ר' אלי' בצלאל איז געבוירן בשנת ת"ר אלס דער דריטער זוהן פונעם ייטב לב דער סיגוטער רב, כשהגיע לפרקו האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון ר' פנחס יוסף דאכנער נכד הרה"ק ר' פנחס מקאריץ וחתן הרה"ק ר' חיים מקאסוב זצ"ל.
בשנת תרכ"ה איז ער אויפגענומען געווארן אלס רב אינעם שטעטל פאליען, נאכדעם וואס זיין ברודער דער קדושת יו"ט איז אריבער קיין סיגוט למלאות מקום אבותיו איז ר' אלי' בצלאל אויפגענומען געווארן אלס רב אין טעטש, ביז צו זיין פטירה ביום א' אלול תרע"ח.
די פאלגענדע איז אויפגעקריצט אויף זיין מצבה אין טעטש;
כקש"ת מו"ה אלי' בצלאל בן מרן הגה"ק מו"ה יקותיאל יודא טייטעלבוים האבד"ק סיגעט זצללה"ה, ששימש ועבד עבודתו באמונה לעדת מי מנה אב"ד ורב בק"ק פאלין שמנה עשר שנים, והרים דגל התורה והיראה בפה קהלתינו טעטש תשעה ושלשים שנים..... ונפטר בש"ט א' דר"ח אלול תרפ"ג לפ"ק
אינעם שכינות'דיגען אשכול איבער וואלאווא האט מען אסאך גערעדט איבער ר' אלי' בצלאל מטעטש, איך ברענגט אראפ עטליכע תגובות.
אלף בית האט געשריבן:רבי אלי' בצאלאל האט נאך איבערגאלאזט אייניקלעך נאכן קריג? פון וואו האסטו גענומען דעם שטיקל וואס דו קוואוטסט?
יאסל האט געשריבן:ר' אלי בצלאל ט"ב פון וומ"ס אין זייברודער ר' משה וואס איז לעצטענס אוועק זענען איר אייניקלעך בן אחר בן פון ר' אלי בצלאל, אזוי אויך די פרוי פון ר' פישל פרידמאן זאל זיין געזונט, משפחת גאלד פון וומס זענען אויך סיגוטער אייניקלעך דארעך ר' אלי בצלאל.
פייש קרויז האט געשריבן:דא איז געווען אין אמעריקא, נאך דריי ברידער, ערשטע קוזינעס פאר ר' משה טעטשער, זיי האבן געהייסן מענדל, זלמן ליב און חיים ט"ב
וויאזוי האבן געהייסן די קינדער פונעם טעטשער רב ר' אלי' בצלאל? ווער איז געווען ממלא מקום אין טעטש?
זיין זון ר' משה דערנאך האט איבערגענומען דער איידעם, ר' מאיר גרינוואלד א זון פון אונגווארער רב ר' אברהם יוסף, ער האט איבערגענומען אנשטאט ר' חיים טעטשער, ווייל אזוי האט די טאכטער פון ר' משה די יתומה און די אלמנה געהאט א פארזארגער, עס איז געווען א איינגעפירטע זאך, אז א רב'ס א טאכטער זאל באקומען א רבנות אין יענע יארן.
הרב מילער, גערעכט איך האב מיך געאיילט און געשריבן בקיצור וה' הטוב יסלח וכו'.
ר' מאיר גרינוואלד איז נישט געווען אן איידעם פון ר' אלי' בצלאל נאר פון ר' משה טייטלבוים רב פון טעטש וואס האט געהאט ממלא מקום געווען דעם פאטער ר' אלי' בצלאל, ר' משה איז געווען זייער שוואך און זייענדיג אין איטאליע אויף אפרוה איז ער אוועק, דערנאך האט זיין איידעם ר' מאיר חתונה געהאט מיטן טאכטער די יתומה, און ער האט באקומען די רבנות, ער האט נאכן קריג זיך באזעצט אין טאראנטא ער איז אוועק דארט אין תשכ"ה. ער האט געדרוקט דעם ספר ערוגת הבושם אויף משניות פונ'ם זיידן פון א כתב יד וואס ער האט באקומען פון זיין פעטער דער צעלימער רב, דארט אין ספר רעדט ער פון זיינע מיטמאכענישן, אויך האט ער געשריבן הגהות צום ספר. הרב הצדיק ר' ישעי' יאנקעלע סקולענער רבי'ס זון, איז אן איידעם ביי אים, ער האט אויך זין וואס וואוינען דא אין אמעריקא, ר' אליעזר דוד פון וויליאמסבורג, אויך אין בארא פארק אן איידעם ביי פריימאנער רב [דייטש].
די אלע אייניקלעך וואס אויבן דערמאנט, זענען קינדער פון ר' חיים טעטשער.
ביים ר' משה איז גארנישט געווען אזוי פשוט אז זיין איידעם זאל איבערנעמען. אגב דורעך וועלכען זון זענען די ברודער ר' משה ז"ל אין ר' אלי בצלאל נ"י פון וומ"ס אייניקלעך ??
ר' פייש א דאנק, הייסט דאס אז מיר שטייען דערווייל ביי צוויי זוהן פון ר' אלי' בצלאל; ר' משה און ר' חיים, ווי ליגט ר' משה?
