אפענע שמועס איבער די צענזור פון אייוועלט

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ימות המשיח
שר חמישים ומאתים
תגובות: 478
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 31, 2019 6:17 am
לאקאציע: אויף אַ ווייַסע פערד

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ימות המשיח »

א נייער האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:נו למעשה, ווען געפאלט אין שטעטל ר"ה?

נאך דא אפאר טעג צו גיין.

און נאך א פאר תגובות (בלעטער) צו ליינען!!
אַ געשעפט האָב איך............
אברהם בן ארי'
שר מאה
תגובות: 204
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 05, 2019 3:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם בן ארי' »

וויכטיג מאכער, כ'האב א שאלה צו דיר, און איך קען באשטיין זאלסט מיר געבן דיין פערספעקטיוו דערויף.

אויף אייוועלט האלטן זיך ניקס אין איין טוישן, יעדע יאר צוויי דריי ווערן פארשוואונדען אלטע ניקס און נייע ניקס רעפלעיסן זיי. עס איז זייער א נארמאלע זאך אז איינער וואס פלעגט אמאל שרייבן דא הערט אויף, און עס איז דא טויזנט סיבות פארוואס עס איז אזוי.

רוב ניקס וואס זענען דא געווען פון 2006 ביז 2011 זענען שוין נישטא היינט, און איך גלייב אז פאר גוטע סיבות. אבער קיינער פון זיי איז נישט אוועקגעגאנגען פון דא ברוגז אויף די הנהלה. די לעצטע יאר צוויי, איז דא זייער אסאך ניקס וואס האבן אויפגעהערט שרייבן דא, און א גרויסע פראצענט פון זיי זאגן קלאר אז זיי זענען אנגעווייטאגט אויף די פירערשאפט.

פארוואס איז עס אזוי?

איך קען באשטיין זאלסט מיר זאגן וויאזוי דו קוקסט עס אן.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

ווייל איינער פון די זאכען וואס איז געשען און די "ע" יארן איז אז איך טויש נישט מיין מיינונג און מען גייט קאפ און וואנט מיט א שיטה אדער מיינונג וואס מען האט זיך אויסגעוועהלט.

עיין ערך פאליטיק וכל הדומה.
אוועטאר
נתנאל מינצבערג
שר חמש מאות
תגובות: 538
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 19, 2017 8:32 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נתנאל מינצבערג »

פרעג א מנהל... ווי זאגט וויכי ''איך בין נישט קיין מנהל''
(אגב, טעקניקאל דירעקטער ביזטו דאך יא אפילו לשיטתך... בין איך נייגעריג צו עס איז בכוונה אז אויפן הויפט בלאט אויפן לינקן זייט זענען די לינקס נישט פרעסעבל, אופס יעצט געטשעקט שוין פאראכטן)
נאך אזאך בין איך נייגעריג (איך האף אז מיין מאמע ליינט נישט דא זי לאזט נישט) וויאזוי נאך חוץ די אייפי אדרעס קענען ענק וויסן דאפעלטע ניקס? דזשעף בעזאס וואלט זיך מחיה געווען מיט דיינע טעקניקס

אויב איינער קען מיר זאגן אין א ניס שאלאכטס וואס צד א. און צד ב. זענען דא און אין די פייפערגעיט שנירל זענען וועל איך אים... ( ע''ד לכן כל הורג קין אלא דהתם לרע והכא לטובה)
לעצט פארראכטן דורך נתנאל מינצבערג אום דאנערשטאג סעפטעמבער 26, 2019 3:15 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שלום בית איז א טעאריע
אוועטער קרעדיט @גארנישט מיט נישט ריסייז קרעדיט @אויפגעפרישט
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

shimon7323 האט געשריבן:ווייל איינער פון די זאכען וואס איז געשען און די "ע" יארן איז אז איך טויש נישט מיין מיינונג און מען גייט קאפ און וואנט מיט א שיטה אדער מיינונג וואס מען האט זיך אויסגעוועהלט.

עיין ערך פאליטיק וכל הדומה.

