ר' אליהו בצלאל טייטלבוים מטעטש, א' דר"ח אלול תרפ"ג

תולדות וסיפורי צדיקים וחסידים

די אחראים: אחראי, גבאי ביהמד

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

ר' אליהו בצלאל טייטלבוים מטעטש, א' דר"ח אלול תרפ"ג

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 5:48 pm

ר' אלי' בצלאל איז געבוירן בשנת ת"ר אלס דער דריטער זוהן פונעם ייטב לב דער סיגוטער רב, כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון ר' פנחס יוסף דאכנער נכד הרה"ק ר' פנחס מקאריץ וחתן הרה"ק ר' חיים מקאסוב זצ"ל.

בשנת תרכ"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אינעם שטעטל פאליען, נאכדעם וואס זיין ברודער דער קדושת יו"ט איז אריבער קיין סיגוט למלאות מקום אבותיו איז ר' אלי' בצלאל אויפגענומען געווארן אלס רב אין טעטש, ביז צו זיין פטירה ביום א' אלול תרע"ח.

די פאלגענדע איז אויפגעקריצט אויף זיין מצבה אין טעטש;
כקש"ת מו"ה אלי' בצלאל בן מרן הגה"ק מו"ה יקותיאל יודא טייטעלבוים האבד"ק סיגעט זצללה"ה, ששימש ועבד עבודתו באמונה לעדת מי מנה אב"ד ורב בק"ק פאלין שמנה עשר שנים, והרים דגל התורה והיראה בפה קהלתינו טעטש תשעה ושלשים שנים..... ונפטר בש"ט א' דר"ח אלול תרפ"ג לפ"ק

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 6:33 pm

אינעם שכינות'דיגען אשכול איבער וואלאווא האט מען אסאך גערעדט איבער ר' אלי' בצלאל מטעטש, איך ברענגט אראפ עטליכע תגובות.

אלף בית האט געשריבן:רבי אלי' בצאלאל האט נאך איבערגאלאזט אייניקלעך נאכן קריג?
פון וואו האסטו גענומען דעם שטיקל וואס דו קוואוטסט?

יאסל האט געשריבן:ר' אלי בצלאל ט"ב פון וומ"ס אין זייברודער ר' משה וואס איז לעצטענס אוועק זענען איר אייניקלעך בן אחר בן פון ר' אלי בצלאל, אזוי אויך די פרוי פון ר' פישל פרידמאן זאל זיין געזונט,
משפחת גאלד פון וומס זענען אויך סיגוטער אייניקלעך דארעך ר' אלי בצלאל.

פייש קרויז האט געשריבן:דא איז געווען אין אמעריקא, נאך דריי ברידער, ערשטע קוזינעס פאר ר' משה טעטשער, זיי האבן געהייסן מענדל, זלמן ליב און חיים ט"ב


וויאזוי האבן געהייסן די קינדער פונעם טעטשער רב ר' אלי' בצלאל?
ווער איז געווען ממלא מקום אין טעטש?

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 6:46 pm

זיין זון ר' משה
דערנאך האט איבערגענומען דער איידעם, ר' מאיר גרינוואלד א זון פון אונגווארער רב ר' אברהם יוסף, ער האט איבערגענומען אנשטאט ר' חיים טעטשער, ווייל אזוי האט די טאכטער פון ר' משה די יתומה און די אלמנה געהאט א פארזארגער, עס איז געווען א איינגעפירטע זאך, אז א רב'ס א טאכטער זאל באקומען א רבנות אין יענע יארן.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דאנארשטאג פאברואר 19, 2009 11:17 pm

הרב קרויז,
אבער הרחבה בדיבור וואלט גוט געווען, הייסט דאס אז מיר האלטן ביי דריי קינדער פונעם טעטשער רב;

א) ר' משה ט"ב מטעטש מ"מ אביו
ב) ר' חיים מטעטש
ג) חתנו ר' מאיר גרינוואלד אב"ד טעטש

איז געווען נאך קינדער?
ר' מאיר גר"וו האט איבערגעלעבט די קריג דאכציך, ווען איז ער אוועק?
פון וועלכע זוהן זענען די אויבנדערמאנטע אידן לאויט"א אייניקלעך?

