מראה כהן - שלמה כהן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

מראה כהן - שלמה כהן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

דאס איז שוין טאקע ברעיקינג!...

ווי א העלן טאג אינמיטן א דינער, איז אויפגענומען געווארן מיט "שאק ענד אה" די נייעס וואס איז אריינגעקומען צו די העדקוואטער פון די ניגוני דיפארטמענט פון ק.נ.א. אזוי פלוצלינג, 'מיט א פריערדיגע מעלדונג', אז ס'איז דא צו באקומען אין די געשעפטן די נייע טעיפ (נאר עוועילעבל אין סידי, נאר טעיפ טייפטצעך גרינגער) "מראה כהן".

לויט ווי געוויסע אנאליסטן זאגן, און אויך די דעקל איז דערויף מעיד, איז די טעיפ ארויסגעגעבן געגעבן געווארן דורך דעם באקאנטן זינגער ר' שלמה כהן, אינאיינעם מיט זיין ברודער, אדער ווי א טייל זאגן, זיין קאזין, "עמי כהן". (שוין אמאל געהערט אזא נאמען?)

(אזוי שטייענדיג דא, הערעכעס, ס'איז אלטע ניגונים, הערליכע מוזיק, ס'קוקט אויס גוט, אבער כ'מוז שוין גיין פון דא, ווייל באלד ווארפט מען מיך ארויס....)

די טעיפ איז דיסטריביוטעד ביי "לחיים" און לויט ווי ס'שטייט אויפן דעקל, איזעס געמאכט געווארן אין "איזריעל".

אינטערעסאנט צו באמערקן, אז אויפן דעקל פונעם טעיפ שטייט "בשם ה' נעשה ונצליח", און אויף די בעק פונעם טעיפ שטייט "ב"ה"... לויט ווי געוויסע ווילן זאגן, איזעס געקומען אויפן דיירעקטן פארלאנג פון "בעילאויט", ווייל בעילאויט האט געבעטן אז יעדער וואס הייבט אן א אשכול זאל שרייבן "בס"ד", און מיר טוען עם שטארק "קרעדיטן" דערפאר...(נישט פארמישן מיט "קריטיקירן"..)

דעטאלן פונעם טעיפ וועט אי"ה נאכפאלגן.....

ריפארטינג לייוו פראם לי עוו. פאוטאו, וויכי, עט די ק.נ.א. ספעשעל ניגוני ריפארט.....

בעק טו יו צייטליך....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

איז דאס די ניגון מראה כהן וואס ליפא זינגט אויף נאנ סטאפ און שלומי אויף פראדזשעקט עקס?
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

יא, ער זינגט אויך די ניגון, אבער לויט ווי איך פארשטיי, הייסט נישט די טעיפ מראה כהן וועגן דעם, נאר וועגן די צוויי זינגערס הייסן כהן..

עניוועי, יעצט קענעך שוין שרייבן אביסל מער, די מוזיק אויף דעם טעיפ, קוקט אויס בעסער ווי ביידע סיי "נאן סטאפ", און סיי "פראדזשעקט עקס", די זינגערס זינגען גאנץ געשמאק, כאטש איך האב נישט אזוי געגליכן זיין ערשטע טעיפ, דא קוקטעס אויס בעסער.

נאכאמאל, איך האב נאר געהערט דעם טעיפ אביסל, אבער ס'קוקט אויס גוט.... העמער ווארטן אויף צייטליך...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

שוין ווייטער מיט אלטע ניגונים...
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

איזאק, יו אר רייט! אבער די טעיפ איז נאכאלץ זייער גוט!

ער זינגט אסאך היימישע ניגונים, און די מוזיק איז עפעס נישט פלעין....
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
מאיר
שר האלף
תגובות: 1527
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 10, 2009 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאיר »

ווי קען מען הערן א פריוויו?
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

כוויכי שמגיב בקרעטשמע..................... מראה כהן
כוויכי מסיים בעק טו יו........................ מראה כהן
כוויכי הוד פניו זיו יקר תגובתו................. מראה כהן
לעושה אורים גדולים כל"ח................... מראה כהן
כוויכי מדווח לקנ"א.......................... מראה כהן
כוויכי ממהר עם הטשערי לייט............... מראה כהן
כוויכי יושב בראש הסובארבן................. מראה כהן
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
דאס בין איך
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 01, 2008 9:31 pm
לאקאציע: וואו איך בין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דאס בין איך »

ווערי גוט. די מיוזיק איז אבער נישט צום פארגלייכן...
וואו איז יענער, וואס אויפטון קען ער, אז יעדער זאל לעבן פאר זיך?
און זאל יעדער פארשטיין, פאר זיך אליין, ווער בין איך? ווער בין איך? ווער בין איך?
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

מאיר האט געשריבן:ווי קען מען הערן א פריוויו?



