פורים אין ישיבה קטנה...

געשמאקע ארטיקלען און באשרייבונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

פורים אין ישיבה קטנה...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

(בניגון איזהו מקומן...)
דערמאנט אייך נאר אידן דעם ארט, ווען מיר זענען געווען דארט...

שוין. לאמיר פרובירן אן א ניגון.

אקעי, די מעשה איז אזוי. איך האב מיך פארבענקט צו די ישיבה יארן. פינטל. ניין, נישט פינטל, כ'בין נאך ווייט פון פארטיג.

כ'האב מיך פארבענקט, אבער נישט צו די 9 טעג אין ישיבה, נאר צו דעם חודש אדר הידוע לשמוץ-וועש.

נאך א מזל אז דער מנהל האט נישט געלאזט רעדן פון פורים ביז ערב ר"ח אדר. אזוי איז די תאוה געווען גרעסער, און ס'איז ממש געווען א געשמאק צו זיצן י"ז בטבת איבערגעבויגן איבער'ן גמרא און שרייבן ארטיקלן פאר'ן פורים צייטונג...

הממ... אאהההה, וואס פרעגסטו? וואס ס'טייטש גוד אחית? פון וואו זאל איך וויסן? דער מגיד שיעור זעהט נישט אז איך האלט אינמיטן שרייבן חידושים?

צו איך קען אייך ווייזן די חידושים? המממ, ניין... איך פלאן עס ארויסצוגעבן... איך שעם מיך, איך האב נאכנישט קיין נאמען פאר מיין ספר...

און דערווייל האלט מען אן אויג אויפ'ן מגי"ש און אויף אלעס ארום. יעדעס שטיקל אינפארמאציע ווערט אנאליזירט און אפגעשריבן. אוי גיי איך רייסן שטיקער דעם פורים פון אלץ און אלעמען...

אה, איך האב א גוטס צו שרייבן אויפ'ן מגי"ש. איך גיי שרייבן אז מ'האט געקענט אויפהענגען המן אויף זיין נאז... ווייל ער האט א לאנגע נאז... דער עולם וועט כאפן די דזשאוק? איך האף אזוי...

אקעי, איך מיין איך וועל עס מוזן מסביר זיין פאר די ליינער. איך וועל שרייבן בערך אזוי: "דער מגיד שיעור ר' א. ז. איז שוין זייער אלט, ווייל ער איז שוין געווען אין די צייטן פון די מגילה. פון וואו ווייסט מען עס? ווייל המן האט מען אויפגעהאנגען אויף זיין נאז! ווייל דער מגי"ש האט דאך אזא לאנגע נאז!"

נעה, איך האלט אז ס'איז בעסער אויסצומעקן דעם הסבר. קודם כל מאכט עס נאך ערגער, און צווייטנס וועט עס דער מנהל סיי-ווי אויסמעקן ביים צענזורירן. ער פארגינט אונז נישט א שמייכל אפילו אום פורים, אזא רשע מרושע... גגגרררררר... אים אליין דארף מען אויספראקן אינעם פורים צייטונג... איך וועל אים נאך ווייזן, דער רי"ש שי"ן עי"ן וואס ער איז...

אקעי, יעצט דארף מען חוזק מאכן אביסל פונעם קעכער. אויף די גריס-מיט-קאקאו קען איך מיך נישט אפרעדן, און אויף די טשאקלאד מילך אויך נישט, אבער פון די אייער-שפייז קען מען דאך מאכן מטעמים... נישט אין טאפ, כ'מיין צו זאגן אינעם פורים צייטונג... ער מאכט דאך אזעלכע וואסעריגע אייער-שפייז, אז מ'קען ממש שווימען דערין...

הו! דאס גיי איך טאקע שרייבן! אוי גייט עס זיין א גוטס! ס'גייט זיך ליינען בערך אזוי:

"די הנהלת הישיבה האט געמאלדן, אז אזוי ווי צו גיין שווימען יעדן דאנערשטאג אין סווימינג-פול (שווים באסיין) קאסט זייער אסאך געלט, וועט מען פון היינט און ווייטער שווימען אין די אייער-שפייז................."

איך האב ספעשל געמאכט א באנטש פינטעלעך... איך האף אז די בחורים וועלן כאפן די דזשאוק...

יא, זיכער וועלן זיי כאפן... זיי זענען טאקע נישט אזוי קלוג ווי מיר, אבער כאפן וועלן זיי מסתמא...

און איך וועל אויך כאפן נאך פורים פונעם מנהל... אבער דאס איז שוין א מסכתא פאר זיך...

*

אקעי, די צוויי גבאים ווערן געבעטן אריינצוקומען אין אפיס. דער מנהל וויל רעדן מיט ענק וועגן פורים.

יעקב וואלף און מנחם הייבן זיך אויף מיט א 'פעסטקייט' מינע אין די שיך און קלאפן אויפ'ן טיר פון מנהל'ס אפיס.

דער מנהל הייסט זיי זיך זעצן, און ער הייבט אן מיט די אנווייזונגען:
1) די מסיבה דארף זיך ענדיגן נישט שפעטער ווי 10:00 ביינאכט.
2) דער פורים רב טאר נישט אריינקומען מיט א נאכט-העמד אזוי ווי פאראיאר.
3) די קידוש טאר נישט זיין לענגער ווי 3 מינוט, און איינער פון די הנהלה דארף עס איבערקוקן. און נאך א זאך, מ'טאר נישט זאגן "מ'לאכט? מ'לאכט? מ'לאכטו אשר עשה...", דאס הייסט חוזק געמאכט פון קידוש...
4) נישט חוזק מאכן פון די קאלט וואסער וואס ליגט אין די קאווע פערקיולעיטאר... ווען מ'וועט באצאלן דעם לעקטער ביל, וועט אלעס זיין מסודר...

די בחורים גייען ארויס, און מ'הייבט אן צו טראכטן פון א גוטן פראגראם.

ערשטנס, דער פורים רב מוז אריינקומען צום טיש דורך אן אינטערעסאנטן וועג. דורכ'ן דאך איז ער שוין פאראיאר אריינגעקומען, און מיט די ספרים וועגעלע פאר צוויי יאר צוריק. מ'דארף טראכטן פון עפעס בעסערס.

אה, איך האב א פלאן! זאל ער אריינקומען דורכ'ן טיר... כא כא כא, ס'גייט זיין אזוי פאני... קוק אהער, יעדער וועט שטיין און קוקן איבעראל, אויסער אויפ'ן טיר. איינער וועט קוקן אויפ'ן דאך, איינער אויפ'ן ארון הקודש, איינער אויפ'ן פענסטער, איינער אונטער'ן באלעמער, און קיינער וועט נישט חלומ'ן אז ער קומט פונעם טיר! אוי גייט זיין לעבעדיג!

און ווער גייט זיין פורים רב?

איך מיין אז מ'זאל נעמען שאול'י. ער איז א פלייסיגער בחור אבער ער ערלויבט זיך נאך אמאל אמאל צו מאכן א דשזאוק. איך מיין אז ער וועט זיין זייער גוט פאר דעם. איי, זיין טאטע לאזט אים נישט? נו, זיין טאטע מוז נישט וויסן... בעסער געזאגט, איך וועל זאגן מיין פעטער זאל רעדן צו זיין טאטע, מ'וועט שוין פועל'ן ביי אים...

אקעי, קום צו ראטה, מ'גייט באשטעלן א בעקיטשע.

וואס זאגסטו? א גרינע אדער א פוירפל? איך האלט אז א פוירפל איז בעסער?

וואספארא סייז? איך ווייס נישט. פון וואו זאל איך וויסן? איך ווייס נאך ניטאמאל ווער ס'גייט עס אנטון. געמיר א "וואן סייז פיטס אלל".

אקעי, יעצט דארף מען זעהן וועגן א פורים שטריימל. איך האב שוין געקוקט אין טוי-סטאר פאריגע וואך, אבער דארט קאסט עס צו סאך. איך מיין אז מיין עלטערע ברודער פון "צירעם" האט א גוטע שטריימל פון פאראיאר. איך וועל אים עס בעטן, און מ'וועט עס אביסל צופיקסן און אריינלייגן א ספאנדזש אז ס'זאל פיטן.

אוי, משוגע... אונז האמיר פארגעסן פון א קאנסוס... ברענג שנעל א פען און א פעיפער, מ'גייט שרייבן א קאנסוס... מיין שכן'ס חבר האט א טייפרייטער אינדערהיים, א לעקטערישע, ער וועט עס מיסטאם קענען אויפטייפן.

