סאטמאר: ביים שבת שובה דרשה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) מעורר געוועהן איבער די נייע פירצה פון די 'יומען העיר שייטלעך' וועלכע קומען פון אינדיע און האבן ערענסטע חששות פון 'תקרובת עבודה זרה'. דער רבי האט געזאגט אז ער קומט נישט 'אסר'ן' שייטלעך, ער וויל אבער מודיע זיין אז עס האט זיך געעפענט א פאבריק אין ניו יורק וועלכע פארמאגט א 'הכשר' אויף אירע שייטלעך, נאכדעם וואס זיי ווערן פאברעצירט אין טשיינע וועלכע פארמאגט נישט די אלע חששות. דער רבי האט אויפגעפאדערט אז די אלע וואס גייען מיט שייטלעך זאלן נאר קויפן די שייטלעך וואס האבן א 'הכשר'. RDN
אלט מאנרא האט געשריבן:סאטמאר: ביים שבת שובה דרשה האט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א (מהר"א) מעורר געוועהן איבער די נייע פירצה פון די 'יומען העיר שייטלעך' וועלכע קומען פון אינדיע און האבן ערענסטע חששות פון 'תקרובת עבודה זרה'. דער רבי האט געזאגט אז ער קומט נישט 'אסר'ן' שייטלעך, ער וויל אבער מודיע זיין אז עס האט זיך געעפענט א פאבריק אין ניו יורק וועלכע פארמאגט א 'הכשר' אויף אירע שייטלעך, נאכדעם וואס זיי ווערן פאברעצירט אין טשיינע וועלכע פארמאגט נישט די אלע חששות. דער רבי האט אויפגעפאדערט אז די אלע וואס גייען מיט שייטלעך זאלן נאר קויפן די שייטלעך וואס האבן א 'הכשר'. RDN
Could someone come in more clearly what exactly he said ly? וויא איך פארשטיי האט ער אויך נישט געוואלט מתיר זײן שײטלעך אזוי האב איך פארשטאנען פון דע אלטע קו"ק

איך גלייב נישט אז אלט מאנרא איז געווען ביי די דרשה, וועל איך נעמען די ווארט.
ער האט געזאגט אז ער וויל נישט רעדן פון די נושא פון צניעות, וואס אינזערע רביס האבן גערעדט בכלל קעגן שייטלעך נאר ער רעדט צו די וואס וואס זענען זיך יא מתיר צו אנטוען שייטלעך,
אבער א יומען הער שייטל קומט פון אינדיע וואס איז עבודה זרה, און יעדע רגע וואס מען האט עס אן, איז מען עובר א איסור דאורייתא פון תקריבת עבודה זרה וואס לויט רוב פוסקים איז עס אן איסור דאורייתא,
האט ער געזאגט ער איז נישט געקומען אויסשמיעסן די איסור וואס איז זייער קלאר, נאר ער קומט זאגן די היתר אז מען זאל וויסען עס איז דא צובאקומען שייטלעך מיט א גוטע הכשר (הרב ר' אשר עקשטיין).
די רבי האט קלאר געזאגט עס איז א איסור דאורייתא לויט רוב ראשונים און עכ"פ מדרבנן איז עס זיכער אסור, נאר ער קומט נישט איבער חזרן די איסור וואס איז א פשטות,
ווי מען קען מיט אפאר ווערטער טוישן די גאנצע מיינונג.
אין קובץ עץ חיים וואס איז יעצט ערשינען לכבוד ימי תשרי ש.ז איז דא צוויי הערליכע בירורים מיט די מציאות זייער קלאר אויסגעשמועסט, אין זיי קומען אויס קלאר להיתר !!
הצעיר באלפי האט געשריבן:אין קובץ עץ חיים וואס איז יעצט ערשינען לכבוד ימי תשרי ש.ז איז דא צוויי הערליכע בירורים מיט די מציאות זייער קלאר אויסגעשמועסט, אין זיי קומען אויס קלאר להיתר !!
