ווי אזוי פירט מען א שבת'דיגע סעודה?

אפהאנדלונגען און דיסקוסיעס בענינים העומדים על הפרק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

yoy האט געשריבן:טראכט reality רעאליטי
ביי "דיין קעניגליכן" הערליכן, הייליגער, פלאקע'דיגער, אינטערעסאנטער, דראמאטישער, השקפה'יגער, נועם'דיגער, שיינעם, שבת'דיגער, קינדער טיש "בניך" כשתילי זיתים סביב "לשולחנך" נישט אזוי שטייט?
טראכט! וואו זיצט זי? ווער?? דיין ב"ב!!! מיין ב"ב?
יא, דיין ב"ב, וואס האט שווער געארבעט פאר "דיין קעניגליכן" סעודה? זי מעג אויך פילן א געשמאק און דיין שיינעם סעודה?
זי? וואס מיינסטו זי? זי זיצט, די לעצטע אויף די טיש,
בבחינת/כגוֹן די שפיץ פון די טיש.. ריכטיג?
זע, זי זאל זיצן אין דערמיט פונעם טיש, וועט אלעס פאלן אין פלאץ. רקע נקודה
וועסט זען, אלעס אלעס, און אלעס וועט פאלן אין פלאץ

שטארקע נקודה!
א
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

תגובה דורך נאו נעים »

רצון טוב האט געשריבן:

צופעלוג זיצט זיצט זי נישט דארט ווי yoy האט זיך פארגעשטעלט...
סארי, יעך פארשטיי בכלל נישט די נקודה.
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

נאו נעים האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:טראכט reality רעאליטי
ביי "דיין קעניגליכן" הערליכן, הייליגער, פלאקע'דיגער, אינטערעסאנטער, דראמאטישער, השקפה'יגער, נועם'דיגער, שיינעם, שבת'דיגער, קינדער טיש "בניך" כשתילי זיתים סביב "לשולחנך" נישט אזוי שטייט?
טראכט! וואו זיצט זי? ווער?? דיין ב"ב!!! מיין ב"ב?
יא, דיין ב"ב, וואס האט שווער געארבעט פאר "דיין קעניגליכן" סעודה? זי מעג אויך פילן א געשמאק און דיין שיינעם סעודה?
זי? וואס מיינסטו זי? זי זיצט, די לעצטע אויף די טיש,
בבחינת/כגוֹן די שפיץ פון די טיש.. ריכטיג?
זע, זי זאל זיצן אין דערמיט פונעם טיש, וועט אלעס פאלן אין פלאץ.
וועסט זען, אלעס אלעס, און אלעס וועט פאלן אין פלאץ

שטארקע נקודה!
א

צופעלוג זיצט זיצט זי נישט דארט ווי yoy האט זיך פארגעשטעלט...
סארי, יעך פארשטיי בכלל נישט די נקודה.

אויב די מאמע זיצט אינדערמיט, פלאס זי איז אינוואלווד, נישט פארנימען יעדע רגע מיטן אריין און ארויסטראגן עסן, מען לאזט דאס פאר קינדער
העלפט עס שטארק האלטן אין קאנטראל.
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

רצון טוב האט געשריבן:
נאו נעים האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:טראכט reality רעאליטי
ביי "דיין קעניגליכן" הייליגער, פלאקע'דיגער, אינטערעסאנטער, דראמאטישער, השקפה'יגער, נועם'דיגער, שיינעם, שבת'דיגער, קינדער טיש
"בניך"
כשתילי זיתים סביב "לשולחנך:" נישט אזוי שטייט?
יעצט טראכט! וואו זיצט זי? ווער?? דיין ב"ב! מיין ב"ב? יא! דיין ב"ב!
זי האט שווער געארבעט פאר "דיין קעניגליכן" סעודה..זי וויל אויך פילן א געשמאק אונעם שיינעם סעודה..ניין?
זי? וואס מיינסטו זי? זי זיצט די לעצטע ביים טיש, בבחינת/כגוֹן 'די שפיץ פון די טיש' ריכטיג?
זע, זי זאל זיצן אין דערמיט פונעם טיש, וועט אלעס פאלן אין פלאץ.
וועסט זען, אלעס אלעס, און אלעס וועט פאלן אין פלאץ

שטארקע נקודה!
א

צופעלוג זיצט זיצט זי נישט דארט ווי yoy האט זיך פארגעשטעלט...
סארי, יעך פארשטיי בכלל נישט די נקודה.