איך וועל נישט אריינרעדן אין א קאנטראווערסיע אין צייט וואס איך בין גענצליך אומבאקאנט אין אירע גרונדן און זיכער נישט אין אירע איינצעלהייטן, אבער פאר שמעון'ן קומט זיך א קוש אין שטערן פאר אזא זאכליכע און לאגישע סטעיטמענט וואס איז - צו אונזער שלעכט מזל - אמת אין יעדן פאל.
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

נתנאל מינצבערג האט געשריבן:נאך אזאך בין איך נייגעריג (איך האף אז מיין מאמע ליינט נישט דא זי לאזט נישט) וויאזוי נאך חוץ די אייפי אדרעס קענען ענק וויסן דאפעלטע ניקס? דזשעף בעזאס וואלט זיך מחיה געווען מיט דיינע טעקניקס

וואס פאלט דיר ביי זיי קענען ?

זיי קענען קלאר נישט.. זיי קענען נאר דורך די אייפי.
און דורך א אייפי איז בכלל נישט קיין קראנטע וועג, ווייל למשל ווי איך זיץ איז דא X קאמפיטערס און אלעס איז די זעלבע אייפי, על כן קען זיי קיינמאל נישט וויסן צו סאזי די זעלבע ניק.
!!THANK YOU BANAA#
אוועטאר
בענקעל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3714
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 25, 2015 11:30 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בענקעל »

אברהם בן ארי' האט געשריבן:די לעצטע יאר צוויי, איז דא זייער אסאך ניקס וואס האבן אויפגעהערט שרייבן דא, און א גרויסע פראצענט פון זיי זאגן קלאר אז זיי זענען אנגעווייטאגט אויף די פירערשאפט.

קען זיין, ווייל עס איז היינט דא מער איינגעשריבענע פראצענטואל. אבער היסטאריע חזר'ט זיך איבער. דאס פלאץ האט שוין דורכגעשוויצט פארשידנס און נאך אסאך אסאך שווערער פון דאס. עס איז נישט קיין סוד, מ'קען דאס באמערקן אין פארשידענע ווינקלען דא דורכאויס די בלעטער צוריקגייענדיג אין צייט.

פאר מיסטי קומט זיך א שאנס. מיר האבן זייער הנאה געהאט פון אים.
אוועטאר
shimon7323
שר חמשת אלפים
תגובות: 5625
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 14, 2012 9:21 pm
לאקאציע: שיך
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shimon7323 »

נישט פשוט האט געשריבן:
נתנאל מינצבערג האט געשריבן:נאך אזאך בין איך נייגעריג (איך האף אז מיין מאמע ליינט נישט דא זי לאזט נישט) וויאזוי נאך חוץ די אייפי אדרעס קענען ענק וויסן דאפעלטע ניקס? דזשעף בעזאס וואלט זיך מחיה געווען מיט דיינע טעקניקס

וואס פאלט דיר ביי זיי קענען ?

זיי קענען קלאר נישט.. זיי קענען נאר דורך די אייפי.
און דורך א אייפי איז בכלל נישט קיין קראנטע וועג, ווייל למשל ווי איך זיץ איז דא X קאמפיטערס און אלעס איז די זעלבע אייפי, על כן קען זיי קיינמאל נישט וויסן צו סאזי די זעלבע ניק.

אויב קענען זיי אויפכאפן די מעק אַדרעס קען מען יא זיין מער פינקטלעכע. לויט ווי אזוי מיין עקספיריענס ניצט אמעזאן דער מעק אַדרעס צי כאפן אזאלכע חברה
אוועטאר
נישט פשוט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3356
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 04, 2018 1:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נישט פשוט »

shimon7323 האט געשריבן:
נישט פשוט האט געשריבן:
נתנאל מינצבערג האט געשריבן:נאך אזאך בין איך נייגעריג (איך האף אז מיין מאמע ליינט נישט דא זי לאזט נישט) וויאזוי נאך חוץ די אייפי אדרעס קענען ענק וויסן דאפעלטע ניקס? דזשעף בעזאס וואלט זיך מחיה געווען מיט דיינע טעקניקס

וואס פאלט דיר ביי זיי קענען ?

זיי קענען קלאר נישט.. זיי קענען נאר דורך די אייפי.
און דורך א אייפי איז בכלל נישט קיין קראנטע וועג, ווייל למשל ווי איך זיץ איז דא X קאמפיטערס און אלעס איז די זעלבע אייפי, על כן קען זיי קיינמאל נישט וויסן צו סאזי די זעלבע ניק.

