פרשת כי תצא - וואס פאסירט ווען ר' ישעי' קען מער נישט האלטן?!

געדאנקען און התחזקות בעניני עבודת השם

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

פרשת כי תצא - וואס פאסירט ווען ר' ישעי' קען מער נישט האלטן?!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

בס"ד

א גוטן טייערע חבירים וידידים..!

אין די וואכעדיגע פרשה פאנגט די פסוק אָן: כִּי תֵצֵא לַמִּלְחָמָה עַל אֹיְבֶיךָ - א איד גייט ארויס אין מלחמה, ווי באקאנט טרעפט מען אין די הייליגע ספרים אז דאס גייט ארויף אויף א איד'ס פרעזענדליכע מלחמת היצר. נאכמער שטייט פון ר' בונם מ'פרשיסחא זי"ע (וואס היינט דאנערשטאג איז זיין יארצייט) אז אמאל בימים ההם ווען די אידן האבן געפירט מלחמות איז די פשוטע אָפטייטש פונעם פסוק א פשוטע מלחמה, און בדרך רמז גייט עס ארויף אויף אונזער אמת'ע פיינט - די מלחמת היצר. אבער היינט ווען אונז זענען אין גלות און די עכטע מלחמות גייט נישט אָן, ווערט די פשוט'ע פשט אין פסוק, א יעדע איד'ס פערזענליכע מלחמה, ווען א איד גייט ארויס אין זיין אייגענע קאַמף, צו זוכן דעם אמת אָנצוקומען צום ריכטיגן פלאץ, בפרט ווען מיר שטייען יעצט אין די לעכטיגע ימי אלול, ליגט דאך אודאי אין די 'כי תצא למלחמה' א טיפע געפיל וואס יעדע איד האט, מ'האלט פאר א מלחמה, טעג וואס מ'גייט מתפלל זיין און פועל'ן, און ווערן נאָנט צו אבינו שבשמים.

די וואכעדיגע פרשה פאַנגט זיך אָן מיט דער ענין פון אשת יפת תואר. דערנאך די הלכות פון כי תהיינה לאיש שתי נשים, און נאכדעם בן סורר ומורה - זאגט רש"י: אז די אלע דריי זענען פארבינדן איינס ברענגט די אנדערע, ס'איז איין ענין. די נעקסטע נושא אין די פרשה, איז די מצוה פון השבת אבידה - ווען מען טרעפט יענעם'ס א זאַך דארף מען עס צוריק געבן פארן בעל הבית. דערנאך די זעלבע זאך איז אויך די מצוה פון הקם תקים, מיר דארפן צוהעלפן יענעם און זיך נישט מאַכן ווי מיר זעהן נישט. ווי נאר מען לערנט די פסוקים פרעגט זיך: וואס איז די שייכות פון די ערשטע צוויי ענינים אין די פרשה - ווי קומט השבת אבידה נאך די פרשה פון אשת יפת תואר און בן סורר ומורה, וואס איז די שייכות צווישן די צוויי? און בפרט ווי מיר טוען כסדר שמועסן ליגט דאך אין איעדע הלכה א געוואלדיגע אהבה פון הקב"ה צו אונז זיינע באליבטע קינדער, לאמיר זיך בסייעתא דשמיא פארטיפן און אפשטעלן אויף עטליכע פון די פילע הלכות און זוכה זיין ארויסצונעמען די ריכטיגע חיזוק און הדרכה פארן טאג טעגליכן לעבן.

