איר ליינט אין די פאשקעווילן ביי לכה דודי.
איך האב א סמארטפאון, און איינמאל גיין אין ביהמ"ד בין איך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי א וואך צייט אויף מיין סמארטפאון (מיט מיין פילטער פארשטייט זיך).
אויב איינעם גייט נישט אן קיין ראיות אסורות דער האט טאקע א גרינג פעלד מיט א סמארטפאון, און דער האט אפענע אויגן אויפן גאס אויך. אוו איינער וואס האט א אישו דערמיט, און איינער וואס לייגט אומאיידעלע בילדער אויף סטאטוס דעליט ער פון זיין קאנטעקטס דער זעהט נישט קיין ראיה אסורה אויף זיין סמארטפאון ווי גרויס די יאר איז.
ס'איז א אלטע כלל אז אין כולל איז די גרינגסטע אנצופיהרן א קאמפיין ווייל די אינגעלייט הערן נישט עפעס אנדערש נאר וואס דער עסקן וויל ער זאל הערן. די זעלבע איז מיט די נושא איינער וואס וויל נישט עכט מאכן אנבייעסד ריסוירטש, און וואס די קול חומותיך שרייבט איז אים גענוג, דער זעהט פשוט נישט קיין אנדערע מציאות.
דניאל אויערבאך האט געשריבן:טישטוך האט געשריבן:ניין! פונקט נישט, מען דארף זיין א רעאליסטישער מענטש, די מציאות צייגט אז יעדער סמארטפאון אייגנטומער איז סאך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי איינער וואס האט נישט.
וואס ווילסטו זאגן? מען זאל נישט נעמען קיין פאסט?
מען זאל נישט גיין אין גאס?
מען זאל נישט גיין צום דענטיסט אדער דאקטאר?
דו רעדסט דאך נאנסענס, מען מוז זען צו שטיין ווייט פון יעדע ניסיון, ווילאנג דער סמארטפאון איז נאכנישט א 'מוז' אזויווי פאסט אדער דאקטאר זענען מיר מחויב זיך אפצוהאלטן דערפון.
און איך פארשטיי דיר פארן האבן א סמארטפאון, אבער פאפ זיך נישט אליין און פרוביר אונז נישט צו פאפן אז עס איז אזויווי דאקטאר אדער פאסט ווייל ווען דו ביסט געווען אינגאנצן פינף זעקס יאר יונגער האסטו נישט געדארפט קיין סמארטפאון, יעצט דארפסטו יא? נעבעך פאר דיר, מאך עס אבער נישט פאר די נארמע.
איך וויל גארנישט זאגן, נאר אז יעדער זאל טון וואס ער פארשטייט פאר וויכטיג!!!
אפשר טאקע זאלן נאר די פרויען נעמען די פאסט, ס'איז דאך איכא דרכא אחרינא, און אפשר צום דאקטאר זאלסטו מברר זיין אז אלע ארבעטער זענען מענער און נישטא קיין שום מאגאזינען און אנדערע פרויען קומען נישט דארט בשעת דו דריייסט זיך דארט, ואטו כי רוכלא וכו'
איך זאג קלאר, אודה ולא אבוש, אז איך ווער מער נכשל אין אנדערע פלעצער ווי אויף מיין סמ"פ, איך בין גרייט צו שווערן דערויף בנקיטת חפץ,
אויסער עפעס א נארישע אדווערטייזמענט וואס מיין פראוויידער האט אמאל ארויסגעשיקט (וואס אין פאסט געפינט זיך ערגערס) האב איך נאך נישט געזען עפעס וואס איז כנגד התורה במשך עטליכע יאר!!! און ווער עס זאגט אנדערש איז א פאלנער ליגענער.
למעלה משבעים האט געשריבן:כ'ווייס נישט וואס די מציאות איז זינט איך האב נישט קיין סמארטפאון, און פיר זיך נישט צו שטעקן די נאז ביי יענעם'ס סמארטפאון, אבער פון די רעגעניש און קולות דא און פון נאכאמאל ארויסנעמען דעם קארטל אז בלויז כולל אינגעלייט זיכן וואס צו טון, קוקט אויס אז איינער דא האט צוגערירט א באהאלטענע אמת'ע פונקט, און די שטיין איז גוט געלונגען.

טישטוך האט געשריבן:איך מיין אז דאס מאכן די ילטערס האט דאר שטארק לעגיטימיזירט די סמארטפאונס ביי כלל ישראל, און גיטס א קוק ווי מיר קוקן היינט אויס.
