כלל ישראל גרייכט היינט $2,000,000 פאר די כלל ישראל ארגאניזאציע "רפואה העלפליין"

צדקה צוועקן און חסד ארגאניזאציעס

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

פיינעלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:02 pm

כלל ישראל גרייכט היינט $2,000,000 פאר די כלל ישראל ארגאניזאציע "רפואה העלפליין"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעלי »

מאסיווע KEY קאמפיין פאר די לעבנסוויכטיגע כלל ישראל ארגאניזאציע "רפואה העלפליין" איז געלאזט געווארן אין גאנג מיט דריי שעה צוריק.

די ציפערן הייבן זיך גאר שנעל, עס דערקענט זיך די ווארעמקייט פון כלל ישראל פאר די רעספעקטירטע ארגאניזאציע, וועלכע העלפן חולי ישראל אלעמאל.

כ"י אתה עמדי - The KEY to hope

דער ציהל איז צוויי מיליאן דאללער, וועל מיר זעהן צו זיי וועלן קענען אנטרייבן אזא גרויסע סכום.
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 20190910 00335.jpeg
WhatsApp Image 20190910 00335.jpeg (117.18 KiB) געזען 2802 מאל
פיינעלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעלי »

"טאטי, וועל איך נאך זיין אמאל בסדר?"

"יא, שעפעלע"

אין שפיטאל
אוועטאר
פעיק ניוז
שר עשרים אלף
תגובות: 24206
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 13, 2017 8:49 pm
לאקאציע: אנאנימע סאורסעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעיק ניוז »

אגב, זייער עד אויף קו"מ איז געוואלדיג: "יו פרעסד אן אינוועליד קי"..

איך האב מיך שוין געהאט דערשראקן אז איך בין אנגעקומען ערגעץ ווייסעך וואו... איך האב שוין געוואלט דרוקן * צירוק צו גיין די מעניו, נאר ווארטנדיג נאך א סעקונדע האב איך געהערט פון וועלכע "כי" מען רעדט...
עס איז מיר בעסער צו זיין אן אנעדיוקעטעד חכם ווי איידער אן עדיוקעטעד טיפש
אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע הארץ »

דאס איז די פאריעריגע קאמפיין אויך אזא איידיע נאר מיטן נאמען מי-ME
viewtopic.php?f=25&t=37808&p=1746456&hilit=%D7%A8%D7%A4%D7%95%D7%90%D7%94+%D7%94%D7%A2%D7%9C%D7%A4#p1746456
נעכטיגן טאג
שר מאה
תגובות: 226
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 12, 2015 5:45 pm

און איך האב געלעבט אין א טעות אלע יארן ביז היינט...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נעכטיגן טאג »

א הארץ רייסנדער בריוו וואס איז אריינגעקומען צו רפואה א צייט צוריק פון איינעם וואס האט מיטגעמאכט ביי א נאנטע משפחה די ביטערע מחלה ל"ע

איך האב געמיינט אלע יארן אז רפואה העלפ ליין איז אן ארגעניזאציע פון עסקנים וואס שטייען צו הילף בעניני רפואה

איך האב געמיינט אז רפואה העלפ ליין האט א שטאב מיט עסקנים וואס העלפן ארויס מיט מעדיקעל עדווייז

איך האב געמיינט אז רפואה העלפ ליין האט קאנעקשאנס מיט די גרעסטע דאקטוירים

איך האב געמיינט אז רפואה העלפ ליין טוט מחזיק זיין אידן וואס גייען דורך שווערע צייטן

איך האב געמיינט אז רפואה העלפ ליין העלפט אויסוועלן די בעסטע אינשורענס

איך האב געמיינט אז רפואה העלפ ליין טוט ארויסהעלפן מיט פינאנציעלע הילף

און נאך אסאך זאכן וואס איך האב געמיינט, און עס האט נישט אויסגעזעהן אז איך האב א טעות, וויבאלד איך האב אפט גערעדט מיט די עסקנים, און עס האט באמת אזוי אויסגעזעהן, ווי רפואה העלפ ליין איז א קערפערשאפט פון עסקנים אין אלע עספעקטן אין די נושא פון רפואה.

ווער איך גאר יעצט געוואויר אז איך האב ביז יעצט געלעבט אין א טעות...