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:18 am

הרב מילער, גערעכט איך האב מיך געאיילט און געשריבן בקיצור וה' הטוב יסלח וכו'.

ר' מאיר גרינוואלד איז נישט געווען אן איידעם פון ר' אלי' בצלאל נאר פון ר' משה טייטלבוים רב פון טעטש וואס האט געהאט ממלא מקום געווען דעם פאטער ר' אלי' בצלאל, ר' משה איז געווען זייער שוואך און זייענדיג אין איטאליע אויף אפרוה איז ער אוועק, דערנאך האט זיין איידעם ר' מאיר חתונה געהאט מיטן טאכטער די יתומה, און ער האט באקומען די רבנות, ער האט נאכן קריג זיך באזעצט אין טאראנטא ער איז אוועק דארט אין תשכ"ה.
ער האט געדרוקט דעם ספר ערוגת הבושם אויף משניות פונ'ם זיידן פון א כתב יד וואס ער האט באקומען פון זיין פעטער דער צעלימער רב, דארט אין ספר רעדט ער פון זיינע מיטמאכענישן, אויך האט ער געשריבן הגהות צום ספר.
הרב הצדיק ר' ישעי' יאנקעלע סקולענער רבי'ס זון, איז אן איידעם ביי אים, ער האט אויך זין וואס וואוינען דא אין אמעריקא, ר' אליעזר דוד פון וויליאמסבורג, אויך אין בארא פארק אן איידעם ביי פריימאנער רב [דייטש].

די אלע אייניקלעך וואס אויבן דערמאנט, זענען קינדער פון ר' חיים טעטשער.
לעצט פאראכטן דורך פייש קרויז אום דינסטאג פאברואר 24, 2009 9:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:26 am

ר' פייש
די אויבענדערמאנטע קינדער פון ר' חיים האבן אויך דאכט זיך געלעבט דא אין אמעריקע האב איך רעכט?

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:34 am

דא איז א בילד פון ר' אלי בצלאל
צוגעלייגטע
98746.jpg
98746.jpg (10.29 KiB) געזעהן 3708 מאל

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:35 am

יאסל
יא
לעצט פאראכטן דורך פייש קרויז אום דינסטאג פאברואר 24, 2009 9:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:43 am

ביים ר' משה איז גארנישט געווען אזוי פשוט אז זיין איידעם זאל איבערנעמען.
אגב דורעך וועלכען זון זענען די ברודער ר' משה ז"ל אין ר' אלי בצלאל נ"י פון וומ"ס אייניקלעך ??

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:44 am

ר' פייש א דאנק,
הייסט דאס אז מיר שטייען דערווייל ביי צוויי זוהן פון ר' אלי' בצלאל; ר' משה און ר' חיים, ווי ליגט ר' משה?

דער איידעם פון ר' משה, ר' מאיר גרינוואלד האט געוואונט אין טאראנטא, וואס זענען געווען זיינע מיטמאכענישען? ר' אליעזר דוד גר"וו פון וומ"ס דאס איז דער מלמד אין סאטמאר, און לאנגיעריגער נוירס אין בחורים קעמפ?

ר' ישעי' גאלד דער ליאנער רב (פאטער פון ר' משה חיים מקראלי ואחיו ר' יעקב שמשון) איז געווען אן איידעם ביי ר' חיים טעטשער?

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:47 am

מיר ווייסן.
דער רבי זי"ע איז געווען פארמישט דארט, מ'האט פארהאנדלט אז ער זאל אויסהאלטן ר' חיים'ל, און דערנאך איז געווען רוגזות וכו'.אבער ר' חיימ'ל איז געווען א רבי דארט פאר די סיגוטע אידן סיי ווי סיי.
אגב, האב איך געזען שרייבן אז דער איידעם דער טרעסיפער רב האט מען קודם געוואלט ער זאל איבערנעמען, אבער ער האט אפגעזאגט, ווייל ער האט געוואלט די יתומה זאל טרעפן א שידוך מיט א רבני'שע קאנדידאט.
לעצט פאראכטן דורך פייש קרויז אום דינסטאג פאברואר 24, 2009 2:39 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:53 am

מילער
איך האב אריינגעהאקט אין אייך בטעות זייט מיר מוחל.
מיין תגובה האט זיך באצויגן צו יאסל'ס ווערטער.