כלל גדול, נישט יעדע בירור וואס איז שיין מוז זיין אמת, אזא שווערע נושא דארף מען האבן קלאר פאר די אויגן ביידע צדדים להיתר ולאיסור און דעמאלס פאסקענען, איינער ווואס זעצט זיך שרייבן א בירור להיתר םירט דאך די גאנצע שמועס מיט זיינע קוועטשען וואס ער וויל קוועטשן להיתר.
אויך וויל איך רעדן פון דעם ענין פון די שייטלען, די שייטלען פון מענטשליכע האר וואס מ'רופט עס "יומען העיר", איך רעד נישט פון די חלק הפריצות, וואס איז אסור צוליב צניעות, נאר אפילו אן דעם איז עס אסור להלכה, א איסור דאורייתא! פון תקרובת עבודה זרה.
פון ווי קומען די האר-שייטלען? עס קומט פון אינדיע, דארט זענען דא גויים ריכטיגע עובדי עבודה זרה, נאך היינט זענען דא מענטשן וואס דינען עבודה זרה ממש, ס'קומען זיך צוזאם שווערע טויזענטער מענטשן, מ'לאזט זיך וואקסן די האר, נאכדעם גייט מען אהין, מ'לאזט זיך דאס אפשערן פאר די עבודה זרה, און זיי פרעפלען דערביי, און מ'גייט אהיים, תקרובת עבודה זרה ממש!. פון דארט קומען עפי"ר די שייטלען. די איסור פון תקרובת עבודה זרה איז לויט רוב ראשונים אסור בהנאה מדאורייתא!. דאס מיינט אז יעדעס מאל וואס מ'טוט דאס אן, מ'האט הנאה דערפון, ובפרט ביי א אשה איז דאס א גרויסע הנאה, איז מען יעדעס מאל עובר א איסור דאורייתא ממש רח"ל. ס'איז געווען שוין מיט צען-פופצן יאר צוריק, איז מען נתעורר געווארן דערוועגן, און מ'האט דעמאלטס געמאכט א פייער, מ'האט זיי פארברענט, א ביעור עבודה זרה דא פארנט פון בית המדרש, ס'איז געווען א ריח ניחוח לה'. ס'איז דורך א שטיק צייט, און מ'דארף ליידער ווייטער רעדן פון דעם, וויל איך נאכאמאל זאגן, מ'רעדט דא פון א איסור דאורייתא! כ'וויל נישט דא רעדן פונעם חלק האיסור פונעם שייטל לגבי צניעות, נאר לגבי דעם איסור פון עבודה זרה, דארף מען וויסן אז ס'איז דא אין נוא יארק א פאבריק מיט א הכשר, וואס רבנים האבן מסדר געווען, זיי לאזן מאכן די שייטלען אין טשיינע, מיט א הכשר און זיי זאגן אז זיי האבן משגיחים תמידים, און עס האט נישט דעם איסור פון עבודה זרה. במילא, די וואס ביי זיי גייט מען יא מיט שייטלען, זאלן כאטש נישט גיין מיט יענע פון אינדיע וואס זענען אויך אסור אלס עבודה זרה וואס דאס איז א איסור דאורייתא! דאס איז אזויווי "עד שתאכלנו באיסור תאכלנו בהיתר", אז מ'גייט סייווי, זאלן זיי נעמען די מיט'ן הכשר. יעדער טאטע זאל זיך אומקוקן אויף זיינע פארהייראטע טעכטער...
סאדאם חוסעין האט געשריבן:דדרשת כ"ק מרן האדמו"ר מסאטמאר שליט"א

נישט דאס האט די רבי געזאגט. עס וואלט געווען א גלייכע ווען עס קומט ווען ארויס ווארט ביי ווארט וואס די רבי האט געזאגט.