אקעי, וואס גייט מען שרייבן? כתב קנסות? נעה, דאס וועפט שוין... לאמיר שרייבן כתב קנה-סוס...

איי דאס וועפט אויך? נו, האסט עפעס בעסערס? ניין. נו, בלייב מיר מיט כתב קנה-סוס.

און ווער גייט עס אויפליינען? איך מיין אז דער גבאי, ברוך יאנקל, ער וועט זיין זייער גוט פאר דעם. ער האט דאך אזא געשליפן צינגל. דער עולם וועט זיך קאטשען פאר געלעכטער...

*

ס'איז שבת זכור. א הויכקייט הערשט אינעם זאל בעפאר דער פורים רב קומט אריין. אבער גלייך ווען ער קומט אריין, ווערט אלעס שטיל. אלעמענס אויגן זענען געוואנדן צום אויבן אן.

דער פורים רב מיט'ן פוירפל שטריימל און ווייסע בעקיטשע קומט אריין (פרעג מיך נישט וויאזוי די קאלירן האבן זיך אויפגעטוישט) דורכ'ן דאך (פרעג מיך אויך נישט פארוואס), און גייט צו צום פלאץ.

דער רבי צעפייערט זיך און נעמט זיך זינגען מב"ד'ס שלום עליכם... מסתמא שמייכלט יעדער איינער יעצט...

אויף אשת חיל זינגט מען דעם מצוה טאנץ ניגון... ווען דער מנהל ווייסט ווען פון פארדעם, וואלט ער עס זיכער נישט צוגעלאזט...

און אויף אזמר בשבחין זינגט מען דעם ניגון פון אסדר לסעודתא... יוי, איך קען מיך נישט איינהאלטן פון לאכן... אזעלכע לצים דאס... "וואט וויל דעי טינק אף נעקסט?"

הוי, געריבענע חברה דאס...

ביים טיר שטייט דער גאנץ יעריגער גבאי, און מאכט זיכער אז די בחורים צוקוקערס פון אנדערע ישיבות זאלן נישט אריינקומען. זיי וועלן נאך גיין זאגן אז דער שבת זכור אין אונזער ישיבה איז געווען א פלאפ.

העי, דו דו, דו האסט א נתקבל קארטל... כ'מיין א שבת קארטל? זיי מוחל, קום נישט אריין דא. האסט אפילו נישט געצאלט 6$ פאר'ן שבת. גיי אהיים.

אקעי, א שטילקייט זאל הערשן. מ'זאל קענען הערן א נידל זשומען און א פליג פאלן אויף דער ערד... וואס גייט פאר? גארנישט, דער פ"ר גייט מאכן קידוש.

שאאאא, לאמיר זיך צוהערן אביסל. רבותי, ס'קומט א גוטס.

"יום השישי, ויכלו השמים מספרים כבודו וגם הארץ מלאה חסדו גבר עלינו ואמת ה', צור משלו אכלנו ושבענו כדבר ה' אשר נאמר בהקימך הבטחה וידידים אשר בשושן נקהלו ועמוד על נפשם לעפר לכל תהי' ואחרי מצותיך לא שכחתי. ברוך אתה ה', למדני חקיך..."

אאאמיייןןן!!!

יוי, דער עולם קוילערט זיך פאר געלעכטער. מ'ליגט אויף דער ערד און מ'קען נישט סטאפן צו לאכן...

אקעי, דער רבי גייט זיך וואשן. שאאא. מ'ברענגט אריין א גרויסע גארבידזש קען פאר א טעפל און א קליינע קאפ אנשטאט א שיסל... וואט ען איידיע... ער וואשט זיך און די גאנצע סטעידזש ווערט נאס, אבער ס'גארנישט, מ'האט שוין אנגעגרייט מקוה האנטוכער אפצואווישן...

המוציא מאכט ער אויפ'ן זידטשויבער נוסח. נאר א שאד אז קיינער פון די בחורים איז נאך קיינמאל נישט געווען אין זייעדטשויב און זיי האבן נישט קיין אהנונג וואס די דזשאוק איז...

און יעצט קומט די פיש... הו, דא גייט זיין עפעס א גוטס... איך קען נישט זאגן פונקטליך וואס, אבער איך האב מיך אונטערגעהערט אינעם חדר הגבאים אז עפעס עקשאן גייט דא זיין...