אויב די מאמע זיצט אינדערמיט, פלאס זי איז אינוואלווד, נישט פארנימען יעדע רגע מיטן אריין און ארויסטראגן עסן, מען לאזט דאס פאר קינדער
העלפט עס שטארק האלטן אין קאנטראל.

אז די מאמע זיצט 'אינדערמיט' ווי א "קעניגן" "וויל זי" ווערן אינוואלווד אין האלטן קאנטראל אויף ענקער קעניגרייך
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

אז דער עולם רעדט פון די אייגענע שבת טישן, וועל איך פארציילן מיינע שבת טישן.

מיין משפחה איז נאך קליינטשיג, א 6-7 יעריג בן זכר און אראפ.

בעיקר באשטייט די סעודה פון זיצן אויפגעלייגט,
בשעת'ן אריינברענגן א מאכל, גיבט מען פאר יעדען לפי ראות עיני העזרתי, און ווער עס עסט אויף קען גיין ווייטער שפילן, עס איז דא שפילצייג אין דיינונג-רום כגון לעגאס, קליקס, קארס, טראקט, דאליס, וכו'.
אזוי ווייטער ביי די זיפ, אייער, פלייש, טשאלענט.

נאך די פיש קען איך אסאך מאל ארויסגייט מאכן די אייער, און ווען ס'ווערט גרייט מאכט מען ריזאאם און די סעודה גייט ווייטער.

ערגעץ ווי זונג איך זמירות, ביינאכט מער ווארימע ווי קה אכסוף, לבי ובשרי, קה ריבון עלם. רוב מאל זינג איך מיט השתפכות הנפש, אנגעליינט אויף צוריק נאך עטליכע גלעזלעך וויין און ברוינפן, די קינדער קענען צוקוקן פון מאל צו מאל ווי ס'גייט די טרערעלעך אויפן באקן.

בייטאג זינג איך לעבעדיגע ניגונים ווי אוי אוי אוי שבת, וביום השבת, ווען איך וואלט געהאט כח, וכו', די קינדער שפרינגן ארום און ארום דעם שבת טיש, און ווען כ'כאפ אן אטעם שרייט מען "טאטי זינג נאך".

די קינדערלעך קענען קריכן אויף מיר ווי מויקאשעס אויפן בוים.

אמאל אמאל ווען כ'בין ביי מיר, קען איך פארלערנען [פאר די זמירות] די "משרשי המצוה" פון ספר החינוך אויפן פרשה, איינס נאכן צווייטן ווילאנג די נערווען פארטראגן, ס'איז זייער גוט.
איך האלט אז דאס איז א זאך וואס פעלט פונעם דור, מ'ווייסט נישט וואס דער רבוש"ע וויל פון אונז ביי די מצות, זעה ספר החינוך ווי יעדע מצוה איז פאר אונזער טובה, און וואס ס'ברענגט אונז, וואס דער רבוש"ע ערווארט פון אונז, בקיצור א אידישע מהלך המחשבה - ער איז א ראשון.

בדיעבד: איז דא לעצטענס אין די גליונות א געדאנק אויף די פרשה פון ר' אביגדור מילער ז"ל, ער נעמט א מצוה אין די תורה און לייגט עס אראפ ווי מ'קען אלס זעהן די חסדי ה' אויף יעדע טריט אין לעבן, די קינדער גלייכן דאס זייער (בערך ווי די חינוך) - אבער ער איז נישט קיין ראשון.

סוף סעודת ליל שב"ק רופט מען אויס - פאר די זמירות - אז ווער ס'איז שוין אנגעטוהן פעדזאמעס קען באקומען א טשאקאלאדע לכבוד שבת. חלילה נישט אויסטוהן פאר די ליכט, די ליכט מעג זעהן נאר הייליגע זאכן. (מיין קליינטשיג שרייט פארן גרויסן: די ליכט זעהט דיר!)

בשעת דער עולם עסט די זיסווארג זינג איך די זמירות ליל שבת כדלעיל.

נאכדעם קומט אריין אין די סעודה אנדערע עקסעסעריס ווי אויסגיסן גרעפ-דזאס, וכדו', די זאכן מיינט נישט מיר, מ'געט נישט א טאנץ אויף "אוי וואטש וואס דו טוסט וכדו'" נאר פלעין "ברענג א שמאטע און וויש עס אפ" און מ'גייט ווייטער.