ר' משה האט מען געברענגט צוריק קיין טעטש און ער ליגט אין זעלבן אוהל פון טאטן ר' אלי' בצלאל.

ר' ישעי' גאלד'ס רעבעצין, איז א שוועסטער מיט ר' משה טעטשער'ס פאטער.

יא דאס איז דער ר' אליעזר דוד, פון קעמפ... זכרונות.

פייש קרויז
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 05, 2009 2:17 pm

תגובהדורך פייש קרויז » פרייטאג פאברואר 20, 2009 11:59 am

פארגעסן צו ענטפערן וועגן מיטמאכענישן.
געמיינט האב איך פונ'ם קריג, ער איז געווען אין אוקריינא און געארבעט עבודת משא המפרכות את הגוף, און די ווייב און קינדער נעבעך אין אוישוויץ השם ינקום דמם

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 20, 2009 12:00 pm

ר' פייש, ווער איז דאס דער טרעסיפער רב?

איך האב געטראפן די פרונמאנטען פון "טעטש" אינעם ספר 'דברי שלום' פונעם סוואליעווער רב געדרוקט אין סאטמאר, תרצ"ו, דאס ערשטע איז דער רב ר' מאיר גר"וו, נאכדעם ווערט דארט צווישען אנדערע אויסגערעכנט ר' דוד טייטלבוים, איז דאס איינע פון טעטשע רב'ס אייניקלעך?

ובדרך אגב, זעה איך דארט א שטעטל בשם 'טעשין' און דער רב איז ר' מאיר טייטלבוים, איז דאס פון די סיגוטער דינאסטיע?
צוגעלייגטע
31732_157.jpg

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » פרייטאג פאברואר 20, 2009 12:04 pm

פייש!!!
האסט פארגעסן די עיקר
כ"ק אדמו"ר מפאפא שליט"א איז א איידעם ביי דעם ר' מאיר גר"וו פון טאראנא,
די רעבעצן פון ר' מאיר לעבט נאך לאיו"ש.
.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 20, 2009 12:10 pm

איך האב געטראפן אין אוצרות ירושלים ווען ער באשרייבט די פטירה פון הרה"צ ר' אלכסנדר אשכנזי (אבי ר' אלימך שליט"א ממעלבוירן-סיגעיט) אז ער האט געהאט א ברודער ר' יואל אשכנזי אב"ד טרעסיף, איז דאס דער טרעסיפער רב פון וואס מיר רעדן?

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג פאברואר 20, 2009 12:13 pm

יעצט אראפגעלייגט דעם טעלפאן מיט אן אייניקעל פון ר' אלי בצלאל ער גיט איבער עטליכע הערות,
1) די ברודער ר' משה אין ר' אלי בצלאל זענען אייניקלעך פון ר' משה פון טעטש דורעך זיין עלטסטע זון ר' זלמן לייב,
2)ר' פישל פרידמאנס רעביצען איז אויך אן אייניקעל פון ר' משה א טאכטער פון זיין איידעם דער טרעסיפער רב
3)די אלע גרינוואלדס זענען נישט קיין סיגעטער אייניקלעך ווייל זיין ערשטער ווייב מיט די קינדער זענען אלע אימגעקומען אויף קידוש השם
4) ר' משה טעטש'ער האט געהאט נאך א זון ר' דוד'ל טייטעלבוים וואס האט געוואוינט אין נייטרא וואס איז נאך געווען א קינד ווען דער פאטער איז אוועק, אגב זאגט ער אז דער רבי האט שפעטער געוואלט אז דער ר' דוד זאל ממלא מקום זיין זיין פאטער.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 20, 2009 12:18 pm

יאסל,
גוטע פונקטן, מיר האלטן ביי דריי קינדער-זוהן פון ר' אלי' בצלאל, און דער ר' דוד ט"ב איז טאקע וועלכער ווערט דערמאנט אין די שמות החותמים.

דער טרעסיפער רב איז טאקע ר' יואל אשכנזי ביי וועם ר' פישל פר"מ איז אן איידעם.
צוגעלייגטע
13330_41.jpg

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2865
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » פרייטאג פאברואר 20, 2009 12:23 pm

מיללער האט געשריבן:יאסל,
גוטע פונקטן, מיר האלטן ביי דריי קינדער-זוהן פון ר' אלי' בצלאל, און דער ר' דוד ט"ב איז טאקע וועלכער ווערט דערמאנט אין די שמות החותמים.