ברידער איידער מיר טרעטן צו צום שמועס לאמיר כאַפן א בליק אביסל ווייטער אין די פרשה, די תוה"ק זאגט: לֹא יָבֹא עַמּוֹנִי וּמוֹאָבִי בִּקְהַל ה' גַּם דּוֹר עֲשִׂירִי וכו' - עמון און מואב טאָרן נישט אריינקומען צווישן די אידישע קינדער - מען זאל מיט זיי קיין שייכות נישט האבן. פארוואס? זאגט די תורה על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ומים בדרך בצאתכם ממצרים – ווייל זיי זענען אונז נישט אקעגן געקומען מיט ברויט און וואסער ווען מיר זענען ארויס פון מצרים, ממילא זאל מען זיך מיט זיי נישט משדך זיין, אפילו נאך צען דורות! עטליכע פסוקים שפעטער שטייט לֹא תְתַעֵב מִצְרִי כִּי גֵר הָיִיתָ בְאַרְצוֹ - זאלסט נישט פאר'מיאוס'ן א מצרי (די תרגום טייטשט לא תדחי זאלסט נישט אוועקשטיפן די מצרי) ווייל א פרעמדער ביסטו געווען אין זיין לאנד – זאגט רש"י: אף על פי שזרקו זכריהם ליאור, מה טעם? שהיו להם אכסני' בשעת הדחק – כאטש זיי האבן אריינגעווארפן די אידישע קינדער אין טייך – ווייל למעשה זענען זיי געווען אונזער אכסניא דעמאלטס ווען יעקב מיט די קינדער זענען אראפ קיין מצרים.

ווי נאר מען לערנט די הייליגע ווערטער טוט זיך די שטערן קנייטשן... ס'דאך פלאי פלאים! די זעלבער מצרים וואס האבן אונז גע'רודפ'ט און געפייניגט אזויפיל יאר, זיי מעגן קומען בקהל ה'? פארוואס - ווייל אמת טאקע אז זיי האבן אונז טאקע אזויפיל שלעכטס געטוען, און 'אגב' אויך "אריינגעוואָרפן די קינדער אין טייך", אבער למעשה זענען זיי געווען אונזער בעל אכסניה..?!?!?! און פון וואסערע אכסניה רעדט מען? נאָכן פאַנגן דעם אינגן יוסף'ל - וואס ער האט פאר זיי געראַטעוועט דאס לאנד מצרים האבן זיי אונז געלאָזט וואוינען דארט ערגעטץ ווי אין גשן, און דערנאך האבן זיי אונז געהאַלטן איינגעשפאַרט ווי פאַרשקלאַפטע קנעכט, אונז אויסגענוצט און אונטערדריקט מיט שווערע ארבעט, און דאס רופט די תורה אָן אז זיי זענען געווען אונזער אכסניה און דערפאר מעגן זיי קומען בקהל ה' – ווי קען מען דאס פארשטיין, לאמיר זיך פארטיפן.

אין אלט שטאט ירושלים אינעם גרויסן בית המדרש החורבה פראַוועט דער גרויסע גאון און איינע פון די נאנטע תלמידי הגר"א זי"ע הרב ר' ישעי' ברדקי זצ"ל א דערהויבענע סעודת הודאה, און דארט האט דער גאון פארציילט די פאלגענדע מעשה. - ר' ישעי' איז געבוירן און חתונה געהאט אין די ווייטע ליטא און כסדר געשטרעבט און געבענקט אָנצוקומען קיין ארץ ישראל, ווי פארשטענדליך בימים ההם 'מיטן שיף' איז דער וועג געווען א שווערע און קאמפלעצירטע, גענומען האט עס עטליכע וואכן, ויהי היום ר' ישעי' אינאיינעם מיט זיינע צוויי קינדער זענען אויפן וועג קיין ארץ ישראל. זייענדיג אין די ערב סוכות טעג האט ר' ישעי' פארהאַנדלט מיטן קאַפיטאַן אז ער זאל אים לאזן בויען א סוכה אויפן שיף, פארשטייט זיך אז דער קאַפיטאַן האט עס שטרענג אָפגעוואָרפן, אבער דערנאך וואס ר' ישעי' האט זיך אָנגעטראָגן אוועקצוגעבן דאס גאנצע פארמעגן זיינע צו קענען בויען א סוכה'לע האט דער קאפיטאן איינגעגעבן און ער האט בסייעתא דשמיא געבויעט א סוכה.

