קאנסילמאן האט געשריבן:שטיגליץ האט געשריבן:קאנסילמאן האט געשריבן:שתקן האט געשריבן:דריידל האט געשריבן:איך האב געהערט פון אן ארבעטער דארט אז די פלאץ איז פול מיט אחב"י
ליידער כצ״ל
וואס איז די פראבלעם מיט דשאסט געמבלינג - חוץ בל תשחית אז מען פארלירט געלט?
כאטש קיין איסור איז נישט פארהאן, דאך זעהט מען אז א משחק בקוביא איז פסול לעדות.
הגם לויט טייל איז די פסול נאר אויב דאס איז זיין איינציגסטע אקופאציע לצורך פרנסה.
"משחק בקוביא" איז "געמבלינג"? אויב יא איז עס טאקע אסור, אבער וואס איז טעם הדבר אז עס איז אזוי הארב?
משחק בקוביא איז געמבלינג אין פשוטן זין פון ווארט.
ווי האסטו געזעהן אז עס איז אסור און אז עס איז הארב?
די טעם פארוואס אזא איינער איז פסול לעדות איז וויבאלד ער איז נישט עוסק בישובו של עולם, די געדאנק פון די וועלט לגבי ביזנעס איז אז יעדע מענטש דארף האבן הונדערטע זאכן און סערוויסעס, ווען יעדע מענטש זאל ווען ברויכן זיך אליינס צושטעלן וואס ער דארף, וואלט ער אליינס געמוזט פארמאגן א פעלד פון תבואה פירות און ירקות, פארמס פון טשיקנס און אקסן, א אייגענע קוואל וואסער, אליינס געמוזט שניידן, אקערן, שחטן, ניקור. היינטיגע צייטן וואלט ער נאך אליינס געמוזט זיין א עלעקטרישן, פלאמבער, און אקאונטענט.
היות די וועלט קען נישט אזוי אנגיין האט מען אוועקגעשטעלט א סיסטעם אז יעדע מענטש מאכט איין אדער א האלבע זאך, די וואס ברויכן עס קויפן עס אפ מיט א חפץ הנקרא געלט, מיט די געלט קויפט יענער זיינע אנדערע חפצים און סערוויסעס, והכל על מקומו עד יבוא יומו.
ווען עס קומט צו עדות זאגן ברויך מען טראסטן א מענטש וואס קעירט פאר די וועלט, ממילא וועט ער זאגן א אמת'ע עדות אז די אמת זאל ארויסקומען כדי די וועלט זאל ווייטער אנגיין נארמאל בהצדיקם את הזכאי וחיובם את החייב.
אבער דער געמבלער גיבט גארנישט צו צו די וועלט, ער איז עוסק בדברים של מה בכך וואס העלפט נישט ארויס די הנהגת העולם קיין כי הוא זה, ממילא איז ער נישט באגלייבט אז ער וועט זאגן א ריכטיגע עדות.
לויט דעם איז געמבלינג נישט אסור, אבער עס איז נישט רעקאמאנדירט און איז א אראפגעקוקטע זאך, ווי עס ווערט גערופן אין ענגליש FROWNED UPON.
עס איז דא נאך שיטות וואס האלטן אז עס איז חשש גזל, ווייל דער וואס פארלירט אין א בעט, גייט נישט איין אויף דעם געשעפט מיטן חשבון צו פארלירן, ממילא איז ער קיינמאל נישט עכט מוחל די געלט, לויט דעם איז יא דא עפעס א איסור.
אמאל פלעגן מאנכע פראבירן איבערצושרייבן היסטאריע, היינט פראבירט מען דיר צו איבערצייגן אז אפילו דאס וואס דו זעהסט, הערסט, און שפירסט איז אויכעט פאלטש......