מאמענט מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

גראמער
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

איך קויף עס דאך בלויז נישט מער ווי 10 מאל א יאר.
ליבלעך
שר האלף
תגובות: 1605
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליבלעך »

גראמער האט געשריבן:האט נאך איינעם געבאדערט דא די יו״ט פרייז פאר א רעגוחער מאמענט? וואס איז פשט פון בעטן א דאלאר מער פאר יו״ט, אבער גארנישט צוגעשטעלט מער, געווען א דינער מאמענט ווי יעדע וואך, אן אפילו די לבלר און נפשי. פלעין געריטן אויפ׳ן עולם מיט׳ן בעטן מער

ס'איז יתכן אז זיי זענען ארויף מיט'ן פרייז, עמי און משפּחה זענען שוין פאר חדשים זיבן טאלער.
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

טראמבאן האט געשריבן:טוט ווי אנדערע קלוגע אידן און באשטעלט עס צום טיר. פאר זעלבן פרייז יעדע וואך.


וועלכע טאג אין וואך קומט עס אן?
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

חנוך האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:טוט ווי אנדערע קלוגע אידן און באשטעלט עס צום טיר. פאר זעלבן פרייז יעדע וואך.


וועלכע טאג אין וואך קומט עס אן?

געווענליך דאנערשטאג נאכט אדער פרייטאג פארטאגס.
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 13006
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

קודאס מאמענט פארן מאכן א דעקל וואס ציהט מיר...
דביה תחדי נפשא
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

חמרא טבא האט געשריבן:קודאס מאמענט פארן מאכן א דעקל וואס ציהט מיר...

זעהט אויס ווי "חמרא טבא"... און מסתם אויך "תחדי נפשא"...
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

טראמבאן האט געשריבן:טוט ווי אנדערע קלוגע אידן און באשטעלט עס צום טיר. פאר זעלבן פרייז יעדע וואך.


נאפ, מען דארף האבן א סיבה צו בעטן מער, מען קען נישט בעטן סתם אזוי.
אגב: יעצט די סוכות אויסגאבע איז גאנץ א פיין פרייז פאר די הערליכע ארבעט!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

יא, חברה.
איך האב שוין פעסט אנגעהויבן די שפאציר פון צווישן די הונדערטער "מאמענט" זייטן, שטארקע ווארע ערווארט אייך!
אויב קען מען זיך אפילו אויסדרוקן "ווי קייינמאל בעפאר".

פון צווישן די שעלווס אין קראם, איז דאס די רייכסטע ארטיקלען אויף אזא הויכער לעוועל, אנדערע זאכן זענען אויך און שטארק אינטרעסאנט, אבער קומט נישט צו צום מאמענט קאליבער!

יישר כח פאר מאמענט פובלישערס, רעדאקטארן, און שרייבער'ס (און אדווערטיייזערס...).

און די פרייז? גאר ביליג פאר אזויפיל רייכע מאמענטן.

כ'אף נאך צוריקצוקוצען מיט ברייטערע באריכטן און אפהאנדלונגען אי"ה.
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

לעכטל האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:טוט ווי אנדערע קלוגע אידן און באשטעלט עס צום טיר. פאר זעלבן פרייז יעדע וואך.


נאפ, מען דארף האבן א סיבה צו בעטן מער, מען קען נישט בעטן סתם אזוי.
אגב: יעצט די סוכות אויסגאבע איז גאנץ א פיין פרייז פאר די הערליכע ארבעט!

וואס מיינסטו א סיבה?
א פארגרעסערטע אויסגאבע אויף ר"ה מעג קאסטן א דאלער מער.

איך גלייב אז זיי האבן נישט פארלוירן קיין איין קאסטומער אדאנק דעם, פאר ס'קויפט עס ווייל ער ווייסט זייער שטאפל און מאטריאל וואס זיי ברענגען.
לעצט פארראכטן דורך טראמבאן אום פרייטאג אקטאבער 11, 2019 2:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

איך קויף קיינמאל נישט די מאמענט,
לכבוד סוכות וויל איך עס קויפן,
די שלשה אחים מיט הרה"ג ר' טודרוס רעדט נישט צי מיר,
לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן?
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

הערשקא האט געשריבן:איך קויף קיינמאל נישט די מאמענט,
לכבוד סוכות וויל איך עס קויפן,
די שלשה אחים מיט הרה"ג ר' טודרוס רעדט נישט צי מיר,
לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן?

איך קען נישט פארשטיין דיין מענטאליטעט און מהלך אויב די זאכן רעדן נישט צו דיר.
אלבערט איינשטיין
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 2:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלבערט איינשטיין »

טראמבאן האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:איך קויף קיינמאל נישט די מאמענט,
לכבוד סוכות וויל איך עס קויפן,
די שלשה אחים מיט הרה"ג ר' טודרוס רעדט נישט צי מיר,
לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן?