אקעי, דא קומט עס. יעדער זאל ארויפקוקן מיט מיר אויפ'ן דאך. איך קען נישט זאגן פונקטליך וואס, אבער יעדער זאל קוקן און ווארטן מיט געדולד.

פלוצלינג עפנט זיך דער טיר פון די רעכטע זייט, און עס קומט אריינצולויפן א הונט... יא, א הונט... אזוי ווי איר הערט...

דער הונט גייט צו צום טיש, שטעלט זיך קעגנאיבער דעם רבי'ן, און הייבט אן צו פארפירן: "רבי, איך דארף א תיקון. איך בין זינדיג. איך האב גערייכערט א ציגארעטל. איך בין אהיימגעגאנגען ביי לאנטש אן רשות. איך האב אויסגעגאסן אראנדזש דזשוס אין לאנטש רום. אוי רבי, מיין נשמה איז אזוי פארשמירט..."

דער רבי פאר'דביקות'ט זיך, לייגט ארויף די האנט אויפ'ן שטערן, און ער ווערט רויט. איז ער געווארן רויט ווייל ער האט פארגעסן וואס ער דארף טון? ניין, נישט וועגן דעם. נאר פשוט, זיין טאטע איז יעצט אריינגעקומען אין זאל צו שעפן נחת פון זיין זון, און וואס זעהט ער? א הונט קניעט צו זיין זון און רעדט... דער חתן דינן איז רויט פאר בושה... יוי, טאטי, פליז גיי אהיים, און זאג נישט פאר מאמי אז איך בין פורים רב, אקעי?

שוין, מ'דארף זוכן א תיקון פאר'ן פארוואגלטן נשמה...

דער רבי הייסט דעם הונט זיך אויפשטעלן און צוקומען נענטער. דער הונט רירט זיך נישט. אוי, א פלאפ, זיין הויזן האט זיך איינגעהאנקעט אין א נאגל פונעם סטעידזש... אופס... אקעי, ער וועט מוזן הערן זיין תיקון זיצנדיג אויף דער ערד...

"דיין ערשטע תיקון וועט זיין, אז יעדן ליל שישי זאלסטו דיך לייגן שלאפן... און נאכדעם זאלסטו נישט לערנען מער ווי 1 שעה רצופות... און דו דארפסט עסן יעדן טאג פת שחרית, צוויי פוטער-ברויט אנגעשמירט מיט פוטער... און טרינקען א גלעזל פון די בלויע מילך..."

"און יעצט אז דו ביזט שוין אן אמת'ער בעל תשובה, הייב דיך אויף און זעץ דיך נעבן מיר... במקום שבעלי תשובה עומדין אין צדיקים גמורים יכולין לעמוד... וועגן דעם טאקע וועלן מיר ביידע זיצן..."

וראה זה פעילעס, דער הונט שטעלט זיך אויף די צוויי אונטערשטע, גייט ארום, און זעצט זיך ממש נעבן רבי'ן! ממש א מויפעס!

שאאאא, מ'גייט זינגען זמירות. מיר האבן דא א חשוב'ן גאסט, דער האצנפלאצער רב, און מיר וועלן אים מכבד זיין מיט כל מקדש.

יאנקי וואלפאוויטש איז מכובד מיט מלוכה ושמחה...

ביי די תורה מוז יעדער זיין שטיל, פארשטאנען? אויסער דעם וואס מ'דארף האבן דרך ארץ, הער איך אז ס'קומט זייער אן אינטערעסאנטע תורה... איך זאג ענק, ס'לוינט זיך...

דער רבי פאנגט אן: "ס'שטייט אין פסוק אין דף היומי, גם ושתי המלכה עשתה משתה נשים. לכאורה איז שווער, וויאזוי קען זיין אז א פרוי איז געמאכט געווארן פון צוויי פרויען? נאר איך וועל זאגן דא וואס איך האב שוין אמאל געזאגט אלס פורים רב אין חדר מיט 6 יאר צוריק, אז... אז נו... אז... יויש, וויאזוי גייט עס נאר? עפעס וועגן א שוויגער. נו, וואו איז דער גבאי ווען מ'דארף אים? כ'האב אים געזאגט אז ער זאל מיר פארשרייבן די תורה אויף א צעטל, האט ער גע'טענה'ט אז ס'פעלט נישט אויס. יעצט האב איך אימתא דציבורא און כ'האב פארגעסן די תורה..."

