ברוך דיין האמת #1 (כ"א תמוז תשס"ו - ר"ח ניסן תש"פ)

אידישע נייעס און לאקאלע קרישקעלעך

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

תגובה דורך זינגער »

איינפאכער איד האט געשריבן:רבוש"ע, ווען וועט מען שוין מאכן אן ענדע צו די שגעונות'דיגע איבערגעטריבענע "דעי-קעמפ" טריפס????!!!!

שטארק איבערגעטריבן.

דאס קען די זעלבע געשעהן אין די pool אין חדר
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

חמרא טבא האט געשריבן:איינער ווייסט די פרטים פון די מעשה?
איך געדענק נישט זעהן א רייד אין אזא מין פארק וואס די וואסער גרייכט צו הויעך

נאכן אויסליידיגן די פאולס, אינמיטן זיך אנטוען האבן די לייפגארדס געטראפן דאס גוף, און גערופן אלע מדריכים מען זאל אידענטיפיצירן ווער דאס איז, און די בעלזע מדריכים האבן גלייך אים דערקענט מיטן נאמען רח"ל, אלע קינדער זענען נאך געווען דארט.

דאס איז געשען אין פאל אונטן ביים גליטשער.

אסאך קינדער ספעציעל 10 יאריגע קענען נאכנישט שווימען און קיינער איז נישט דארט זיי אויפצונעמען.

אגב איך געדענק אלס קינד אין זאם פלאם בין איך אריין געגליטשט אינעם פאל, און געטרינקען און זיך גיט דערשראקן. איך האב נישט געקענט שווימען. און קיינער איז אפילו נישט געווען אין יענע געגנט.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
וואס עפעס?
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4102
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובה דורך וואס עפעס? »

בעריש'ל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:איינער ווייסט די פרטים פון די מעשה?
איך געדענק נישט זעהן א רייד אין אזא מין פארק וואס די וואסער גרייכט צו הויעך

נאכן אויסליידיגן די פאולס, אינמיטן זיך אנטוען האבן די לייפגארדס געטראפן דאס גוף, און גערופן אלע מדריכים מען זאל אידענטיפיצירן ווער דאס איז, און די בעלזע מדריכים האבן גלייך אים דערקענט מיטן נאמען רח"ל, אלע קינדער זענען נאך געווען דארט.

דאס איז געשען אין פאל אונטן ביים גליטשער.

אסאך קינדער ספעציעל 10 יאריגע קענען נאכנישט שווימען און קיינער איז נישט דארט זיי אויפצונעמען.

אגב איך געדענק אלס קינד אין זאם פלאם בין איך אריין געגליטשט אינעם פאל, און געטרינקען און זיך גיט דערשראקן. איך האב נישט געקענט שווימען. און קיינער איז אפילו נישט געווען אין יענע געגנט.

איך געדענק ענדליכס ווען איך בין געווען א קינד ביי איינער פון די פארקס

עפ״ר איז די ענד פון די גליטשער אין א זייטיגע פלאץ אן קיין לייפגארד
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

מען זעהט אויף די קאמערעס אז ער האט פשוט זיך גלייך דערטרונקען ל"ע.
באטאם ליין, א קינד וואס קען נישט שווימען טאר נישט גיין צו א וואסער פארק.
(קליינע) פיר פיס טיעף פאר א 10 יאריגער איז א סכנה.

גראדע זענען דא פארקס וואס די לייף גארדס ווארטן אויף דיר אין די וואסער אונטן.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
חוח בין השושנים
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4132
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 19, 2019 12:30 pm

תגובה דורך חוח בין השושנים »

בעריש'ל האט געשריבן:באטאם ליין, א קינד וואס קען נישט שווימען טאר נישט גיין צו א וואסער פארק.
(קליינע) פיר פיס טיעף פאר א 10 יאריגער איז א סכנה.

