עקספייערטע ציטאטן, משלים, און כללים.

גריסן און שמועסן

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

עקספייערטע ציטאטן, משלים, און כללים.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

עס איז פארהאן אסאך לאגישע זעלבסטפארשטענדליכקייטן וואס - כאטש וואס עס איז געווען אנגענומען פאר צענדליגע יארן - איז עס היינט צוטאג'ס שוין נישט גילטיג, און די פשוט'סטע סיבה וואס מען קען אנגעבן דערצו איז אז עס איז געליגן דערויף א באהאלטענע עקספייערעשאן דאטום, און איר צייט איז אנגעקומען.

אנשטאט צו פארלענגערן אין א ערקלערונג איבער די ציל פון דעם אשכול וועל איך בלויז געבן עטליכע ביישפילן אז דערוילעם זאל פארשטיין ווען מען דארף דא שרייבן.

געדענק: נאר ברענגן ביישפילן וואס פרעגן "וויאזוי איז יענע זאך נישט אין קעגנזאץ צו יענע געוויסע לאגיק?". נאכאמאל: ביטע נישט ברענגן קיין ביישפילן וואס זאגן "יענע ניק דארט פארלעצט א געוויסע לאגיק" - די פלאץ אראפצורייסן א ניק איז [אויב עפעס] אין די פלאץ וואס יענער האט געשריבן, נישט דא. דאנקע.
ובזה החלי.
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

מעגליך עקספייערטע כלל:
על טעם וריח אין להתווכח.
מקור: ?
כלל געטראפן צו ווערן פארלעצט אין:
צוקער ערזאץ.
מעגליך אלטערנאטיווע סיבה צו פארלעצונג:
N/A
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

מעגליך עקספייערטע משל:
ראובן האט פארבארגט פאר שמעון א זייגער, שמעון האט עס צוריקגעברענגט צובראכן, שמעון טענה'ט אז: איך האב עס קיינמאל נישט געבארגט; ווען איך האב עס געבארגט איז עס שוין געווען צובראכן; ווען איך האב עס צוריקגעגעבן איז עס נאך געווען גאנץ.
מקור: די כיתה ב' מלמד
משל געטראפן צו ווערן פארלעצט אין:
עטליכע אשכולות.
מעגליך אלטערנאטיווע סיבה צו פארלעצונג:
נעמענדיג אין באטראכט אלע אנדערע פארלעצונגען דארט קומט ארויף די מעגליכקייט אז געוויסע אנגעלעגנהייטן זענען גענצליך אינדערויסן פון כלל.
אוועטאר
אברהם דוד
שר מאה
תגובות: 121
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 14, 2017 11:53 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם דוד »

מעגליך עקספייערטע ציטאט:
שרייבן איז גרינג. אלעס וואס דו דארפסט טון איז אויסמעקן די אומריכטיגע ווערטער.
מקור: מארק טוועין
כלל געטראפן צו ווערן פארלעצט אין:
Twitter.com @realdonaldtrump
מעגליך אלטערנאטיווע סיבה צו פארלעצונג:
א חסרון אין קימערן [לויט געוויסע] אדער אין ידיעה [לויט אנדערע] אין די באדייט פון אומריכטיגע ווערטער.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע פארברענגן”