חדש! אוסף כתבי יד: ספר גנזי יהודה

איבער ספרים און מחברים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוהב ספרים
שר שלשת אלפים
תגובות: 3102
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » זונטאג מארטש 18, 2018 6:07 pm

עס איז אוועלעבעל ביי ביגלאייזן

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3355
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » פרייטאג אוגוסט 16, 2019 12:04 am

ישלהוסיף האט געשריבן:
רבניש האט געשריבן:
בעאבאכטער האט געשריבן:
hotwire האט געשריבן:איך הער אז עס איז דא א נייער בריעוו פון דעם בעל דברי יואל ויואל משה על הגאולה והתמורה טיב לבב, צו חתן אחיו בעל שפע חיים ודברי יציב ועוד קודם המלחמה

אם איתא הרי זה חידוש גדול.
און וואס איז דער תוכן האגרת?


ה"דברי יציב" מקלויזנבורג ז"ל שלח מכתב בקשה לדודו בשנת תרצ"ג בעת בואו הרשע הגרמני על כס הממשלתי, ושנאת ישראל התחיל באופן מר באיירופא.

ובקשתו ממרן דודו היתה לעשות אסיפת הרבנים, ושם לגזור תעניתים על הציבור על מר המצב.

ומרן מ'סאטמאר ז"ל מענה לבקשתו ש"במי שבקי במצב הדור, ובמעמד האסיפות שבדורות אלו אינו רואה שום תכלית מעשיית אסיפה"
ואמנם מה שהיה ראוי לעשות הוא לתקן פירצות הדור בכמה ענינים…

באמת אין מיינע אויגן איז דאס בריוו א שטיקל ליצנות בכבודו פונעם "דברי יציב ז"ל" א וואונדער איז מיר צו וואס מען האט געקליבען פון צווישן אלע הונדערטער כתבי ידות ממרן מ'סאטמאר ז"ל דוקא דיזע… שוין.. האט מען דאך מיך נישט באויפטראגט להגון על כ"ק האדמו"ר מקלויזנבורג ז"ל


פאמיליעמירעלס האט געשריבן:איך כאפ נישט די ליצנות פונעם דברי יציב..

א וואונדער איז נישט פארוואס מ'האט דאס געקליבן...

אגב, דער בריוו איז שוין דאכט זיך געדרוקט אפאר מאל.


למעשה איז דאך דער קלויזענבורגער רבי גערעכט געוועהן הלכה ולמעשה - פרשת גאגא ימ"ש יוכיח
וליתר דיוק האט מען מזייף געוועהן דעם בריעף ביים דריקן, אין ב"ה דא אין גנזי יהודה זעהט מען דער בריעוו אין איהר פולע פראכט.

רבניש האקט, האט דען מאנדעל הונדרעטער בריעוו פונעם דברי יואל צו דריקן?
אט דער בריעוו, דער כותב איז היסטאריש, דער מקבל איז היסטאריש, און דער תוכן איז היסטאריש. פארוואס זאל מען דען נישט דריקן?


מה זה פרשת גאגא?

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 10:14 am

מכון גנזים האבן ווידער ניש אנטוישט מיטן ארויסגעבן די 5טע חלק גנזי יהודא לרגל השמחה בבית הנגיד ר' יודל מאנדל

א הערליכע באנד וואס צווישן אנדערע איז דא דארטן בריוון פונעם הייליגן רמח"ל מיט א מייסטערהאפטיגע באשרייבונג דורך הרב יחיאל גולדהבר איבער זיין לעבן און שאפן

א גאר היסטארישע בריוו פון הרה"ק ר' נחמן מ'ברסלב זי"ע

א חתימה פון הרה"ק ר' שמעלקא מ'ניקלשבורג זי"ע (די איינציגסטע חתימה בכתב יד קדשו וואס איז פארהאן אין די וועלט עכ"פ וואס מ'ווייסט)

א גאר היסטארישע קאפיטל איבער דאס רבנות אין ירושלים לאחר פטירת הרה"ק ר' שמואל סלנט זצ"ל מיט אינטערעסאנטע בריוון ומסמכים

ועוד ועוד

א מייסטער ארבעט

אויך האט מען פארטיילט א נייער בוך "א שבת מיטן רבי'ן"
בא'ארבעט דורך הני תרי ידענים ר' יצחק מיטטעלמאן ושותפו רש"ש טעלער גאר א גוטע און גרינטליכע פארש ארבעט אלעס איבער שבת מיט'ן סאטמארע רבי'ן זי"ע אויף אידיש
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

בראשית ברא
שר האלף
תגובות: 1219
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 06, 2016 3:16 pm

תגובהדורך בראשית ברא » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 12:55 pm

