נישט פשוט האט געשריבן:אויף די קעפעל שטייט אהדנגז"א, איך וויל אבער שרייבן, איך בין היינט געווער געווארן פארוואס אדער וואס.. ממילא העל איך שרייבן, צום האלבן קעפעל
די פשט פון די עפל פירמע'ס נאמען, און די דיזיין מיטן ביס אריין.
האבעך אמאל געהערט א פשט אזוי. שטייט דאך ״נמשלו כלל ישראל לתפוח״ און די קאמפעני ׳עפל׳ מיט אירע כלים האט געגעבן אן ערנסטע ביס אריין אין כלל ישראל.
נאך א פשט האט געזאגט די בעל דרשן ביים אינטערנעט סאמעטוכע: לויט געוויסע איז די עץ הדעת געווען אן עפל בוים. דאס קומט די סימבעל ווייזן אז די כלים האבן א דירעקט שייכות מיטן ארייינגעביסענעם עפל - מיטן חטא עץ הדעת. והמבין יבין
נע, דאס איז א קריסטליכע שיטה וועלכע שטאמט פון א טעות אינעם לאטיינישן בייבל. אין גמרא געפינען מיר דריי שיטות וואס דער עץ הדעת איז געווען: א וויינשטאק, א פייגן בוים, אדער ווייץ.
אז עברי איז א פעלד. און אז ס׳איז אפילו פארהאן אזא זאך ווי מומחים.
א צעטעלע געפינען אין קאווע שטובל (נדוו״ס). כ׳האב פונקט פאריגע וואך געזעהן אן עד אז א ת״ת זיכט דרינגענד א כיתה א׳ מלמד, זאל איך אנרופן אנטראגן דעם שידוך?
ליידער איז עברי א שווערע פעלד. איך האב געלערנט מיט א זיבעצן יעריגער בחור וואס קען נישט געהעריג קיין עברי!
אלעס וואס איך שרייב צו פארענטפערן די מדינה איז נאר אלס פאליטיק, כאילו ס'וואלט געווען א גוי'אישע לאנד. למעשה טאר די מדינה נישט עקזיסטירן קיין רגע און דעריבער וועט קיין שום העברת פי ה' נישט מצליח זיין. די אייציגסטע וועג ארויס איז גענצליך אויפגעבן די מדינה.
אין רוב וועלט זאגט מען יום כיפור קטן בענעזאם מיט מנחה, נאר אין סאטמאר זאגט מען דאס עקסטער, לא מיבעי אז נאר אין סאטמאר איז דא וואס זאגן דאס פאר חצות, נאר אפילו די וואס זאגן דאס גאר שפעט זאגן דאס אויך באזונדער.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות). אין א שיינעם העלן טאג...
איך האב אויך געוואוסט גענוי ווי איר זאגט, כ'האב אבער געזען אז די ליטווישע זאגן דאס צוזאמען מיט מנחה, זיי הייבן אן תפלה לעני, דערנאך וידבר, דערנאך די פיוטים, דערנאך אשרי, האב מיר איינער געזאגט אז אין רוב פלעצער זאגט מען דאס בענעזאם מיט מנחה, נאר אין סאטמאר איז דאס עקסטער.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות). אין א שיינעם העלן טאג...
נאך אלע מעשיות וואס איך בין היינט געוואויר געווארן, איז מיר היינט אויסגעקומען צו זאגן יום כיפור קטן ערגעצוואו, מ'האט געווארט אויף א בעל תפילה, בין איך צוגעגאנגען צום עמוד, כ'האב געדאווענט מיטן נוסח המקובל לי פון הרה"ח ר' אברהם מרדכי גראסמאן ע"ה, כ'האב אבער נישט געוואוסט וואו מ'הייבט אן מנחה, אויך האב איך געמיינט אז מ'הייבט אן וידבר, אלזא, כ'האב געהאט געזונטע בזיונות...
וויל איך דא זאגן פאר ווער ס'וויל נאר וויסן, מ'דארף זאגן וידבר פאר יוכ"ק, נאך קרבנות הייבט מען אן תפלה לעני, נאך דעם למנצח וואס ענדיגט זיך ה' אדונינו מה אדיר שמך בכל הארץ, בעפאר לכו ונשובה אל ה', הייבט מען אן אשרי און מ'דאווענט געהעריג מנחה, נאך הויכע שמו"ע, פאר תתקבל, זאגט מען ווייטער דעם גאנצן סדר יוכ"ק.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות). אין א שיינעם העלן טאג...
אבער אז מ'איז אין ארבייט טוט זיך השלמות וכו' וכדו'
אן אינטערעסאנטע מעשה האב איך לעצטנס געזען אז איין יאר איז דער רבי געווען אויפן שיף יום כיפור קטן און ער האט נישט געפאסט, האט ער יענע יאר נישט געזאגט קיין יום כיפור קטן. ער האט עס געמאכט באופן פון נישט זיין גרייט פארשפעטיגט וכדומה
שאינו יודע האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע מעשה האב איך לעצטנס געזען אז איין יאר איז דער רבי געווען אויפן שיף יום כיפור קטן און ער האט נישט געפאסט, האט ער יענע יאר נישט געזאגט קיין יום כיפור קטן. ער האט עס געמאכט באופן פון נישט זיין גרייט פארשפעטיגט וכדומה
מ'זאגט דאך חלבי ודמי הנמעט בצומי.
אויב דו זוכסט שלימות ביי מענטשן, וועסטו עס טרעפן נאר אין שפיגל (קרעדיט: מעלות). אין א שיינעם העלן טאג...
ליל ראש השנה כותבים ילדים קטנים שיודעים לכתוב מכתב מלוח בית הספר עם איחולים, ושמים אותו מגולגל תחת מפת החלות היכן שהאב מוצא אותו אחרי קידוש. יעצט זעה איך דארט די מקור, איז בכלל נישט מוכרח אז עס אזא אלטע מנהג, עיי"ש
משרשי המצוה, לפי שהאדם נכון על ענין שצריך טבעו לשמוח לפרקים כמו שהוא צריך אל המזון על כל פנים ואל המנוחה ואל השינה, ורצה האל לזכותנו אנחנו עמו וצאן מרעיתו וציונו לעשות השמחה לשמו למען נזכה לפניו בכל מעשינו. והנה קבע לנו זמנים בשנה למועדים לזכור בהם הנסים והטובות אשר גמלנו, ואז בעתים ההם ציונו לכלכל החומר בדבר השמחה הצריכה אליו. וימצא לנו תרופה גדולה בהיות שובע השמחות לשמו ולזכרו, כי המחשבה הזאת תהיה לנו גדר לבל נצא מדרך היושר יותר מדאי. ואשר עמו התבוננות מבלי החפץ בקטרוג ימצא טעם בדברי:
ויתן לך האט געשריבן:ליל ראש השנה כותבים ילדים קטנים שיודעים לכתוב מכתב מלוח בית הספר עם איחולים, ושמים אותו מגולגל תחת מפת החלות היכן שהאב מוצא אותו אחרי קידוש.
ויתן לך האט געשריבן:ליל ראש השנה כותבים ילדים קטנים שיודעים לכתוב מכתב מלוח בית הספר עם איחולים, ושמים אותו מגולגל תחת מפת החלות היכן שהאב מוצא אותו אחרי קידוש.