ווי זעסטי דא דריי זין? פון ר' אלי בלאל איז דא ר' משה אין ר' חיים,אין פון זיין זון ר' משה איז דא צווי זון ר' זלמן לייב אין ר' דוד אין צוויי טעכטער.
אגב האב איך געמאכט א שטיקל טעות, ווייל הרב גרינוואלד האט חתונה געהאט נאכן קריג מיט א קאלבעסאווער אייניקעל, אזוי ארום זענען זיינע קינדער טאקע נישט קיין טעטש'ער אייניקלעך אבער יא סיגוט'ער אייניקלעך!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג פאברואר 20, 2009 12:25 pm

אהא, איך האב געמיינט אז ר' דוד איז געווען א זוהן פון ר' אלי' בצלאל.

ביי וועלכע קאלבאסובער אייניקל איז ר' מאיר גר"וו געווען אן איידעם נאך די קריג?

פאלגענד איז וואס הרה"צ ר' אלימלך אשכנזי ממעלבוירן שליט"א האט געזאגט וועגן זיין פעטער ר' יואל מטרעסיף חתן ר' אלי' בצלאל מטעטש, ביי די הספד פון זיין פאטער ר' אלכסנדר ב"ר יצחק אשכנזי (אחיו של ר' יואל).
צוגעלייגטע
13330_51.jpg

מיילעך
שר חמש מאות
תגובות: 749
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 01, 2009 12:52 pm

תגובהדורך מיילעך » זונטאג פאברואר 22, 2009 1:02 pm

ר' מאיר גר"וו איז געווען א איידעם ביי ר' יודא יחיאל טויב מראזלא פאטער פין אדמו"ר מקאלוב-ארה"ק שליט"א, וואס ער איז געווען א איידעם ביי ר' משה דוד אשכנזי מאלעסק(ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח) איידעם ביי ר' אברהם אהרן מקאלבסוב.
אגב ר' משה דוד האט געהאט א זון דא ר' יחיאל מאלעסק וואס ליגט אין בית דוד-עלמאנט, ט"ז אדר תרצ"ב,

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג פאברואר 22, 2009 1:44 pm

לאמיר אוועקלייגן מיילעכס תגובה פארן קאלבאסובער אשכול הממשמש ובא, דערווייל העמיר צוריקגיין קיין טעטש.

אינעם מכתבים דברי יואל (חלק ב') איז פארהאן א בריוו וואס דער רבי שרייבט פאר ר' שלמה זלמן פר"מ מראחוב זצ"ל בנוגע א שידוך פון איינע פון די יתומות בתו של ר' משה ט"ב מטעטש, ווייסט איינער איבער וועלכע טאכטער די רעדע איז?

אוועטאר
געוואלד
שר חמישים
תגובות: 92
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 17, 2007 12:31 pm

תגובהדורך געוואלד » זונטאג פאברואר 22, 2009 3:21 pm

איך האב מלקט געווען אלע תגובות, און מסדר געווען אויפן א א מסודר'דיגע כראנאלאגיע, און ס'ארויסגעקומען א שיינע ארבעט:


ר' אליהו בצלאל טייטלבוים

אוועטאר
סאכדעס
שר עשרים אלפים
תגובות: 20439
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

תגובהדורך סאכדעס » זונטאג פאברואר 22, 2009 5:14 pm

געוואלד, געוואלדיג.. כפל לשון...

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25590
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג פאברואר 23, 2009 10:30 am

באקומען פונעם שאצער רב אין אישית;

דער טעטשער רב פון טאראנטא האט נאך צוויי קינדער וואס זענען נישט אויסגערעכנט,
א) זיין זון טעטשער רב פון ב"פ ממנהלי כולל שומרי החומות, (איידעם בזוו"ר הרב דייטש - פריימאן וומ"ס, זיין ווייב איז אוועק אפאר יאר צוריק, חתונה געהאט נאכמאל)

ב) הרב ברונשטיין פון מאנסי, מכון להוראה.


רב געוואלד,
איך קען נישט עדיטן די וויקי ארטיקל, לייג צו די פרטים.


צוריק צו “על הצדיקים ועל החסידים”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט