נשמה האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:גיב א שמייכל האט געשריבן:רעזיגנירט איז א מוד?
לאו דוקא די מוד. ס׳איז מער די קערל.
איך פארצייל עס ענק סתם פאר אינטערעסאנטקייט. אויב ס'שטערט גיי איך אויפהערן.
חלילה. די מוד איז די הארץ, גשמי. אזוי פארשטיי איך. ס׳איז נישט שכליות בכלל.
אויב עימיצער שרייבט ארויס זיין מוד, נעגעטיוו צו פאזעטיוו, איז עס א צייכן אז זיין מוח איז שולט אויף זיין לב. און פון דעם רעדט דער בעל התניא.
ווען א מענטש איז גערעגט אין הארץ און רופט אויס הויעך ״רבותי, יעצט בין איך גערעגט, ביטע זיך נישט אנהויבן מיט מיר״. וועסטו זעהן אז יענער פירט זיך אויף היבש איינגעהאלטן און באשיידן בשעת כעסו. פארוואס? יעדער איז בארעכטיגט צו טראגן סיי וואספארא גיסטע זיין הארץ שטעלט אים צו. די חילוק איז ווזוי זיין ״שכליות״ ריאגירט דערצו.
די זעלבע איז פארקערט. ווען א מענטש האט א גוטע מינוט, ער שפירט צו זיין א אין א גוטע מוד, אהן קיין געהעריגע הסבר פארוואס ס׳איז אזוי. אויב ריאגירט ער מיטן מוח די רייט וועי קען ער עס איינקעשן. ״רבותי, יעצט בין איך אין א גוטע מוד״.
דאס קען גראדע זיין א טיפ וויזוי זיך אנייצע צו געבן אין א שווערע מינוט. אויב טרעפט מען זיך אין א באמאכטע גיסטע.. דאס עצם ארויפקומען שרייבן ״יעצט בין איך באמאכט״.. העלפט דעם מענטש גובר צו זיין די סיטואציע. וכן להיפך.
אקעי, איך בין נישט קיין פראפעשענאל פאר אזאנע זאכן, כ׳בין אבער זיכער אז דו פארשטייסט מיין נקודה, נשמה.