קאנאדישע פארקינג טיקעט

אינפארמאציע און הילף פארן דרייווער

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

קאנאדישע פארקינג טיקעט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

איך האב באקומען א פארקינג טיקעט וויילענדיג אין מאנטריאל, וויטס אפשר איינער צו עס איז וויכטיג זיך צו מאכן וויסענדיג דערפון, אדער קען עך עס לאזן לויפן?

אין אנדערע ווערטער: קען עס מיר אהיים קומען????
תכלית הידוע שלא נדע
סטיוו שמידט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

ווייסעך וואס האט געשריבן:אין אנדערע ווערטער: קען עס מיר אהיים קומען????


איך האב געהאט א מעשה אז עס איז מיר אהיים געקימען, עס האט טאקע גענימען איבער צוויי חדשים, אבער צום סוף האב איך עס ערהאלטן אין די פאסט,
דאכט זיך מיר אז עס עס איז שוין געווען עפעס פענעלטיס אויך, כ'געדנק שוין נישט 100% פראצענט, אבער לכאורה האסטע צייט צי ווארטען ביז דו באקימסט עס, {אן מיין אחריות}

---
ד"א, שמעתי, אויב מען באקימט א אין קאנדא מיט פוינטס, גיייטס ארויף אויך אויף די נוי יארק לייסענעס, ווייסט איינער אויב דאס איז אמת??????
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

א היים קומען מיין איך צו זיי קענען מיר עפעס אנמאכן אויף מיין לייסענס אדער רעגעסטרעישאן?

איך האב א טבע אז איך דערשרעק מיך נישט סתם אזוי פון פאסט, נאר אויב זיי קענען מיך מסדר זיין אויף אן אופן,
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

א פארקינג טיקעט איז מסתם קיין פראבלעם.
חוץ אז זיי וועלן דיר קענען טאוען דיין קאר ווען דו וועסט ווידער וויילען אין קאנאדע.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

ישר כח שועמעל, דעמאלט בין איך דאך גוט, מיין ליעס לויפט אפ אין עטליכע חדשים.

פאר אינטערסאנטקייט. דער יעניגער וואס וועט קויפן מיין קאר פון די ליעסינג קאמפאני, און ער וועט פארן קיין קאנאדע, קען ער האב פראבלעמען צוליב מיין טיקעט?

עס איז דאך נישט איסר גברא עס איז איסר חפצא, כמיין דער טיקעט איז אויף די קאר, נישט אויף מיין לייסענס. נו ווי אזוי איז דער דין???????
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
היימישער איד
שר חמש מאות
תגובות: 886
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג פעברואר 13, 2009 12:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער איד »

די טיקעט גייט אויף די פלעיט און אויך אויף דיין נאמען, אויב א צווייטער רעגיסטריט דיין קאר באקומט ער א נייע פלעיט נאמבער משא"כ די קענסט נעמען די פלעט פאר דיין נייע קאר.

בנוגע קענעדישע טיקעט'ס, ס'איז די זעלבע ווי ניו יארק'ע טיקעטס הן בנוגע צו פוינט'ס עס גייט געהעריג ארויף אויף די לייסענס און אזוי אויך מאנען זיי געהעריג אפ די פארקינג טיקעט'ס.

די איינציגסטע זאך אינאר אז זיי שלעפן נישט קיין קאר'ס און אמעריקע סא אויב די פארסט נישט אהין צו אפט און די נעקסטע מאל וועסטו האבן א נייע פלעיט איז דא שאנסן אז זיי וועלן דיך נישט כאפן, אבער ס'נישט קיין דבר ברור.

מיין עדווייז איז: באצאל!
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

אזא זכי', דיין ערשטע תגובה האסטו מיר דערלאנגט. ישר כח

אין אנדערע ווערטער מיינט דאס אז זי גיבן איבער זייער אינפארמעישאן פאר די ניו יארקער מאטער וויקעהל, אד סערשטע מאל וואס איך הער אזאנס, עס איז מיר זייער אינטערסאנט, ווייל ביז נישט לאנג אז דו האסט באקומען א טיקעט אין ניו דשערסי איז עס נישט ארויף געקומען ביי די ניו יארקער מאטער וויקעהל.

