בלינצע האט געשריבן:זאגט ווער?
אזוי זאג איך נאכ'ן דורכוואקן איינע פון די כפרה צענטערן ווי ס'זענען געלעגן הונדרעטע טויטע טשיקענס.
חוץ מזה וואס די שטינק איז סאך ארגער אין א הייסע טאג
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
דריידל האט געשריבן:בלינצע האט געשריבן:זאגט ווער?
אזוי זאג איך נאכ'ן דורכוואקן איינע פון די כפרה צענטערן ווי ס'זענען געלעגן הונדרעטע טויטע טשיקענס
עכט היימיש האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:בלינצע האט געשריבן:זאגט ווער?
אזוי זאג איך נאכ'ן דורכוואקן איינע פון די כפרה צענטערן ווי ס'זענען געלעגן הונדרעטע טויטע טשיקענס
וועלכע כפרות צענטער און וויפיל אזייגער?
סתם צו זיין זיכער אז די אינפאו איז קראנט, ווייל נישט יעדער האט דאס געזען...
Amazing האט געשריבן:שבת פארטי האט געשריבן:לאזן כפרות אויספייגערן אין די מאסן אין דורשט און היץ איז ריכטיגע צער בעלי חיים וואס גרעניצט זיך מיט א דאורייתא און ווערט נישט נדחה מפני מנהג.
בעיני ראיתי.
נישט עס גרעניץ זיך נאר אטא דאס מיינט די דאורייתא.
עס וואונדערט ווי ביי אונז קנאישע לאגער שומרי משמרת ה' טרעטן בריש גלי אויף די תורה וואס לאזט נישט עסן אינדערפרי ביז מען גיט צועסן פאר די בעלי חיים.
לייטער האט געשריבן:עכט היימיש האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:בלינצע האט געשריבן:זאגט ווער?
אזוי זאג איך נאכ'ן דורכוואקן איינע פון די כפרה צענטערן ווי ס'זענען געלעגן הונדרעטע טויטע טשיקענס
וועלכע כפרות צענטער און וויפיל אזייגער?
סתם צו זיין זיכער אז די אינפאו איז קראנט, ווייל נישט יעדער האט דאס געזען...
מיין ווייב האט געזען לעצטע יאר אדער 2 יאר צוריק 100ער טויטע און האלב טויטע טשיקענס פארן שחטן
בלינצע האט געשריבן:נאו נעים האט געשריבן:בלינצע האט געשריבן:ערב פסח טרעפן זיי עפעס אנדערש אראפצורייסן. סאיז נישט די כפרות, סאיז די חרדיש'ע אידענטום, 'סיסטעם' בלשונם. די וועמען איך מיין דא, זענען שטענדיג פארנומען צו אראפמאלן די חרדים ווי פארנאטישע אומוויסענדע, חיות און משוגעים.
ברואיגט אייך ביטע, ענד דאונט ג'אמפ טא קאנקלאזענס סאו פעעסט. נישט איינער וואס זאגט אז ס'איז צב"ח איז א סעלף העיטינג דזאו.
ווי אך פארשטיי פון איינע פון אייערע תגובות זענט איר אויך מודה אז יש דברים בגו, נאר 'געב נישט שטאף פאר די חברה בשעת זיי שרייען'. אקעי נו זאג'שע אזוי.
איך באציה מיר ספעשיפיש צו געוויסע ניקים.
אגב, איר מישט מיט א צווייטענס תגובה, איך האב בכלל נישט געשריבן עפעס וואס איז משמע אז יש דברים בגו.
שטיגליץ האט געשריבן:לדעתי (און טאקע נאר לדעתי) איז נאריש צו זאגן אז די צער בעלי חיים גרופעס איז סתם בלינדע אנטיסעמיטיזם, עס איז ליידער א ליבעראלע וועלט היינט, ווי מער משוגע הרי זה משובח, די געדאנק פון וועדזשעטעריניזם איז א גאנגבאר און ארויפגעקוקטע ארטיקל ביים שמאלקעפיגן המון עם ובפרט אין אזא בלויע שטאט ווי ניו יארק סיטי.
אונזער מנהג פון כפרות שלאגן שטעלט צו א גאלדן גרוב פאר די חברה, פונקט ווי ביי די סיוויל רייט באוועגונג איז געווען גאר אסאך וואס האבן זיך געלאזט ארעסטירן ביי פראטעסטן לטובת גלייכבארעכטיגונג פון די שווארצע, די זעלבע איז היינט, הגם אויף א קלענערע לעוועל, מיט וועדזשעטעריענס, זיך צו באטייליגן אין א ענימעל רייטס פראטעסט איז זייער חלום.
געווענליך האט א ניו יארק'ע ליבעראל נישט די געלעגנהייט זיך צו באטייליגן אין אזא פראטעסט, די שלאכט הייזער זענען היבש ווייט אוועק און עס פעהלט זיך אויס אסאך דעדיקעישן צו טרעוועלן שעות צו פראטעסטירן ביי די פלענטס גופא, הגם עס איז פארהאן גענוג משוגעים וואס טוען דאס אויך אבער ס'רוב זענען נישט אזעלכע בעלי מסירות נפש.
ווען עס מאכט זיך אבער א געלעגנהייט עמהם בבית, און נישט סתם א פארשטיפטע לאקאציע, נאר צענדליגע צענטערס איבערן גאנצן שטאט, אוודאי שפרינגען די חברה אויף, מיר האבן זיי געגעבן די געלעגנהייט אויף א גאלדענע טאץ צו פאוסטן אויף אלע זייער סאושל מידיע פלאטפארמעס אז יא, זיי האבן זיך באטייליגט אין אזא פראטעסט, עס רוקט זיי גלייך ארויף די וועליו מיט נאך הונדערט פונקטן אויפן ליבעראלע ריכטערס וואג.