מיינע ספיקות האבן זיך שוין אנגעפאנגען פאריגע וואך ווען מען האט געברויכט צוקומען צו א געוויסע פראצעדור, און מען האט געארבעט איבער-שטונדען אין די אפיסעס פון רפואה.
דעמאלטס האבן זיך שוין אנגעפאנגען מיינע ספיקות, מיטהאלטענדיג ווי א יעדער איז אינוואלווד ארויסצוהעלפן, עס איז נישט דא אזא זאך ווי דאס איז נישט מיין דעפארטמענט, און רעד צו א צווייטן, סיי ווער עס האט נאר מיטגעהאלטן האט געטוהן ביזן סוף, און ווי אינטערעסאנט איז געווען דעמאלטס, אז ווען עס איז ענדליך אנגעקומען דערצו, און מען האט איר אריינגענומען אין צומער פארן פראצעדור, האב איך אין די זעלבע מינוט באקומען טעקסט מעסעדשעס פון עטליכע עסקנים צו פרעגן ווי מען האלט... דא קומט אריין וואס איך האב אמאל געהערט בשם פריערדיגע צדיקים אז ווען אן עסקן טוט אין א געוויסע ענין, און ער טרעפט צו צו דערפרייען די ריכטיגע מענטש, מיט די ריכטיגע זאך, אין די ריכטיגע צייט איז א סימן פון הימל אז זיין עסקנות איז לשם שמים.

**

יעצט אין די לעצטע טעג ווען עס האבן זיך נאכאמאל געמאכט קאמפליקאציעס און א יעדער האט מיטגעהאלטן, אנגעפאנגען פרייטאג ווען מען האט גערופן מרת לאנדא דערציילן וואס עס גייט פאר האט זי שטרענג אנגעזאגט פאר מיין אידענע אז אויב מאכט זיך די מינדעסטע ענדערונג אינעם מצב זאל מען זעהן אפילו אום שבת צו באקומען אנטיביאטיק, תיכף האט זי מיך געקאָלט זאגנדיג אז זי פארשטיט אז מיין אידענע וועט נישט וועלן מחלל שבת זיין, זאל איך וויסן וואס מען ברויך צו טוהן, גיי ווייס פארוואס זי נעמט עס אזוי פערזענליך? אז די חולה וויל נישט איז נישט, דא איז נאר פארגרעסערט געווארן מיינע ספיקות.

נעכטן ווען איך האב גערופן מרת לאנדא אויפן סעל איבערגעבן א באריכט ווי מען האלט, די טעלעפאון איז געווען געפארווערד צו א צווייטן, און איך האב נאר געזאגט ווער עס רעדט האט מען געענטפערט אז איך ברויך דוקא רעדן נאר צו איר... ווען איך האב געמאלדן אז עס איז נישט קיין עמערדשענסי איך וויל נאר איבערגעבן א באריכט און איך קען רעדן צו סיי וועמען, איז די אנטווארט געווען אז ביי מיר איז עס טאקע נישט קיין עמערדשענסי, אבער ביי מרת לאנדא איז עס יא העכסט וויכטיג צו הערן ערשט האנטיג, וויבאלד זי פרעגט זיך כסדר נאך צו איך האב שוין גערופן... שטערקערע ספיקות, וואס גייט איר עס אין לעבן?

און יעצט זייענדיג צום דריטן טאג אין עמערדשענסי רום, האב איך נעכטן נאכט גערעדט מיט ר' יוסף יצחק הערצקא איבערן פראבלעם פון נישט באקומען קיין בעט, פארשטייענדיג אז ער האט שוין געטוהן אלעס וואס איז מעגליך, איך האב נאר געוואלט דערציילן ווי אזוי עס האט אויסגעזעהן פון מיין זייט ווי שווער עס איז, דערציילט ער אז גראדע האט ער נאכנישט געטוהן אלע השתדלות וואס מעגליך, דאס איז שוין געווען א חידוש, וויבאלד איך האב יא פארשטאנען אז ער האט געטוהן אלעס וואס ער האט געקענט, ענטפערט ער מיטן גאנצן תמימות אז מתפלל געווען ביים ריבניצער רבי'נס ציון האט ער נישט, און דאס גייט ער שוין טוהן, און ער זאגט מיר אן אז סיי וועלכע שינוי זאל איך אים מעלדן... ער ווייסט אפילו ווער איך בין?