נו וואדע האט געשריבן:מכון גנזים האבן ווידער ניש אנטוישט מיטן ארויסגעבן די 5טע חלק גנזי יהודא לרגל השמחה בבית הנגיד ר' יודל מאנדל

א הערליכע באנד וואס צווישן אנדערע איז דא דארטן בריוון פונעם הייליגן רמח"ל מיט א מייסטערהאפטיגע באשרייבונג דורך הרב יחיאל גולדהבר איבער זיין לעבן און שאפן

א גאר היסטארישע בריוו פון הרה"ק ר' נחמן מ'ברסלב זי"ע

א חתימה פון הרה"ק ר' שמעלקא מ'ניקלשבורג זי"ע (די איינציגסטע חתימה בכתב יד קדשו וואס איז פארהאן אין די וועלט עכ"פ וואס מ'ווייסט)

א גאר היסטארישע קאפיטל איבער דאס רבנות אין ירושלים לאחר פטירת הרה"ק ר' שמואל סלנט זצ"ל מיט אינטערעסאנטע בריוון ומסמכים

ועוד ועוד

א מייסטער ארבעט

אויך האט מען פארטיילט א נייער בוך "א שבת מיטן רבי'ן"
בא'ארבעט דורך הני תרי ידענים ר' יצחק מיטטעלמאן ושותפו רש"ש טעלער גאר א גוטע און גרינטליכע פארש ארבעט אלעס איבער שבת מיט'ן סאטמארע רבי'ן זי"ע אויף אידיש

קענסט אפשר מאכן א בילד פון די ברסלב בריוו?

נו וואדע
שר האלף
תגובות: 1337
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 30, 2013 2:31 pm

תגובהדורך נו וואדע » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 11:52 am

הנגיד ר' יודל מאנדל האט נעכטן בר מצוה געמאכט, שטייטצעך האט מען פארטיילט גנזי יהודה חלק ו' צוויי בענדער דהיינו די סידור ר' שבתי פון הרה"ק ר' שבתי מ'ראשקוב זי"ע די ספר איז אויסגעשטעלט מיט גליטשעדיגע פאפיר מיט אריגענעלע פאוטא קאפיעס פון איטליכער דף פונעם סידור ,קרוב צו טויזענט בלעטער ס'האט הערות בכתי"ק פון זיין זון הרה"ק ר' מרדכי יוסף ווי אויך הערות בכתי"ק פון הרה"ק המגיד מ'קאזניץ זי"ע און הרה"ק ר' אייזיקל מ'זידיטשוב זי"ע. וויבאלד סיז אביסל שווער צו ליינען די הערות פונעם אריגענעלן קאפיע האבן זיי געמאכט פון אונטער יעדע בלאט די הערות אין א שיינע דרוק שטייטצעך מיט גאר א שיינע היסטארישע הקדמה איבער די השתלשלות פון דיזער סידור

א יופי פון א ארבעט
נו וואדע ! וואס דען האט איר געמיינט ?!

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

תגובהדורך dovidal » מאנטאג סעפטעמבער 23, 2019 1:33 pm

נו וואדע האט געשריבן:הנגיד ר' יודל מאנדל האט נעכטן בר מצוה געמאכט, שטייטצעך האט מען פארטיילט גנזי יהודה חלק ו' צוויי בענדער דהיינו די סידור ר' שבתי פון הרה"ק ר' שבתי מ'ראשקוב זי"ע די ספר איז אויסגעשטעלט מיט גליטשעדיגע פאפיר מיט אריגענעלע פאוטא קאפיעס פון איטליכער דף פונעם סידור ,קרוב צו טויזענט בלעטער ס'האט הערות בכתי"ק פון זיין זון הרה"ק ר' מרדכי יוסף ווי אויך הערות בכתי"ק פון הרה"ק המגיד מ'קאזניץ זי"ע און הרה"ק ר' אייזיקל מ'זידיטשוב זי"ע. וויבאלד סיז אביסל שווער צו ליינען די הערות פונעם אריגענעלן קאפיע האבן זיי געמאכט פון אונטער יעדע בלאט די הערות אין א שיינע דרוק שטייטצעך מיט גאר א שיינע היסטארישע הקדמה איבער די השתלשלות פון דיזער סידור

א יופי פון א ארבעט

הערליכע ארבעט צו פארדאנקען הרב חנניה דוב לייכטאג הי"ו שידיו רב לו בעריכת הספר

dovidal
שר חמשת אלפים
תגובות: 5259
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 04, 2011 12:16 am

לבלר

תגובהדורך dovidal » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 2:54 pm

גנזי יהודה
צוגעלייגטע
LAV2.jpg
LAV2.jpg (231.52 KiB) געזעהן 1286 מאל


צוריק צו “ועל פליטת בית סופריהם”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 0 געסט