דער עולם זעהט אז ס'איז צרות. איין קלוגער גבאי פאלט אויף אן המצאה און נעמט זיך זינגען "וראה בנים"... אהההה, ממש געראטעוועט דעם מצב...

שוין, תורה וועט מען שוין הערן 'נעקסטעס יאר'. יעצט גייט מען טאנצן אביסל לכבוד שבת זכור.

מ'פאנגט אן מיט עליונים ששו... לצים וואס זיי זענען... נאכדעם קומט חייב איניש, ליהודים, ונהפוך, תשועתם, המלאך הגואל, ליהודים, כד יתבין, חייב איניש, ואמרתם כה לחי, ליהודים, גלה כבוד, און נאך און נאך. ממש א העכערע שמחה שוועבט אין די לופטן, און דארט בלייבט עס.

הבחור החשוב יואל ווייס נ"י איז מכובד ארויפצוקומען גראמען.

שאאאא, יעדער זאל אראפגיין פון די בענק. מ'גייט טיילן צעטלעך, אז יעדער זאל קענען מיטהאלטן.

איך האב פארשאפט אזא צעטל, און כ'וועל נאכשרייבן אפאר שטיקלעך פון דארט:


(בניגון וואס-איר-ווילט, יואל'י קען סיי ווי נישט קעריען א טאן...) א גוטן פורים טייערע אידן - איר וועט אלע זיין צופרידן - אז איך וועל אייך דערציילן - אז מ'האט זיך געטון צואיילן - לכבוד שבת זכור זיך אויפצושטעלן - אז דער עולם זאל אביסל קוועלן - דערפאר גייט מען דא זאגן - וויינען און קלאגן - אויף אלע פרצות און פראבלעמען - קיינער זאל זיך נישט שעמען - ערשטנס גייט מען שרייען - פארוואס די בחורים גייען - אינעם וואלד נעבן די ישיבה - אינדרויסן אין די סביבה - און מ'רייכערט און מ'טרינקט קולעי וואסער - וואס דער מנהל האט עס גע'אסר'ט - און בחורים בלייבן דארט אפילו בזמן הלימוד אויך - און מ'גייט נישט אריין לערנען דעם שיעור אזוי ווי מ'ברויך - און ס'האט מער נישט קיין טעמים - ווייל כ'קען נישט גראמען.

אקעי, איך רייס מיך שוין פאר געלעכטער... דאס איז שוין טו מאטש... איך קען מער נישט אנגיין אזוי... האאאצאאאלעעע...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

דאנקע שעהן הער ראש הקהל ר' מאשקע פארן צוריק ברענגען מיינע מחשבות צו יענע זארגלאזע צייטן.

אוי.. דער גליקלעכער אמאל
מיטן פורים קהל
וועל איך אלעמאל
געדענקען
דער גליקליכער אמאל
מיטן פירום קהל
וואס מאכן אלעמאל
זיך בענקען
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
3x0
המכונה 'טריאו'
תגובות: 9152
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 11:29 am
לאקאציע: חבוי

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך 3x0 »

איך געדענק נישט ווען איך האב אזויפיל געלאכט אויף אמאל, קען זיין אז אין צירעם?... ניין, קעו נישט זיין, מאשקע איז דאך נישט מיין עידזש... עניוועיס, א גרויסן שכוח מאשקע, כ'האב זייער הנאה געהאט.
איזאק
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 12, 2007 11:55 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איזאק »

זייער גוט מאשקע, עכט גוט צולייגט, געשמאק און עכט און פאני.
אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12505
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צייטליך »

קעי, מאשקע איז זיכער נישט מיין עידזש, ווייל ביינונז אין "צירעם" האט זיך נישט די רבי געוואשן אין א גארבעדזש קען...

ס'אן אמת, דער מאשקע האט דא אויפגעברענגט זכרונות פון אמאל וואס קיינער וואלט נישט אזוי גוט באשריבן ווי ער, גארנישט האט ער אויסגעלאזט(חוץ אביסל ביים סוף פון די גראמען..) אלעס אזוי גוט אראפגעלייגט. איך האב שוין לאנג נישט אזויפיל צוזאמגעלאכט, איך וואלט דיר ווען געגעבן א קנה-סוס פארן ווערן דא דער שרייבער, אבער איך זיך נאך א בעסערע דזשאוק..