צווייטענס, ווי אזוי קען עס גיין אויף מיין לייסענס? מאן יימר אז איך האב עס געדרייווט, עס קען גיין אויף מיין רעגיסטרעישאן, אבער נישט אויף מיין מאטער וויקעהל ריפארט.
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

היימישער;
טעות לגולם חוזר
פאוינטס גייט נישט ארויף אויף די לייסענס צווישן איין סטעיט און אנדערן, און זיכער נישט צווישן איין לאנד און אנדערן.

דאס יא, אין קענעדע וועט ער נישט קענען דרייוון אויב האט ער 12 'קאנאדישע פאוינט', דאס מיינט ער האט דארט געקריגן די טיקעטס.
דאס זעלבע, אויב באקומט ער 12 פוינטס אין פלארידע אויף זיין ניו יארק לייסענס קען ער מער נישט דרייוון אין פלארידע אבער אין ניו יארק איז נאו פראבלעמא. זיי רעכענען דיר נישט פארן האבן אנגעווערטשאפט אין קאנאדע אדער אין פלארידע.

דער פרעגער רעדט אבער פון פארקינג טיקעטס וואס איז בלויז אן איסור חפצא, וואס האט גאר שוואכע שאנסן מען זאל אמאל טאוען זיין קאר, נאכדערצו ווען ער וועט טוישן קאר ביים באנייען די ליעס וועט ער ווארשיינליך טוישן די פלעיטס אויכעט.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15320
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

שוועמל, איך מיין אז איר מארכט אן אירטום, צווישן שטאטן ווענט זיך טאקע וועלכע און ניו גערזי גייט נישט ארויף אין ניו יארק, אבער צווישן קאנאדע מיט ניו יארק איז יא דא אן אפמאך.

זוי דוכט זיך מיר, עס איז שוין דא אן אשכול איבער דעם נושא.

אבער דא איז טאקע די שמועס איבער פארקינג טיקעטס, און דאס ווייסעך שוין נישט.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

יאנאש;
איך מוז דיר זאגן גערעכט. איך ציה צוריק פון מיין לעצטע הודעה!
כ'אב איבערגעגוגלט דעם ענין און געטראפן אז טרעפיק ווייאלענשאנס פון אנדערע סטעיטס ווערן נישט רעקארדירט אין ניו יארק סטעיט, חוץ אנטעריא און קוויבעק וואס טיילן זיך מיט איין דאטאבאזע איבער טרעפיק קאנוויקשענס. דאס מיינט אז 3 פוינטס אין מאנטריאל און 3 פוינטס אין ניו יארק איז גערעכענט פאר 6 פוינטס אין ביידע פלעצער!

אינטערסטעיט סוספענשאנס איז שייך צווישן אלע פופציג שטאטן און קאנאדע, אויב איז עס סוספענדירט אין איין סטעיט אדער אין קאנאדע איז דער לייסענס מער נישט וועליד אין קיין איין סטעיט און אויך נישט אין קאנאדע.

אינטערסטעיט פוינטס, איז אביסל מער קאמפליצירט.
עס זענען דא סטעיטס וואס רעכענען פוינטס פון פרעמדע סטעיטס און ס'יז דא וואס נישט. ווי דערמאנט וועט ניו יארק נישט רעכענען פרעמדע פוינטס חוץ פון אנטעריא און קוויבעק, אבער אנדערע סטעיטס קענען יא צורעכענען די ניו יארקער פוינטס. (געוואנדן אין די DLC און NRVC אגרימענט אין וועלכע די סטעיט נעמט אנטייל).

http://www.carinsurance.com/kb/content43724.aspx
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

שוועמעל! למעשה ווי איז די הלכה לגבי פארקינג טיקעטס? וועט מען מיר אוועק טאען די קאר אין ניו יארק סיטי פארן האבן א נישט באצאלטע טיקעט אין קאנאדע?
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

זיכער נישט
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
סטיוו שמידט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

שוועמל האט געשריבן:טעות לגולם חוזר
פאוינטס גייט נישט ארויף אויף די לייסענס צווישן איין סטעיט און אנדערן, און זיכער נישט צווישן איין לאנד און אנדערן.

