ר' יום טוב האט געשריבן:רח"ל איז פשט, אז אויב בוזטו אין א מצב אז עס איז דיר בשו"א נישט מעגליך געווען צוזאמצוקראצן די חילוק פון 10 ביז 20 פראצענט פארן דאון פעימענט, וויאזוי בערך גייסטו באצאלן $3,500 א חודש?...
מילא מ'רעדט פון א קלענערע אמאונט, לאמיר זאגן א קלענערע דירה אדער א אנדערע געגנט ווי בלומינגבורג, אפילו עס איז 90 פראצענט מארגעדזש רעדט מען נישט פון קיין ריזיגע נאמבערס, אבער דא איז דאך א הימל געשריי אז וינועו אמות הסיפים!
זייער פשוט ער קען צאלן 3000 אדער 4000 א חודש פאר מארגעדזש (אעווער סקאסט) אבער ער האט נאר 50 פאר דאון פעימענט
האט ער דריי אפשינס
1) נעמען א 95 פארצענט מארגעדזש און צאלן 600 מער פאר 30 יאהר (נישט אינגאנצן ווייל די אינשורנס איז נאר פאר 90 חדשים ביי אונזער קעיס)
600 דאלער זאל גיין אין גארבעדזש (לאמיר דאס אזוי אנרופן)
2) שאפן נאך 100 אלפים זיך אנבארגן פון די גאנצע שטאט , און מאלן נאר די מארגעדזש... אפס! נאר די מארגעדזש?.... נייין פאר 15 יאהר זאל ער אויך צאלן 600 א חודש. סא נאר נאך 15 יאהר וועט ער זיך שפארן.
אבער דאס איז נאר אויב ער וועט טרעפן מלווים וואס קענען באשטיין ער זאל זיי צאלן 600 א חודש (אויב האסטו אזא מלוה אישי מיר איך דארף אביסל געלט יעצט)
אין אנדערע ווערטער דא וועט גיין נישט 600 דאלער אין גארבעדזש נאר זיין געזונט גוף ונפש אין גארבעדזש, די עיקר ויקרא שמו בישראל ״איך האב נישט גענומען א 80 פראצענט מארגעדזש)
3) נישט קויפן
דא גייט יעדן חודש די גאנצע רענט אין גארבעדזש
רח״ל איינער וואס נעמט אפשין 2
או אלעס פארוואס?
ווייל פאראוואס זאל איך צאלן 600 מער ווען איך קען דאס נישט צאלן. אבער די אמת איז אז די קענסט נישט, און די זעלבע וווי דו פארשטייסט אז דו נעמסט א מארגעדזש און צאלטסט גראב ריבית אויף דעם ווייל נאר אזוי קענסטו קויפן א הויז, דארף מען צולייגן נאך 600 א חודש, ולא קורה כלום! אדרבה מלעבט נארמאל ווי א מענטש מאיז קיינעם נישט שילדיג און מבגנבעט קיינעם.