אויב קענען זיי אויפכאפן די מעק אַדרעס קען מען יא זיין מער פינקטלעכע. לויט ווי אזוי מיין עקספיריענס ניצט אמעזאן דער מעק אַדרעס צי כאפן אזאלכע חברה

סתם א סייט קענישט!
די ווייסט אז אמעזאן קען יא זעהן מיין מעק אדרעס ? אדרבה שוין לאנג געזיכט צו וויסן וויאזוי זיי קענען יא און אנדערע נישט, איך האב געזען סתם מענטשען זאגן אז יא, באט איך זיך עפעס א מקור וואס מקען בויען.

דעס אז זיי כאפן מענטשען אין די זעלבע נעטווארק, איז קיין ראי' אדרבה דאס ווייזט אז זיי ווייסן נאר די IP
ווילאנג די אינסטאלס נישט קיין סאפטוועיר וואס שיקט צוריק די אינפא קענען זיי נישט וויסן דיין מעק

(אנדערש, איז ביי אייפיווי6 וואס ווער ניצט ?)
!!THANK YOU BANAA#
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

שטייט דא אזא תגובה

viewtopic.php?f=31&t=28034&start=150

דיבר הרבה מכת חב"ד שבימינו שביטלו כמה מצות עשה מפני משוגעת'ן וכו'.

איך פארשטיי אז די מנהלים דא זענען לאו דוקא חב"ד געשטימט וגם אני בחלומי כן, אבער איך ווינדער מיך וואס איז פשט אז ווייל מען געהערט צו אן אנדערע חסידות לאזט מען שרייבן אזעלכע זאכן אויף אנדערע ווי למשל "כת סקווירא שביטלו הרבה מצוות עשה מפני משוגעת'ן" אדער "כת סאטמאר שיש להם כמה משוגעת'ן ומפני כן ביטלו הרבה מצוות". ווען איך האב פארראכטן די תגובה און געשריבן שפאטיש אז כת סאטמאר ביטלו הרבה מצוות כגון לאכול שמיני עצרת בסוכה (הגם איך האב דאס געשריבן סארקאסטיש כדי צו מעורר זיין יענעם אויף זיין לשון) האט מען מיינס אויסגעמעקט און יענעמ'ס געלאזט.

הזאת נעמי?

(פריוואט איגנארירן מיך די מנהלים ממילא פרעג איך דא ברבים אויב איינער האט א ישוב נכון)
ממה נפשך
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4845
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 11, 2014 9:37 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ממה נפשך »

עפל קאמפאוט האט געשריבן:שטייט דא אזא תגובה

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.ph ... &start=150

דיבר הרבה מכת חב"ד שבימינו שביטלו כמה מצות עשה מפני משוגעת'ן וכו'.

איך פארשטיי אז די מנהלים דא זענען לאו דוקא חב"ד געשטימט וגם אני בחלומי כן, אבער איך ווינדער מיך וואס איז פשט אז ווייל מען געהערט צו אן אנדערע חסידות לאזט מען שרייבן אזעלכע זאכן אויף אנדערע ווי למשל "כת סקווירא שביטלו הרבה מצוות עשה מפני משוגעת'ן" אדער "כת סאטמאר שיש להם כמה משוגעת'ן ומפני כן ביטלו הרבה מצוות". ווען איך האב פארראכטן די תגובה און געשריבן שפאטיש אז כת סאטמאר ביטלו הרבה מצוות כגון לאכול שמיני עצרת בסוכה (הגם איך האב דאס געשריבן סארקאסטיש כדי צו מעורר זיין יענעם אויף זיין לשון) האט מען מיינס אויסגעמעקט און יענעמ'ס געלאזט.

הזאת נעמי?

(פריוואט איגנארירן מיך די מנהלים ממילא פרעג איך דא ברבים אויב איינער האט א ישוב נכון)

ער ברענגט דאך עס נאך פון איינעם, קען זיין ס'נישט ריכטיג אבער ס'נישט אייגענע דיבורים.
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

הייסט דאס אז נאכברענגען אויף אייוועלט לשון הרע אויף ציבור אידן מעג מען יא. איך הער.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

.
לעצט פארראכטן דורך עכט היימיש אום דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 3:10 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איר פרעגט אויף ר' מרדכי דוד?