כ'מיין אז אין איין ווארט איז עס:
זיי אויפגעלייגט, ס'זאל דיר גארנישט אנגיין, פיר א סעודה פאר דיר, פאר דיין ווארימקייט אויף די קומענדיגע וואך, ביי זמירות קענסטו פארמאכן די אויגן [נאך אביסל משקה] און זיך פארשטעלן ווי דו זיצט ביים שבת טיש פונעם בעש"ט הק' און זינגסט מיט מיט אלע תלמידים, עס ליגט מיר אין זכרון אז ר' נחמן שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן, אז ווען א איד דאווענט זאל ער זיך פארשטעלן ווי זיין קאפ איז העכער די הימל און דאווענט וכו' (אויב ס'איז נישט אמת, ביטע צוצייכענען, אבער די געדאנק איז א גוטער).

ואידך פירושא הוא, זיל גמור.
אוועטאר
אדער יא
שר שלשת אלפים
תגובות: 3156
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 11, 2018 11:00 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אדער יא »

וואו שטייט אז קליינע זאל מען נישט אויסטוהן פאר די ליכט?
לדעתי
שר חמש מאות
תגובות: 532
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 27, 2016 4:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לדעתי »

כ'געדענק נישט, כ'געדענק אבער אז ס'שטייט.
נאו נעים
שר מאה
תגובות: 155
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 14, 2019 9:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאו נעים »

לדעתי האט געשריבן:כ'געדענק נישט, כ'געדענק אבער אז ס'שטייט.

ליגט מיר אויך אין קאפ אזוי
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

נאו נעים האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:כ'געדענק נישט, כ'געדענק אבער אז ס'שטייט.

ליגט מיר אויך אין קאפ אזוי

אפענע רמ"א אין סימן ער"ה סעיף י"ב: נהגו לכסות הקטנים שלא יהיו ערומים בפני הנרות משום ביזוי מצוה וכ"כ הרוקח, עכ"ל הרמ"א
פראצעדור
שר חמש מאות
תגובות: 547
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 23, 2018 8:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פראצעדור »

yoy האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
נאו נעים האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:א שטארקע נקודה!

צופעלוג זיצט זיצט זי נישט דארט ווי yoy האט זיך פארגעשטעלט...
סארי, יעך פארשטיי בכלל נישט די נקודה.

אויב די מאמע זיצט אינדערמיט, פלאס זי איז אינוואלווד, נישט פארנימען יעדע רגע מיטן אריין און ארויסטראגן עסן, מען לאזט דאס פאר קינדער
העלפט עס שטארק האלטן אין קאנטראל.

אז די מאמע זיצט 'אינדערמיט' ווי א "קעניגן" 'וויל' זי ווערן אינוואלווד אין האלטן קאנטראל אויפן קעניגרייך פונקט ווי דיך

די געדאנק קומט פון די איקאל רייטס מאוומענט אז לעידיס דארפן האבן גלייכע רעכטן און מען פארשעמט זיי אויב זיי זיצן סוף טיש
איך מייו אז סדא וואס מישן אריין די נאז אפילו פון סוף טיש אויך.. ס'ווי א מענטש
חסידישער קאך
שר מאה
תגובות: 198
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 06, 2018 1:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חסידישער קאך »

לדעתי האט געשריבן:אז דער עולם רעדט פון די אייגענע שבת טישן, וועל איך פארציילן מיינע שבת טישן.

מיין משפחה איז נאך קליינטשיג, א 6-7 יעריג בן זכר און אראפ.

בעיקר באשטייט די סעודה פון זיצן אויפגעלייגט,
בשעת'ן אריינברענגן א מאכל, גיבט מען פאר יעדען לפי ראות עיני העזרתי, און ווער עס עסט אויף קען גיין ווייטער שפילן, עס איז דא שפילצייג אין דיינונג-רום כגון לעגאס, קליקס, קארס, טראקט, דאליס, וכו'.
אזוי ווייטער ביי די זיפ, אייער, פלייש, טשאלענט.

נאך די פיש קען איך אסאך מאל ארויסגייט מאכן די אייער, און ווען ס'ווערט גרייט מאכט מען ריזאאם און די סעודה גייט ווייטער.

ערגעץ ווי זונג איך זמירות, ביינאכט מער ווארימע ווי קה אכסוף, לבי ובשרי, קה ריבון עלם. רוב מאל זינג איך מיט השתפכות הנפש, אנגעליינט אויף צוריק נאך עטליכע גלעזלעך וויין און ברוינפן, די קינדער קענען צוקוקן פון מאל צו מאל ווי ס'גייט די טרערעלעך אויפן באקן.