יאפ,, כ'בין געווען אין א וואסער פארק ווען כ'בין געווען 10 אדער 11, כ'האב זיך קוים ארויסגעזען פון די 4 פיס טיף וואסער סוף פונעם גליטשער. כ'געדענק ווי כ'האב זיך ממש געראנגלט מיטן וואסער און וויפיל כ'האב נאכדעם געשפיגן וואסער פון מויל און נאז.
שווער צו גלייבן אז אלעס איז נאך די זעלבע פון דעמאלטס.
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

חוח בין השושנים האט געשריבן:

ממש דאס האב איך מיטגעלעבט!
לעצט פארראכטן דורך בעריש'ל אום מיטוואך יולי 31, 2019 1:54 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1849
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובה דורך רעסטאראנט »

בעריש'ל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:איינער ווייסט די פרטים פון די מעשה?
איך געדענק נישט זעהן א רייד אין אזא מין פארק וואס די וואסער גרייכט צו הויעך

אגב איך געדענק אלס קינד אין זאם פלאם בין איך אריין געגליטשט אינעם פאל, און געטרינקען און זיך גיט דערשראקן. איך האב נישט געקענט שווימען. און קיינער איז אפילו נישט געווען אין יענע געגנט.

יא איך געדענק די זעלבע ביי מיר אלס קינד אין זום פלום און ספלעש דאון ווי אונזער קעמפ פלעגט גיין, איך ווינדער מיר אייביג אז די וואסער פארקס זענען היפש ווילד און וויזוי סאיז אזא הפקר וועלט אז עס קען געשען די ערגסטע
אוועטאר
בארביקיא
שר מאה
תגובות: 223
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 20, 2018 12:31 am

תגובה דורך בארביקיא »

אוי טאטע טאטע וויפיל איז די גבול
ווי אזוי קען זיין אז די גלעזל איז נאכנישט פיל
מיר זאלן מער קיין צרות הערן
און ארויס פון גלות דעם שווערן
און קיין ירושלים זיך אומקערן

:-( :-( :-( :-(
איז אייוועלט א פלאץ פאר גוטע אינפארמאציע אויס צו ליפטערן, צייט פארטרייבונג?
כשרייב עס פאר מיר אליין
אבן יקרה
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4950
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 19, 2017 5:41 pm

תגובה דורך אבן יקרה »

זינגער האט געשריבן:
maybeeynot האט געשריבן:אונזערע צייטן פלעגט מען נישט פארן אין די 3 וואכן אויף קיין מעידזשער טריפס

די מיינסט די 9 טעג

אלע חדרים גייען יעצט.

ניין.

ער מיינט די דריי וואכן

אמאל האט מען נישט געפארן צו אזעלכע פלעצער אין די דריי וואכן, וואס ס'שטייט אין שו"ע ס'איז זמן סכנה.

9 טעג איז דינא דמשנה וגמרא, ממעטין בשמחה, און ווי די מג"א פסקנט, אינגאנצן גארנישט טוהן בלויז כדי פרנסתו, אויך פאר קליינע קינדער.

דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובה דורך Borough Park »

בעריש'ל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:איינער ווייסט די פרטים פון די מעשה?
איך געדענק נישט זעהן א רייד אין אזא מין פארק וואס די וואסער גרייכט צו הויעך

נאכן אויסליידיגן די פאולס, אינמיטן זיך אנטוען האבן די לייפגארדס געטראפן דאס גוף, און גערופן אלע מדריכים מען זאל אידענטיפיצירן ווער דאס איז, און די בעלזע מדריכים האבן גלייך אים דערקענט מיטן נאמען רח"ל, אלע קינדער זענען נאך געווען דארט.

דאס איז געשען אין פאל אונטן ביים גליטשער.
אסאך קינדער ספעציעל 10 יאריגע קענען נאכנישט שווימען און קיינער איז נישט דארט זיי אויפצונעמען.

אגב איך געדענק אלס קינד אין זאם פלאם בין איך אריין געגליטשט אינעם פאל, און געטרינקען און זיך גיט דערשראקן. איך האב נישט געקענט שווימען. און קיינער איז אפילו נישט געווען אין יענע געגנט.

געהערט פון א מדריך וואס האט דארט געווען און ער האט געזעהן ווי א מדריך שלעפט ארויס די קינד אין הייבט אהן cpr אין נאך דעם זענען די לייפגארדס פון פלאץ אנגעקומען
עס האט געוועהן אין א סימפל פאל
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
אוועטאר
בעריש'ל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4027
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 19, 2017 3:36 pm

תגובה דורך בעריש'ל »

Borough Park האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:איינער ווייסט די פרטים פון די מעשה?
איך געדענק נישט זעהן א רייד אין אזא מין פארק וואס די וואסער גרייכט צו הויעך

נאכן אויסליידיגן די פאולס, אינמיטן זיך אנטוען האבן די לייפגארדס געטראפן דאס גוף, און גערופן אלע מדריכים מען זאל אידענטיפיצירן ווער דאס איז, און די בעלזע מדריכים האבן גלייך אים דערקענט מיטן נאמען רח"ל, אלע קינדער זענען נאך געווען דארט.