דער איידעם פון ר' משה, ר' מאיר גרינוואלד האט געוואונט אין טאראנטא, וואס זענען געווען זיינע מיטמאכענישען? ר' אליעזר דוד גר"וו פון וומ"ס דאס איז דער מלמד אין סאטמאר, און לאנגיעריגער נוירס אין בחורים קעמפ?
ר' ישעי' גאלד דער ליאנער רב (פאטער פון ר' משה חיים מקראלי ואחיו ר' יעקב שמשון) איז געווען אן איידעם ביי ר' חיים טעטשער?
פארגעסן צו ענטפערן וועגן מיטמאכענישן. געמיינט האב איך פונ'ם קריג, ער איז געווען אין אוקריינא און געארבעט עבודת משא המפרכות את הגוף, און די ווייב און קינדער נעבעך אין אוישוויץ השם ינקום דמם
איך האב געטראפן די פרונמאנטען פון "טעטש" אינעם ספר 'דברי שלום' פונעם סוואליעווער רב געדרוקט אין סאטמאר, תרצ"ו, דאס ערשטע איז דער רב ר' מאיר גר"וו, נאכדעם ווערט דארט צווישען אנדערע אויסגערעכנט ר' דוד טייטלבוים, איז דאס איינע פון טעטשע רב'ס אייניקלעך?
ובדרך אגב, זעה איך דארט א שטעטל בשם 'טעשין' און דער רב איז ר' מאיר טייטלבוים, איז דאס פון די סיגוטער דינאסטיע?
איך האב געטראפן אין אוצרות ירושלים ווען ער באשרייבט די פטירה פון הרה"צ ר' אלכסנדר אשכנזי (אבי ר' אלימך שליט"א ממעלבוירן-סיגעיט) אז ער האט געהאט א ברודער ר' יואל אשכנזי אב"ד טרעסיף, איז דאס דער טרעסיפער רב פון וואס מיר רעדן?
יעצט אראפגעלייגט דעם טעלפאן מיט אן אייניקעל פון ר' אלי בצלאל ער גיט איבער עטליכע הערות, 1) די ברודער ר' משה אין ר' אלי בצלאל זענען אייניקלעך פון ר' משה פון טעטש דורעך זיין עלטסטע זון ר' זלמן לייב, 2)ר' פישל פרידמאנס רעביצען איז אויך אן אייניקעל פון ר' משה א טאכטער פון זיין איידעם דער טרעסיפער רב 3)די אלע גרינוואלדס זענען נישט קיין סיגעטער אייניקלעך ווייל זיין ערשטער ווייב מיט די קינדער זענען אלע אימגעקומען אויף קידוש השם 4) ר' משה טעטש'ער האט געהאט נאך א זון ר' דוד'ל טייטעלבוים וואס האט געוואוינט אין נייטרא וואס איז נאך געווען א קינד ווען דער פאטער איז אוועק, אגב זאגט ער אז דער רבי האט שפעטער געוואלט אז דער ר' דוד זאל ממלא מקום זיין זיין פאטער.
מיללער האט געשריבן:יאסל, גוטע פונקטן, מיר האלטן ביי דריי קינדער-זוהן פון ר' אלי' בצלאל, און דער ר' דוד ט"ב איז טאקע וועלכער ווערט דערמאנט אין די שמות החותמים.
ווי זעסטי דא דריי זין? פון ר' אלי בלאל איז דא ר' משה אין ר' חיים,אין פון זיין זון ר' משה איז דא צווי זון ר' זלמן לייב אין ר' דוד אין צוויי טעכטער. אגב האב איך געמאכט א שטיקל טעות, ווייל הרב גרינוואלד האט חתונה געהאט נאכן קריג מיט א קאלבעסאווער אייניקעל, אזוי ארום זענען זיינע קינדער טאקע נישט קיין טעטש'ער אייניקלעך אבער יא סיגוט'ער אייניקלעך!
אהא, איך האב געמיינט אז ר' דוד איז געווען א זוהן פון ר' אלי' בצלאל.
ביי וועלכע קאלבאסובער אייניקל איז ר' מאיר גר"וו געווען אן איידעם נאך די קריג?
פאלגענד איז וואס הרה"צ ר' אלימלך אשכנזי ממעלבוירן שליט"א האט געזאגט וועגן זיין פעטער ר' יואל מטרעסיף חתן ר' אלי' בצלאל מטעטש, ביי די הספד פון זיין פאטער ר' אלכסנדר ב"ר יצחק אשכנזי (אחיו של ר' יואל).
ר' מאיר גר"וו איז געווען א איידעם ביי ר' יודא יחיאל טויב מראזלא פאטער פין אדמו"ר מקאלוב-ארה"ק שליט"א, וואס ער איז געווען א איידעם ביי ר' משה דוד אשכנזי מאלעסק(ב"ר אשר אנשיל חתן הלב שמח) איידעם ביי ר' אברהם אהרן מקאלבסוב. אגב ר' משה דוד האט געהאט א זון דא ר' יחיאל מאלעסק וואס ליגט אין בית דוד-עלמאנט, ט"ז אדר תרצ"ב,
אינעם מכתבים דברי יואל (חלק ב') איז פארהאן א בריוו וואס דער רבי שרייבט פאר ר' שלמה זלמן פר"מ מראחוב זצ"ל בנוגע א שידוך פון איינע פון די יתומות בתו של ר' משה ט"ב מטעטש, ווייסט איינער איבער וועלכע טאכטער די רעדע איז?