בייטאג זינג איך לעבעדיגע ניגונים ווי אוי אוי אוי שבת, וביום השבת, ווען איך וואלט געהאט כח, וכו', די קינדער שפרינגן ארום און ארום דעם שבת טיש, און ווען כ'כאפ אן אטעם שרייט מען "טאטי זינג נאך".

די קינדערלעך קענען קריכן אויף מיר ווי מויקאשעס אויפן בוים.

אמאל אמאל ווען כ'בין ביי מיר, קען איך פארלערנען [פאר די זמירות] די "משרשי המצוה" פון ספר החינוך אויפן פרשה, איינס נאכן צווייטן ווילאנג די נערווען פארטראגן, ס'איז זייער גוט.
איך האלט אז דאס איז א זאך וואס פעלט פונעם דור, מ'ווייסט נישט וואס דער רבוש"ע וויל פון אונז ביי די מצות, זעה ספר החינוך ווי יעדע מצוה איז פאר אונזער טובה, און וואס ס'ברענגט אונז, וואס דער רבוש"ע ערווארט פון אונז, בקיצור א אידישע מהלך המחשבה - ער איז א ראשון.

בדיעבד: איז דא לעצטענס אין די גליונות א געדאנק אויף די פרשה פון ר' אביגדור מילער ז"ל, ער נעמט א מצוה אין די תורה און לייגט עס אראפ ווי מ'קען אלס זעהן די חסדי ה' אויף יעדע טריט אין לעבן, די קינדער גלייכן דאס זייער (בערך ווי די חינוך) - אבער ער איז נישט קיין ראשון.

סוף סעודת ליל שב"ק רופט מען אויס - פאר די זמירות - אז ווער ס'איז שוין אנגעטוהן פעדזאמעס קען באקומען א טשאקאלאדע לכבוד שבת. חלילה נישט אויסטוהן פאר די ליכט, די ליכט מעג זעהן נאר הייליגע זאכן. (מיין קליינטשיג שרייט פארן גרויסן: די ליכט זעהט דיר!)

בשעת דער עולם עסט די זיסווארג זינג איך די זמירות ליל שבת כדלעיל.

נאכדעם קומט אריין אין די סעודה אנדערע עקסעסעריס ווי אויסגיסן גרעפ-דזאס, וכדו', די זאכן מיינט נישט מיר, מ'געט נישט א טאנץ אויף "אוי וואטש וואס דו טוסט וכדו'" נאר פלעין "ברענג א שמאטע און וויש עס אפ" און מ'גייט ווייטער.

כ'מיין אז אין איין ווארט איז עס:
זיי אויפגעלייגט, ס'זאל דיר גארנישט אנגיין, פיר א סעודה פאר דיר, פאר דיין ווארימקייט אויף די קומענדיגע וואך, ביי זמירות קענסטו פארמאכן די אויגן [נאך אביסל משקה] און זיך פארשטעלן ווי דו זיצט ביים שבת טיש פונעם בעש"ט הק' און זינגסט מיט מיט אלע תלמידים, עס ליגט מיר אין זכרון אז ר' נחמן שרייבט אין ליקוטי מוהר"ן, אז ווען א איד דאווענט זאל ער זיך פארשטעלן ווי זיין קאפ איז העכער די הימל און דאווענט וכו' (אויב ס'איז נישט אמת, ביטע צוצייכענען, אבער די געדאנק איז א גוטער).

ואידך פירושא הוא, זיל גמור.

זייער שיין
אוועטאר
yoy
שר חמש מאות
תגובות: 991
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 27, 2017 12:47 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך yoy »

פראצעדור האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:
yoy האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:
נאו נעים האט געשריבן:צופעלוג זיצט זיצט זי נישט דארט ווי yoy האט זיך פארגעשטעלט...
סארי, יעך פארשטיי בכלל נישט די נקודה.

אויב די מאמע זיצט אינדערמיט, פלאס זי איז אינוואלווד, נישט פארנימען יעדע רגע מיטן אריין און ארויסטראגן עסן, מען לאזט דאס פאר קינדער
העלפט עס שטארק האלטן אין קאנטראל.