דאס איז געשען אין פאל אונטן ביים גליטשער.
אסאך קינדער ספעציעל 10 יאריגע קענען נאכנישט שווימען און קיינער איז נישט דארט זיי אויפצונעמען.
אגב איך געדענק אלס קינד אין זאם פלאם בין איך אריין געגליטשט אינעם פאל, און געטרינקען און זיך גיט דערשראקן. איך האב נישט געקענט שווימען. און קיינער איז אפילו נישט געווען אין יענע געגנט.

געהערט פון א מדריך וואס האט דארט געווען און ער האט געזעהן ווי א מדריך שלעפט ארויס די קינד אין הייבט אהן cpr אין נאך דעם זענען די לייפגארדס פון פלאץ אנגעקומען
עס האט געוועהן אין א סימפל פאל

גערעכט. יעצט געהערט די זעלבע זאך מקור ראשון.

א פאל וואס איז טיעף 3 פיס און 5 פיס. אים האט מען געפונען ביי די 5 פיס.
אֲנִי מַאֲמִין בֶּאֱמוּנָה שְׁלֵמָה. שֶׁהַבּוֹרֵא יִתְ' יוֹדֵעַ כָּל מַעֲשֵׂה בְנֵי אָדָם וְכָל מַחְשְׁבוֹתָם
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

Message from the professionals to everyone

תגובה דורך יליד מאנסי »

Conclusion of the advice!!!

The parents should be Makdim and notify the children of the tragedy!!

It's the safest way for them to find out about it. Rather than finding out from the street or friends with drama and lying facts and without the safe feeling and embracing parents...

And it should be said clearly that the kid shouldn't get confused.

And you may show that you are also broken, however you believe that this is not the norm.

Let the kid talk and ask questions, and let HIM TALK!!!

Embrace his pain, reflect his feelings and thoughts.

Validate his worries, and tell him that it makes sense, and after the kid is assured only then logical explanation and calming comes in, thousands of kids are going swimming every single day, lifeguard, safety precautions, only then tell him that Hashem is with us.

Chas Veshulem no way knock down his feelings and worries with "S'narish Azoy tzee reden uder Trachten".

Be ready that the kid might develop an obsession in the next period of time. It will pass as long you validate it and show him reassurance. Iyh.

Good luck
Besires Toyvas
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
אוועטאר
fiena nieas
שר חמשת אלפים
תגובות: 5495
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 23, 2011 8:56 am

תגובה דורך fiena nieas »

רעסטאראנט האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:איינער ווייסט די פרטים פון די מעשה?
איך געדענק נישט זעהן א רייד אין אזא מין פארק וואס די וואסער גרייכט צו הויעך

אגב איך געדענק אלס קינד אין זאם פלאם בין איך אריין געגליטשט אינעם פאל, און געטרינקען און זיך גיט דערשראקן. איך האב נישט געקענט שווימען. און קיינער איז אפילו נישט געווען אין יענע געגנט.

יא איך געדענק די זעלבע ביי מיר אלס קינד אין זום פלום און ספלעש דאון ווי אונזער קעמפ פלעגט גיין, איך ווינדער מיר אייביג אז די וואסער פארקס זענען היפש ווילד און וויזוי סאיז אזא הפקר וועלט אז עס קען געשען די ערגסטע

Me 2
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

תגובה דורך לעיקוואד »

ברוך דיין האמת, דער אייבערשטער זאל טרייסטן די עלטערן.
לגבי די פארק, איך בין שוין געווען עטליכע מאל ווען מען דינגט ארויס די פארק, זיין האבן זייער אסאך לייפגאורדס, און אונטען ביי די גליטשער שטייט אייביג א לייפגאורד.
ווי אויך איז עס זייער נידעריג די וואסער דארט, און אן עווערעדזש 10 יעריג קינד איז מער פון דריי פיס ביז די קאפ, נאר עס קען אייביג געשען אז מען כאפט א שטארקע קרעמפ אדער א שטארקע זעץ פון די לאנגע וועג אראפ/אדער אנדערע שווימער, דענמאלטס קען מען זיך דערטראנקען אפילו אין א דריי פיס פאל און אפילו מען קען גוט שווימען.
אוועטאר
ממש אזוי
שר האלפיים
תגובות: 2804
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 19, 2017 6:58 pm

תגובה דורך ממש אזוי »

איך פארשטיי נישט עטליכע זאכן:

איז נישט דא קיין Buddy סיסטעם? (אזוי איז געווען אין מיינע צייטן) יעדעס קינד האט א Buddy וואס ער דארף האלטן אן אויג אויף און גיין אינאיינעם.