מאשקע, יו אר די בעסט. פראביר נאך איינס פאר פורים.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

הערליך מאשקע.

האסט פארגעסן די 'פארט' וואו דער ראציגער פורים רב כאפט זיך נישט אז וויין איז העווי סטאף, און טרונקט זיך אן ביז די שיינע נייע בעקיטשע ווערט א כלי קיבול צו די פארברעכענס וואס דער גבאי דארף נעבעך אויפווישן.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

איך האב דאך שוין מיין נייע סלאגאן 'יא מיר קענען! יא מיר קענען!'

יו מאשקע ביסטו גוט, ווען איך ווייס ווען נישט אז דו לערנסט שוין יעצט אין 'סניף' וואלט איך געזאגט אז דאס איז נישט קיין זכרונות נאר עפעס וואס קומט טאקע פאר אין די טעג ביי דיר.

מ'קען פייגערן פאר גלעכטער!
אוועטאר
דארפסמאן
שר ששת אלפים
תגובות: 6484
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 14, 2006 2:52 pm
לאקאציע: אין דארף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דארפסמאן »

מאשקע זאג מיר אמת'דיג, די בענקסט דיך ציריק ?
הכו"ח ר' אברהם דארפסמאן שליט"א
פה ב'דארף יצ"ו -
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

מאשקע: ביסטו גוט, האסט אויסגעלאזט די גאנצע געזעגענען ערב שבת, עס האט דאך אריינגעברענגט אזויפיל געלט, טאקע נישט וויפיל מען האט זיך געראכטען, אבער איך מיין אז עס האלט שוין ביי ניינצען דאלער מיט אכציג סענט.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
zinger

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך zinger »

מאשקעלע, דו ביסט אייזן.
אוועטאר
וויכטיג מאכער
Site Admin
תגובות: 32412
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וויכטיג מאכער »

עקסעלענט, מ'דערקענט טאקע אז די ביסט נישט א שרייבער פון היינט, נאר נאך פון יארן צוריק, אפשר נאך פון פיטעם? (וויאזוי זאגט מען דאס?)
דו האסט לייף אינשורענס אויף דיר און דיין ווייב?

ר' איד, דו האסט א פאלעסי, אבער נישט קיין אינשורענס!
אוועטאר
סאכדעס
שר שלשים אלף
תגובות: 31438
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 27, 2006 2:15 pm
לאקאציע: אלעמאל נאנט צו התאחדות
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סאכדעס »

הער ראש הקהל, נישט פאר קיינעם געדאכט ביסטו היינט ראש הקהל א_ווי שאולי רב..... אבער ס'עיקר אז מיין שוואגער וואס איז פונקט איצט ביי מיר אין אפיס, מוז וויסן פארוואס איך לאך.. נו גיי זיי איהם מסביר א שטיק מאשקע...

מאשקע ביזט זיסער ווי צוקער...
פקודתו פון התאחדות שמרה רוחי!
אוועטאר
איך_הער
סעקרעטאר
תגובות: 18580
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 04, 2006 6:47 pm
לאקאציע: אין אפיס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איך_הער »

אוי מאשקע מאשקע, אזוי אויפצופרישן אלעס? ביים צייטונג האבעך כאטש געהאט צייט, צו ליינען עטליכע טעג, און גארנישט האט פאסירט, דא, אויב כ'ליינישט אלעס, פליען די אראנזשעס אוועק, און איך ווער צומישט ווי איך האלט, ממילא מוזעך אלעס ליינען אויף אמאל, ווייסט וואסעמיינט, ליינען א גאנצע פורים צייטונג אויף איינמאל?

מאשקע, שכוח, הערליך און שיין.
אוועטאר
יאנאש
שר עשרת אלפים
תגובות: 15314
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 8:40 pm
לאקאציע: וואו בינעך טאקע?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאנאש »

מאשקע, יו אר עי דעיד מען, איך גיי דיר סאוען איך האב מיך ליטערלי געטשאקט אויף די רויעך פון מיין ציגאר.

היינט ביים מעלדן אז עס קומט אן ארטיקל האסטו מיר געמעגט געבן א ווארנונג.