עטליכע טעג זענען פאראיבער און פלוצלינג האט א שטורעם אָנגעפאַנגן איבערנעמען די גאַנצע געגנט, פארשטייט זיך אז זייענדיג אויפן וואַסער איז עס געווארן שרעקליך און צוביסלעך האבן די ווינטן אָנגעפאַנגן וואַרפן דעם שיף, שטיקער זענען געפלויגן רעכטס און לינקס, דער שיף האט עס נישט געקענט דערהייבן און ליידער האט זיך די שיף איינגעבראָכן און צוביסלעך געטוען זינקן. ר' ישעי' האט א כאַפ געטוען זיינע צוויי טייערע קינדערלעך און אריינגעשפרינגן אין די טיפע וואסערן, און אָנגעפאנגן שווימען צום באָרט מיטן האף זיך צו קענען ראטעווען.
באו מים עד נפש - נאך א שטיקל צייט האבן ר' ישעי'ס כוחות אָנגעפאַנגען נאָכצולאָזן, צוביסלעך איז ער געווארן שוואַכער און שוואַכער, ער האט געשפירט אז דאס איז עס - ער קען מער נישט שווימען און שלעפן ביידע שעפעלעך, מיט די גרעסטע געטריישאַפט האט דער צדיק געמאַכט חשבונות על פי הלכה וועלכע קינד קומט ערשט צו ראטעווען... ס'איז נישט מעגליך זיך פאָרצושטעלן וואס דאס מיינט פאר א טאטע צו קענען אפילו טראכטן פון אזא סארט זאַך ה' ישמרנו... און צוביסלעך צוביסלעך האט ער אנגעפאנגען אָפצולאָזן זיין באַליבטע טאכטער'ל... מיט בכיות נוראות זיך געטוען געזעגענען פון איר... שעפעלע כ'האב נישט קיין ברירה... דאס איז דער רצון ה'... טאטי האט דיר ליב... די טאכטער האט געשפירט ווי די טאטע'ס האַנט ווערט שוואכער און שוואכער... פלוצלינג האט זי א שריי געגעבן ווי נאר א קינד קען "טאאאאטטייי לאז מיר נישט אָפ"!!!

א שוידער האט געכאַפט ר' ישעי', און פלוצלינג איז ער פון די געשריי וואס איז געקומען פון די טיפענישן פון א קינד'ס הארץ איבערגענומען געווארן מיט א פרישקייט, פלוצלינג האט ער באקומען נייע שטארקע כוחות, און ווייטער געשלעפט און געקעמפט אין די טיפע וואסערן מיט ביידע קינדער, און אזוי קעמפנדיג פאַרן לעבן באמערקן זיי עפעס קענטליך שווימען אין די וואסער, ווי נאר זיי זענען נענטער זעהן זיי ווי איינע פון די 'סוכה ברעטער' קומען צו שווימען אין זייער ריכטונג, זיי האבן זיך דעראויף צוגעכאַפט און אזוי געשווימען ביז צום באָרטן, פון דארט ממשיך געווען אינעם וועג אנצוקומען קיין ארץ הקודש און אט שטייט דער גאון און דאנק הקב"ה אויף די געוואלדיגע אפענע נסים אין אלט שטאט ירושלים.

ברידער! די מעשה זאגט אונז אסאך, די געוואלדיגע השגחה פרטית, די גרויסקייט פון מסירת נפש אויף מצות סוכה, לאמיר זיך אבער פארטיפן אין איין נקודה'לע און ארויסנעמען א יסוד אויף אונזער טעגליכע עבודת ה'. - ווען מיר זאלן קענען פרעגן ר' ישעי' דערנאך וואס ער האט שוין געמאכט די שוידערליכע שווערע הלכה'דיגע חשבון און החלטה אז ער דארף אָפלאָזן זיין באַליבטע טאכטער צו קענען ראטעווען די אנדערע – ר' ישעי' אפשר קענט איר יא האלטן ביידע קינדערלעך? אפשר האט איר עפעס באהאלטענע כוחות און איר קענט שווימען מיט ביידע קינדערלעך צום בּאָרטן? אפשר? ווי פארשטענדליך וואלט דער ענטפער געווען 'ניין' – ס'איז נישט מעגליך, שוין אלעס פרובירט, שוין נישט פארהאן קיין ברעקל כח... אבער פלוצלינג ווען די טאכטער האט א שריי געגעבן "טאטע לאז מיר נישט אָפ"!! האבן זיך פלוצלינג אויפגעמאכט באהאלטענע אוצרות און קוועלער פון כוחות, ס'זענען פשוט באשאפן געווארן א פרישע השפעה פון אמונה ובטחון וואס האט געברענגט מיט זיך אפענע נסים ונפלאות. – דער גאון ר' ישעי' האט אויסגעפירט: אין יעדע אידישע נשמה איז פארהאן א פלאץ, וואס נאָך אלעס, ווען ס'איז שוין באו מים עד נפש, מען האט שוין אלעס געטוען און פראבירט, געבט מען א טיפע געשריי "טאטע!"... פלוצלינג מאַכט זיך אויף כוחות פון ראטעווען, קעמפן, איבערלעבן און אנקומען קיין ארץ ישראל...