שוועמל האט געשריבן:כ'אב איבערגעגוגלט דעם ענין און געטראפן אז טרעפיק ווייאלענשאנס פון אנדערע סטעיטס ווערן נישט רעקארדירט אין ניו יארק סטעיט

שוועמל האט געשריבן:ווי דערמאנט וועט ניו יארק נישט רעכענען פרעמדע פוינטס חוץ פון אנטעריא און קוויבעק


שוועמל
טעות.. דו מאכסט א מיסטעיק

ניו יארק רעכענט פוינטס פון פלארדיע, דאס הייסט אז אויב א ניו יארק לייסענס/דרייווער, וועט באקימען א ספידינג טיקעט מיט פוינט אין פלארידע
וועט עס ארויף גיין אין ניו יארק אויך!!!! אנדערע סטעיטס ווייסעך נישט... אבער פלארידע ווייסעך אז זיי רעכענן.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

מר. און מס. שמידט;

אין דעם לינק וואס כ'אב אנגעצייכנט אויבן שרייבט ער קלאר אז נאר פון אנטעריא און קוויבעק ווערן גערעכענט אין ניו יארק.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1912
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ראמני 08 »

לויט מיין ידיעה איז שוועמל גרעכט אין נאר ביי סוספענשאנס קומט עס ארויף ביי אלע סטעיטס. דאס איז כלפי די מאטאר וויקעל.
די שאלה איז נאר וועגן די אינשורענס קאמפעניס. נארמאל ביי א מענטש וועלן זיי נאר טשעקן די מאטאר וויקעל רעקארד פון די סטעיט ווי ער וואונט.
אבער אין אויסנאם פעלער קענען זיי טשעקן פון אנדערע סטעיטס אויך.
געהערט האב איך אמאל אז ביי CDL טשעקן זיי פון אנדערע סטעיטס אויך. איך נעם נישט קיין אחרוית דערויף פרעגט אייך בעסער נאך.
אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14263
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שוועמל »

ראמני;
דאס איז טאקע די אגרימענט פון די אינטערסטעיט סיסטעמען אז נאר ביי 'נאן-קאמערשאל' לייסענס ווערט עס נישט רעקארדירט, אבער ביי קאמערציעלע CDL ווערט עס יא אפילו ביי בלויזע פאוינטס!
קוק דעם לינק פון אויבן.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)
סטיוו שמידט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סטיוו שמידט »

דאס איז וואס דארט שטייט

So if you are convicted of the NC speeding ticket the NYS DMV will be notified however they will not add it to your motor vehicle record or assign you points. Without the out of state speeding ticket being on your driving record it is unlikely your insurance company will find out about the offense and thus it would not normally affect your rates.

מילא, טעות לעולם גולם, גערעכט אז ניו יארק רעכעט עס טאקע נישט,
אבער, איך האב גענימען מיין אינפערמאציע פון דו טינקעלע פאלציאנט'קע {פון דו אבאמא פאמליע}, זי האט מיר גע'סטארעשעט אז דו אינפערמאציע ווערט געשיקט קיין ניו יארק,
און זי האט טאקע געזאגט אמת, ווייל עס ווערט טאקע געשיקט, נאר וואזשע דען? ניו יארק לאכט זיך אויס, אין זיי רעכענענן עס נישט,
שרייב תגובה

צוריק צו “אויטאס און אלעס ארום”