איך קען נישט פארשטיין דיין מענטאליטעט און מהלך אויב די זאכן רעדן נישט צו דיר.

הגה"צ חו"פ רא"מ מלאך שליט"א LOL
(הרה"ג read)
ודי
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

ס'דא גענוג גוטע סחורה אן די עיקר דערמאנטע ארטיקלן. אבער גיב א קוק די טווערסקי ברודער, ס'דעקט דאך אזא רייכע ספקטרום פון אדמורות ביז געזעץ, דאקטעריי ביז היסטאריע און נאך.
הערשקא
שר האלף
תגובות: 1507
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 14, 2016 1:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הערשקא »

אה זאגסט עפעס, עס הייבט אן אויסציקוקען אינטערעסאנט פאר מיר,
העלמער עס פארזיכען אי"ה.

בד"וו לייג איבער די קאווער'ס דא, עס איז נאך נישט דא אין די אשכול
פייערקרעקערס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 341
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פייערקרעקערס »

געליינט די מאמענט סוכות אויסגאבע. איך קויף עס נישט געווענליך, איך האב עס אצינד געקויפט צוליב די שלשה אחים ארטיקל. דא האט איר מיין קורצע אנאליז.

אנגעהויבן צו לייענען דעם שלשה אחים ארטיקל, אנהויב איז עס געשריבען ניש'קשה, היבש א שוואכע גרעממער, שטארק נישט מסודר אבער פארט א שטארקע תוכן. אנקומענדיג צום לעצטן ברודער איז אבער דער שרייבער אראפ עטליכע שטאפלען, איבערגעשריבן גאנצעטע שטיקער פון די פריערדיגע ברודער, אריין אין א מאאד פון מאלן וואסער אז ס'איז געווען צו ברעכן, גערעדט פון זיינע פרעזענליכע געפילן אנשטאט צום ענין, בקיצור, דארט האב איך עס אראפגעווארפן.
אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר ששת אלפים
תגובות: 6416
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 08, 2017 4:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דניאל אויערבאך »

איך האב בעיקר הנאה געהאט פון די ערשטע 2 ברודער.
פרומע אדמורים וואס רעדן פון גאט ב"ה און משיח און גלייכצייטיג געלערנטע שטודירטע (!) פראפעסארן, בפרט ר' אברהם,
איך האב שוין געליינט אסאך פון זיינע בוכער, ער האט פארברענגט מיט די געמיינסטע אויף דער וועלט, אלע מינע גלויבנס (!) און איז א ערליכער יוד וואס זיין פנים לייכט
פאר מיר פערזענליך איז דער ארטיקל געוען זייער אינטרעסאנט, בפרט פון ר' אברהם, ער איז א כוכב!!!
טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט איבער »

פייערקרעקערס האט געשריבן:געליינט די מאמענט סוכות אויסגאבע. איך קויף עס נישט געווענליך, איך האב עס אצינד געקויפט צוליב די שלשה אחים ארטיקל. דא האט איר מיין קורצע אנאליז.

אנגעהויבן צו לייענען דעם שלשה אחים ארטיקל, אנהויב איז עס געשריבען ניש'קשה, היבש א שוואכע גרעממער, שטארק נישט מסודר אבער פארט א שטארקע תוכן. אנקומענדיג צום לעצטן ברודער איז אבער דער שרייבער אראפ עטליכע שטאפלען, איבערגעשריבן גאנצעטע שטיקער פון די פריערדיגע ברודער, אריין אין א מאאד פון מאלן וואסער אז ס'איז געווען צו ברעכן, גערעדט פון זיינע פרעזענליכע געפילן אנשטאט צום ענין, בקיצור, דארט האב איך עס אראפגעווארפן.

עס איז ביי מיר בלי ספק אז דער שרייבער פון דעם מילוואקי איז א צווייטער ווי דער ערשטע צווי ברידער
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

שוין העכסט צייט פאר א העכערע קוואליטעט, די מאמענט וואלט שוין געמעגט האבן מער עקספריענס.

זיי זענען זייער גוט און שיין, און ווי פארשטענדליך זעט זיך אן א שטארקער חילוק פון דעם ערשטן נומער ביזן יעצטיגן, אבער למעשה איז עס נישט אויף אזא הויכע ניווא ווי ערווארטעט ביי אידיש דארשטיגע ליינער.

די שרייבער זענען נישט עקסטער באהאוונט אין די כללים פון אידישע אויסלייג און גראמאטיק, זיי באשרייבן זייער פיל היינטיגע ענינים און טוען נישט קיין היסטאריע ארבעט, זיי פארנעמען זיך בעיקר אויף ארטיסטישע שרייבער און נישט דוקא אויף די תוכן הדברים פונעם ארטיקל.

