אפטע טעותים אין עברי און דקדוק
די אחראים: יאנאש,אור המקיף,אחראי,געלעגער
- גולם פון פראג
- שר חמש מאות
- תגובות: 601
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm
- נו גוט נו שוין
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 12231
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 07, 2018 12:33 pm
דריידל האט געשריבן:ישראלי האט געשריבן:עטס וויטס אין וויפל פלעיס איינער פון די עקטער'ס זאגט אזא מין זאך: "רעד, רעד אויס דיין הארץ, שלמה המלך זאגט דאך דאגה בלב איש ישיחנה לאחרים"...
געווענטליך זענען די עקטארס אויף פלעיס נישט די גרעסטע תלמידי חכמים. סא וואס איז בכלל אינטערעסאנט צו רעדן פון א טעות וואס זיי האבן געמאכט?
פעלדמאן זאגט: דאגה בלב איש ועצת ה' היא תקום....
"וְכָל הֶחָרָשׁ וְהַמַּסְגֵּר לֹא נִשְׁאַר זוּלַת דַּלַּת עַם הָאָרֶץ"
תא חזי בכל שיתא יומי דשַׁבַּתָּא כד מטא שעתא דצלותא דמנחה וכו' אבל ביומא דשַׁבְּתָא וכו'
אין אסאך סידורים שטייט ביי ביידע שַׁבַּתָּא (בכל שיתא יומי דשַׁבַּתָּא וכו' אבל ביומא דשַׁבַּתָּא וכו') און דאס זעט אויס צו זיין א טעות
דאס זעלבע ביי דעם שטיקל זוהר פון צופרי שטייט אין אסאך סידורים ביומא דשַׁבַּתָּא בסעודתא תניינא וכו'
אין אנדערע סידורים אבער שטייט יומי דשַׁבַּתָּא (די טעג פון די וואך) און ביומא דשַׁבְּתָא (דער טאג פון שבת) און דאס זעט אויס צו זיין מער ריכטיג.

- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
farshlufen האט געשריבן:פון וואנעט נעמט איר דאס?
פשטות איז מען ביידע מנקד אייניג, הגם אויף ארמי'ש איז נישט פארהאן קיין קראנטער מקובל'דיגער ניקוד בלי חולק.
ס'האט מיר אויסגעזען מער ריכטיג אז די צוויי זאכן (די וואך און דער שבת) זאגט מען נישט די זעלבע און ממילא ווען כ'האב געזען אז ר' י"ח שטעסל איז אזוי מנקד האט עס מיר אויסגעזען ריכטיג.
אבער לעולם, קען זיין איר זענט גערעכט והא ראיה אז אין לשון הקודש זאגט מען היום יום בשבת וואס טייטש לכאורה "אין די וואך" און ממילא אויך אין ארמי'ש קען דער זעלבער ווארט משתמש זיין פאר צוויי משמעויות.
אבער באמת איז יש אומרים אז היום יום בשבת מיינט מען גאר שב"ק און ממילא איז נישט קיין ראי'
אויך, ביים דאווענען ביי כגוונא זאגט מען צלותא דמעלי שַׁבְּתָא און נישט שַׁבַּתָּא.
און איך האב געמיינט אז רי"ח שטעסל איז אויטענטיש און דערפאר עס אנגענומען פאר ריכטיג אבער איך קען נישט רעדן במקום גדולים ממני. וצ"ע
farshlufen האט געשריבן:פון וואנעט נעמט איר דאס?
פשטות איז מען ביידע מנקד אייניג, הגם אויף ארמי'ש איז נישט פארהאן קיין קראנטער מקובל'דיגער ניקוד בלי חולק.
בנוסף צו וואס איך האב געברענגט פון היום יום.. בשבת קען מען ברענגען פון פסוק עד ממחרת השבת השביעית וואס דארט טייטש שבת זיכער "די וואך"
אבער ווי געזאגט, אין סידור זאגט מען צלותא דמעלי שַׁבְּתָא און כד עיל שַׁבְּתָא און אויב איז מען ביידע מנקד אייניג זאל מען איבעראל זאגן שַׁבְּתָא.
אדער איז דער רזא דשבת נישט ריכטיג מנוקד?