אזוי אויך האב איך היינט פארטאגס גערופן איינע פון די עסקנים, און ער האט מיך אויך איבעראשט ווען ער האט מיך תיכף צוריק גערופן טראץ די פריע פארטאגס שעה'ן, וואס דא ווייס איך קלאר אז ווען איך רוף אים איבערן יאר פאר אנדערע זאכן רופט ער נישט אזוי שנעל צוריק.

מוזן מיר קומען צום אויספיר אז רפואה העלפ ליין איז נישט קיין ארגעניזעישאן, און רפואה העלפ ליין האט נישט קיין עסקנים.

רפואה העלפ ליין איז איין שטיק הארץ, וואס פארקערפערט אלע הערצער פון גאנץ כלל ישראל, אפגעזעהן צו וועלכע קהלה מען געהער, און אין וועלכע ביהמ"ד מען דאווענט, און ווען די הארץ טוט וויי וועט מען טוהן אלעס אין די וועלט זיך צו לאזן היילן.

זאל דער אויבערשטער העלפן אז די אלע עסקנים זאלן האבן אלעס וואס זיי דארפן און זיי זאלן נישט האבן וועמען צו העלפן נאר אויף שמחות.

איך האב שוין נישט קיין ספיקות
החותם ביום ג' לסדר וְהֵסִיר ה' מִמְּךָ כָּל חֹלִי וְכָל מַדְוֵי מִצְרַיִם הָרָעִים אֲשֶׁר יָדַעְתָּ לֹא יְשִׂימָם בָּךְ וּנְתָנָם בְּכָל שֹׂנְאֶיךָ
- - -

אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע הארץ »

אידישע הארץ האט געשריבן:דאס איז די פאריעריגע קאמפיין אויך אזא איידיע נאר מיטן נאמען מי-ME
viewtopic.php?f=25&t=37808&p=1746456&hilit=%D7%A8%D7%A4%D7%95%D7%90%D7%94+%D7%94%D7%A2%D7%9C%D7%A4#p1746456

פון 2 יאר צרוק
viewtopic.php?f=3&t=34927&p=1519048&hilit=רפואה+העלפ#p1519048
פיינעלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:02 pm

עס פליסט הונדערטערס און טויזנטערס פון כלל ישראל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעלי »

כלל ישראל רופט אויס פאר די חולי ישראל "מיר זענען מיט ענק!"

א האלב מיליאן דאלער אויפגעטריבן!
אטעטשמענטס
WhatsApp Image 2019-09-10 05664.jpeg
WhatsApp Image 2019-09-10 05664.jpeg (190.13 KiB) געזען 2594 מאל
אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע הארץ »

פיינעלי האט געשריבן:כלל ישראל רופט אויס פאר די חולי ישראל "מיר זענען מיט ענק!"

א האלב מיליאן דאלער אויפגעטריבן!

WOW WOW MAGA
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

די קאמפיין ווערט געפירט דורך FreidCo Media
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
קאקאש קעיק מיט מילך
שר האלפיים
תגובות: 2921
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 28, 2019 3:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאקאש קעיק מיט מילך »

ווער מאכט די גרעפיקס ?
זייער שוואך
געבאקן נאך פסח תשפ"ב
אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע הארץ »

קאקאש קעיק מיט מילך האט געשריבן:ווער מאכט די גרעפיקס ?
זייער שוואך

טעם וריח אין להתווכח איך האב עס שטארק ליב, איין זאך האט אבער יעדער ליב קאקאש קעיק מיט מילך
אוועטאר
אומאפיציעל
שר חמש מאות
תגובות: 546
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אומאפיציעל »

איך ווייס נישט ווי גוט די גרעפיק איז, אבער אויף די ארגאניזאציע קען איך מעיד זיין אז איך האב געהאט פון זיי מער ווי איינמאל גאר גרויסע הילף מיט דאקטורים און מעדיצינישע החלטות, צווישן זיי אזעלכע זאכן וואס איז געווען ממש בין מות לחיים קיינער זאל אודאי נישט וויסן דערפון, און איך שפיר א גרויסע הכרת הטוב צו מרת. לאנדא און די גאנצע שטאב, מיט געלט קען איך זיי נישט קיין סאך העלפן, אבער כאטשיג דא וויל איך אויסדרוקן מיין הכרת הטוב, און מעודד זיין אידן וואס קענען יא אז עס איז א געוואלדיגע מצוה צוצולייגן א פלייצע.