האיך יתכן אזא זאך אז מען זאל נישט באמערקן עס פעלט א קינד ביז מען איז אויפן באס?? נישט געווען נאך קינדער ארום און ארום ווען די מעשה איז געשען? און אפילו אויב ער איז געגאנגען אליין איז דאך יעדע מינוט דא נאך א יונגעל וואס גייט פארביי ובפרט אז אזויפיל חדרים זענען דארט געווען?
אוועטאר
יליד מאנסי
שר חמישים
תגובות: 66
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 18, 2018 12:20 am

תגובה דורך יליד מאנסי »

ממש אזוי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט עטליכע זאכן:

איז נישט דא קיין Buddy סיסטעם? (אזוי איז געווען אין מיינע צייטן) יעדעס קינד האט א Buddy וואס ער דארף האלטן אן אויג אויף און גיין אינאיינעם.

האיך יתכן אזא זאך אז מען זאל נישט באמערקן עס פעלט א קינד ביז מען איז אויפן באס?? נישט געווען נאך קינדער ארום און ארום ווען די מעשה איז געשען? און אפילו אויב ער איז געגאנגען אליין איז דאך יעדע מינוט דא נאך א יונגעל וואס גייט פארביי ובפרט אז אזויפיל חדרים זענען דארט געווען?

א קושיא אויף א מעשה.......
געזונט: לעב מיט דיין אייגענע שכל און יענעמ'ס געפילן!!! קראנק: לעב מיט דיין אייגענע געפילן און יענעמ'ס שכל.....
עצה: זיי נישט פארנומען טראכטן וואס יענער טראכט אויף דיר, ווייל יענער איז ממילא פארנומען צו טראכטן וואס דו טראכסט אויף אים......
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35241
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובה דורך farshlufen »

איי איי, טאטע גרויסער, טרייסט שוין דיינע קינדערלעך.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
א גולם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4232
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אוגוסט 06, 2014 10:32 pm
לאקאציע: אין מיין שיך!

תגובה דורך א גולם »

ברוך דיין האמת!

זאל השי"ת טרייסטן די משפחה, אין אלע נאנטע פריינט!!

_______

מודה אני לפניך ד' אלוקי ולואקי אבותי, על כל החסד אשר עשית עמדי, ואשר אתה עתיד לעשות עמי ועם כל בני ביתי,
אז מיינע זיסע קינדער גייען אין קומען אהיים געזינט יעדען טאג פין סקול אין חדר!
אוועטאר
טעם וריח
שר האלפיים
תגובות: 2554
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובה דורך טעם וריח »

בעריש'ל האט געשריבן:
חוח בין השושנים האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:באטאם ליין, א קינד וואס קען נישט שווימען טאר נישט גיין צו א וואסער פארק.
(קליינע) פיר פיס טיעף פאר א 10 יאריגער איז א סכנה.

יאפ,, כ'בין געווען אין א וואסער פארק ווען כ'בין געווען 10 אדער 11, כ'האב זיך קוים ארויסגעזען פון די 4 פיס טיף וואסער סוף פונעם גליטשער. כ'געדענק ווי כ'האב זיך ממש געראנגלט מיטן וואסער און וויפיל כ'האב נאכדעם געשפיגן וואסער פון מויל און נאז.
שווער צו גלייבן אז אלעס איז נאך די זעלבע פון דעמאלטס.

ממש דאס האב איך מיטגעלעבט!

ממש דאס האב איך מיטגעלעבט אין זאם פלאם אלטס קינד
על "טעם וריח" אין להתווכח
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1918
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

תגובה דורך זינגער »

מ'האט ב"ה ארויסגעלאזט ס'קינד.

די לוי' גייט זיין אי"ה 1:00 פון ביהמ"ד בעלזא 18 עוועניו.