כ'שטעל זיך נאר פאר די מינע מיטן שמייכל וואס ער וואלט אייך געשאנקען.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

עכט היימיש האט געשריבן:אינטערעסאנט אז אלץ זענען דא די זעלבע קרומע, מיט די מאדנע פראגן איבעראל, און דארט ווי יעדער פארשטייט פארשטייען זיי נישט, וכן להיפך.

די מיינסט יעדער פון דיין קהילה? יא אמת אז מען לעבט אין א באקס האלט מען אז עס איז פשוט מאדנע פארצוהאלטן אויף אזא זאך.
לעצט פארראכטן דורך עפל קאמפאוט אום מאנטאג אקטאבער 28, 2019 4:35 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עכט היימיש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4288
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עכט היימיש »

.
לעצט פארראכטן דורך עכט היימיש אום דאנערשטאג אקטאבער 24, 2019 3:09 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
איך האב מיט דעם קיין שיכות, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!
עפל קאמפאוט
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 17, 2009 12:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך עפל קאמפאוט »

.
לעצט פארראכטן דורך עפל קאמפאוט אום מאנטאג אקטאבער 28, 2019 4:34 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אוועטאר
קניידל פארעם
שר חמש מאות
תגובות: 786
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 18, 2018 2:58 pm
לאקאציע: העכער דער ערד(ישקייט)

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קניידל פארעם »

קום איך דא אן ווי א שירעם נאך א רעגן צו דעם גאנצן שמועס, אבער איך קען זיך דאך נישט איינהאלטן פון זאגן מיינע צוויי צענט:

ס'איז קלאר אז ניינציג פראצענט פונעם ציבור איז צופרידן פון די ווערטשאפט דא, ס'איז אויך קלאר אז אן אחראי דארף האבן מעגליכקייטן אליינס, ס'איז אבער אויך קלאר אז די קוואליטעט פון די ניינציג פראצענט וואס איז צופרידן איז דראסטיש געפאלן אין די לעצטע פאר יאר, אין מיינע צייטן זענען שוין מערערע אייזערנע שרייבער אוועק געגאנגען פון דא צוליב ווייטאג אויף די הנהלה, ס'בלייבט טאקע איבער ניינציג פראצענט וואס איז צופרידן, אבער ס'איז מער ווייניגער די וואס דרייען זיך אין לאנגע רינגען עונ תפעלנ בארח עזוויי.

ס'איז נישטא קיין שום השתדלות מצד די הנהלה צו האלטן דא גוטע שרייבער און זיי צופרידן שטעלן, צו האלטן אייוועלט אויף א הויכע קוואליטעט, אויב האבן זיי א טענה, אנשטאט זיך צו רעכענען מיט זיי, באקומען זיי קאלטע פארעווע ענטפערס, אדער אינגאנצן נישט קיין ענטפער, נאכדעם האט מען טענות אויף זייער האנדלונג דערויף, און דערנאך קומט א תגובה די סייט איז שוין דורך מערערע אזעלכע סטראשעס, דור הולך ודור בא וכו' וכו', דער עיקר ציל איז צו בלייבן גערעכט.

ס'איז טאקע דור הולך ווייל זיי גייען ערגעץ אנדערש, און דער דור בא איז נישט צום קייען און נישט צום שפייען, הנהלה: זייט נישט אזויפיל גערעכט, זייט קלוג, וועט איר האבן אסאך מער געלונגענע צופרידענע שרייבער דא.
טראכט, ווי לאנג ס'איז נאך לעגאל!
אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר עשרת אלפים
תגובות: 10225
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
לאקאציע: ערגעץ אנדערש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קלאָצקאָפּ »

קניידל פארעם האט געשריבן:קום איך דא אן ווי א שירעם נאך א רעגן צו דעם גאנצן שמועס, אבער איך קען זיך דאך נישט איינהאלטן פון זאגן מיינע צוויי צענט:

ס'איז קלאר אז ניינציג פראצענט פונעם ציבור איז צופרידן פון די ווערטשאפט דא, ס'איז אויך קלאר אז אן אחראי דארף האבן מעגליכקייטן אליינס, ס'איז אבער אויך קלאר אז די קוואליטעט פון די ניינציג פראצענט וואס איז צופרידן איז דראסטיש געפאלן אין די לעצטע פאר יאר, אין מיינע צייטן זענען שוין מערערע אייזערנע שרייבער אוועק געגאנגען פון דא צוליב ווייטאג אויף די הנהלה, ס'בלייבט טאקע איבער ניינציג פראצענט וואס איז צופרידן, אבער ס'איז מער ווייניגער די וואס דרייען זיך אין לאנגע רינגען עונ תפעלנ בארח עזוויי.