איך קען נישט און איך וויל נישט אלעס דערציילן מפני כמה טעמים, בלויז איין אנעקדאט וויל איך צולייגן צום ארטיקל וואס איינער האט דא געברענגט וועגן די "הארץ" פון די ארגאניזאציע. אז איין שבת ווען איך בין נישט געווען אין שפיטאל מיטן פאציענט, האט מרת לאנדא מיר געהייסן איבערלאזן אין שפיטאל איר נומער אלץ בעקאפ אין פאל פון א עמערדשענסי אום שבת, אויב די שפיטאל קען מיר נישט כאפן זאל מען איר רופן און זי וועט דיספעטשן די לאקאלע הצלה מיר צו מעלדן אז מען זוכט מיר פון שפיטאל! און איך שטעל זיך פאר אז איך בין נישט קיין בן יחיד, מן הסתם טוט זי דאס אפט.
אוועטאר
הגאון
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 01, 2015 12:11 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הגאון »

דאס האב איך געשריבן ביי די רפואה העלפליין - קאמפיין 3 יאר צוריק

הגאון האט געשריבן:שוין לאנג וואס איך קלער אז איך וויל ווידמען עטליכע שורות בנוגע די חשוב'ע ארגענעזאציע, נאר דערווייל נאך קיינמאל נישט אנגעקומען דערצו.
אצינד לכבוד זייער קאמפיין (וואס האלט שוין יעצט 5:01 ביי $120,232) וועל איך אראפ גנב'ענען עטליכע מינוט צו שרייבן מיינע געפילן.

ווי יעדע איינוואוינער אין קרית יואל - נישט נאר דא נאר זיכער בכל מקום ווי א איד וואוינט - האב איך אסאך מאל געהערט איבער די ארגענעזאציע, און אפי' פון מאל צו מאל זיי אנגערופן פרעגן איבער א געוויסע דאקטער וואס איז אויסגעקומען צו גיין, געליינט זייערע באשרייבונגען, געהערט אמאל פון זייערע פאנדרעיזערס, א.א.וו.
יא! איך האב אייביג געוואוסט אז זיי טוען גוטע זאכן, זיי האבן א גרויסע סטעף וכו', א ארגענעזאציע ווי אלע, יא מען דארף זיי שטיצן פונקט ווי יעדעם, וכו'

ביז... יענעם טאג ווען איך בין געווען ביים דאקטער און ער האט מיר געזאגט אז ער האלט איך זאל גיין מאכן אויפן קינד אן MRI ווייל עפעס שמעקט אים נישט, נו איך האב געפאלגט געמאכט אן אפוינטמענט און געגאנגען, (איך גיי נישט אריינגיין אין קיין פרטים ווייל עס נישט וויכטיג דא, ודי)

עטליכע שעה נאכדעם וואס איך בין געווען שוין אינדערהיים באקום איך א פאון קאל פונעם דאקטער וואס זאגט איך האב נאך נישט די פונטקליכע ריזאלט'ס אבער לויט ווי עס קוקט מיר אויס איז דא א ... און מאך וואס שנעלער אן אפוינטמענט ביי א ... ווייל עס איז נישט דא קיין צייט צו ווארטן.

וואס עס האט זיך דעמאלט ארומגעדרייט ביי מיר און מיינע בני בית אין קאפ קען איך נישט מסביר זיין. צו וועם ווענד מען זיך יעצט? וואו הייבט מען אן? וועלכע דאקטער? וכו' וכו'

רבותי! מיט איין טעלעפאון קאל צו מרס. לאנדא איז אלעס געווען אויפן רייט טרעק ב"ה, נאכן אויסהערן די פרטים האט זי זיך תיכף פארבונדן מיטן שפיטאל פארלאנגט די ריזאלטס (יא! יא! איך האב עס נאך נישט געהאט אבער זי האט שוין אלעס געהאט) ערלעדיגט אפוינטמענטס ביי דאקטורים נישט איינס, נישט צוויי, נאר גאר 4 אפיניענס, אוועקגעשיקט די ריפארטס און דיסקס צי דאקטורים overseas,

פון יענע מינוט ביזן יעצטיגן מינוט וואס די ווערטער ווערן געשריבן באגלייט צו אונז אויף טריט און שריט מיט יעוץ והדרכה.

תכלית הידועה שלא נדע, קיינער זאל נישט וויסן וואס עס קומט אלץ פאר אין דעם אפיס.

איך בעט אנטשולדיגונג פאר'ן מקצר זיין אפשר אן אנדערס מאל וועל איך קענען מער מאריך זיין.