אז די מאמע זיצט 'אינדערמיט' ווי א "קעניגן" 'וויל' זי ווערן אינוואלווד אין האלטן קאנטראל אויפן קעניגרייך פונקט ווי דיך

די געדאנק קומט פון די איקאל רייטס מאוומענט אז לעידיס דארפן האבן גלייכע רעכטן און מען פארשעמט זיי אויב זיי זיצן סוף טיש
איך מייו אז סדא וואס מישן אריין די נאז אפילו פון סוף טיש אויך.. ס'ווי א מענטש

סדא וואס מישן אריין די נאז אפילו פון סוף טיש אויך...
a typical oldtimer statement
סדא וואס וועלן האלטן קאנטראל אויפן "דיין" קעניגרייך אפילו פון סוף טיש פאר דיך
זאג מיר btw
ווער איז די גאנצע וואך אין שטוב און קאנטראלט דיינע קינדער ווי א פראפעסיאנאל
$2200 הם שכר שידוך לגיל 18 ולכל עוד ששה חדשים, ראוי להוסיף $500, כדי לשלם עבור השעות החדשות, שהשדכנים משקיעים כסדר בשוק
אוועטאר
שפע רב
שר האלף
תגובות: 1663
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 06, 2018 11:20 am

Re: ווי אזוי פירט מען א שבת'דיגע סעודה?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שפע רב »

געטראפען א פארשטויבטע אשכול אין בעסמינט

וועל איך שערן א שיינע מעשה רב איבער דעם ענין.

הרב יצחק שלום לעזער פארציילט, אז איינמאל האט אים דער בעל דברי שלמה מ'באבוב זצ"ל אויסגעפערעגט וויאזוי עס זעהן אויס ביי אים אין שטוב די שבת'דיגע סעודות, אין וויאזוי ער האלט קינדער אין יעדן עלטער אין די ראמען אז מען זאל איינזיצען ביים טיש, פארציילט ער אז כאטש עס איז עם אומבקוועם האט ער געשילדערט פאר'ן רבי'ן פארשידענע אופנים וויאזוי ער האלט די מצב פריש, לדוגמה דורך זיך אונטערברומען תנועות פון היימישע ניגונים וואס די קינדער קענען און זיי דארפן צוטרעפן דעם ניגון וכדומה, אזוי אז יעדער לעבט מיט ביי די סעודה אדער פארציילט ער זיי א מעשה און זיי קענען זיך קלויבען צי ס'זאל זיין פרייליך אדער שרעקדיג וכדומה.

דער רב האט זייער הנאה געהאט אין אים געזאגט בהאי לישנא גיט טוסטו דער וואס וויל האבן לייטישע קינדער מוז אזוי טון

דערנאך האט אים דע רב געגעבן אן הדרכה זאגענדיג אז ווען עס קומט מיטוואך און מ'זאגט ביים יום לכו נרננה דעמאלט דארף יעדע אינגערמאן אנהייבן זיך צוצגרייטן וואס ער גייט שמועסן שבת ביים טיש, פונקט ווי א פרוי קוקט זיך אים אין די קאך עטליכע טעג פאר שבת וואס זי דארף האבן אויף שבת זי וועט נישט קומען שבת צופרי אין זאגן אז איך האב נישט געהאט קיין צייט צוצשטעלן א טשאלענט פונקט אזוי קען א אינגערמאן נישט זאגן אז ער האט נישט געהאט קיין צייט זיך צוצגרייטן וואס צו זאגן.

אין נאך האט אים דער רב געזאגט אז אויב פילט ער אז ער דארף מעורר זיין די קינדער אויף א געוויסע פרט דערציילט מען א שיינע מעשה איבער דעם ענין אין מען דארף ניטמאל מרמז זיין אז מען מיינט עמיצען אויב איז דא א געשמאק אין די סעודה זענען די קינדער'ס אוירען אפען צו מקבל זיין אין עס האט א מורדיגע השפעה לנצח נצחים
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

Re:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעם וריח »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:
נאו נעים האט געשריבן:
לדעתי האט געשריבן:כ'געדענק נישט, כ'געדענק אבער אז ס'שטייט.

ליגט מיר אויך אין קאפ אזוי

אפענע רמ"א אין סימן ער"ה סעיף י"ב: נהגו לכסות הקטנים שלא יהיו ערומים בפני הנרות משום ביזוי מצוה וכ"כ הרוקח, עכ"ל הרמ"א

סאיז א גמרא אין שבת דאכט זיך כ"ב אדער כ"ג ביזו מצוה
על "טעם וריח" אין להתווכח
שרייב תגובה

צוריק צו “דעת הקהל”