טייערע ברידער, מיר אלע האבן מצבים ווען מיר שפירן אז ס'איז שוין באו מים עד נפש! כ'האב שוין אלעס פרובירט און אלעס געטוען, דער מענטש שפירט ווי ער נישט מער קיין כח, אבער וויסן דארפן מיר אז אפילו ווען מיר שפירן דעם הרגשה איז אבער דארט טיף באהאלטן א גרויסן אוצר און ווען דער מענטש געבט א קליינע אמתע געשריי צו אבינו שבשמים עפנט זיך פלוצלונג א נייע וועלט, א וועלט פון מצליח זיין און קונה זיין, ממש א גאנצע נייע מציאות, ניין ס'פארלאנגט זיך נישט קיין סאך נאר א קליין ביסל, א קליינע פעולה און פלוצלינג עפענען זיך אוצרות און קוועלער.

דערמיט קומען מיר צוריק צו אונזער פרשה, ווען מיר זאלן פרעגן א פארשטענדליכע מצרי אין גאס, "וואס האלטסטו זאגט די תורה וועגן דיר – איז פארהאן א מעגליכקייט אז איר קענט קומען בקהל ה'?" וועט ער אודאי זאגן 'נאו-טשענס' - אונז האבן ענק געפייניגט און גע'רודפ'ט, און קיינמאל קיין גוטס געטון, ס'קומט זיך אונז גארנישט, און באמת האט ער טאקע די רעכט אזוי צו זאגן און האלטן, פארוועם וואלט אייגעפאלן אז ס'דא א פלאץ אז נאך דריי דורות מעג מען זיך משדך זיין מיט א מצרי?!

אבער די תוה"ק לערנט אונז ממש דאס פארקערטע – דעמאלטס ווען מיר האלטן אז ס'איז גארנישט פארהאן, דעמאלטס ווען דער מענטש טראכט אז ס'איז נישט פארהאן קיין מציאות האט אבער הקב"ה גאנץ א צווייטע חשבון, ביים בורא עולם איז פארהאן א פונקטליכע חשבון על כל פרט ופרט, יעדע ברעקל האט א פלאץ ביים מלך העולם און וואס ביי אונז זעט אויס ווי ממש א גארנישט... וועגן די אכסניה?! יא פונקט וועגן דעם קלייניגקייט באקומען זיי די זכות צו ווערן א חלק פונעם קהל ה'! דער רבש"ע צאלט צוריק, אונז זענען שולדיג הכרת הטוב פאר די קלענסטע זאך און אפילו די גאנצע אכסניה איז נאר געווען מתוך חושך און צרות, אף על פי כן באקומען זיי – ווייל אין א וועלט פון רוחניות און געטליכקייט איז נישט פארהאן א מציאות פון א קלייניגקייט – זאכן ווערן דארט נישט געמאָסטן מיט קליין אדער גרויס דארט פארנעמט איעדע פעולה א טייערע פלאץ, איעדעס קליין ברעקל, א קרעכטץ, א טיפע געשריי "טאטע", מאכט אויף וועלטן, באשאפט נייע פרישע כוחות...

