א-ל מלא משה קאסעוויצקי

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

א-ל מלא משה קאסעוויצקי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

אט איז א קליפ פון חזן משה קאסעוויצקי נאכן קריג אינעם פארוויסטען ווארשע נאכן קריג, די מוח ווערט ציטרייסעלט ציצהערן א מלא אין אזעלכע אימשטענדען
http://www.tsofar.com/zofar/mashtap/show.asp?id=14981
דערנאך איז דא דארט פון נאך פארשידענע חזנים
Monticello

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Monticello »

יישר, יוסל.

ס'רוב פון די קליפ איז איבערבלייבענישן פינעם אידישע טעאטער. אין דאס לעצטע שטיקל, א שפיל מיטן נאמען "א חזן אויף פראבע", קען מען זען אונזער לעצטנס באקאנט געווארענער שעפסיל קאנארא (מייקל ראזענבערג. קרעדיט: אלס_ווייסער) אלס א מיטגלידער אין די קאמיטע צי סעלעקטירן דעם חזן.

די פארשטעלונגען האט געשפילט אין טעאטער אין אן עפאכע וואס חזנות איז געווען ברום המעלה. די דאזיגע שפיל פון חזן סעלעקציע האט געשפילט אין די טעיאטערס פון ניו יארק, צוועלעף יאר איידער אונזערע זיידעס האבן זיך געשטעלט צי סעלעקציע אין אוישוויץ.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יישר-כח יאסל, רירענד ביז גאר.

עס ווערט געזעהן הרב הרצוג, ווי איז דאס פארגעקומען, און וועם נאך דערקענט מען דארט צווישן די רבנים?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

Monticello האט געשריבן:יישר, יוסל.

ס'רוב פון די קליפ איז איבערבלייבענישן פינעם אידישע טעאטער. אין דאס לעצטע שטיקל, א שפיל מיטן נאמען "א חזן אויף פראבע", קען מען זען אונזער לעצטנס באקאנט געווארענער שעפסיל קאנארא (מייקל ראזענבערג. קרעדיט: אלס_ווייסער) אלס א מיטגלידער אין די קאמיטע צי סעלעקטירן דעם חזן.

די פארשטעלונגען האט געשפילט אין טעאטער אין אן עפאכע וואס חזנות איז געווען ברום המעלה. די דאזיגע שפיל פון חזן סעלעקציע האט געשפילט אין די טעיאטערס פון ניו יארק, צוועלעף יאר איידער אונזערע זיידעס האבן זיך געשטעלט צי סעלעקציע אין אוישוויץ.


מאנטיסעלאו,
וואס זאגט איר אז דער נאמען פון דעם לץ שעפסיל קאנאריק איז באמת 'מייקל רז"ב'?
אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2891
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 16, 2007 6:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאסל »

מיללער האט געשריבן:יישר-כח יאסל, רירענד ביז גאר.

עס ווערט געזעהן הרב הרצוג, ווי איז דאס פארגעקומען, און וועם נאך דערקענט מען דארט צווישן די רבנים?

ס'איז געווען אין ווארשה שנת תש"ה
איך האב עס ענדערש געפונען דעפרעסינג ווי איידער רירענד, דאס הארץ איז מיר געווען צישוידערט א שטיק צייט נאכן הערן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

יאסל,
עמאציאנען איז א זאך וואס יעדער רעאקטירט אנדערש, דעפרעסד פאר א זאך וואס האט פאסירט מיט 65 יאר צוריק איז אביסל איבערגעטריבען פאר מיר, אבער רירענד יא, איבערהויפט ווען מען זעהט די ערנטסקייט אויף די מענטשן ארום.

אין א לייכטערען נאטיץ, דער דריטער אפטיילונג פון יענם ווידעאו ווי חזן לייבעלע וואלדמאן שפילט די דריי סארט חזנים, קודם א גאליציאנער דערנאך א דייטשער און ביים סוף אן אמעריקאנער יענקי איז מורא'דיג אינטערעסאנט פון א היסטארישען פערספעקטיוו.

דער מאווי איז געשפילט געווארן אין די דרייסיגער יארען על אדמת אמעריקא, חזנות האט דאן געשפילט א גרויסע ראלע אין די טעאטערס, מען זעהט ליידער די ירידה וואס האט זיך אפגעטאן דאהי אין אמעריקא, בשעת וואס זיי האבן נאך גוט געדענקט די גאליציאנער חן און זיי שוין נישט גוט געווען מיטמאל די דייטשער קאנסערוואטיווע רעפארמאציעס נאר די שוואול-טאג און 'העפי-גאו-לאקי' אמעריקא סטייל.

און אזוי ארום האבן די חברה אראפגעפירט טויזענטער אידישע קינדער וועלכע זייערע טאטעס האבן נאך געלעכצט צו הערן עפעס אייראפעיש האבן די קינדער נאר געוואלט הערן פון 'פאפ' און 'זשעז'.

עס איז זייער ווייטאגליך.
שרייב תגובה

צוריק צו “היכל הנגינה”