- אסדר לסעודתא
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 11191
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
אסדר לסעודתא האט געשריבן:דער שורש איז כנר אבער מ'שרייבט כינור
יכול להיות, איך ליג נישט אין כתיבה והגהה, איך האב עס קיינמאל נישט באמערקט, פשוט אין די סידור וואס איך דאווען יעדן טאג שטייט מערערע מאל די ווארט כנור אן די "י" במילא איז עס מיר געשפרינגען אין די אויגן
למעשה האב איך נעכטן אביסל געזוכט האב איך באמערקט אז אין מאדערען היברא שרייבט מען מיט א "י" גלייב איך אז די ספעלל טשעקערס פארעכטן עס אזוי
נאך איבער שַׁבַּתָּא שַׁבְּתָא
אין די היינטיגע פרשה אויף שבת הוא לד' בכל מושבתיכם שטייט אין תרגום שַׁבְּתָא היא קדם ד'
אבער אויף ביום השבת ביום השבת שטייט אין תרגום ביומא דשַׁבַּתָּא ביומא דשַׁבַּתָּא
דאס איז אין די געווענליכע חומשים, אבער אויף היברו בוקס האב איך געטראפן http://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?re ... &pgnum=543 פון דפוס אשבונה - ליסבון רנ"א ווי ביי ביידע שטייט שַׁבְּתָא

farshlufen האט געשריבן:דארב טקסט האט געשריבן:
(פארשטיינערט מיך נישט, אבער אין רוב חומשים איז די תרגום געפינטלט בעיקר לויט דיזע כללים).
הלואי ווען זיי האלטן זיך צו עפעס כללים, צולייגענדיג אביסל קאפ צום תרגום זע איך נאר אן אומאיינייגקייט און צופארניקקיט מפרשה לפרשה מפסוק לפסוק, קענטליך אן ריכטיגע באזירטע און אויסגעארבעטע יסודות.
פארוואס זאלן זיי אינוועסטן קאפ מוח און געלט אויב סתם המון מערקט עס סייווי נישט.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- חוח בין השושנים
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4132
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm
ODOM האט געשריבן:אין די וואכעדיגע סדרא, דארף מען זיין פארזיכטיג:
אשה, איז א פרוי
אישה, איז איהר מאן
דער אונטערשייד איז דער ה', וואס ווערט אנגערופין "מפיק ה" - אויב מען הערט נישט דעם ה', מיינט דאס אשה א פרוי, אויב מען הערט דעם ה' מיינט דאס איהר מאן.
ס'לוינט זיך צו הערן א קריאה פון שני וחמישי פר' מטות ביי די ליטאים.
דער בעל קורא אטעמט ארויס א גאלאן ווארעמע קארבאן דיאקסייד ביי יעדע מפיק ה'.
חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'לוינט זיך צו הערן א קריאה פון שני וחמישי פר' מטות ביי די ליטאים.
דער בעל קורא אטעמט ארויס א גאלאן ווארעמע קארבאן דיאקסייד ביי יעדע מפיק ה'.
און פון דער אנדערער זייט בעט מען פון די אלע וועלכע זענען נישט קיין ליטאים נישט נערוועז צו מאכן דעם עולם מיט די מפיק ה"א'ס, נאר זאגן נארמאל ווי מ'האט אויסגעלערנט...
מיט אזויפיל ביכער, אויסגאבעס, גליונות, בראשורן, קאמפיינס, און ווירטואלע ארטיקלען, וואקסט דער אידישער ליטעראטור ווי אויף הייוון. וואס וועט זיין מיט א אידישן ספעל טשעקער?
אין פרשת מסעי, דער ווארט רעמסס, איז אנדערש ווי דער ווארט רעמסס אין פרשת שמות.
אין פרשת שמות איז דער עי"ן מיט א פת"ח, און דער שו"א פון דעם מ"ם איז א שו"א-נח.
אין פרשת מסעי איז דער עי"ן מיט א שו"א, וואס איז א שו"א-נח, און דער שו"א פון דעם מ"ם איז א שו"א-נע.
ס'איז 2 אנדערע נעמען, און ס'איז מעגליך אז ווער ס'וועט פארבייטען איז נישט יוצא די קריאה.

אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
- אונגארישע הייזער
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8296
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 31, 2019 1:12 pm
- לאקאציע: אין מאה שערים
גרשון האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'לוינט זיך צו הערן א קריאה פון שני וחמישי פר' מטות ביי די ליטאים.
דער בעל קורא אטעמט ארויס א גאלאן ווארעמע קארבאן דיאקסייד ביי יעדע מפיק ה'.
און פון דער אנדערער זייט בעט מען פון די אלע וועלכע זענען נישט קיין ליטאים נישט נערוועז צו מאכן דעם עולם מיט די מפיק ה"א'ס, נאר זאגן נארמאל ווי מ'האט אויסגעלערנט...
יא יא, דערמאן איך מיך טאקע איין יאר שב"ק פר' מטות האב איך געהאט אזא בעל קורא אין ביהמ"ד....
לכאורה האט געשריבן:
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
פארוואס שרייבט מען תגובות אן זיך פארשטענדיגן מיטן מוח?
אונגארישע הייזער האט געשריבן:גרשון האט געשריבן:חוח בין השושנים האט געשריבן:ס'לוינט זיך צו הערן א קריאה פון שני וחמישי פר' מטות ביי די ליטאים.
דער בעל קורא אטעמט ארויס א גאלאן ווארעמע קארבאן דיאקסייד ביי יעדע מפיק ה'.
