ראש הקהל האט געשריבן:במחכ"ת הרב ישרן
אבל הרה"ק מדזשילין זצ"ל שנפטר בתרע"ח רופט איהם אן מלקט אחד, פאר דו אגודה האט איהם באוויסט געמאכט, פאר דו באקאנטע ווידאוס פון איהם, און דערצייט ווען א בילד פון איהם האט נאך געקאנט זיין דער ראדינער קצב, און דערצייט וואס רוב טייל כלל ישראל האט נישט געוויסט אדער געהערט פון איהם, איבערהויפט זיין חיבור, וואס איז ערשט נתפשט געווארן בשנות התש"ל.
ממילא פארשטיי איך אייך נישט מה החרי האף הגדול הזה, איך מיין מיר רופן אן דעם בעל נטעי גבריאל אדער בעל פסקי תשובות, מיטן נאמען מלקטים, על אף ס'איז שוין אויך כל בית ישראל נשענים עליהם. קוקט עס אן מיט דו דעמאלטס'דיגע אויגען, און נישט נאך דו אגודה/דרשו עפאכע.
און לדעתי איז הגר"ז יא א זלזול, יעדע האט זיך זיין נאמען, און ווי אזוי מ'רופט איהם, אנדערש איז א זלזול, פונקט ווי דער ליטפאקען וועלען אנקטקען אויב איך שרייב באיזה מקום כ"ק האדמו"ר הרה"ק רבי אליהו מווילנא זצוק"ל, פאר זיי איז דער 'גאון' שענער. והמבין יבין.
איידעל גערעדט, וועלט מען ווען געדארפט קריעה רייסען נאכ'ן ליינען די פראסטע עקלדיגע דברי בלע דיינע, קעגן קדוש ישראל רשבה"ג גדול הדורות רבינו החפץ חיים זי"ע.
אז דו וועסט פאסטן הונדערט יאר, אדער עסן שטרוי און שלאפן אין א שטאל ווייס איך נישט צי עס איז גענוג א כפרה פאר אזא הארבע ביזוי ת"ח אשר דינו כאפיקורס לכל דבר.
איבעריג צי זאגן אז נישט די אגודה האט באקאנט געמאכט די חפץ חיים, רק צדקתו וקדושתו וגאונותו אשר הלכו לפניו, און עס איז נישט מיניה ומקצתו כי הוא זה צום ספר פסקי תשובות.
און ווער עס ווייסט איז די ספר באלד נתפשט געווארן בכל העולם כולו, און נישט אין די שנות התש"ל ווי דו שרייבסט, געווען נאר אזעלכע וואס האט זיי געדויערט א פאר יאר צי משלים זיין אז דער חפץ חיים איז נישט געווען פון זייערע קרייזען, און איינהאדלען די ספר.