אוודאי זענען אויך דא אנטיסעמיטן וואס כאפן זיך ארויף אויפן וואגן און ווי אימער סיי ווער וועט פראטעסטירן סיי וועלכע אידישע זאך וועלן זיך די חברה מיטכאפן, אבער ס'רוב זענען פשוטע תינוקות שנשבו פארכאפט אין א קולטור ווי חיות רעכטן שטייגן איבער מענטשליכע.
נישט אז מיר ברויכן זיך דערשרעקן און אנהויבן שלאגן כפרות במחתרת, אמעריקע איז א דעמאקראטיש לאנד, און דעמאקראטיע קומט מיט א פרייז פאר יעדעם זיי האבן אלע רעכטן צו פראטעסטירן, און מיר האבן אלע רעכטן צו ווייטער פראקטיצירן אונזערע הלכות און מנהגים .
אבער צו גיין זאגן אז מיר טארן גארנישט פאררעכטן וויבאלד זיי שרייען, איז אבסורד, ספעציעל ווען די צער בעלי חיים רעדע דא איז א דאוירייתא, פונקט ווי ווען א באקאנטע מחלל שבת וואקט מיר אריבער אין בית המדרש און איז מיר מעורר אז מיין תפילין איז נישט אין פלאץ, איז נעריש צו זאגן אז יעצט קען איך עס נישט פאררעכטן וויבאלד יעצט האט דער בעל עבירה עס געזאגט, די זעלבע דא.
יעדער רעכטדענקיגער מענטש וואס באטראכט די אלגעמיינע וועג ווי די כפרות ליגן אנגעהויפנט פאר טעג אין די היצן, אן נארמאלע עסן אדער טרינקען, פארשטייט גלייך אז עס איז צער בעלי חיים למהדרין מן המהדרין, מען קען נישט האבן קיין טענות אויף אלע יארן וואס מען האט אזוי געטאן ווייל עס איז געווען א הרגלות און מען האט נישט אויפגעפאסט, אבער יעצט אז מען איז יא אויפמערקזאם, נישט קיין חילוק וויאזוי די אויפמערקזאמקייט איז צושטאנד געקומען, ברויך מען עס מתקן זיין.
דאס אז מענטשן זאלן מעגן עסן בעלי חיים איז נישט געווען א זעלבסטפארשטענדליכע זאך, דער באשעפער האט געמוזט געבן א היתר דערויף און האט עס טאקע געגעבן פאר נח נאכן ארויסקומען פון די תיבה, אונז האבן נישט קיין רעכט דאס צו קוועסטשענען, דער זעלבער גאט וואס האט אונז באשאפן און האט באשאפן די בהמות חיות ועופות האט געזאגט אז אונז מעגן זיי עסן.
אבער פון די אנדערע זייט האט דער זעלבער באשעפער אונז באפוילן אין די תורה אז ביזן שחיטה טארן מיר זיי נישט מצער זיין, ווער זוכט עובר צו זיין אויף א איסור דאוירייתא בריש גלי, און נאך אין די ימי הרחמים והרצון?
צום שלוס, מיר מעגן מקיים זיין אונזער מנהג און מיר זאלן זיך נישט דערשרעקן פון קיינעם און עס טאקע מקיים זיין בריש כל חוצות אן קיין מורא, אבער די אומשטענדן אין וואס די הינדלעך ווערן געהאלטן מוז האבן א דראסטישע פארבעסערונג, נישט ווייל PETA שרייט, און נישט ווייל די אנטיסעמיטן שרייען, נאר וויבאלד די תורה האט אזוי באפוילן!
יואל שרייבער האט געשריבן:איך בין אמאל געבליבן שטעקן מיט א כפרה אויף א גאנצן טאג, און א דיין האט מיר גע'פסק'נט אז איך טאר נישט עסן פארן געבן די טשיקן צו עסן, און אזוי ווי איך האב נישט געוואוסט וואס צו געבן האב איך פשוט געפאסט ביזן עס שחט'ן.
אפשר פאסטן די בוטשער אייגענטימער עשי"ת.
צייט שטיפער האט געשריבן:פארוואס זעה איך נישט איין די שלעכטיקייט מצד די פאליציי? מען פאלגט נישט די רעגולאציעס און מען האט געווארנט אז מען גייט דאס טוהן
מה נשתנה פון א חתונה וואס מוז ליידער ווערן צופראסקעט?
און יא, דער וואס רופט זיי איז אויך נישט קיין קליינע חי'
טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:פאליציי האבן נארוואס צופראסקעט די לוי׳ פון אב״ד שאפארן ז״ל.
פריער אין טאג, ווען די דאָמינאו פארק איז געווען אנגעשטאפט מיט גוים זענען זיי מסתמא פונקט געווען אויף א לאנטש ברעיק.
צייט שטיפער האט געשריבן:פארוואס זעה איך נישט איין די שלעכטיקייט מצד די פאליציי? מען פאלגט נישט די רעגולאציעס און מען האט געווארנט אז מען גייט דאס טוהן
מה נשתנה פון א חתונה וואס מוז ליידער ווערן צופראסקעט?
און יא, דער וואס רופט זיי איז אויך נישט קיין קליינע חי'