Graphic24 האט געשריבן:וואסיז די ספעציעלקייט מיט גרינלאנד?
https://en.wikipedia.org/wiki/Proposed_ ... _Greenlandדא שטייט אין קארצן אזוי.
גרינלאנד האט אוטנאמיע פון דענמארק, דאס הייסט אז עס האט נישט זעלבסטשטענדיקייט, נאר איז א לאנד וואס האט אוטונאמיע (פרייהייט אבער נישט בעל הבית). בקיצור דענמארק האט די ליגאלע רעכט צו פארקויפן די גאנצע לאנד מיט אלע אירע מענטשן צו אמעריקע (פארשטייט זיך נישט פאר קנעכט, פארשטייט זיך).
https://en.wikipedia.org/wiki/Autonomyפון צייט צו צייט האט אמעריקע אנגעבאטן דענמארק אז זיי ווילן קויפן גרינלאנד. אמעריקע האט שוין געמאכט אזעליכע געשעפטן מיט דענמארק, זיי האבען אפגעקויפט פון זיי אין 1917 למספרם די "Danish West Indies".
https://en.wikipedia.org/wiki/Danish_West_Indiesאון אמעריקע האט עס א נייע נאמען געגעבן די ווירדזין איילענדס
https://en.wikipedia.org/wiki/United_St ... in_Islandsאין 1867 למספרם האט דער זעלבע וואס האט נעגאשיעטעד דער דיעל אפצוקויפן אלאסקע פון רוסלאנד, געוואלט אז אמעריקע זאל אויך קויפן גרינלאנד און אייסלאנד. עס איז אבער גארנישט געווארן דערפון.
די דייטשן ימ"ש האבען אין 5 שעה איין גענומען גרינלאנד און אמעריקע האט עס באפרייט און געבויט דערויף עיר בעיסעס. נאך די מלחמה האט טרומאן אנגעבאטן עס אפצוקויפן פאר 100 מיליאן דאלער "ווייל עס איז גארנישט ווערט צו דעמארק", אבער דענמארק האט זיך באליידיגט און נישט געמאכט דעם געשעפט.
פאר די נעקסטע 20-30 יאר האט אמעריקע געהאלטן אין איין וועלן עס אפקויפן אבער דענמארק האט נישט פארשטאנען די נחוצות דערפון אז אמעריקע דארף עס צו געווינען די קאלד וואר מיט רוסלאנד.
דא קומט דער עיקר שבעיקר.
צוויי יאר צוריק האט כינע גע'אפערט אפצוקויפען "נאר" א אפגעלאזטע נעוועל בעיס אין גרינלאנד, און אריין שטעקן דארטן א פיס (מיט דער נאז). דענמארק וואלט עס גערן געטוהן, (מסתמא א סאך געלט האבן זיי גע'אפערט) אבער זיי האבן מורא געהאט פון אמעריקע און עס אפגעזאגט. (דאס איז דער יישר כח צו אמעריקע פאר עס באפרייען פאר זיי פון דייטשלאנד)
און יעצט קומט מען צו יעצט.
זויערע טרויבן!
ווען אמעריקע (דאס מאל אינטער דאנעלד טראמפ) האט גע'אפערט נאכאמאל עס אפצוקויפן, האט א פירער אין דעמארק עס אויס געלאכט אז דער מעשיגענער איינפאל (פליצלינג געווארן משוגע) אז דענמארק וועט פארקויפן גרינלאנדס 50 טויזענט סיטיזענ'ס איז קאמפליטלי רעדיקיולעס! (ווער רעדט פון קויפן מענטשן? מען קען זיי אלע אריין לאזן ליגאל אין אמעריקע מיט אלע רעכטן אלץ א חלק פון דער דיעל, אדער אויס צאלן צו זיי זייער חלק און זיי זאלען זיך באזעצן אין דענמארק אדער אין אייסלאנד אדער בלייבן דארט געזונטערהייט אינטער דער שוצע פון אמעריקע).
בקיצור גרינלאנד איז פאר סעיל, דענמארק דארף עס נישט און דארף אויך נישט אירע 50 טויזענט סיטיזענס. דער שאלה איז נאר ווער עס וועט עס "פריער" אפקויפן, צו אמעריקע, צו כינע אדער רוסלאנד, אדער גאר איראן אדער דער קאליפעיט. (נע, דער קאליפעיט וויל בעסער אייסלאנד)