ס'איז נישטא קיין שום השתדלות מצד די הנהלה צו האלטן דא גוטע שרייבער און זיי צופרידן שטעלן, צו האלטן אייוועלט אויף א הויכע קוואליטעט, אויב האבן זיי א טענה, אנשטאט זיך צו רעכענען מיט זיי, באקומען זיי קאלטע פארעווע ענטפערס, אדער אינגאנצן נישט קיין ענטפער, נאכדעם האט מען טענות אויף זייער האנדלונג דערויף, און דערנאך קומט א תגובה די סייט איז שוין דורך מערערע אזעלכע סטראשעס, דור הולך ודור בא וכו' וכו', דער עיקר ציל איז צו בלייבן גערעכט.

ס'איז טאקע דור הולך ווייל זיי גייען ערגעץ אנדערש, און דער דור בא איז נישט צום קייען און נישט צום שפייען, הנהלה: זייט נישט אזויפיל גערעכט, זייט קלוג, וועט איר האבן אסאך מער געלונגענע צופרידענע שרייבער דא.

גענאגלט.
אוועטאר
טשאלענט
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4017
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 07, 2016 3:34 pm
לאקאציע: אין טשאלענט טאפ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טשאלענט »

גא"מ
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך

don't get me wrong איך בין שטארק מכיר טובה פאר די מנהלים און אחראים פאר'ן האלטן דאס מקום זויבער און ריין, מענטשליך און אידישלעך.

אבער...
טשאלענט גמח!

ווען איך בין געווען אינגער פלעג איך זאגן:
די לעבן איז צו ערנסט צו נעמען אזעלכע נארישקייטן פערזענליך,
אבער היינט בין איך שוין שוין געקומען צום שכל און איך זאג:
די לעבן איז צו נאריש צו נעמען אזעלכע ערנסטע זאכן פערזענליך
אוועטאר
להגדיל שמו
שר שלשת אלפים
תגובות: 3329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 03, 2013 8:40 pm
לאקאציע: אין פלאץ

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להגדיל שמו »

טשאלענט האט געשריבן:don't get me wrong איך בין שטארק מכיר טובה פאר די מנהלים און אחראים פאר'ן האלטן דאס מקום זויבער און ריין, מענטשליך און אידישלעך.

אבער...

וויאזוי מאכסטו אז דיין סיגנעטשער זאל זיך ריקען?
אויב האב איך עפעס געטיען wראנג ברבים מוסר מיך דארט, שיק מיך נישט אין אישי
אוועטאר
פעטער יעקל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 354
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2018 8:40 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעטער יעקל »

טשאלענט מיר בענקן זיך נאך דיר,
אוי האב איך צאם געלאכט פון דיין פעדער.
אוועטאר
צייט שטיפער
שר האלפיים
תגובות: 2225
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 17, 2016 12:50 pm
לאקאציע: וואו נישט וואו...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייט שטיפער »

און אלגעמיין איז דער אשכול א אהבת קדומים אשכול
סקאראמוטשי
שר חמש מאות
תגובות: 595
זיך איינגעשריבן אום: מוצ"ש אוגוסט 24, 2019 10:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סקאראמוטשי »

נו למעשה, ווען געפאלט אין שטעטל ר"ה? מען האלט דאך שוין נאך בראשית - תשר"י ב"א

סימן דלא ידע כלום.
לא ידע - פי' רש"י, עשה עצמו כאילו לא ידע.

קניידל פארעם האט געשריבן:הנהלה: זייט נישט אזויפיל גערעכט, זייט קלוג

גראדע אויף דעם איינעם פרט האט מיר וויכי ארויסגעוויזן גרייטקייט צו ברענגען א טויש. לאמיר האפן.
ת'יפסק ש'יחות פּ'אליטיק א'ינסופיים
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”