בכלל זענען די גוטע שרייבער פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט, יואל אשר לאבין איז א פארגאנגענהייט, חנוך גרינבערגער רופט זיך אויך זעלטן אן, און אהרן יוסף שפילמאן שרייבט איינמאל אין א צענערל...

מען דארף זיי באדאנקען פארן זיין די 'איינציגסטע' אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע, און זיי האבן זיכער פיל אינהאלט, אבער מיר בעטן פאר נאך מער.
נעכטן
שר האלפיים
תגובות: 2895
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטן »

טישטוך האט געשריבן:מען דארף זיי באדאנקען פארן זיין די 'איינציגסטע' אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע, און זיי האבן זיכער פיל אינהאלט, אבער מיר בעטן פאר נאך מער.

איינציגסטע? איך דענק אז ס'דא נאך עטליכע אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע'ס...
געשריבן דורך: נעכטן
אוועטאר
טישטוך
שר האלפיים
תגובות: 2608
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: בין יום השביעי לששת ימי המעשה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טישטוך »

וועכנטליך? איך רעד נישט פון די פיקטשערס.
אוועטאר
לעכטל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm
לאקאציע: ביד השי"ת

דער דרשי איד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטל »

געליינט דעם ארטיקל פון 'דער דרשי איד'
ווי אזוי מען האט אויסגעפלאנט די בילדער, און די גאנצע בעקדאנד פון די קאמפיין,
דאס איז א שיינע ארטיקל!
די בעסטע וועג אויסצורעכענען דיין צוקונפט, איז דורכ'ן עס מאכן... (פרעזידענט לינקאלן)
טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 475
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראמבאן »

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:איך קויף קיינמאל נישט די מאמענט,
לכבוד סוכות וויל איך עס קויפן,
די שלשה אחים מיט הרה"ג ר' טודרוס רעדט נישט צי מיר,
לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן?

איך קען נישט פארשטיין דיין מענטאליטעט און מהלך אויב די זאכן רעדן נישט צו דיר.

הגה"צ חו"פ רא"מ מלאך שליט"א LOL
(הרה"ג read)
ודי

?
זיי דיך מסביר.
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5565
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך fiena nieas »

טישטוך האט געשריבן:שוין העכסט צייט פאר א העכערע קוואליטעט, די מאמענט וואלט שוין געמעגט האבן מער עקספריענס.

זיי זענען זייער גוט און שיין, און ווי פארשטענדליך זעט זיך אן א שטארקער חילוק פון דעם ערשטן נומער ביזן יעצטיגן, אבער למעשה איז עס נישט אויף אזא הויכע ניווא ווי ערווארטעט ביי אידיש דארשטיגע ליינער.

די שרייבער זענען נישט עקסטער באהאוונט אין די כללים פון אידישע אויסלייג און גראמאטיק, זיי באשרייבן זייער פיל היינטיגע ענינים און טוען נישט קיין היסטאריע ארבעט, זיי פארנעמען זיך בעיקר אויף ארטיסטישע שרייבער און נישט דוקא אויף די תוכן הדברים פונעם ארטיקל.

בכלל זענען די גוטע שרייבער פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט, יואל אשר לאבין איז א פארגאנגענהייט, חנוך גרינבערגער רופט זיך אויך זעלטן אן, און אהרן יוסף שפילמאן שרייבט איינמאל אין א צענערל...

מען דארף זיי באדאנקען פארן זיין די 'איינציגסטע' אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע, און זיי האבן זיכער פיל אינהאלט, אבער מיר בעטן פאר נאך מער.

מסכים . און פארוואס ניצן זיי נישט ר'אליהו יואל גליק נאר פאר אזא קליינע באשרייבונג ער איז דאך אזוי פיל מער ווערד!!!
אויך באשרייבונגען אינטערוויוס מיט גדולי ישראל דאס לאז פארן משפחה....
אוועטאר
חנוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 321
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חנוך »

א. י. גליק האט דאך יעצט אנגעהויבן א נייע קאלום אויף אמעריקע
גראמער
שר האלף
תגובות: 1213
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גראמער »

טישטוך האט געשריבן:וועכנטליך? איך רעד נישט פון די פיקטשערס.


דער בלאט און דער איד. (טאקע א צייטונג, אבער ביידע האבן שיינע און רייכע ארטיקלעך יעדע וואך.)
די וואך. (קומט היינט מיט מיט א באזודערע ביכל פון בלויז ארטיקלעך.
א בליק. (חוץ די בילדער האבן זיי שיינע באשרייבונגען יעדע וואך.)
קינדליין (טאקע פאר קינדער, אבער האבן שיינע זאכן יעדע וואך וואס איז אויך היפש אינטערעסאנט פאר עלטערע)
קינדערליך

סאו איך ווייס נישט פארוואס דו ״היילייטסט״ ׳איינציגסטע׳
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”