שוועמל האט געשריבן:כוויכי שמגיב בקרעטשמע..................... מראה כהן
כוויכי מסיים בעק טו יו........................ מראה כהן
כוויכי הוד פניו זיו יקר תגובתו................. מראה כהן
לעושה אורים גדולים כל"ח................... מראה כהן
כוויכי מדווח לקנ"א.......................... מראה כהן
כוויכי ממהר עם הטשערי לייט............... מראה כהן
כוויכי יושב בראש הסובארבן................. מראה כהן



שוועמל, דאס איז נאר די פריוויא? איי קענט וועיט פאר די פול עדישען.....

שוועמל, מעידזשער!..איט פיל'ס גוד...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

ווער האט געמאכט די מיוזיק?
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

וויכי נאנא....... נישט יעצט ככ'בין אביסל ביזי, כ'דארף נאך ענדיגן צובינדן מיין צווייטע שיך בענדל, אי''ה נעקסטיים וועל כ'שוין צוריק צאלן מיט פראצענט.........

לענינינו כ'האב שוין לאנג געטראכט צו עפענען א אשכול וועגן שלומי כהן, כ'בין פון זיינע גרעסטע ערקאנדישאנס, א מין חידוש פון א שטומע, קען מיר איינער אנווייזן ווי ער שטרענגט זיך אן? ס'קען זיך דאכטן ווי ער שטרענגט זיך גארנישט אן, ער זינגט אסאך אויף די חיים באנעט טעיפ'ס (שקויעך וויכי ס'טייפט זיך אזוי גרינג.....), פון ס'רט וויזניץ, דאכט זיך אז ער איז א ס'רט ווישניצער, אסאך מאל פיל איך ווי ער צונעמט מיר ממש(אזויווי וויכי אמאל אמאל...), ער זינגט אויך אויף די פיצבורג'ע טעיפ ''ונפשי'', ער זינגט איינמאל די הויכע פאל פון 'ונפשי שפכי כמים לבך', שירה זינגט אסאך די ניגון (דאכט זיך מיר), די ערקאנדישאן איז ארויף אויף היי ווען ס'איז מיר אונטערגעקומען אונטער די האנט א סידי פון ס'רט וויזניץ וואס זיי האבן מיטגעשיקט מיט די 'כל העולם כולו' מאגאזין, פאר די ימים טובים, ער זינגט דארט א פאר ניגונים, איינס איז אויף די ווערטער, 'עיני עמך בם תלויות, ועיניהם לך מיחלות, גשים מול ארון הקודש באימה, לשכך כעס וחימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, ואתה מן השמים תשגיח אותם לרחמה',(כאפ מיך נישט מיט קיין אמעראצעס, כ'ווייס נישט ווי ס'שטייט) כ'האלט עס נאך אינמיטן איבערהערן ס'וועפט נאך נישט, ער שפילט גוט אראפ אז ער זינגט פון הארץ(אוון אפשר טאקע).

פאר איך גיי ווייטער מוז איך דא קודם דא אזוי גוט אויס פראקן וויכי, וואסארא מין זאך איז דעס? האא? ס'קומט ארויס סידי'ס מיט כל העולם כולו, און די קענסט אונז גארנישט איינמעלדן פון פאראויס, איך דארף אנקומען ווען ס'שוין נישט דא?
וואג דיך נאר נישט צומעלדן אפגעריסענע סידי'ס, אז ס'איז דא מיט וואס צו גיין צום טיש מעלד, אז נישט שעלט! פיקטשערס וועל איך שוין לאזן פאר א צווייטן.

אקעי ווי האבעך געהאלטן? אה יא. די נייע טעיפ. כ'וואלט זייער געוואלט וויסן, אויב ער זינגט דארט אזויווי ער פלעגט אלץ זינגען, אדער ער טרייט שוין נאכצומאכן די היינטיגע זינגערס, וואס אויב יא, איז מיר א שאד די פאר גרייצער, זיין גאנצע ערנסטע חן אראפגעפלאשט.

יעצט לאמיך דא קערפול ארויס בעקן, און נאכדעם צייטליך, און יעצט........

