טעם וריח האט געשריבן:כבין נאכנישט אנגעקומען צו הערן דעם שיעור דעי וואך.
אבער פאריגע וואך דערמאנט ער גאלאנטא רב זצ"ל רבי ישוע בוקסבוים הי"ד, ער זאגט אז ער האט געהאט שווייצע בירגער סערטיפיקאטן צו קענען פארלאזן דאס לאנד קיין שווייץ באצייטענס און זיך ראטעווען פון גיהנום. אבער דער לאקאלע חברה-מאן (דענק נישט זיין פאזיציע און נאמען) האט געפסל'ט די סערטיפיקאטן זאגענדיג אז דאס איז נישט געגעבן געווארן לעגאל.
איז דעי מעשה נישט בניגוד צו די מעשה מפורסם אז דער רב האט נישט געוואלט פארלאזן עדת צאן מרעיתו בשעת חירום? און האט דוקא געוואלט מיטגיין מיט זיין קהילה קיין אוישוויץ?
איך האב אויך געקלערט וועגן די מעשה המפורסמת אז לא יעזוב רועה את צאן מרעיתו, אז דאס איז אין קעגנזאץ פון דאס וואס רבי שאול דערציילט.
ער זאגט אז ער האט געהאט אן על סעלוואדאריען (און כדרכו שטרייכט ער אונטער משנה צו זיין די נאמען ע"ש עבו"ז... פון סאלוואדאר צו סעלוואדאר) וויזע פון דער אמבאסאדאר אין גענעווע.
האב איך אנגעהויבן צו הערן נעכטן די אנאליז אויף די טוריסטן אין וויליאמסבורג, אזוי הערליך צולייגט נוסח ר' שאול, היינט ווען איך האב געוואלט ווייטער הערן די אנאליז, זעה איך אז די גאנצע נושא איז געווארן אראפגעשניטן. וועם האט עס געבאדערט?
חברותה האט געשריבן:האב איך אנגעהויבן צו הערן נעכטן די אנאליז אויף די טוריסטן אין וויליאמסבורג, אזוי הערליך צולייגט נוסח ר' שאול, היינט ווען איך האב געוואלט ווייטער הערן די אנאליז, זעה איך אז די גאנצע נושא איז געווארן אראפגעשניטן. וועם האט עס געבאדערט?
ביסט מכובד איבערצוגעבן וואס איך האב פארפאסט צו הערן.

איך האב זייער הנאה געהאט פין די שיעור ער האט צווישען אנדערע פארגעליינט א ארטיקל פין די פאוסט אויך האט ער דערציילט וואס ער האט אמאל געזאגט פאר די געסט אבער איך האב גראד פארשטאנען אז סמעגליך אז סוועט נעלם ווערן נישט ווייל איך האלט אז סאיז עפעס שלעכט געווען נאר ס'אייביג דא ווער ס'טרעפט אין אלעס פראבלעימען

וואס איז שייך צו זאגן, דאס בארירט דאך אזוי ווייטאגליך די הערצער פון עטליכע חשוב'ע משפחות, ואכמ"ל.
אויף די שיעור פון פרשת וישלח פארציילט ער "גירסא דינקותא", ער זאגט דארט אז ער האט געלערנט אין גרינפילד פארק (סאטמאר בחורים קעמפ) מיט א בחור א חריף יעדן פארטאג אום פירע צופרי, דער בחור הייסט "מענדל וועכטער" פון טאראנטא.
דאס איז דער באקאנטער משפיע ר' מענדל פון חב"ד. אפשר זאל ר' יצחק שלמה מאכן א אינטערוויאו מיט די צוויי אלטע חברים, ר' שאל און ר' מענדל, דער עולם וועט גאר שטארק הנאה האבן דערפון.
ווי אויך פארציילט ר' שאול אז אלס ווען ער איז געקומען אין בהמ"ד אום 4 פארטאגס - אפילו זונטאג - האט שוין דארט געלערנט איין בחור, און ער הייסט "שמעי' גרינבוים".
וואס איז אויסגעוואקסאן פון דעם בחור ווייסט יעדער.
ר' שאול ביטע פארצייל אונז נאך פון אייער גירסא דינקותא!
שיעור פרשת וישב איז געווען מער א שיעור קינה בכי ונהי איידער ווי א שיעור פון ידיעות אזוי ווי מיר זענען געוואוינט, סאיז א שאט, ווייל אפילו אויב סאיז ריכטיג מדארף זיין צושאסן פון אזא מעשה, קען מען אוועק געבן א חלק פון די צייט פאר דעם, אבער די אלע הקדמות באריכות פון זיכן א פסוק אין איכה נאכאמאל און נאכאמאל וכדומה ציט סתם די נערוון.
בכלל פארשטיי איך ניש, אין די לעצטע פאר יאר זענען ליידער געווען אפאר מאל שרעקליכע מעשיות, צומאל ערגער פון דעם, איך געדענק נישט ער זאל מאכן אזעלכע קינות נאך יעדע אזא מעשה וואס האט פאסירט, ווי למשל טרגדיית ילדי משפחת ששון ל"ע וכדומה.