דער עיקר נישט פארגעסן גייט צו https://www.charidy.com/refuah און גיבט גרעסערע געלטער
יעדע דאלער ווערט געמעטשט 4 מאל אזויפיל. (מען האלט שוין 5:20 ביי $130,648)

הודו לשם כי טוב! אז זאכן האבן זיך מסדר געווען אויפן בעסטן אויפן אין עס איז שוין געפראוועט געווארן די סעודת הודאה.
נישט אלעס מעג מען טראכטן, נישט אלעס וואס מען טראכט מעג מען זאגן, נישט אלעס וואס מען זאגט מעג מען הערן, נישט אלעס וואס מען הערט מעג מען שרייבן, און נישט אלעס וואס מען שרייבט מעג מען ליינען.
אברהם27
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 25, 2016 4:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אברהם27 »

רפואה העלפ ליין
אטעטשמענטס
IMG-20190910-WA0026.jpg
IMG-20190910-WA0026.jpg (39.73 KiB) געזען 2254 מאל
אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1318
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמואל אלצווייסער »

עולם השקר האט געשריבן:
אומאפיציעל האט געשריבן:איך ווייס נישט ווי גוט די גרעפיק איז, אבער אויף די ארגאניזאציע קען איך מעיד זיין אז איך האב געהאט פון זיי מער ווי איינמאל גאר גרויסע הילף מיט דאקטורים און מעדיצינישע החלטות, צווישן זיי אזעלכע זאכן וואס איז געווען ממש בין מות לחיים קיינער זאל אודאי נישט וויסן דערפון, און איך שפיר א גרויסע הכרת הטוב צו מרת. לאנדא און די גאנצע שטאב, מיט געלט קען איך זיי נישט קיין סאך העלפן, אבער כאטשיג דא וויל איך אויסדרוקן מיין הכרת הטוב, און מעודד זיין אידן וואס קענען יא אז עס איז א געוואלדיגע מצוה צוצולייגן א פלייצע.

איך קען נישט און איך וויל נישט אלעס דערציילן מפני כמה טעמים, בלויז איין אנעקדאט וויל איך צולייגן צום ארטיקל וואס איינער האט דא געברענגט וועגן די "הארץ" פון די ארגאניזאציע. אז איין שבת ווען איך בין נישט געווען אין שפיטאל מיטן פאציענט, האט מרת לאנדא מיר געהייסן איבערלאזן אין שפיטאל איר נומער אלץ בעקאפ אין פאל פון א עמערדשענסי אום שבת, אויב די שפיטאל קען מיר נישט כאפן זאל מען איר רופן און זי וועט דיספעטשן די לאקאלע הצלה מיר צו מעלדן אז מען זוכט מיר פון שפיטאל! און איך שטעל זיך פאר אז איך בין נישט קיין בן יחיד, מן הסתם טוט זי דאס אפט.

און פארוואס ברויך אזא ארגענעזאציע דריי אדער פיר מיליאן דאלאר א יאר ? האט די ארגענעזאציע א וועד ? האבן זיי א באורד פון עסקנים אדער ערענסטע אידן ? א וועד פון רבנים אדער אנערקענטע פאניארין ביים ציבור ? ממש הפקר וועלט מען קען שניידען די זיבעטע ריפ פון מענטשן וואס יעדע דאלאר ציילט און שפילן אויף א געפילישע נושא? ווי גייט דאס געלט ? עס איז צייט זיך אויפצו וועקען אז ארגענעזאציעס דארפן הסכמות אדער עפעס ענדארסמענטס

ווייל זיי האבן א פול סטעף ״אויף פעיראל״ וואס ארבעטן אויף אזויפיל קעיסעס ליידער. איך ווייס נישט צו זיי האבן א וועד, איך ווייס אבער אז אן זיי וואלטן אסאך אידן נישט געוויסט ווי זיך אהינצטוהן בעת צרה. וגם אני בתוכם (ב״ה נישט אויף א פיקוח נפש נושא אבער א מעדיצינישע פראצעדור וואס איז ב״ה א פארגאנגענהייט)
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:

עס איז דא עטליכע אזאנע גוטע ארגענאזיצעס ב"ה אויף א באשיידענע אופן קיינער שנארט נישט קיין פינעף רעדלעך מיליאן דאלאר א יאר נאר פאר ריפערעלס

די ארגענעזאציע רפואה העלפ ליין טוט גדולות ונוצורות, בעיני ראיתי אין מיטגעהאלטען , אבער די שנארן מיליאנען יערליך פאר א פריוואטע ארגענעזאציע געאוינט ביי איין מענטש דארף אויפריכטונג

ווי ווייט איך בין באקאנט איז נישטא נאך א ארגאנאזאציע אזוי ברייטפארצווייגט.