און פון דער אנדערער זייט בעט מען פון די אלע וועלכע זענען נישט קיין ליטאים נישט נערוועז צו מאכן דעם עולם מיט די מפיק ה"א'ס, נאר זאגן נארמאל ווי מ'האט אויסגעלערנט...
יא יא, דערמאן איך מיך טאקע איין יאר שב"ק פר' מטות האב איך געהאט אזא בעל קורא אין ביהמ"ד....
אלע וואס כאפן בויך=שמערצן פון דעם מפיק ה"א, קענען זיך ברוהיגן.
אין ענדע פון די סדרה מטות, "ויקרא לה נובח בשמו", האט מען אויס געמעקט דעם מפיק ה"א...
אתם קרויים אדם ואין אומות העולם קרויים אדם
ODOM האט געשריבן:אין פרשת מסעי, דער ווארט רעמסס, איז אנדערש ווי דער ווארט רעמסס אין פרשת שמות.
אין פרשת שמות איז דער עי"ן מיט א פת"ח, און דער שו"א פון דעם מ"ם איז א שו"א-נח.
אין פרשת מסעי איז דער עי"ן מיט א שו"א, וואס איז א שו"א-נח, און דער שו"א פון דעם מ"ם איז א שו"א-נע.
ס'איז 2 אנדערע נעמען, און ס'איז מעגליך אז ווער ס'וועט פארבייטען איז נישט יוצא די קריאה.
אין פרשת ויגש פרק מז פסוק יא, איז פונקט ווי אין פרשת מסעי ווי און אזוי ווי פרשת בא (יב לז), אנדערש ווי אין פרשת שמות (שמות א יא).
די אבן עזרא אין שמות (א יא) מערקט שוין אן וז"ל רעמסס, בפתחות העי''ן, ואיננו מקום ישראל. דהיינו אז די שטעט וואס די יודן האבן געבויעט אין מצרים פיתום אין רַעַמְסֵֽס, יענע שטאט שרייבט מען מיט א פתח אונטער די עי"ן. מה שאין כן די שטאט ווי די יודן האבען געוואוינט אין מצרים און פון ווי די יודען זענען ארויס פון מצרים קומט די עי"ן אן קיין פתח.
לאדז'ער האט געשריבן:ODOM האט געשריבן:אין פרשת מסעי, דער ווארט רעמסס, איז אנדערש ווי דער ווארט רעמסס אין פרשת שמות.
אין פרשת שמות איז דער עי"ן מיט א פת"ח, און דער שו"א פון דעם מ"ם איז א שו"א-נח.
אין פרשת מסעי איז דער עי"ן מיט א שו"א, וואס איז א שו"א-נח, און דער שו"א פון דעם מ"ם איז א שו"א-נע.
ס'איז 2 אנדערע נעמען, און ס'איז מעגליך אז ווער ס'וועט פארבייטען איז נישט יוצא די קריאה.
אין פרשת ויגש פרק מז פסוק יא, איז פונקט ווי אין פרשת מסעי ווי און אזוי ווי פרשת בא (יב לז), אנדערש ווי אין פרשת שמות (שמות א יא).
די אבן עזרא אין שמות (א יא) מערקט שוין אן וז"ל רעמסס, בפתחות העי''ן, ואיננו מקום ישראל. דהיינו אז די שטעט וואס די יודן האבן געבויעט אין מצרים פיתום אין רַעַמְסֵֽס, יענע שטאט שרייבט מען מיט א פתח אונטער די עי"ן. מה שאין כן די שטאט ווי די יודן האבען געוואוינט אין מצרים און פון ווי די יודען זענען ארויס פון מצרים קומט די עי"ן אן קיין פתח.
מה שנכון נכון (אין אוצה"ח) האט געשריבן:החזקוני פירש דלא כאב"ע דז"ל בשמות יב,לז "ויסעו בני ישראל מרעמסס סכתה:
נתקבצו כולם שם שזה היה מקום שעבודם ומשם יצאו חפשים". עכ"ל.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35246
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- nmi
- שר חמשת אלפים
- תגובות: 5122
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 02, 2016 4:25 pm
- לאקאציע: אויפן קאוטש
ביי שיר המעלות פון מעריב זאגט מען: יומם יצוה ה' חסדו ובלילה שירה עימי. האב איך שוין מער פון איין מאל געהערט מענטשן זאגן "שירה" מיט א קמץ ר (ס'קומט מיט א חולם ר). און אנשטאץ עמי זאגט מען עמו. גיטס אבאכט.
לעצט פארראכטן דורך nmi אום דאנערשטאג אוגוסט 01, 2019 5:08 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
https://www.nmi.com/ שטיצט א גוי
- קלאָצקאָפּ
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 10226
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm
- לאקאציע: ערגעץ אנדערש