בעק טו יו וויכי.........
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32414
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

העי בעילאוט! וואצאפ? ווא גייט פאר מיט דיר היינט? ס'טעך אזוי צולאזט?... האלאו! לייגעם נעבן די עירקאנדישן... זעהט אויס ער איז געווארן צולאזט פון מתיקות פון "שלומי כהן"...

בעילאוט! יו אר גרעיט!...
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
פלאפי יוד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלאפי יוד »

בעילאוט און וויכי, עטץ זענטס ביידע מתוקקקקקקקקקקקקקקקק!!!!!!!!!!

און אין אן אמתן האט דער שלמה כהן א אויסער-ווי-געווענליכע שיינע שטימע. 'טאטעלי דיפרענט' פון אנדערע זינגערס, און וועגן דעם שטעקט ער זיך ארויס פון אלע אנדערע זינגערס.

זיין קול איז אזוי זיעס און געשמאק, אזש... ווי בעילאוט זאגט, מ'קען נישט נמאס ווערן פון אים.

זיין קול הערט זיך ווי א FLUTE בלע"ז. ער זינגט זייער הויעך און ווי העכער ער ציהט ארויף, אלץ שענער ווערט עס.

איך גלייב אז ס'איז דא ווייניג (אדער בכלל נישט) וואס קענען ארויפציען ווי אים, און 'סאונדן' שיין. (יא שרייען און קוואקענען ביי יעדע ניגון איז דא אסאך וואס קענען.......אן אריינגיין אין נעמען.......)
אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2210
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 25, 2008 10:27 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך bailout »

פלאפי יוד האט געשריבן:זיין קול הערט זיך ווי א FLUTE בלע"ז. ער זינגט זייער הויעך און ווי העכער ער ציהט ארויף, אלץ שענער ווערט עס.

יא, איך בין מסכים צו דיין דמיון, אויכעט אזוי געקלערט.
ביקסאד
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4040
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 25, 2008 7:00 pm
לאקאציע: נעבן סאטמאר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ביקסאד »

bailout האט געשריבן:די ערקאנדישאן איז ארויף אויף היי ווען ס'איז מיר אונטערגעקומען אונטער די האנט א סידי פון ס'רט וויזניץ וואס זיי האבן מיטגעשיקט מיט די 'כל העולם כולו' מאגאזין, פאר די ימים טובים, ער זינגט דארט א פאר ניגונים, איינס איז אויף די ווערטער, 'עיני עמך בם תלויות, ועיניהם לך מיחלות, גשים מול ארון הקודש באימה, לשכך כעס וחימה, ועמך מסביבים אותם כחומה, ואתה מן השמים תשגיח אותם לרחמה',(כאפ מיך נישט מיט קיין אמעראצעס, כ'ווייס נישט ווי ס'שטייט) כ'האלט עס נאך אינמיטן איבערהערן ס'וועפט נאך נישט, ער שפילט גוט אראפ אז ער זינגט פון הארץ(אוון אפשר טאקע).

בפיוט היה עם פיפיות במוספי ימים הנוראים.
ועמך כולם צדיקים
elmonsey
שר חמש מאות
תגובות: 916
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 24, 2008 12:55 am
לאקאציע: אויפן לבנה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך elmonsey »

די סיבה פארוואס שלומי קען אזוי ארויפציען ביליוו איט אר נאט ער איז א "פרענק" אין אנדערע ווערטער א ספרדי נאר ער איז געווארן א סערעט וויזניצער חסיד

דאנט טעיר מי ראנג אין ווער מעשיגע פאר אים נאכדערצי זיינע אלטע ניגונים וואס ער האט געזינגעו פאר ר' חיים בענעט
קעש פאר קלאנקערס
שר חמש מאות
תגובות: 913
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 06, 2009 8:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קעש פאר קלאנקערס »

ער איז געבוירן אין ארגעטינא, זיין טאטע איז א סאטמערע, ער לערענט פאר יעדע וואך א שטיקל "ויואל משה"
איך זאג עשה!
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3445
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

דאס בין איך האט געשריבן:איז דאס די ניגון מראה כהן וואס ליפא זינגט אויף נאנ סטאפ און שלומי אויף פראדזשעקט עקס?

איך ווייס נישט פארוואס, אבער איך האב שרעקליך פיינט די ניגון אזש כ'האב עס אויסגעמעקט ווען איך האב געאפלאוד די סידי אויף מיין איי פאד.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”