מדברי ר' עזריאל טויבער זצ""ל.
ער איז נישט אפגעפארן, ער איז קיינמאל (נאך נישט) געווען א איד!. ודפח''ח.
די סטעיטמענט איז לעצטענס געווארען עקסטרעים פאפאלער, איך ווייס נישט צו ער האט עס געזאגט, אבער עס ברענגט ארויס א נקודה.
די אשכול איז א פאזאטיווע אשכול, און איך האב עס געפענט אדאנק די אשכול (שניידען די בארד ביי בחורים), ביטע האלטען די אשכול דא פאזאטיוו.
די נושא איז ווי פאלגענד; והיה אויב עס פאסירט אז א טאטע דערזעט זיך פלוצלינג מיט א פערצען יעריג בחור און דער טאטע כאפט זיך אז אמת זיין סטעטוס אויף וואטסאפ האט גענוג צפיות, ער איז א שר חמישים אויף אייוועלט, און ער האט אכציג נאכפאלגער אויף טוויטער, אבער דאך נישט ער און נישט זיין בחור ווייסען בכלל ווער און פארוואס מען האט אים געברענגט אויף די וועלט, פארוואס ער דארף יא אדער נישט גיין מיט א רעלזשוואקע פרייטיג צונאכטס אדער בכלל דאוואנען צום באשעפער, ער ווייסט נישט וואס ער ווייסט נישט און וואס איז די חילוק צווישען די פאלק וואס זינגט אתה בחרתנו און די פאלק די אנדערע.
ווי הייבט אזא טאטע אן, אמת יעדע נפש פון א בחור איז אנדערש, אבער א טאטע וואס וויל מאכען א דיפרענטץ, און ער וויל נישט אז טויבער'ס ווערטיל זאל אויף אים חל זיין, איז וועלכע ספר ענפענט ער וועלכע זייט?, וועלכע ענין גייט ער אדורוך, אין וואס דערגרינט ער זיך צו ווערן קאנעקטעט און באקומען ידיעות?
די שאלה בקיצור; יעדער פארפירט אז די מוסדות לערנען נישט יסודות האמונה, יסודות אין אידשקייט, און אויב דאס איז אמת, ווי און ווי אזוי הייבט א טאטע אן צו לערנען מיט זיך און זיין בחור?