לעגאו מענטשעלע האט געשריבן:די רמ"א שרייבט: בחול נוהגין לחלוץ מנעלים קודם שיאמר ברכו, ואם הוא שבת חולצים לאחר ברכו, מלבד שליח צבור שחולץ קודם ברכו, רק אומר תחלה: המבדיל וכו'.
אין סקווירא איז דאס א מנהג וואס א גרויס חלק עולם פירט זיך אזוי, מען קומט מיט די בגדי שבת, און נאך ברכו טוט זיך א טוישעריי, מען טוט זיך אן די הוט רעקל וכו'...
איך בין נאך קיינמאל נישט געווען תשעה באב אינדרויסן פון שטעטל, בינעך פשוט נייגעריג וויפיל פראצענט פון די חסידישע עולם פירט זיך אזוי?
קומט אריין מיט תשובות.
אין בעלזא איז דאס אויך איינגעפירט ביי די רבי'ס, אזוי האט זיך געפירט דער רב ז"ל, און אזוי פירט זיך היינט דער מאכנובקער בעלזער רב שליט"א. נאר אין בעלזא קומט שוין דער רב אריין מיט די וואכענדיגע מלבושים (ספאדיק/היט), נאר די שיך טוישט מען נאך ברכו.
די מקור פונעם מנהג נעמט זיך, ווייל ברכו איז געווען ביים זמן יציאת השבת, און מיט דעם איז געווארן מוצאי שבת. בגדי שבת האט מען סייווי נישט אנגעטון שבת חזון אין יענע מקומות, איז עס נאר געווען די שיך וואס מ'האט געהאט צו טוישן, ממילא איז יעדער געווען ביים זמן אין בית המדרש, האט מען דעמאלטס געזאגט ברכו ביים זמן און גראד געטוישט די שיך. נאר דער חזן וואס דאווענט פארן עמוד קען דאך נישט אוועקגיין נאך ברכו, האט ער געזאגט ברוך המבדיל, אויסגעטון די שיך, און אזוי צוגעגאנגען צום עמוד. אבער היינט איז דער עולם אינדערהיים ביים זמן, און מ'זאגט ברכו ערשט שפעטער ווען מען קומט אין בית המדרש, פירט זיך די וועלט צו זאגן ברוך המבדיל ביים זמן און מען טוישט די שיך נאכן זאגן ברוך המבדיל.
איז, אין סקווירא (און אין בעלזא די רבי'ס) וויל מען נישט טוישן די אלטע מנהג מזמן הרמ"א, זאגן זיי טאקע נישט ברוך המבדיל ביים זמן, ממילא קענען זיי האלטן די שיך ביז ברכו. אבער זיי דארפן געדענקן נישט צו טון קיין מלאכה, (אנטון בגדי חול איז נישט קיין מלאכה), און אויב האבן זיי יא געזאגט מחמת איזה סיבה ברוך המבדיל, דארפן זיי גראד אויסטון די שיך.