טענקס באדי.
אוועטאר
אלטעבחורל
מ. ראש הקהל
תגובות: 1086
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 14, 2007 11:28 pm
לאקאציע: לעצטענס בינעך געווען אין א פאָפאָטש, היינט? אין אַ קראַקס
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אלטעבחורל »

אוי מאשקע, פון ווען רעדסטו, פון פעוטים? סניף? אוי כעוורע. איך רייס מיך דא. מען האט געהאט דעי פיצי פייפער אונטערן העמד, אין ווען מען האט גערעדט פונעם משגיח, האט מען געפיפן, אז יענער זיצט ביי זיך אינדערהיים זאל ער וויסן אז מיט די עידזש בחורליך הייבט מען זיך נישט אן, אמת בחורליך?

דער האט זיכער איינגעפאקט פאר בושה פארנט פון זיין הויז געזונד. דרך הטבע.

יוששש איז דאס געווען א סטעף! דעי פורים רב איז נאר געווען איינמאל א סענטשרי. ריכטיג - בחורליך? קיינער אין די קונמענדיגע יארן וועט ענק נישט ביטן. די עידזש איז געווען די מעכטיגסטע, פרעג דיך נאך מאשקע, זיי זענען נאך געווען די שטערקסטע פון די גאנצע חדר, איך דערמאן מיך נאך אמאל ווי איינע פון די חברה (טאקע דער היינטיגער ראה"ק ווי הייסט ער דארט ברוך יענקל) דעמאלטס האט מען אים נאך גערופן 'יענקי'.בלשון בולי ער איז געווען א בולי - האט ער זיך אנגערופן דעמאלטס אזוי: [ער איז געווען דאכצעך כיתה ח'] העי איך וואק אריין אין די כיתה ז' איך רייס אןן יעדן איינעם דארט. קיין צייט צו די חברה. דאס איז געווען אינמיטן א העפטיגער קריג אין די האלוועי איין לאנטש, געדענקסט מאשקע? יא יא פון אים רעדסטו שטימט?

הא בחורליך? קיינער קען אים נישט ביטען. הא?

*
בנוגע די צייטונג געשרייבעכטס, האסט מיר ארויפגעווארכעט איינגעגעסענע געפילן ווי מיין מגי"ש וואס שווערט נאך עד היום אז ער האט דערווישט דעם צייטונג אין ישיבה, ]פלעגט שוין אינמיטן כסליו אויפפאסן וואס מען שרייבט בשעת'ן שיעור, דער האט געהאט לעיזי אויגן (אזוי האבן אונז געמיינט) האבעך דען געמיינט? אהההה אים צו אפגעבן די כבוד אין אטענטשען אז ער איז גוט, זאג איך אזוי... אבער באמת?... פסוטער נאר מיט א צייכגענונג ביכל, וואס דיין תפקיד? האסטטמעך פארהערט? העסטעך מיך געפאקט? דדו געשוואלנער חברהמאחן. עי איך פארפאר.. קוקט שוין באלד אויס ווי איך מאך א צייטונג.

*

יעצט מאשקע, דיר וויל איך אבער זאגן, אז דיר קען קיינער נישט ביטען!!

טענקס!!
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

מאשקע, דאס איז די ערשטע מאל וואס איך בין ליטערלי אראפ געפאלן פון מיין בענקעל פון אן ארטיקעל. איך מאך נישט קיין דזשאוקס.איך געדענק נישט דאס לעצטע מאל וואס איך האב אזוי שטארק געלאכט.

די עולם מיינט אז דו האסט דא אויף געמאכט א מעשה, אבער מיר געדענקען נאך גוט ווי דער שאולי האט געפלאפט איין מאל נאכן אנדערע. אבער יעקב וואלף האט געהאלען אען איין מסביר זיין אז דאס איז טאקע די געלונגענקייט פון שאולי איבער אנדערע פורים רבס אז ער מאכט זיך ווי ער פלאפט אבער בעצם איז ער גוט. געדענקסט עס מאשקע? און מנחם האט געמאכט א דאנקי אונטער די פורים רב אין די עולם איז געלעגן אויף די פלאר ווייל שאולי האט נישט געהאט קיין אהנונג וואס גייט פאר.


מאשקע, ווען קומען די זכרונות פון די עלטערע בחורי'שע יארן?
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

אנדי;

וויאזוי מאכט מען א דאנקי? (העי, מאך עס נישט יעצט אונטער מיר, איך ווארן דיך!)