אביונה האט געשריבן:כ'ווייס נישט צו נאך איינער איז מיט מיר...
אבער יאך שאץ פאר, אז אין 30-40 יאר ארום, גייען לכאורה אלע ס"פ-עדיקטעט מענטשן [ווען זיי וועלן זיין אין די עידזש פון סוף 50'גערס אנהויב 60'ציגער], אנהויבן צו קאלעכען אין גרויסן ל"ע...., מארק מיי ווארדס....
דער אופן ווי אזוי מען נוצט היינט דעם מוח [בעסער געזאגט 'מען נוצט נישט'..] אין די יונגע יארן אויפן ס"פ, איז א ברעין-קיללער....
קעניגליך האט געשריבן:גראדע מאכט דעי גליון גאנץ א גיטע ארבעט, גאנץ קיוט זייער גאנצע גמרא אויף אינטערנעט.
איך זעה אמאל דארט מעשיות וואס זענען אינטערעסאנט
איינער שרייבט דארט אז ער איז געוועין אין א ערעפארט און מהאט געזיכט מנין און די 10טער איז אנגעקומן האט איינער געזעין ווי ער האט א סמארטפאון האט ער געזאגט איך גיי נישט דאווענן מיט דיר נאר אויב די געסט אויף די סמארטפאון
שרייבט ער ווייטער אז דער יוד האט ליידער נישט אויפגעגעיבן די סמארטפאן
במילא איז ער אוועקגעגאנגן כאטש מהאט איהם געזאגט [אדער האט ער אליינס פארשטאננן] אז נאכן זיך פלאגן ציזאמציקראצן 10 האט ער חרוב געמאכט די מנין
וויל איך וויסן וואס דער עולם האלט ווייל לענית דעתי און כמיין ס'שטייט פון צדיקים אז העשירי לא יבקר.. אז די 10 צי מנין מעיג זיין א שוואכע יוד
nuwilli האט געשריבן:El Rushbo האט געשריבן:טישטוך האט געשריבן:וואס מאכסטו משוגע? אדער האסטו נישט קיין סמארטפאון אדער ביסטו אינטערסירט זיך אליין צו פאפן און בארואיגן מיט די ליגנט אז נישט יעדער.
אדרבה פרעג זיך נאך, מאך דיין אייגענע אנקעטע ביי דיר אין דיין קהילה און איך וועל דיר פארשטיין טאמער דו וועסט זיך שעמען צו שרייבן אויף אייוועלט די רעזולטאטן.
אנטשולדיגט אבער איר פרעדיגט נאך וואס איר ליינט אין די פאשקעווילן ביי לכה דודי.
איך האב א סמארטפאון, און איינמאל גיין אין ביהמ"ד בין איך מער אויסגעשטעלט צו ראיות אסורות ווי א וואך צייט אויף מיין סמארטפאון (מיט מיין פילטער פארשטייט זיך).
אויב איינעם גייט נישט אן קיין ראיות אסורות דער האט טאקע א גרינג פעלד מיט א סמארטפאון, און דער האט אפענע אויגן אויפן גאס אויך. אוו איינער וואס האט א אישו דערמיט, און איינער וואס לייגט אומאיידעלע בילדער אויף סטאטוס דעליט ער פון זיין קאנטעקטס דער זעהט נישט קיין ראיה אסורה אויף זיין סמארטפאון ווי גרויס די יאר איז.
ס'איז א אלטע כלל אז אין כולל איז די גרינגסטע אנצופיהרן א קאמפיין ווייל די אינגעלייט הערן נישט עפעס אנדערש נאר וואס דער עסקן וויל ער זאל הערן. די זעלבע איז מיט די נושא איינער וואס וויל נישט עכט מאכן אנבייעסד ריסוירטש, און וואס די קול חומותיך שרייבט איז אים גענוג, דער זעהט פשוט נישט קיין אנדערע מציאות.
גם אני מצטרף
פינקטליך אזוי אין נאכמער, איך וועל זאגן אויף מיין סקרין אין די לעצטע 5 יאר אדער מער איז נישט ארויף וואס מען באמערקט מיט א בליק אין א זומער טאג אין שטאט
פארקערט, ווען איך גיי אין גאס קוק איך מיין אימייל'ס ווייל עס איז די כשר'סטע פלאץ צו לייגן די אויגן!!