יעצט ברידער לאמיר אריינטראכטן אויב ביי דעם מצרי דערהערן מיר דעם וואָרט, איז דאך קל וחומר בן בנו של קל וחומר ביי אונז קינדערלעך פונעם מלך העולם, מיר אלע האבן כסדר מצבים וואס דער מענטש טראַכט צו זיך כ'בין אין אזא מצב פון טונקלקייט, כ'בין אזוי פארזינקן, נו וואס קען איך שוין יעצט טוען, אדער ווען מיר טוען שוין יא - טראַכטן מיר וואס האב איך שוין געטוען ס'איז סתם א קלייניגקייט?.. אבער ניין ר' איד ס'איז נישט ריכטיג! איעדע ברעקל וואס מיר האבן געטוען אדער גייען טוען איז גאר גרויס – ס'דרייט איבער וועלטן – פאַר איעדעס ביסל איז אָנגעגרייט אסאך, גאנץ כלל ישראל וועט זיך אפשטעלן און באצאלן הכרת הטוב פאר די קלענסטע פעולה! אויב פאר א מצרי צאלט מען אזויפיל צוריק, איז דאך זיכער פאר א הייליג אידיש קינד איז אָנגעגרייט בלי גבול ובלי סוף, ענדלאזע כוחות און סגולות.

לא יבוא עמוני ומואבי, פארוואס? על דבר אשר לא קדמו אתכם בלחם ומים. קען מען טראכטן דאס איז די גאנצע, פאַרדעם קומט זיך זיי שוין אז לא יבוא בקהל ה'? די תירוץ איז אט דעם זעלבן יסוד, יא די קלייניגקייט האט געטוישט זייער גאנצע עתיד – זייער גאנצע מציאות, דערמיט לערנט אונז די תוה"ק אז יעדע קלייניקייט איז א וועלט, ס'גייט אויף ביידע וועגן זה לעומת זה, א מענטש קען מיט א קלייניגקייט פאַרפאַסן א ריזיגע געלעגנהייט, אידישע קינדער האבן דעמאלטס געדארפט לחם ומים, מיט דעם וואס זיי האבן נישט געגעבן האבן זיי פאַרפאַסט א וועלט, וואס דאס באגלייט זיי לנצח נצחים, אבער מדה טובה מרובה, אפאר פסוקים שפעטער, ווען א מענטש כאפט זיך צו און נוצט אויס די געלעגנהייט, וויפיל איז ער זוכה מיט דעם - ענדלאז לנצח נצחים, ווייל ס'איז נישט פארהאן א מציאות ווי א קלייניגקייט!

דערמיט גייען מיר צוריק צום אנפאנג פרשה, כי תצא למלחמה על אויבך ונתנו ה' אלקיך בידך וכו' - איינע פון די עיקר מלחמות פון א מענטש איז דער כח הראיה - די אויגעלעך וואס קוקן, אז דער מענטש טראכט אריין און פרעגט זיך וואס איז שוין א קוק? עפעס א קלייניגקייט, א קליינע בליק מיט די אויג. ונתנו ה' אלקיך בידך וראית - ער קוקט, אבער פון דעם קליינעם קוק פאַנגט זיך אָן א גאנצע פרשה אין די תורה, אשת יפת תואר, בן סורר ומורה איינס פארבינדן מיט די אנדערע, און אלעס האט זיך אָנגעהויבן פון דעם איין קליינע קוק ..וואס איז די גרויסע זאַך - איך בין אויפן פראָנט אין א מלחמה זאָנע, כ'האב געגעבן א קוק, וואס איז שוין געשעהן? לערנט אונז די תוה"ק אז דעם 'קליינע' קוק האט די מעגליכקייט ארויס צוברענגן אזויפיל יסורים און ווייטאגן... פון די אנדערע זייט זה לעומת זה: א איד גייט אויפן גאַס און זעט אַן אבידה, ער טראכט איך גיי אוועק קוקן, דא גיי איך נישט קוקן, זאגט די תוה"ק ר' איד דא זאלט איר יא קוקן! א איד'ס קוק באלאַנגט וואו די תורה זאגט, און אט דעם קליינע קוק מאכט אויף דעם הערליכן גרויסע פרשה פון השבת אבידה, א גאנצע מסכת פון בבא מציעא, וואס איז שוין די גרויסע זאך כ'האב באמערקט יענעם'ס שליסל אויף דער ערד? יא יא! דיין קוק ברענגט א גאנצע וועלט פון מצוות און מעשים טובים.