בשורות טובות
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוהב ציון
שר חמש מאות
תגובות: 688
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 06, 2016 8:45 pm

תגובה דורך אוהב ציון »

20190731_102540.jpg
20190731_102540.jpg (234.52 KiB) געזען 7300 מאל
אוועטאר
כשרע טעלעפאן
שר חמש מאות
תגובות: 666
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובה דורך כשרע טעלעפאן »

fiena nieas האט געשריבן:
רעסטאראנט האט געשריבן:
בעריש'ל האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:איינער ווייסט די פרטים פון די מעשה?
איך געדענק נישט זעהן א רייד אין אזא מין פארק וואס די וואסער גרייכט צו הויעך

אגב איך געדענק אלס קינד אין זאם פלאם בין איך אריין געגליטשט אינעם פאל, און געטרינקען און זיך גיט דערשראקן. איך האב נישט געקענט שווימען. און קיינער איז אפילו נישט געווען אין יענע געגנט.

יא איך געדענק די זעלבע ביי מיר אלס קינד אין זום פלום און ספלעש דאון ווי אונזער קעמפ פלעגט גיין, איך ווינדער מיר אייביג אז די וואסער פארקס זענען היפש ווילד און וויזוי סאיז אזא הפקר וועלט אז עס קען געשען די ערגסטע

Me 2

די זעלביגע געהאט אין א וואסער פארק אין פול וואס האט געהאט וועיווס, און וועיוו האט מיר געגעבן א גוטע שטופ איך האב מיר איבערגעדרייט איך האב נישט געקענט שווימען, און איך האב מיר קוים ארויסגעזען פון פול און געשפיגן אסאך וואסער ביז איך האב מיר בארואיגט.

דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן.
דער צמח צדק האט אמאל געזאגט: טראכט גוט, וועט זיין גוט.
אוועטאר
גיב א שמייכל
שר חמש מאות
תגובות: 817
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 12, 2019 2:27 pm

תגובה דורך גיב א שמייכל »

ממש אזוי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט עטליכע זאכן:

איז נישט דא קיין Buddy סיסטעם? (אזוי איז געווען אין מיינע צייטן) יעדעס קינד האט א Buddy וואס ער דארף האלטן אן אויג אויף און גיין אינאיינעם.

האיך יתכן אזא זאך אז מען זאל נישט באמערקן עס פעלט א קינד ביז מען איז אויפן באס?? נישט געווען נאך קינדער ארום און ארום ווען די מעשה איז געשען? און אפילו אויב ער איז געגאנגען אליין איז דאך יעדע מינוט דא נאך א יונגעל וואס גייט פארביי ובפרט אז אזויפיל חדרים זענען דארט געווען?

ליידער פארשטייט מען נישט אלעס!
אודאי דארף מען טוהן וואס מ'קען. אבער מקען נישט פרעגן וואס, ווי, וויאזוי, כך גזרה חכמתו יתברך.
זאל מען נאר הערן גוטע בשורות
איך שמייכל נישט ווייל איך בין פרייליך...
איך בין פרייליך ווייל איך שמייכל!
אוועטאר
קענדי'ס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3375
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 25, 2017 4:44 pm
לאקאציע: שמחות תורה אויפ'ן פארענעשטעס

תגובה דורך קענדי'ס »

צי די אלע וואס האבן קשיא ווער ס'שולדיג זאל ליינען דאס
[974]תולדות_עם_ישראל_מטות.pdf
(86.92 KiB) געווארן דאונלאודעד 862 מאל

באשעפער גענוג אונז קען מער שוין נישט מער
שיק שוין משיח
אוועטאר
Borough Park
שר האלף
תגובות: 1532
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 14, 2017 4:05 pm

תגובה דורך Borough Park »

איך האב געווען און גרעיט וואלף וואסער פארק און דארט האט געווען א מעין גליטשער וואס אפאר גליטשערס קומען אראפ און קינדער האבן זיך דארט געדרייט און די לייפגארדס האבן זיך געשפילט מיט זייער פאון און די ראש האט אהן געהויבן צו שרייען אז ער זאל וואטשן די קינדער אין אראפ לייגן די פאון און ער האט עס געטוהן ביז מ׳האט זיך אוועק געדרייט און ווייטער מיט זיין פאון
Life has 2 rules
#1 never quit
#2 always remember rule #1
פארשפארט

צוריק צו “היימישע נייעס”