צוריק צום נושא
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.
פיינעלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:02 pm

נייע הארציגע ניגון דורכן בארימטן בדחן ר' יואל ברוין

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעלי »

דער בארימטער בדחן וואס איז ברייט באקאנט מיט זיין ווארעמע שטימע און הארציגקייט, איז ארויסגעקומען מיט א הערליכע ניגון אין ליכט פונעם כי-KEY קאמפיין פאר כלל ישראל'ס ארגאניזאציע רפואה העלפליין.

עס איז נישט דאס ערשטע מאל וואס ר' יואל דעליווערט אזא געלונגענע זשאב, ממש הערליך הערליך עס צוגייט אין אלע גלידער.

הערט, האט הנאה, ווערט דערווארעמט, זייט מנדב, העלפט די חולי ישראל.

די שליסל פאר חולי ישראל

כלל ישראל רופט זיך אן גאר שטארק, קאמפיין האלט שוין אצינד ביי איבער $650,000!

כלל ישראל וועט אינאיינעם גרייכן דעם ציל בעז"ה.
פיינעלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:02 pm

כלל ישראל שוין אויפגעטריבן א מיליאן!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעלי »

עס דערקענט זיך די ווארעמקייט פון כלל ישראל פאר די חולי ישראל!

די קאמפיין האט נארוואס אריבערגעשפרייזט דעם ריזן ציפער פון א מיליאן דאלער!
אטעטשמענטס
12546.PNG
12546.PNG (60.61 KiB) געזען 1971 מאל
פיינעלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:02 pm

לייוו ביים שפיטאל בעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעלי »

ווינדאוי
שר העשר
תגובות: 39
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 16, 2017 5:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווינדאוי »

Shevy Kahan, Pessie Schlafrig & Chaim Medical Resource

200
Keep up your amazing work!

7 hours ago with Hanna Landau / Founder
אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע הארץ »

האלט שוין ביי
$ 1,412,916
פיינעלי
שר חמישים
תגובות: 91
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 18, 2019 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיינעלי »

פּתח לנו שער כ״י פּנה יום!

טייערע אידן, די צייט ברענט!
די נומערן הייבן זיך, אָבער נאָכנישט גענוג!
חולי ישראל בעטן זיך ביי אייך מיט ביטערע טרערן!

לאזט אונז נישט אויסגיין ווי ליכטלעך אויף די שפיטאל בעטן!!!!

מיר קענען זיי נישט צוריקווייזן, מיר קענען זיי נישט לאזן פאלן!

דעריבער קומען מיר צו אייך מיט אַ הארץ רייסנדן רוף:
ומבשרך אל תתעלם, כ״י אחיך הוא!!!

ביז היינט נאכט 12:00 כחצות הלילה קענען מיר זיי ענטפערן!!!

די חולי ישראל זענען דאָך אונזערע ברידער!

״היינט״ ביז 12:00 ווערט יעדער דאלער וואס איר גיט, ״געדאָפּעלט״ דורך אונזערע ברייטהארציגע ״מעטשערס״!!
העלפט אונז אנקומען צום ציל, אין 36 שעה, צו גרייכן ״2 מיליאָן דאָלער״ בעז״ה!

כ״י אנחנו יחד! גאַנץ כלל ישראל! לאָמיר עס באַווייזן אינאיינעם! היינט ביז 12:00 כחצות הלילה!

קליקט יעצט! ראטעוועט א לעבן!
אוועטאר
בשבילי נברא
שר תשעת אלפים
תגובות: 9222
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 18, 2010 10:53 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בשבילי נברא »

.
לעצט פארראכטן דורך בשבילי נברא אום דאנערשטאג סעפטעמבער 12, 2019 7:57 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
---
אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע הארץ »

אידישע הארץ
שר חמישים
תגובות: 97
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 23, 2018 10:58 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אידישע הארץ »

ב''ה כלל ישראל קומט אן $ 1,812,626
שרייב תגובה

צוריק צו “צדקה וחסד”