אונזער גאנצע לעבן – אונזער גאנצע עבדות ה' דרייט זיך ארום קלייניגקייטן, איין מצוה און נאך א מצוה, א קרעכטץ, א געשריי, א תפלה... ווען מיר לערנען די אלע הלכות פון אנפאנג פרשה באמערקט זיך קלאר, אז מען קען עס לערנען און אפטייטשן ווי פשוט'ע הלכות, פון די אנדערע זייט קען א איד אנפאנגען קוקן און אפלערנען די אלע מצות, די טיפקייט פון מצות השבת אבידה, הקב"ה זאגט אונז: א אידיש קינד'ס אויגן דארף זיין אויסגעשטעלט צו טרעפן איעדע פארלוירענע זאַך, אנשטאט עס זאל זיין ושבית שביו וראית קוקן מיט גליסטעניש דארפן מיר האבן הייליגע אויגן - אויגן וואס טראגן אויף זיך אן אחריות צו זעהן יענעם זאך און עס אים צוריק קערן, אויגן וואס זעהן אז דאס איז נישט מיינס, אויגן וואס גליסטן נישט נאר אויגן וואס פארגינען, און ווי באקאנט מיינט השבת אבידה צוריקטראגן די אמתע אבידות, אסאך מאל מיינט עס אונז אליין, צוריקטראגן אונזער אייגענע נשמה, אונזער אייגענע נפש צו די בעל הבית, די רבש"ע אלקי נשמה שנתת בי טהורה היא און אזוי ווייטער איז פארהאן פילע מצות אנפאנג פרשה וואס מיר דארפן אפלערנען און באמערקן די ליבשאפט וואס ליגט אין איעדע ווארט און פסוק, איעדע הלכה זאגט אונז די געוואלדיגע אחריות און כוחות וואס איעדע אידיש קינד טראגט מיט זיך אויף טריט און שריט, און בעיקר געדענקן אז איעדע קלייניגקייט, איעדע געשריי געבט אונז כוחות און פרישקייט וואס בלייבט מיט אונז לנצח נצחים. ויה"ר אז מיר זאלן שוין זוכה זיין צום מלך המשיח בב"א.

זיך איינצושרייבן צו באקומען די "מיט א טיפערן בליק" דורך אי-מעיל בעז"ה [email protected]
לעצט פארראכטן דורך שלום ואחדות אום פרייטאג סעפטעמבער 13, 2019 12:14 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
שלום ואחדות
שר חמישים ומאתים
תגובות: 465
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יאנואר 21, 2014 11:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום ואחדות »

נערוועזער חכם
שר חמישים
תגובות: 57
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 17, 2018 10:29 pm
לאקאציע: אין איינער פין די ד' עולמות,אצילות, בריאה,יצירה,עשיה,

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נערוועזער חכם »

געזען ערשט יעצט,זייער שיין!
לאז נישט דיין חכמה דיר נערוועז מאכן!
green sunday
שר האלף
תגובות: 1199
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 16, 2010 3:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך green sunday »

נערוועזער חכם האט געשריבן:געזען ערשט יעצט,זייער שיין!
פאר צענטראלע נייעס אינערהאלב קהל יטב לב ד'סאטמאר שיקט אן אימעל צי בחצרות סאטמאר
פאר לאקאלע נייעס קליקט דא מודעות קהלינו סאטמאר קרית יואל קול הקהל סאטמאר וויליאסמבורג
קרית יואל וועכענטנליכע נייעס באריכט היימשטאט
שרייב תגובה

צוריק צו “אז נדברו”