מתוך דרשת הרב הגאון ר' יוסף משה שטויבער שליט"א: עס ווערט געברענגט אין חמדה גנוזה: כידוע בימיו פונעם דברי חיים האט זיך געמאכט א זמן וואס איז נפרץ געווארן די ענין פון שייטעלן וואס ווי אונז האבן מיר פריער געשמיעסט אז דעמאלטס איז נאך כמעט קיינער נישט געגאנגען מיט דעם, עס האט זיך דאן אנגעהויבן אריינכאפן אביסל, די הייליגע דברי חיים האט געטוען פעלות עס צו מונע זיין, בתוך הדברים האט ער געזאגט אזוי די גמרא זאגט אז די דרך פון די יצר הרע איז היום אומר לו עשה כך, ומחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו לך עבוד עבודה זרה, והולך ועובד, וועגן דעם מיז איך מוחא זיין בכל תוקף,
חז"ל זאגן לך עבוד עבודה זרה איינער האט שוין געהערט אזא זאך אז א איד זאל גיין דינען היינטיגע צייטן עבודה זרה? מען האט אזאנס נאך נישט געהערט מיין איך, אבער לענינינו קען מען זאגן רוח הקודש הופיע מבית מדרשו (אז 99% היומען הער שייטלען קומען פון אינדיע) עס דארף נישט קיין באורים,
מען קען מוסף זיין אז די יצר הרע אסאך מאל איז מסכים לייג אוועק די ע"ז די עיקר זאלסט בלייבן ביים אלטען, ער ווייסט מען וועט מוחא זיין אויף די ע"ז און מען וועט זאגן מען מעג נעמען נאר מיט א גוטע הכשר,
וועט אויסקומען אז מיט א הכשר איז יא מותר, דארף מען זיך יעצט צוזאמען נעמען פינקט פארקערט מען דארף זעהן אז די ייצר הרע זאל נישט פארדינען פון דעם פירצה, די אלע אסורים וואס איז געווען ביז היינט זאל נישט אפגעקולט ווערן, נאר פינקט פארקערט, די אלע גיום זענען גרייט זיך צו אפשערן זייער האר פאר דעם טמא'נעם ע"ז, דארף מער אונז להבדיל זיכער גרייט, זיין זיך אויסצוטון די האר פארן אייבערשטען, און נישט ח"ו וואס זיי האבן אויסגעטוען זאלן מיר אונז אנטוען
סאדאם חוסעין האט געשריבן:מתוך דרשת הרב הגאון ר' יוסף משה שטויבער שליט"א: עס ווערט געברענגט אין חמדה גנוזה: כידוע בימיו פונעם דברי חיים האט זיך געמאכט א זמן וואס איז נפרץ געווארן די ענין פון שייטעלן וואס ווי אונז האבן מיר פריער געשמיעסט אז דעמאלטס איז נאך כמעט קיינער נישט געגאנגען מיט דעם, עס האט זיך דאן אנגעהויבן אריינכאפן אביסל, די הייליגע דברי חיים האט געטוען פעלות עס צו מונע זיין, בתוך הדברים האט ער געזאגט אזוי די גמרא זאגט אז די דרך פון די יצר הרע איז היום אומר לו עשה כך, ומחר אומר לו עשה כך, עד שאומר לו לך עבוד עבודה זרה, והולך ועובד, וועגן דעם מיז איך מוחא זיין בכל תוקף,

במחילת כבוד תורתו, די לעצטע שטיקל איז היפש נאריש גערעדט, ער איז נישט קליגער פון חז"ל וואס זאגן אז כשם שמצוה כך מצוה שלא לומר דבר שאינו נשמע, ווייל תפסת מרובה לא תפסת כלום... בזמנינו וואס רוב עוילם גייט שייטלעך איז נישט צום זאך רעדן אזוי, פארקערט גאר, מיטן נעמען דעם עקסטרים וועט מען שוין נישט צוהערן וואס ער רעדט לענין ע"ז ונמצא ברצונו להועיל רק מקלקל יותר. על זה נאמר חכמים הזהרו בדבריכם!

זייער גערעכט. און אן אנדער אשכול האט איינער צוגעברענגט אז סאטמאר רבי זצ"ל האט אין די שטאט סאטמאר געהאלטן 2 דרשות, און איין בהמ"ד האט ער מעורר געווען אז מען זאל אנטון שייטלעך... און די אנדערע האט ער גערעדט אז מען זאל אויסטון... איך מיין אז היינט וואלט ער גערעדט אז די שייטלעך זאלען זיין אויסגעהאלטן, קארץ, פשוט וכו' אין נישט אז מען זאל אויסטון... עס האט נישט קיין שום פשט צו פארלאנגען אויסצוטון די שייטלעך היינט.