גייענדיג אהיים פון שוהל, קומען פריער אן צו מיינע אויערן זיבל'דיגע (קרעדיט: יענטאאש) געלעכטער און ניגונים ווי "אחד יחיד ומיוחד" און ס'גלייכן. איך קום זיך ארום, יא, דארט אויפן פערטן שטאק איז ליכטיג אין א דירה פון א מלמד, און יעדע סעקונדע באווייזן זיך ביים פענסטער אנדערע מאדנע היטלעך, קלאוניס, שטריימלעך, קעפס, און וואס נישט. הכלל, עס איז פורים אינדערוואכן, דער מלמד האט באשלאסן צו האבן דעם פורים פאר זיך (בפרט ווען עס געפאלט אין א פרייטאג אזוי ווי היי-איבערמארגן) און די קינדער האבן זיך אנגעשיכורט מיט קאלע סאדע א גאנצע מעת לעת פריער.

איך האב זיי אזאנס מקנא געווען, איך האב שיער נישט אויפגעהויבן מיין שטומע און אויסגעשריגן אין א ווייגעשריי איבער די גאסן פון שטאט: למה נגרע!?! וואס בין איך שולדיג אז איך פיט שוין נישט אויף די קליינע טיש און בענקלעך אין חדר??? רצונינו לראות את מלכינו! מיר ווילן אויך האבן א רבי, א מלמד, אין וועמענס הויז צו שפרינגן און טאנצן ביזן דאך, אויף די בענקלעך, צורייסן די ווענישן-בליינדס, איבערקערן טשערי סאדע אויף די קארפעטס, אויסגראמען דעם רבי'ן אינמיטן העלן נאכט, איי, עס רייסט מיר שטיקער... איך קען נישט מער...
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

א פארזעצונג איבער די עלטערע ישיבה יארן וועט מעגליך נאכפאלגן, אם יהיה פעני.

יישר כח אלע מגיבים, פאר די הארציגע דיבורים, לכבוד פורים.
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

וועלכע יאר גייסטו באשרייבן? מאשקע, איך ציטער שוין..........
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

יא יא, קענסט ציטערן. לך יאית לציטער... כ'גיי באשרייבן דעם גבאי'ן פון אוצר...
An article a day keeps the babies away
אוועטאר
אנדי פעטיט
שר שבעת אלפים
תגובות: 7175
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג סעפטעמבער 02, 2007 11:20 am
לאקאציע: אין די גלייזן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אנדי פעטיט »

נאך איין הערה
איך האב ספעשל געמאכט א באנטש פינטעלעך... איך האף אז די בחורים וועלן כאפן די דזשאוק...


דו האסט מיר יעצט אינגאנצען פאר'הרג'עט מיינע צוקונפטיגע דזשאוקס, ווייל פון היינט און ווייטער ווען איך וועל שרייבען א דזשאוק אין קרעטשמע און איך וועל האבן א ספק אויב די חכמים דא וועלן עס כאפען וועל איך מער נישט קענען נוצען די עצה הנקרא "באנטש פינטעלעך"

אבער איך בין א גוטע איך וועל דיר מוחה זיין.................. :wink:
הייב אויף דיינע הענטעלעך צום טאטע אין הימל!
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

דאס האב "איך" געשריבן? איך האב אמאל געקענט?

ס'אומגלויבליך. גוטע צייטן געווען אמאל.
An article a day keeps the babies away
לעווי
שר האלף
תגובות: 1925
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 22, 2008 12:04 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעווי »

כאן קודם ראש גליתא כאן לבתר ריש גליתא
ארויף קריכט מען פאוואליע, אבער אראפ קוילערט מען זיך שנעל!
שלעפער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלעפער »

שכוח מאשקע, איך האב דאס יעצט געליינט דאס ערשטע מאל, יו האב איך צוזאם געלאכט דא.
אוועטאר
cano
שר האלפיים
תגובות: 2324
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 28, 2006 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cano »

מאשקע איך ווארען דיך, אך הפעם הזאת נאכאיינמאל פליז, פארלאז אינז נישט אזוי מיר נישט דיר נישט, ווארף אריין נאך איין אזאנס פליז.
דיסקליימער: ווען איך מאך א ספעלינג טעות, איז דאס נישט דיירעקט, עס פשוט א טעות.
שרייב תגובה

צוריק צו “היימישע קרעטשמע”